|
|
| נשלח ב-5/1/2010 20:42 |
|
| |
איך ווייס פאר א פאקט אז מ'טרעינט קלאר איין די פאנדרעיזערס נישט צו בעטן אלס הכרות הטוב, אויב האט יענער פאנדרעיזער דאס געטאן איז ער א פוגע בשליחות און מ'דארף יענעם מעביר זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 23:46 |
|
| |
ווייסט איינער וואס דער פותח האשכול וויל?
ער ארבייט אפשר פאר די אינשורענס קאמפעניס?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2010 23:55 |
|
| |
צופעליג ווייס איך פאר א פאקט (נפל וויזניצע שוואגער, באנקראטירע שכן האט מיר עס דערציילט) אז ביי די בארא פארקע הצלה איז אויך געווען א מיטינג, נאך דעם וואס זייערע 10 דאלער קאמפיין האט זיך נישט אויסגעגעבן. אז מ'גייט אויך אנהייבן בילן דעם עולם אזוי ווי אנדערע הצלה ארגענעזאציע'ס טוהן שוין פון לאנג אז מ'בילט נאר די וואס האבן אינשורענס אדער מעדיקעד
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 00:08 |
|
| |
מנהל
אראפ מיט דעם אשכול
דער מלך מלכים רעדט דאס אזעלכע שטותים (קוקט אויס א פלגש ניק פון נפל)
אין חכם כבעל הנסיון
בדידי הוה עובדא
מאת ה' היתה זאת אז די לעצטע 10 יאר איז מיר אויסגעקומען בערך 1 אדער צוויי מאל א יאר צו נוצן די הצלה (מיטן אמבולאנס), זארגט אייך נישט פאר מיר, איך מיט מיין ווייב און קינדער זענען ב"ה געזונט און שטארק, אבער במציאות איז עס אזוי געווען ואכמ"ל.
ס'איז דא צייטן וואס איך געב יא געלט פארן דינער און סאיז דא ווען נישט, איך האב כמ"פ שוין באקומען קאלס פון די עסקנים צו בעטן געלט פארן דינער
אבער קיינמאל
נאכאמאל קיינמאל
האט מען מיר אפילו ברמז קל נישט דערמאנט, האסטיך אונז גענוצט, געב עפעס
איך רעד דא אפילו אזעלכע צייטן ווען איך זיי האבן נישט געקענט פון מיר ארויסשלעפן איין דאלאר
האבן זיי מיר עס אויך נישט דערמאנט
יסכר פי דוברי שקר
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 00:37 |
|
| |
איך ווייס נישט וואס דו באשולדיגסט מיך דא, איך האב פארציילט אן אמתע מעשה דברים כהוויתן, קען זיין אז עס איז אן אייסאלעטאד אינצידענט, איך האב ניטאמאל געזאגט אז מען זאל נישט שטיצן הצלה חלילה, זיי ראטעווען מענטשן אין איך בין זיי מכיר טוב, מיין פוינט איז סך הכל, 1) אז א פאנדרעזער זאל נישט טאן אזא זאך, איך האב אביסל ארויסגעברענגט מיינע געפילען, 2) אז א ארגענעזאציע וואס ווערט געפירט דורעך טראסטבארע מענטשן דארף מען נישט מורא האבן אז געלט ווערט פארטאכלעוועט, איך בין הינדערט פראצענט זיכער אז יעדער דאלאר וואס קומט אריין צו הצלה גייט צו ראטעווען מענטשן, עס איז נישט קיין שום פראבלעם אז מענטשן וועלען וויסן אז זיי בילען אינשורענס, אדרבה, עס ווייזט אויף אחריות, הצלה אין ק"י מאכט בכלל נישט קיין מעכטיגע דינערס, די לעצטע פאר יאר איז עס זייער דאוין פלעיד.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 01:33 |
|
| |
איך האב געניצט די הצלה פון קרית יואל די פארגאנגענע זימער (אינקלאדעט אריינטראגן קיין מאנעהטן). אמת אז איינער האט מיר אנגערופן. ער האט גערעדט צו מיר סופער איידל און שיין. ער האט מיר געפרעגט צו איך האב אינשורענס אדער מעדיקעד, ווייל אויב נישט וויל ער מיר נישט בילן, איך האב אים גע'ענטפערט אז יא, און איך וועל אים צוריקאנרופן זאגן מיין נאמבער.
עס איז שון אדורך עטליכע חדשים, איך האב מער יעצט דערמאנט אז איך דארף אים אנרופן צוריק. "ער האט מיר קיינמאל נישט אנגערופן צוריק!!!" עס זעהט מער אויס ווי אדער צאל יא אדער צאל נישט, מער וועלן ווייטער טוהן די געוואלדיגע סערוויס וואס מיר טוהן, מער בעטן נאר דיין העלף, עס איז בחינת זה נהנה וזה לא חסר, דיר שאדט עס נישט, מיר קענען באקומען געלט עס אויפצוהאלטן, טא וואס באדערט דיר? ווילסט נישט? איז נישט!!
שעם דיר פאר אראפרייסן אזא הייליגע ארגענעזאציע. ניצן, ניצן ענק דאס (ליידער) פונקט ווי אונז. געבן געלט, א פעני נישט. אראפרייסן בראש כל חוצות? דאס שוין יא.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 04:55 |
|
| |
They DONT BILL Medicaid, as Medicaid forces them to go to local hospitals, the ONLY bill the few that have insurance.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 05:49 |
|
| |
גירעכט, מעדיקעד צאלט נאר צו פארן צום נענסטען שפיטאל וואס איז סערטיפייט ביי די סטעיט אלס א שפיטאל ס'גייט זיי גאנץ קנאפ אן וואספארא סארט שפיטאל דאס איז, בממילא קענען זיי נאר בילען די פאר וואס האבן אינשורענס אין נישט די רוב וואס האט מעדיקעד, סא וואס איז דיין פוינט דא? אז זיי באדען זיך אין געלד? זיי גייען נאך געלד סתם פאר געלד גייציגייט?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 06:58 |
|
| |
דאס איז הונדערט פראצענט אמת. יעדער קען עס אויסטשעקן.
מעדיקעיד באצאלט נאר אויב מען נעמט דעם פעשענט צום נאנטסטן שפיטאל, און קרית יואל איז דעריבער אויף גרויסע צרות, ווייל מאנסי האט א לאקעל גוטע שפיטאל און וויליאמסבורג און בארא פארק האבן אויך לאקעל גוטע שפיטעלער.
קרית יואל אבער מוז אסאך מאל פארן מיט פעשענטס פאר א שעה אדער מער צו א גוטן שפיטאל. מעדיקעיד (וואס קאווערט 70 פראצענט קרית יואל) גיט זיי נישט קיין פעני פאר דעם.
די גרעסטע חוצפה פון דעם שגץ וואודרידזש איז אז ער לייגט אראפ כאילו חברה הצלה האט באקומען 2,195 פאר יענעם קאל ווען יעדער וואס קוקט גוט קען זען זייער קלאר אז די אינשורענס קאמפאני האט למעשה נאר עפראווד 742.71.
זיי האבן געמאכט אויף דעם איינעם קאל נארישע זיבן הונדערט דאלאר. איינס פון טויזנט קאלס וואו זיי מאכן ב"ה עפעס געלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 07:02 |
|
| |
נאך א זאך, אין מאנסי, טשארדזשט די הצלה אויך געלט פון די אינשורענס קאמפאניס (און פון מעדיקעיד, ווייל זיי טראגן רוב מענטשן צו גוד סעם) אבער רוב פון די געלט גייט פאר די טאון.
דאס איז די דיעל צווישן די טאון און די הצלה. די טאון גיט א געוויסן סכום פאר הצלה און לכבוד דעם מוז הצלה זיי צוריקצאלן דורך די געלט וואס זיי מאכן פון טשארדזשן די אינשורענס קאמפאניס.
אלזא, איך בין זיכער אז רוב פון די 742 דאלאר איז ניטאמאל אנגעקומען צו הצלה נאר געגאנגען פאר די לאקעל מוניסיפעליטיס.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 15:56 |
|
| |
| מלך_מלכים כתב: |  | | דארף כאטש זיין א וועד פון טראסטבארע מענטשן, נישט איינער אליינס זאל פערן די גאנצע געלט איצלהייטן. |
|
סאיז דא א וועד פאר די הצלה אין קרית יואל סווערט נישט געפירט אדארך איין מענטש!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 18:48 |
|
| |
אפראווד נאר 742
און באצאלט האבן זיי נאר 594
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2010 19:09 |
|
| |
פאטאקי, גערעכט.
איך קוק נאכאמאל אויפ'ן "שרעקעדיגן" ביל און איך גלייב נישט מיינע אויגן.
הצלה האט למעשה באקומען פון די אינשורענס נאר 594.17 דאלאר.
און דער חי' וואודרידזש שעמט זיך נישט צו זאגן אז זיי טשארדזשן 2,195 דאלאר.
ביי איינס פון הונדערטער הצלה קאלס, וואו זיי מאכן נישט גארנישט, האבן זיי געמאכט 594 דאלאר. איך בין זיכער אז דאס האט קוים געקאווערט די קאסטן פון יענעם הצלה קאל.
די געמיינקייט פון דעם כפוי טובה וואס איז געגאנגען באשמוצן הצלה ווען ער האט נישט געדארפט באצאלן קיין פעני פון זיין אייגן טאש, איז אומגלויבליך.
|
|
|
|
|