בית פורומים כל העולם כולו

אבל אשמים אנחנו ???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/1/2010 00:07 לינק ישיר 
אבל אשמים אנחנו ???





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2010 20:42 לינק ישיר 

די וואך איז דא א מורה'דיגע עדיטאדיעל וועגן די ביטערע טראגעדיע אין דער בלאט
עס איז א חוב פאר יעדן וואס האט גערעדט מיעס קעגן דעם יונגערמאן עס צו ליינען
ווער עס קען זאל עס ביטע אריינסקענען

די טראגעדיע איז א דאפעלטע
דאס קינד נעבעך
אין די טאטע'ס דערביטערקייט נעבעך

זאל שוין מקיים ווערן ויבלע המוות לנצח וימחה ד' דמעה מעל כל פנים




תוקן על ידי rebyankel ב- 11/01/2010 21:39:53




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2010 01:48 לינק ישיר 

צמח גוט געזאגט, און מ'זאל זיך טאקע אזוי פארנעמען, 

איך האב אמאל געהערט ווי א צדקה גייער רימט אויס א געוויסן יוד ''ער ענטפאנגט מיר יעדעס מאל מיט אזא שלום עליכם ווי ער וואלט מיר ווען אויסגעווארט בכליון עינים, ער האט נישט קיין געלט און ער גיבט טאקע נישט קייין געלט''
 רוב מענטשן איגנארירן ווייל זיי האבן מורא ס'וועט זיי נאכדעם טייער קאסטן..., אבער ס'איז א פאלשע חשבון, גיבסט דיין דאללער, פיין, מאך אים אבער נישט פילן ווי א הונט, קענסט עס פונקט אזוי גיבן מיט א שמייכל און א גוט ווארט צו א ברכה און די זייט, ס'וועט דיר גארנישט געשען, און אים איז שיין אין די פינסטערניש!


תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 04/01/2010 01:49:28




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/1/2010 01:30 לינק ישיר 

כ'ווארט שוין ענדליך איינער זאל זיך אננעמן פאר א אייגענע ברודער אין אים דן זיין לכף זכות
אין איד אין שות''מ אין א רוצח איז א קעגןזייטיגע מציאות אין עס קען נישט גיין אינאיינעם
לויט ווי איך שטעל מיך פאר האט נישט געשלאגען דעם קינד מיטן ציל צו שעדיגען אויף אזוי ווייט, אין דער טאטע איז נאך עני טיים אזוי צי שוידערט ווי אינז אלע.....
אין מ'טאר נישט דן זיין א צווייטע יוד.

זאל אים הקב''ה טרייסטען אינאיינעם מיט די ציבראכענע מאמע, אין עס זאל הערשן שלום צווישען יודישע קינדער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2010 01:14 לינק ישיר 

קען זיין מיר זענען אויך שולדיג אבער די ריכטיגע שולדיגע זענען די פארברעכער וואס קומען ארויס נאך געלט וואס מאכט אז מעטנשטען זענען חודש יעדן וועם זיי קענען נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 00:33 לינק ישיר 

זייער זייער אמת'דיג אין מיין אויגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2010 00:26 לינק ישיר 

אבל אשמים אנחנו ???

צוזאמען מיט די גאנצע אידישע וועלט זענען מיר נאך אלע אונטערן שאק און שוידער פון די ביטערע שוידערליכע רציחה מעשה וועלכע האט פאסירט דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט אין ארץ ישראל.

מיר ווילן ח"ו נישט מיט די ווערטער נעמען אויף זיך אפילו די מינדענסטע שולד איבער די שרעקעדיגע רציחה אקט וועלכע עס איז פארגעקומען אין ירושלים איבער אן אומשולדיג שעפעלע דורך איר אייגענעם טאטן. ווער ס'איז שולדיג איז שולדיג און מער קיינער נישט.

אבער וואס יא, היינט האב איך געהערט פון א איד אז דער יונגערמאן האט זיך געדרייט לעצטנס דא אין ניו יארק א קיימא לן פון 6 וואכן צו צאמנעמען אפאר טויזנט דאלער צו באצאלן פאר זיינע בעלי חובות, (נאכן שלעפן אויף זיך 50 טויזנט דאלער חובות) און האט זיך ארומגעדרייט נע ונד און קיינער (אן א גוזמא) האט אים נישט אנגעקוקט, און ווען ער איז אהיימגעפארן האט ער זיך דערזעהן אז ער האט ניטאמאל געדעקט דעם טיקעט...

יעדער נארמאלער בר דעת זאל זיך א מינוט פארשטעלן אזא סארט מצב 6 וואכן אן א שטוב מיט קינדער, אן נארמאלע עסן און טרונקען, אן א סביבה מיט וועם צו טוישן א ווארט, בלויז פון דעם מצב אליין קען מען דאך כאפן אן אטאקע. און אפי' אויב ס'איז אמת אז דער מדובר האט שטענדיג געהאט מיט די נערוון, קען אויך זיין אז צוליב דעם מצב איז ער פלוצלינג ערגער געווארן און די מעדעצינען האבן אויפגעהערט צו ווירקן.

איז אזוי, וועט יעדער פרעגן וואס האבן מיר געקענט טוען ? מיר האבן דען צו געבן ? איז דער ענטפער ניין, און נאכאמאל ניין. מיר קענען נישט צושטייער געבן קיין גרויסע געלטער יעדן ראצער'ל וואס פאלט אריין אין חובות. אבער איין זאך קענען מיר יא געבן און דאס קען קיינער נישט לייקענען: א גוט ווארט, און א שמייכל. ווען מ'זעהט א צובראכענעם און צושאסענעם ארץ ישראל'דיגן איד וואס דרייט זיך דא ארום נאך געלט וואכן לאנג, קענען מיר אים געבן א גוט ווארט ער זאל שפירן אז איינער קוקט אים בכלל אן.

איינער וואס האט דאס נאכנישט מיטגעמאכט קען דאס קיינמאל נישט פארשטיין, דער גר היית בארץ נכריה דרייט זיך ארום ווי אן עני חשוב כמת, און ווארט אז איינער זאל קוקן אויף זיין זייט כאטש, און זיכער אז ס'קומט צו א שטיק חיות ווען איינער קומט צו און געט א שלום עליכם, פון וואו זענט איר ? וואו שטייט איר ? ווי לאנג בלייבט איר ? מיט דעם איז מען נישט נאר מחיה א איד און מקיים אן עולם מלא, נאר דאס געט אים גאזאלין און כח ממשיך צו זיין און אהיימנעמען עפעס עסן צו די משפחה אין ארץ ישראל.

טראכט דאס גוט איבער רבותי, ס'ליגט עפעס דערין.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2010 00:09 לינק ישיר 

זיכער, די שאלה איז נאר מיט וואס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אבל אשמים אנחנו ???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext