בית פורומים אידישע געדאנק

טומל אין קרית יואל איבער ר' אי"ג דירות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/1/2010 07:31 לינק ישיר 
טומל אין קרית יואל איבער ר' אי"ג דירות

עס דרייט זיך איבער א שטאט (א כל העולם כולו) איבער די לעצטיגע פרשה פון די ברך משה דירות אין קרית יואל

די מעשה בקיצור וויאזוי עס הייסט יעצט אין די גאס איז אזוי, הרבני הנגיד הנכבד ר' אברהם יודא גאלדבערגער המכונה יודי האט אויפגעבויעט א ריזן פראיעקט אין די שכונת ברך משה פון עטליכע הונדערט דירות, צענדליגער קרית יואל'ע אינגעלייט האבן דארט זיך איינגעהאנדלט דירות מיט'ן חשבון צו פליפן
פליפן מיינט אז א אינגערמאן קויפט א דירה נישט אויפ'ן חשבון צו וואוינען דארט און נישט אויפ'ן חשבון צו פאררענטען די דירה נאר ער קויפט דאס כדי א קורצע צייט שפעטער נאכ'ן עס אפקויפן זאל ער עס קענען פארקויפן פאר אסאך טייערער

פאר עטליכע יאר צוריק ווען די עקאנאמי האט נאך געבומט און געבליט און אין קרית יואל בפרט האט זיך די פרייזן געהויבן ווי הייווען האט יודי גאלדבערגער ארויסגעלייגט צענדליגער צו הונדערטער דירות צום פארקויפן, בעצם איז נאך נישט געשטאנען קיין דירות דארט, עס איז נאר געווען אויף פען און פעיפער, אבער איינמאל דער קונה האט איינגעלייגט א דעפאזיט האט זיך יודי פארפליכטעט צו פארקויפן עווענטועל די דירה פאר אים.

די חשבון פון אסאך קונים איז געווען אז מען גייט דאך נישט ענדיגן צו בויען די דירות הערשט ביז עטליכע יאר ארום און ביז דעמאלס וועט זיך די פרייזן נאך מער הייבן, אזוי ארום וועלן זיי דעמאלס פארקויפן די דירות פאר סאך א העכערע פרייז.

למעשה איז אינטערגעקומען די עקאנאמי קראך אין עס האט א קליינע פראצענט אפעקטירט קרית יואל (די קלענסטע % פון גאנץ אמעריקע... אבער דאך עפעס) און עס האט זיך נישט געטראפן קיין קונים וואס זאלן אפקויפן די דירות פאר די פליפערס ווייל די בענק האבן געסטאפט ארויסצוגעבן מארדגעזשעס ווי באקאנט פאר יעדן איינעם

דערצו איז צוגעקומען נאך א זאך וואס דאס איז די פרשה פון די עצי תמרים דעוואלאפמענט, דאס איז א דעוועלאפמענט וואס יודי האט געפלאנט צו בויען פאר עטליכע יאר צוריק אין די עצי תמרים געגנט, דארט איז געווען די זעלבע זאך אז מענטשן האבן איינגעלייגט דעפאזיטס און ער האט זיך פארפליכטעט אז ווען די דירה וועט זיין פארטיג וועט ער זיי געבן די דירה פאר'ן פולן פרייז, למעשה האט ער זיך עפעס פארהאנקערט מיט די ווילידזש דארט אדער עפעס נאך סיבות און ער האט נישט געבויעט דארט קיין איין דירה

זענען געקומען די מענטשן וואס האבן דארט דעפאזיט געלט מיט א טענה צו אים אז זיי האבן דיפאזיט געלט און ער בויעט נישט פאר זיי קיין דירות, מען האט זיך ארומגעאמפערט ביז מען איז געקומען צו א אפמאך מיט די אלע עצי תמרים חברה אז זיי וועלן באקומען א דירה אין די ברך משה דיוועלאפמענט

יעצט דא איז געווען פאר יודי א פראבלעים ווייל אין דער צייט וואס אין ברך משה האט ער פארקויפט א 5 רומיגע דירה פאר 300 טויזענט דאלער האט ער עס פאר די עצי תמרים חברה פארקויפט פאר לאמיר זאגן 150 טויזענט דאלער (די נומבערס מיזן נישט זיין פונקטליך) דעמאלס איז נאך די פרייזן נאך נישט געווען אזוי ארויגעשרויפט אזוי ווי היינט, יעצט האט יודי געמיזט געבן פאר די עצי תמרים חברה די ברך משה דירות פאר דעם זעלבן ביליגע פרייז ווי ער האט זיי דעמאלס געהאט אנגעבאטן,

און אזוי איז טאקע געווען אז פאר אין די ברך משה דעוועלאפמענט איז געווען צוויי פרייזן, איין פרייז די טייערע פרייז וואס ער האט גערעכנט אין אלגעמיין אין חוץ דעם האט ער פאר די עצי תמרים חברה געמיזט רעכענען א ביליגע פרייז (עפעס א דיל האבן זיין געמאכט אז יעדער איינער פון די עצי תמרים חברה וועט יא צוצואלן נאך א פיפציג אלפים צו די דירות אבער דאך איז עס אויסגעקומען שפאט ביליג אנטקעגן די אלגעמיינע פרייזן)

יעצט אסאך פון די עצי תמרים חברה האבן זיך מחי' געווען ווען זיי האבן באקומען א דירה פאר שפאט ביליג און עס געקענט דערנאך פארקויפן פאר די מארקעט פרייז און נאך אביסל ביליגער און דאס האט אויך אסאך צוגעגעבן אז די פליפערס האבן נישט געקענט פארקויפן זייערע דירות ניטאמאל פאר די פרייז וואס זיי האבן עס געקויפט ווייל עס איז געווען בריווח צו באקומען די אנדערע דירות וואס די עצי תמרים חברה האבן פארקויפט פאר סאך ביליגער.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2010 18:14 לינק ישיר 

יאנקי סופר'ס ווערסיע

(באלאנד:)

איך וועל אנהייבן מיט דעם אז איך שרייב נאר וואס יאנקי סופר זאגט וואס דא האט זיך אפגעשפילט און שפעטער וועלען מיר זען צי עס שטימט מיט'ן מציאות.
יאנקי סופר און סיי אברהם יודא גאלדבערגער רעדן צו יעדן און ביידע ווילען מען זאל אצינד אויסהערן. ביידע האבן צוויי באזונדערע ווערסיעס אין דער געשיכטע. לויט יאנקי סופר איז ער גאר געווען וואס האט אפגעראטעוועט אברהם יודא גאלדבערגער פון אונטערגאנג, און לויט אברהם יודא גאלדבערגער האט יאנקי סופר גאר אפגעטאן א שטיקל וואס עס האט נאך נישט פאסירט ביי חסידישע יודן על אדמת אמעריקע.

איך וועל קודם אראפשטעלען די מציאות וואס דא איז געווען און נאכדעם די ווערסיעס פון ביידע זייטן. דער שיכון "ברך משה געפינט זיך אויפן גרויסן בערגיקן שטח העכער די בית השחיטה און די מצה בעקערי. אויפצובויען דעם פראיעקט האט אפגעקאסט אין די צענדליגער מיליאנען. די אינפאסטראקטור צו קענען בויען הייזער אויף אזא בארג, צו לייגן "ריטעינינג ווענט", אריינציען סוער, בויען ראודס האט אפגעקאסט אסטראנאמישע סומעס. מעגליך די טייערסטע שטח צו בויען דירות אין קרית יואל.
אברהם יודא גאלדבערגער האט באקומען דעם שטח פון מאיר הירש וועלכער פארפיגט אויף אלע שטחים אין קרית יואל, אונטערן נאמען וועד הקרי'. פארוואס יודי האט דאס באקומען איז א באזונדערער ארטיקל און עס איז נישט וויכטיג פארן איצטיגן מציאות.
ווען יודי האט באקומען דעם שטח איז די עקאנאמיע געווען אמבעסטן, מארטגעדשעס זענען געווען וויפיל מען האט געוואלט, און די באנק האט נאך צוגעצאלט אז מען זאל נעמען ווי מער געלט... עס איז געווען גוטע צייטן.
עטליכע יאר איידער יודי האט אנגעהויבן צו בויען ברך משה האט ער גענומען דעפאזיטס פון הונדערטער יונגעלייט וואס האבן זיך איינגעשריבן צו קויפן "עפארדעבעל דירות" אין די עצי תמרים געגענט. יונגעלייט האבן באצאלט פון פינף און צוואנציג טויזענט דאלער און ארויף פאר יודי, אבער עס איז דורך עטליכע יאר און ער האט אפילו נישט אנגעהויבן צו בויען. ער האט געלאכט פון די יונגעלייט אין פנים. ער האט זיך געווארפן מיט זיי כאילו עס וועט נישט זיין קיין מארגן (לייק דער איז נאו טאמארא...). ער האט זיך ארום גענומען מיט עטליכע יונגעלייט וואס האבן געארבעט ביי אים און זיי האבן נאך פיל ערגער זיך אויפגעפירט צו די אנגעווייטאגטע יונגעלייט. זיי האבן גערעדט צו די יונגעלייט פרעך און געמיין. זיך ארומגעווארפן מיט זיי כאילו זיי קומען נאך א נדבה.
אלענפאלס, ווען יודי האט באקומען די ברך משה פראיעקט האט ער געזאגט פאר די הונדערטער יונגעלייט וואס האבן ביי אים איינגעלייגט אינאיינעם מיליאנען דאלער אז ווען ער פארטיגט די ברך משה פראיעקט נעמט ער זיך גלייך צו בויען די עפארדעבעל דירות פאר די יונגעלייט וואס האבן איינגעצאלט.
צו די ברך משה פראיעקט האט זיך יודי גענומען א שותף די הערשקאוויטש משפחה פון מאנסי, צו קענען בויען אזא גרויסן פראיעקט און ער האט צוגאב אויך ארויסגענומען א קאנסטראשן הלואה פאר די סומע פון 38 מיליאן דאלער.
און מען האט זיך גענומען צו בויען מיט גרויס פלייס. עס האט גענומען עטליכע יאר און מען האט געזען פאר זיך אויפן גרויסן בארג א מעכטיגע נייע שטעטעל. צענדליגער בנינים מיט הונדערטער דירות פון עטליכע סייזעס הערליך גרויס און שיין. די פאנעראמע איז גאר שיין ווייל עס איז פון די העכסטע פלעצער אין שטעטעל.
אריגינעל זענען די פרייזען געלאפן גאר הויך. א גרויסע דירה האט געקאסט באלד א האלב מיליאן דאלער. א קלענער האט געקאסט אריבער 350 טויזענט. אבער ווער האט דן געקוקט אויף פרייזען, די באנק האט געגעבן ניינציג פראצענט און אלע האבן געמאכט געלט. די בראוקערס, דער מוכר, די באנק, דער אפרעיזאר, אויסער דער קונה.
אין די זעלבע צייט האט יאנקי סופר געבויעט בערך הונדערט דירות אויף א אנדערן גרויסן בארג, וואס איז היינט די חברון און ראוונע גאסן העכערן אשת חיל היים.
יאנקי האט נישט גענומען קיין שותף און נישט קיין הלואה פון די באנק. עס הייסט אז ער בויט אלעס פון אייגן געלט, צי פון זיין טאטענס ירושה, עכ"פ נישט פון קיין געבארגטע געלטער און נישט קיין אינוועסטארס.
ביידע האבן געהאלטן אין די פאזע ביים ענדיגן די פראיעקטן ווען די עקענאמיע האט געטראסקעט. וואס ווי באוויסט זענען די בענק געווען דער גרעסטער קרבן און גלייך האט זיך גאנץ אמעריקע אריינגערעכענט קרית יואל ארומגעזען אז עס האט זיך געענדיגט די גוטע צייטן פון הלואות. עס איז מער נישטא קיין 90 פראצענט הלואות און אפילו פאר 70 פראצענט מוז מען האבן אזויפיל דאקומענטן וואס איז ממש נישט מעגליך פאר אונזערע אידן.
דער שיכון ברך משה איז געפאלען א קרבן פון דעם עקענאמישער קריזיס פיל מער ווי יאנקי סופר'ס פראיעקט ווייל יודא האט שותפים און א גרויסע לאען פון די באנק. איז יודי געגאנגן און האט איינגעזען אז ער ברויך אראפנעמען דעם גנב פון די תלי'. ער האט איינגעמאלדן פאר די אלע וואס האבן איינגעצאלט פאר די עצי תמרים עפארדעבעל דירות אז ווער עס וויל קען איצט באקומען די זעלבע דיעל אויף ברך משה.
אזוי איז איצט שטארק געפאלען די פרייזען ווייל פילע האבן אנגענומען די המצאה. דער פראבלעם איז אבער געווען אז נישט אלע האבן געוואלט דאס אננעמען און אפילו ווער יא האט נישט געקענט באקומען א מארטגעדש. עס איז שוין איצט געווען אנדערע צייטן פון יארן צוריק ווען די יונגעלייט האבן געגעבן די דעפאזיט ווייל דעמאלטס האבן זיי אלע געוויסט אז די מארטגעדש וועט דעקן די איבעריגע געלט.
יאנקי סופר האט אבער נישט אראפגעלאזט פון זיינע פרייזען. און לעת עתה האט ער נאר פארקויפט ווינציגער ווי דרייסיג דירות. ער זיצט מיט מיליאנען דאלערס אין ליידיגע דירות. אבער וויבאלד ער האט נישט געהאט קיין שותפים און קיין באנק, דערפאר קען ער זיך ערלויבן צו זיצן מיט זיין עקשנות נישט צו נידערן די פרייזען.

דאס איז דער מציאות וואו עס האלט אצינד די פראיעקטן.

*

די וואך זונטאג האט אויפגעשאסן א מעשה אז נישט מער און נישט ווייניגער, יאנקי סופר האט אפגעקויפט די הלואה פון די באנק ווען יודי האט געהאלטן אינמיטן פארהאנדלען מיט זיי וועגן אראפלאזען די הלואה פון 38 מיליאן דאלער. יאנקי האט עס ארפגעהאנדעלט פאר 22 מיליאן דאלער און ער האט גלייך געשריבן א טשעק.
עס איז געווארן א ויצעקו אין שטאט. אזאנס איז נאך נישט דערהערט געווארן ביי יודן. איינער זאל אפקויפן א מארגעדש פון א באנק ווען א איד איז אין א צרה און ער האלט אינמיטן פארהאנדלען?
איצט וועלן מיר הערן וואס יאנקי האט צו דערציילען וואס דא איז פארגעגאנגן. יודא איז געגאנגן געבראכען ווייל ער האט נישט פארקויפט די דירות. ער האט נישט געקענט באצאלען זיינע "סאבס" וואס דאס איז אנגעקומען צו די סומע פון 6 מיליאן דאלער. האט ער געבעטן זיין מחותן אלעזר קליינבערגער אז ער זאל רעדן מיט זיין נעפיו יאנקי סופר אז ער זאל אים אויסבארגן 6 מיליאן דאלער און וויבאלד ער – יודי – פארהאנדלט מיט די באנק, וועט ער אים גלייך נאכן דיל צוריקצאלען.
יאנקי האט געזאגט פאר אלעזרן אז ער וויל נישט בארגן דאס געלט. האט יודי דאן געבעטן אלעזר'ן אז ער זאל בעטן יאנקי צו נעגאשיעטן מיט די באנק ווייל ער ווייסט אז יאנקי האט גאר גוטע קאנעקשאנס מיט "קי בענק". צו דעם האט זיך יאנקי שוין יא צוגעכאפט אבער ער האט פאראויס געזאגט פאר יודי'ן אז ער וועט פארלאנגן דערפאר 50 פראצענט פון יעדן דאלער וואס ער שפארט אים פון די לאען. ד.ה. אז אויב וועט איר אים אראפהאנדלען 10 מיליאן, דארף יודי אים באצאלען 5 מיליאן.
און דאס איז געווארן. יאנקי איז געגאנגן פארהאנדלען מיט "קי בענק" אויף די קאסטראקשן לאען וואס יודי האט געבארגט פון זיי. יודי האט שוין דאן געהאלטן אינמיטן פארהאנדלען מיט די באנק פאר די "שארט סעיל" און עס האט שוין געהאלטן מיט יודי ביי 28 מיליאן וואס די באנק איז שוין איינגעגאנגן.
יאנקי האט זיך אראפגעזעצט מיט די באנק און אראפגעהאנדעלט אויף נאך ווייניגער.
דעצעמבער דעם 31'סטן האט יאנקי באקומען א קאל פון די באנק אז זיי ווילן נאך היינט שליסן דעם דיעל מיט אים ווייל זיי ווילען פארמאכען די ביכער אויף דעם פארגאנגענעם יאר. יאנקי האט זיי אראפגעדריקט ביז 22 מיליאן און ער האט נישט געהאט צייט צו רופן יודי'ן און אים דערציילען די נייעס און אים פרעגן צו ער גייט איין דערויף, נאר גלייך געשריבן א טשעק. קומט אויס אז ער האט געשפארט פאר יודי'ן 16 מיליאן דאלער און איצט קומט אים יודי 8 מיליאן.
ממילא, זאגט יאנקי, האב איך גאר געראטעוועט יודי'ן פון באנקראט. איך האב אים איינגעשפארט 16 מיט פראצענטן און אפילו די אכט וואס ער מוז באצאלען פאר יאנקי'ן איז עס אן פראצענטן. א געוואלדיגע דערגרייכונג, לויט יאנקיס ווערסיע.


*

דערווייל האט אויסגעבראכען א שטורעם. יודי איז געווארן שרעקליך אויפגעבראכט אויף די מעשה. ער טענה'ט אז יאנקי האט אים נישט געפרעגט צו ער מעג עס טאן, און ער וואלט זיי געקענט אראפדריקן ביז 17 מיליאן דאלער. און יאנקי האט געארבעט אויף די אייגענע האנט אן זיין רשות. און יודי טענה'ט אז ער האט געבעטן יאנקי'ן זאל ארבעטן פאר זיינעט וועגן אבער נישט פאר זיך, און דערווייל האט זיך יאנקי אויפגעפירט כאילו ער איז דער בעה"ב אויפן לאען.
און ווען דער שטינק האט אנגעהויבן ארויסצוקומען אין דער עפענטליכקייט, האט יאנקי גלייך געזאגט פאר אלעמען אז ער איז גרייט אז יודי זאל פון אים אפקויפן די "נאוט" פאר די פרייז וואס ער האט געצאלט, ד.ה. 22 מיליאן, און שלום על ישראל. (יאנקי זאגט אז יודי האט ממילא נישט די 22 מיליאן אויך נישט, דעריבער ווייסט ער אז אלעס גייט בלייבן ביי אים און ער וועט באקומען א גרויסן טייל פון דעם שטח.)
אבער נאך אלץ שטורעמט יודי אז יאנקי האט אים שאדן געברענגט און ער וויל אים רופן צו דין תורה אז יאנקי זאל מוזען עסן א שאדן פון נאך 5 מיליאן דאלער.

*

אבער אויף יאנקיס ווערסיע איז דא געוואלדיגע לעכער וואס קענען נישט פארשטאפט ווערן.

1)    וואס הייסט דו שרייבסט א טשעק פון 22 מיליאן דאלער און נישט געפרעגט יודי'ן צו ער גייט איין. עס איז נישט פארהאן אזא זאך אז היינט קען מען נישט אנקומען צו איינעם. 22 מיליאן איז נישט צען דאלער און עס איז נישט מעגליך אז מרוב טובתו (מיט וואס ער איז בכלל נישט אזוי באקאנט) האט ער אזוי שנעל געשריבן אזא גרויסן טשעק בלויז צו ראטעווען יודי'ן. עס איז פיל מער מסתבר אז ער האט אים געוואלט באגראבן.
2)    אויב האט יאנקי טאקע בלויז געוואלט העלפן יודי'ן, וויאזוי איז דאס אז ער האט גלייך נאכגעלאזט 8 מיליאן דאלער? וואס הייסט אז דו פארקויפסט עס פאר יודי'ן פאר 22 מיליאן דאלער ווען עס איז דאך געווען בפירוש אפגעמאכט אז עס וועט קומען פאר יאנקי'ן 8 מיליאן דאלער. נו, וויאזוי איז מעגליך אז יאנקי האט אזוי שנעל, ווי נאר עס האט אנגעהויבן שטינקן די מעשה, נאכגעלאזט פון אזא אסטראנאמישער סכום? פארוואס און פון וואס האט ער זיך אזוי דערשראקן.

אנאליזען אויף די געשיכטע וועט נאך זיין לרחצה ווייל פילע פאקטן און דער אמת וועט נאך דויערן היפש לאנג ביז עס וועט ארויסקומען. אבער וואס מען קען ארויסלערנען פון די געשיכטע איז ווי פאלגענד.
גוטע פריינד קען מען מיט קיין געלט נישט קויפן. קיין איינע פון די צוויי האבן נישט קיין גוטע פריינט, ווייל ביידע פון זיי האבן אלעמאל אראפגעקוקט אויפן גאנצן ציבור פון אויבן אויף אראפ. ביידע האבן ביי זיך "געוויסט" אז דעם באשעפער'ס האנט קען זיי נישט דערגרייכען. אבער עס איז אנגעקומען פיל שנעלער ווען קיינער האט זיך אויף דעם נישט געראכטן.
און אויך אלע איבריגע בילדערס פון קרית יואל האבן געכאפט א גוטן לעסאן. זיי האבן "אלע" געהאלטן אז זייער טאג וועט נישט אנקומען. זיי האבן אלע געשפיגן, געלאכט, , פארן ציבור אין פנים.
עס שטייט אין חז"ל זייער הארב אויף מיקרי השער. און עס איז אנגעקומען דער טאג אויף די גרעסטע שחצנים אין קרית יואל, די בילדערס. אלע פון זיי האבן גערעדט צו זייערע קונים מיט גאוה, שחצנות, מיט מידות מגונות, און איצט אז זייער טאג איז געקומען קען מען נישט בלעימען קיינעם ווען מען זעט א שמייכעל אויף אלעמענס ליפן. ביידע פון די בילדערס וואס שלאגן זיך איצט ארום זאלען גוט וויסן דעם אמת: קיינער פון שטעטעל שוינט אייך נישט, יעדער איינער וויל איר זאלט זיך איינער דעם אנדערן אויפעסן לעבעדיג. דא ביי די מחלוקה צווישן די צוויי שחצנים גילט באמת דאס ווארט: אבי נישט צווישן אידן.
און דאס זאל זיין א לעקציע פאר אלע צוקונפטיגע גבירים: פירט אייך אויף מענטשליך, קיין איין איד איז נישט מיסט, און שפילט אייך נישט מיט קיין אידן ווייל דער טאג קען קומען אויף אייך. קוקט נאך אלע אלע אלע אלע וואס האבן געהאט צו טון מיט קאנסטראקשן די לעצטע 10-15 יאר אין קרית יואל. זיי אלע, אריינגערעכענט די מערהייט פון די "סאבס", האבן אראפגעקוקט אויפן גאנצן ציבור. זיי אלע האבן מיט א פארריסענקייט זיך אויפגעפירט, ווען בשעת מעשה איז זייער גאנצע געלט געקומען פון די מענטשן וועם זיי האבן אראפגעקוקט. און איצט, א נעבעך אויף זיי אלע.

איך בארעכטיג נישט ח"ו די נקמה געפילען, אבער עס איז גוט אז סיי יודי און סיי יאנקי זאלען וויסן דעם אמת. איר האט ביידע נישט קיין איין אמת'ן פריינט אין שטעטעל. איר זענט ביידע פארהאסט און פארפיינטעט ווייל איר זענט ביידע שטאלצע פארכעס וואס זענען רייך געווארן אויף ארויפשרויפן די פרייזען פון ארימע אידן. און עס איז דא אויף אלעמענס ליפן אויסגעצויגן א באהאלטענער שמייכעל, אריינגערעכענט אויך די ליפן פון די אידן וואס שפילען גוטע פריינט פאר אייך.


