בית פורומים כל העולם כולו

משביע אין וויליאמסבורג איז נישט פאר הונגעריגע אידן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/1/2010 23:14 לינק ישיר 
משביע אין וויליאמסבורג איז נישט פאר הונגעריגע אידן

אידן אין וויליאמסבורג רעדן זיך זייער אפ זייט די בארימטע פאלקס קיך איז גע'עפנט געווארן.


מאדנע, הא?

א פלאץ וואס איז אפן פאר יעדן איד (און נישט איד...) וואס איז הונגעריג און וויל זיך דאס הארץ דערכאפן וואלט דאך געדארפט פרייליך מאכן אלע אידישע קינדער, דאן וואס איז דאס אפרעדעניש?

זייער פשוט. אזא פלאץ וואלט געדארפט געמאכט ווערן אין א שטילער פלאץ, אזא וואס ציט נישט אויגן פון פרעמדע פנים'ער. 

עס איז נישט קיין כבוד פאר קיינעם אריינצוגיין אין אזא פלאץ. קיינער זוכט זיך נישט דעם כבוד, און די וואס מוזן ליידער דערצו אנקומען האלטן זיך אפ פון אריינטרעטן אהין צוליב איין סיבה: עס איז אויפגעשטעלט געווארן אינמיטן סאמע פארנומענסטע גאס אין וויליאמסבורג, וואס קען זיין זייער גוט פאר די פאליטישאנס און פאר די מידיע אבער נישט פאר הונגעריגע מענטשן!

קיינער ברויך נישט איינטיילן דעם חשוב'ן איד הרב ראפאפארט וואס האט באמת געטון א גוטע זאך מיטן אויפשטעלן אזא קיך. דער געדאנק איז א געוואלדיגער, אבער איך האב דאך געפילט פאר וויכטיג ארויסצוברענגען ברבים דאס וואס איך האב געהערט פון הונגעריגע אידן וואס שטייען נעבעך נעבן דעם פאלקסקיך אבער שעמען זיך אריינצוגיין.

און יא, עס איז נאך דא אין וויליאמסבורג גענוג און נאך בעסערע, שטילערע און ביליגערע פלעצער וואו דאס אויפצושטעלן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2010 23:36 לינק ישיר 

שערקויעך. איך ווייס אויך פון דעם גרויסן סוד אז ער מאכט געלט פון פראגראמען, איך האב דאס אבער במכוון ארויסגעלאזט ווייל איך בין נישט דא צו באשייגעצען אנדערע אידן, און וואס גייט מיר אן אז ער מאכט געלט פון די רעגירונג? מאכן מיר דען נישט גענוג געלט פון די רעגירונג? וועם שטערט דאס?


איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען אז ער וואלט זיך געמעגט רעכענען מיט אידן וואס וואלטן באמת געקענט נוצן אזא געוואלדיגע סערוויס, און נישט טראכטן בלויז פון זיין אייגן טאש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2010 23:34 לינק ישיר 

יונה
רעדסט ווי א זאלי'ס אלעס קוקסטו אן אזוי נעגעטיוו,

אז ער מאכט געלט פין די שטאט מיינט נאכנישט אז ער גיבט נישט צו עסן
נאר הערשל האט ארויסגעברענגט א שטארקע פוניט, והא ראי' ער האט געקאווערט די פענסטערס מיט שעיד'ס ווייל יעדע נאכט פלעגן מענטשן זיך שטופן ביי די פענסטער צו זעהן ווער עס עסט דארט (א בושה..)
אבער ס'נאך אלס זייער אום'בע'טעמ'ט אריינצוגיין אין הארץ פין שטאט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2010 23:24 לינק ישיר 

הערשלע.
ביסט נעבעך זייער נאאיוו. און איך האף אז מיט די יארן וועססטו זיך אביסל אויסשארפען.

משביע מאכט געלט פון פראגראמען - קיין איינציגער איד האט נאך דארט נישט געגעסן. קיינער !
עס איז א גוטער שפיל פאר פאליטישאנס.

קומען נאך אזעלכע הערשלעך חכמים און נעמען עס פאר גוט געלט :-)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > משביע אין וויליאמסבורג איז נישט פאר הונגעריגע אידן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext