בית פורומים כל העולם כולו

יעקב סופר קויפט אפ מארגעדזש פון א. יודל גאלדבערגער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/1/2010 21:26 לינק ישיר 

באלאנד, איך טוה דיך גראטולירן פאר די פיינע שרייב ווערק



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/1/2010 06:56 לינק ישיר 

באמת פארשטיי איך נישט מאי כל הרעש, נישט אזוי גרויסער שגץ שטיק, טאקע נישט די שענסטע זאך, אבער מעשים בכל יום, מען קויפט אפ נאוטס פון די בענק, יענקי סופר האט געזעהן א מעגליכקייט אפצוקויפען א 38 מיליאן דאללאר נאוט פאר 21 מיליאון, א שנעלער פאר טאלער, פארוואס דען נישט, און וועט א גוי קויפט דאס אף

פאר די קונים און איינוואינער איז דאס קיין שום נפקא מיניה, ווייל אפילו ווען גאלדבערגער זאל דאס אראפהענדלען פאר נישט קיין חילוק וויפיל, וואלט ער אריינגעלייגט די רווחים אין זיין אייגענער טאש און נישט געטיילט די ריוח מיט די קונים

סך הכל א ביזנעס קאנפליקט צווישען צווי רויבער (אנטשולדיג קאנסטראקשען חברה)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2010 08:00 לינק ישיר 

באלאנד, ביסט נישט גערעכט מיט דעם אז אמאל איז עס נישט געווען.

העשיר יענה עזות איז אלעמאל געווען א מציאות.

איך האב געהערט גענוג און נאך מעשיות פון מענטשן וואס האבן געקויפט דירות פון די אמאליגע בילדערס, וויאזוי מען האט זיי באהאנדלט.

קען אבער זיין אז די היינטיגע האבן עס געטאן אויף סאך א גרעסערן פארנעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2010 08:10 לינק ישיר 

איך ווייס אז עס איז געווען פלענטי דין תורה'ס אלעמאל צווישן די מוכרים און די קונים און פארשטייט זיך אז עס איז געווען טענות. אבער די טענות איז נישט געווען איך פייף די אן, איך בין שטערקער פון דיר, וואס דאס איז קלאר יא היינט דער פראבלעם מיט די בילדערס יוניאן אין קרית יואל.

אלע יונגעלייט וואס האבן געבויעט אין קרית יואל די לעצטע 15-20 יאר האבן פשוט און פראסט געטראטן אויפן ציבור און האבן נישט געטראכט אז זייער טאג וועט אנקומען און דער ציבור וועט פון זיי לאכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2010 09:34 לינק ישיר 

איראניש  איז צוצוברענגן איך האב געפינען א אשכול און א דערנעבעדיגן פארום ארום דעם יאנקי סופר'ס פאנטאזיעס 


http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2563882&forum_id=20040


תוקן על ידי באלאנד ב- 10/01/2010 09:36:57




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2010 23:04 לינק ישיר 
וויכטיגע מעלדונג פאר קונים אין שכונת ברך משה





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2010 23:07 לינק ישיר 

ווי באקאנט, איז נישט לאנג צוריק געשען אן אומגעראכטענע אנטוויקלונג לגבי די דירות אין 'שכונות ברך משה', וואס דאס האט אויף די יעצטיגע מינוט געשטראנדעט דעם גאנצן פראיעקט.

מיר זוכן אודאי נישט צו נעמען קיין צד אין די מחלוקה. אבער עס איז דא נאך א צד, און דאס זענען מיר, די קונים, וועלכע האבן אראפגעלייגט א דאון פעימענט פון 'פופציג טויזנט' דאלאר פאר א דירה אין דעם פראיעקט. די פופציג טויזנט דאללאר וואס מיר האבן אראפגעלייגט, איז אין מיינסטנס פעלער אפגעשפארטע אפגעהארעוועטע געלטער, וואס מיר האבן געזאמלט מיט פלאג און מי, מיט בלוט און שווייס. דאס געלט באשטייט פון צוריקגעלייגטע אייטעמס אין גראסערי, נישט געגאנגענע וועקעישאנס, און פון זיך באגעניגן מיט דאס מינדעסטע נויט באדערפענישן אויפן טאג טעגליכן לעבן.