(Ziskeit:)

באלאנד, א פיין ארטיקל.

האסט עס גענומען פון ערגעץ אדער אייגנס?

(באלאנד:)

זיסקייט, דאונט אינסאלט מיי אינטעלעדזשענסי...

(Ziskeit:)

איך אינסאלט נישט. האסט אמת'דיג גוט אראפגעברענגט ביידע צדדים און וויאזוי ביידע זייטן זענען נישט גערעכט.

(וואלןסח:)
 

באלאנד

יעצט איינמאל פיין געזאגט

איך וויל נישט דערמאנען קיין נעמען ווייל בנפול אויביך אל תשמח, אבער ס'איז דא נאך בדומה להם וואס האבן געקוקט פאאריסן פון אויבן אויף אראפ אויף יעדן, מיט יענעמ'ס אפגעשפארטע דאלאר פאר פוטער ברויט האט ער געווארפן אין מיסט כדי אז "יעדער" זאל רעדן (און לאכן פון אונטן...) מרוב עשרו וגבורתו, און היינט ברעכן זיי קאפ ווי צו קאווערן זייער לעקטער ביל.

 

און פיר אויס נאכאמאל

סיי יודי און סיי יאנקי זאלען וויסן דעם אמת. איר האט ביידע נישט קיין איין אמת'ן פריינט אין שטעטעל. איר זענט ביידע פארהאסט און פארפיינטעט ווייל איר זענט ביידע שטאלצע פארכעס וואס זענען רייך געווארן אויף ארויפשרויפן די פרייזען פון ארימע אידן. און עס איז דא אויף אלעמענס ליפן אויסגעצויגן א באהאלטענער שמייכעל, אריינגערעכענט אויך די ליפן פון די אידן וואס שפילען גוטע פריינט פאר אייך.

 

עס לאזט זיך נישט מער ווי זאגן דעם סלאגאן פון מיכאל שניצלער (קבל את האמת ממי שאמרו) בשינוי קצת

 

ווי לאנג ס'גייט דיר גוט, פארגיס נישט יענעםס בלוט

ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט,
 
און דו קענסט נאך אויך אמאל זיין אונטער חובות צופליקט


איך אינסאלט נישט. האסט אמת'דיג גוט אראפגעברענגט ביידע צדדים און וויאזוי ביידע זייטן זענען גערעכט. 

(kj1234:)

באלאנד כתב:

אברהם יודא גאלדבערגער האט באקומען דעם שטח פון מאיר הירש וועלכער פארפיגט אויף אלע שטחים אין קרית יואל, אונטערן נאמען וועד הקרי'. פארוואס יודי האט דאס באקומען איז א באזונדערער ארטיקל און עס איז נישט וויכטיג פארן איצטיגן מציאות.


איך האלט אז סאיז באמת יא נוגע די וועג ווי אזוי ער האט באקימען דע לאט צי די יעצטיגע מעשה ווער סווייסט האבן אפאר עסקנים נישט נאר פין איינע פין די זייטן אין קרית יואל נאר פין ביידע זייטן פינעם בריק געוואלט ברעכן די פרייזן אויף די דירות אין ק"י אפאר יאר צירוק מיט'ן אפקויפן די לאט פין העס פארום אין דעמאלטץ האט דער זעלבער וואס שרייט אז מהאט נאך נישט געהערט אזאנס אז איינער זאל אויסכאפן א דיל פין א צווייטן ער איז געווען דער בראקער איז געהאלפן די מאנפאל אויף די דירות אז זיי זאלן אויסכאפן די דיל פאר א פאר דאלער מער אין לכבוד דעם האט ער באקימען די ברך משה געגענט פאר א גיטן פרייז אין דעס געלט האט מען געניצט פאר העיס פארום אין אלע תושבי ק"י האבן ווייטער געמיסט באצאלן די געשוואלענע פרייזן אין יעצט האט ער עס צירוק באקימען אין פנים אריין אין איך וועל אויס פירן מיט וואס באלאנד זאגט יעדער אין קרית יואל פריידט זיך אין זעט אז סאיז דא א באשעפער אויף די וועלט אזוי ווי סשטייט טאקע אין רמב"ם אז דעס ענין זעט מען אייביג אפי' אין גלות .

