אידן אין וויליאמסבורג רעדן זיך זייער אפ זייט די בארימטע פאלקס קיך איז גע'עפנט געווארן.
מאדנע, הא?
א פלאץ וואס איז אפן פאר יעדן איד (און נישט איד...) וואס איז הונגעריג און וויל זיך דאס הארץ דערכאפן וואלט דאך געדארפט פרייליך מאכן אלע אידישע קינדער, דאן וואס איז דאס אפרעדעניש?
זייער פשוט. אזא פלאץ וואלט געדארפט געמאכט ווערן אין א שטילער פלאץ, אזא וואס ציט נישט אויגן פון פרעמדע פנים'ער.
עס איז נישט קיין כבוד פאר קיינעם אריינצוגיין אין אזא פלאץ. קיינער זוכט זיך נישט דעם כבוד, און די וואס מוזן ליידער דערצו אנקומען האלטן זיך אפ פון אריינטרעטן אהין צוליב איין סיבה: עס איז אויפגעשטעלט געווארן אינמיטן סאמע פארנומענסטע גאס אין וויליאמסבורג, וואס קען זיין זייער גוט פאר די פאליטישאנס און פאר די מידיע אבער נישט פאר הונגעריגע מענטשן!
קיינער ברויך נישט איינטיילן דעם חשוב'ן איד הרב ראפאפארט וואס האט באמת געטון א גוטע זאך מיטן אויפשטעלן אזא קיך. דער געדאנק איז א געוואלדיגער, אבער איך האב דאך געפילט פאר וויכטיג ארויסצוברענגען ברבים דאס וואס איך האב געהערט פון הונגעריגע אידן וואס שטייען נעבעך נעבן דעם פאלקסקיך אבער שעמען זיך אריינצוגיין.
און יא, עס איז נאך דא אין וויליאמסבורג גענוג און נאך בעסערע, שטילערע און ביליגערע פלעצער וואו דאס אויפצושטעלן.