יעדער פון אונז האט געלעבט אין די לעצטע פאר יאר מיט די השערה אז מען וועט בקרוב זיך אריבערציען אין די נייע דירה, און דעריבער האבן מיר אזוי אויסגעשטעלט אונזער לעבנסשטייגער, נעמענדיג קליינע, און/אדער קורץ טערמיניגע דירות מיטן חשבון אז עס איז נאר פאר צייטווייליג. איצט אבער, קען זיך דער סכסוך פארציען אויף לאנגע יארן לויט אלע עקספערטן, און ביזדערווייל זענען מיר פארשפארט אין אונזערע בעיסמענטס און ענגע דירות אן קיין קלארע אפציעס. פון איין זייט דארפן מיר ארויסגיין פון די איצטיגע דירות, און א גרויס חלק איז געצווינגען צו גיין ממש יעצט, אבער פון די אנדערע זייט דארפן מיר זיין גרייט צו מופן אין די נייע דירה, און אן קיין קלארע אויסקוק אויפו עתיד, קענען מיר זיך נישט ערלויבן צו צאלן די מופן קאסטן, און זיך צו פארפליכטן צו א ליעס וכדו' אויף אן אנדערן פלאץ.

דאס מינדעסטע וואס מיר קענען טון איז זיך כאטש צוזאמצונעמען מיט א פאראייניגטע כח, און מיט השי"ת הילף וועלן מיר פרובירן צו: 

1)       מטכס עצה זיין אפשר אויפצוקומען מיט א פארשלאג וויאזוי מיר זאלן קענען בקרוב אריינגיין אין אונזערע דירות.

 

2)       אראפשטעלן א כח מיט וועלכן די צדדים זאלן זיך דארפן רעכענען אין די יעצטיגע אנגעצויגענע צייטן ווען יעדעס פון זייערע מאנאווערעס און שריטן קען אפעקטירן אונזער גאנצע האב און גוטס.

 דעריבער ווילן מיר בעטן, אז ווער עס האט געגעבן א 'דאון פעימענט' פאר א דירה אינעם 'שכונת ברך משה' און האט נאכנישט געקלאוזט, זאל ביטע שיקן דעם נאמען און טעלעפאון נומער צו 'איחוד הקונים בשכונת ברך משה', צו: [email protected], ווי אויך ביטע איבערגעבן דעם אדרעסע אויב איר ווייסט פון אייערס א באקאנטער וואס האט געגעבן א 'דאון פעימענט', און מיטן אייבירשטנס הילף מיטן כח האחדות און מיטן כח הרבים האפן מיר אז מיר וועלן קענען עפעס אויפטון.

 מיר ווילן דא זייער שטארק קלארשטעלן, אז מיר זענען נאר דא פאר 'אונזער צד', מיר האבן נישט און מיר נעמען נישט קיין איינע פון די אנדערע צוויי צדדים אין די מחלוקה. אונזער ציל איז נישט 'קעגן' קיינעם, אונזער ציל איז נאר 'פאר' אונז די קונים.

 מיר האפן און מיר בעטן צו השי"ת אז עס זאל הערשן שלום ושלוה במחנינו, און די צדדים זאל קומען לעמק השוה גרינגערהייט, און דער סכסוך זאל זיך ענדיגן בקרוב. אמן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2010 00:15 לינק ישיר 

מיר ווילן זייער בעטן יעדן וואס ווייסט פון א באקאנטן וואס האט געגעבן א דאון פעימענט פאר א דירה אין 'שכונת ברך משה', זאל ביטע לאזן וויסן איבער דעם מעלדונג, זינט עס זענען פארהאן אסאך מענטשן מיט באגרעניצטע אדער פארשפארטע אינטערנעט וועלכע קומען נישט אן צו זען דעם מעלדונג. 


ביטע איבערגעבן די אדרעסע: [email protected]

גלייכצייטיג ווילן מיר זיך באדאנקען פאר די אלע וואס האבן זיך שוין געמאלדן, און מיטן אייבירשטנס הילף וועלן מיר אי"ה מצליח צו די צופרידנהייט פון אלע צדדים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > יעקב סופר קויפט אפ מארגעדזש פון א. יודל גאלדבערגער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.