איך בארעכט נישט יענקי סופר אקציע אבער א מוסר השכל קען מען זיך ארויס לערנען דערפין אין פאר יענקי קען מען זאגן קיינער האט נישט קיין גארענטי אויף אייביג.

(באלאנד:)

ביטע, די גאנצע מעשה האט נישט קיין שייכות צו קיין שום פאליטיק. קיין איינע פון די צוויי זייטן אין סאטמארער פאליטיק טאר נישט ווערן אינסאלטעד, און קיינער פוןדי צוויי זייטן אין די סאטמארער פאליטיק קען דאס נישט נעמען פערזענליך. און לאמיר נישט צולאזען עס אריינציען אין פאליטיק


באלאנד:)

איינע פון יאנקי'ס טענות איז איצט אז ער האט שוין געהאט באצאלט 600 טויזענט דאלער אלס דעפאזיט פאר מאיר הירש און ער האט שוין באקומען דעם שטח צו בויען דערויף דעם שיכון ברך משה פאר יארען צוריק, נאר איין טאג האט מאיר אים צוריק געגעבן דאס געלט און געגעבן דעם שטח פאר יודי'ן. ער טענה'ט אז דעמאלטס האט זיך קיינער נישט געקימערט אויף די עוולה און קיינער האט זיך נישט אנגענומען פאר אים, און איצט אויפאמאל יעדער שפרינגט, יעדער פארפירט. פרעגט ער וואו איז יעדער געווען דעמאלט?


תוקן על ידי KJ1234 ב- 08/01/2010 18:17:00




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 22:13 לינק ישיר 

וואס טעות ווען טעות ווי טעות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2010 22:10 לינק ישיר 



תוקן על ידי KJ1234 ב- 05/01/2010 22:16:45




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 18:04 לינק ישיר 

Yidel had a mortgage of 38 million dollars

he was able to get the mortgage from the bank  for 17 million

yanky sofer paid for the bank 21 million and now he owns the mortgage 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2010 14:34 לינק ישיר 

איך בין שוין מיד פון שרייבן וועל איך עס בא'קיצור'ן, וואס עס גייט יעצט פאר איז אז יודי גאלדבערגער האט דא געהאט שוועריקייטן מיט די דירות וויבאלד דער עולם האט נישט געקענט קלאוזן אזוי איז אויסגעקומען אז ער וואס דארף דאך אויך צאלן א מארדגעדזש פאר די באנק איז געווען אביסל טייט, איז געגאנגען יעצט יודי צו די באנק פארהאנדלען אז זיי זאלן אים געבן א לאון מאדיפיקעישן איז געגאנגען ר' יעקב סופר צו די באנק און אנגעבאטן צו קויפן די מארדגעזש פון אים. אזוי שמועסט מען יעצט אין די גאס

יעצט דעס וואס מענטשן שרייען אז אויב וואלט די באנק פארהאנדעלט מיט יודי איבער זיינע פראצענטן וואלט אויסגעקומען אז די פרייזן וואלטן געפאלן איז לכאורה אבי גערעדט ווייל אז יודי פארהאנדעלט מיט די באנק מיינט עס נאכנישט אז ער וואלט פאר זיינע קונים גערעכנט ביליגער, עס מיינט נאר אז פאר אים וואלט די באנק אראפגעהאנדעלט די פראצענטן אבער זיינע פרייזן וואס ער וואלט אנגעבאטן פאר די קונים בלייבט ווייטער

אויב יענקי סופר האט געטוהן א שייגעץ שטיק איז עס פריוואט קעגן יודי און בכלל נישט קעגן די אינגעלייט

אבער דערווייל איז נאך גארנישט באשטעטיגט אלעס איז נאר וואס מען שמועסט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > טומל אין קרית יואל איבער ר' אי"ג דירות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext