דער ניק "קליפ" איז מכובד
אזוי ווי איך זעה אז דער ניק "קליפ" ברענגט יעדן טאג אסאך אינטערסאנטע און צומאל גאר היסטארישע בילדער וואלט איך אים געוואלט בעטן ער זאל אריינלייגן דא און דעם אשכול וואס ער האט.
פארשטייט זיך אז איך בין נישט דער וואס קען אים צווינגען ווייל ער איז דאך מיר נישט מחויב צו פאלגן, אבער איך בעט אים ער זאל דא אריינשטעלן אלעס וואס ער שפירט באקוועם אז דער עולם זאל הנאה האבן.
אבער איך בעט זייער אז קיינער זאל נישט פארדרייען דעם אשכול, ווייל נאך אלעם עכ"פ ווי עס זעהט אויס דערווייל איז דער "קליפ" ווייט פון נעמן א צד און סיי וואפארא מחלוקת, וואו עס האט יעדער באמערק אז די אלע אשכולות וואס ווי נאר מען האט אנגעהויבן מישן פאליטיק דארט אוז דער "קליפ" אנטלאפן פוןעם אשכול, און עס האט נישט גענימען צו לאנג ביז דער אשכול איז אראפגעפאלן אינטן ווייל עס קומען כסדר ארויף פרישע.
האפענטליך וועט יעדער קאאפערירן.
|
|