בית פורומים כל העולם כולו

ברעיקינג: בני ברק סכסוך גייט צו דין תורה!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/1/2010 18:40 לינק ישיר 

די עקר וויי געשריי וואס עס דארף געהערט צו ווערן איז:

אז און ב''ב געפינען זיך די חשובע מלמדים און גאר א שווערע פינאנצאילע מצב, דאס דחקות דריקט על לב השמים, דאס געלט וואס יטב לב שיקט אהין מידי חודש בחדשו, קלעקט נישט,

דעריבער האט מען געבויעט דעם התמר זאל מיטן מלון, אז עס זאל זיין אןן הכנסה פאר די מוסדות הק' און ב''ב,

ליידער מעשה שטן הצליח, מען איז אריין געפאלען מיט א געלט פרעסער, א מענטש וואס איז א אוהב ממון, דוד מאיר טאהלער, וואס ער האט געזיכט א תירץ, ער זאל נישט דארפן צאהלן דאס רענט פון די זאל פאר די הנהלת המוסדות, האט ער זיך עקלערט אלס א זאלי, אזוי ארום דארף ער דאך נישט צאהלן די רענט פאר די הנהלת המוסדות, וואס איז אונטער די קאנטראל פון סאטמאר,

און אמת'ן גלייבט דער טאהלער און דעם מהרז"ל פינקט וואו איך גלייב אונעם אותו איש, ער איז א פאלנער גנב, און געלט גייציגער פארשוין, וואס רויבט ארויס דאס ביסען פון מויל פון די ארימע מלמדים,

און דער רשע האט נאך אנגעהעצט זיין שווער ר' מרדכי ווייס, זאל אויך נישט צאהלען די רענט, אזוי ארום איז ער נישט דער איינציגסטער שגץ,

דע זענען פשוטע 2 רויבער, זיי האבן דעם ר' זלמן טיף און די קערקע, צו זיי זענען דא אנצופילען זייער קעשענע, און ברויבען די ארימע מלמדים,



תוקן על ידי ראפאגאש ב- 11/01/2010 18:41:01




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/01/2010 23:52:38




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2010 19:32 לינק ישיר 

- בשלמא דעם ספרד'ישן טאלעהר איז צום פארשטיין מיט זיין גניבה ווייל זיינע פרייע ספרד'ישע זיידעס אין ספרד זענען זיכער אויך געווען גנבים און געלט-רייציגע מענטשן אויף יענעמ'ס לעבן
- בשלמא זיין פאררוקטער קריפלדיגער שווער מ. ווייס איז אויך צום פארשטיין ווייל ער איז א ראמעניער פון אפשטאמיגער און דארט איז דאך גניבה א לעבנ'ס פאך

אבער די קושיא שטעלט זיך אויף דעם ר' זלמן לייב'ן וואס זיינע זיידעס זענען געווען גאוני וקדושי ארץ ווי קומט צו איהם אזא שוידערליכע גניבה וגזילה, ווי האט ער זיך אזוי דערקייקלט אוועקצונעמען שוין באלד א יאהר די מאגערע געהאלטן פון די מלמדים אין בני ברק, ווי שעמט ער זיך נישט אין זיין פנים פאר זיינע זיידעס בשמי מעלה וואס קוקן צו די צער און ווייטאג און אויסגעהונגערטע אידישע משפחות עניי ארץ ישראל וואס ווערן בא'גזל'ט דורך דעם גז"ל ???

די תירוץ איז אבער 'הקנאה התאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם' און היינו טעמא דבג"ץ והיינו טעמא דגניבה וגזילה


תוקן על ידי אויששש ב- 11/01/2010 19:32:57




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2010 21:01 לינק ישיר 

דוד מאיר טאלער איז גפערליך ציווילדערוועט, ווייל משה שמואל זופניק האט אים אויסגעבארגעט געלט אפצוקויפן די שטח פאר די זאלי דירות אין בני ברק.

ער האט אים איינגערעדט אז ער האט שוין די ריזאניג, און ער האט שוין די פערמיטס, און מען קען בויען דארטן 35 דירות, און מען וועט מאכן אסאך געלט, און רעדט איין פאר דעם נער אז מען גייט שוין אט אט אנהייבן בויען, אזוי מיטשעט ער מער נישט פאר די געלט.

אבער דערווייל לא דובים ולא יער, נישט דא קיין ריזאנונג, נישט דא קיין 35 דירות, נישט דא קיין פערמיטס, דאס איז גוט איינצורעדן פאר דעם נעבעך משה שמואל.

די ערי' האט געזאגט פארן תימן'ער טאלער, אז ער קען פארגעסן פון ריזאנונג ביז עס איז נישט דא שטרי ברורין, און נאכדעם וועט ער קענען באקומען צו בויען 19 דירות, וואס איצט לויט די איצטיגע זאנינוג קען ער בויען נאר 9 דירות.

איצט קען משה שמואל זאגן קדיש אויף זיין געלט, די שאלה איז נאר ווילאנג דער נער וועט זיך כאפן וואס טאלער האט געטאן מיט אים, און וואספארא געלכטער מיט ליגענטס טאלער האט אים פארפירט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2010 21:06 לינק ישיר 

איך וואלט אויף דעם טאלער ארויף געשמירט דעם טיטול ''תימענער מעדאף''

לויט וואו מען הערט האט דער גנב, באשווינדעלט א האלבע שטאט מיט זיינע גניבות, דער הייליגער טיפוש משה שמואל, איז איינס פון אריבער 13 יודן וועמען דער תימנער מעדאף האט געמאכט די מעשה,

והוקע אותו נגד השמש!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2010 20:25 לינק ישיר 

אפדעיט: כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א איז געפערליך בייז אויף די מסרבים לדין והולכי בג"ץ די זאליס, וואס איצט נאכן אים ארום שלעפען איבער א יאר, מאכן זיי ביטער ווייטער חוזק פון אים.

איצט ענדליך נאך א יאר, פון אלע מיני תירוצים שונים, ווי די דין תורה דארף זיין אין אמעריקא, בורר א ציוני, אייגענע דיינים, קודם וואלערשטיין אריין, נאר בני ברק, וכו' וכו', בקיצור א גאנצער זאק פון תירוצים.

דאס לעצטע איז געבליבען אז עס וועט זיין א בי"ד של חמש, וואס וועט באשטיין פון דריי שלישים הרה"ג רבי נפתלי פרענקל, הרה"ג רבי אברהם ברוך ראזענבערג, הרה"ג רבי מרדכי באבד, בורר מצד אהרונים רבי זלמן גרויז, בורר מצד הזאלי הרב מטשאקאווע ווילי, די דין תורה וועט פארקומען אין ארץ ישרא', און מען קען רעדן דארט פון אלע סאטמאר סיכסוכים אין א"י.

פאר דריי וואכן צוריק האט ירושלימער רב איינגעמאלדען די זאליס אז ער האט גערעדט מיט רבי נפתלי פרענקל וואס האט עס אנגענומען, אזוי אויך האט ער גערעדט מיט די אנדערע 4 רבנים און זיי האבן עס אנגענומען, און זענען גרייט צו פארן קיין א"י פירן די דין תורה.

זייט דעמאלס מאכן די זאליס פורים פונעם ירושלימער רב, יעדן טאג מיט א נייע תירוץ, איין טאג משה גבאי איז נישט מסכים, איין טאג עזריאל גליק, איין טאג ר' ישראל חיים מנשה, וכו' אזוי משלעפט מען יעדן טאג, רז"ל הייבט נישט אויף קיין טעל, די וואך איז די תירוץ אז מיכעלע שלעזינגער וואס גייט נאך געלט פאר די קארט אינעם טמא'נעם בג"ץ, איז איצט אין טאראנטא און ער דארף מסכים זיין ווייל ער וועט דארפן צו שטעלען די געלט.

עס קוקט אויס אז אין טאראנטא ארבעט נישט קיין טעל...

אזוי שפילט מען ארום מיט אים. פון די אנדערע זייט האט ער די וואך דינסטאג געקאלט כ' חיים הערש און אים געזאגט, אז גיב איבער פאר דיין טאטע רז"ל אז ווילאנג ער שרייבט נישט אונטער שטרי בירורין און גייט ארויס פון בג"ץ, וויל ער מיט אים נישט קיין שייכות האבן.

די זאליס ווייסן נישט וואס צו טאן, דער ירשולימער רב האט זיי אריין געריקט אין קארנער, די גאנצע רז"ל נסיעה קיין א"י ליגט בספק, איצט האלט מען 6 וואכן פאר מען דארף פארן, און זיי ווייסן אליין נישט צו די בר מצוה גייט זיין אין ירושלים, צו ער בלייבט אויף שבת, צו ער פארט בכלל וכו', אין דער איד ווערט נישט דערמאנט קיין אות אחת, ווייל די רבנים אין א"י ובראשם מרן גאב"ד ירושלים שליט"א זאגן אז זיי גייען נישט אויפנעמען רז"ל אן שטרי בירורין.

זייטיג - זאל טאקע יעדער וויסן אז דער בג"ץ'ניק מיכעלע שלעזינגער גייט נאך געלט פאר די קארט אינעם טמא'נעם בג"ץ, טאמער ער קומט נאך געלט ביי אייך כאפט אים ביים אויער און פירט אים ארויס, און שרייט אים צא טמא בג"ץ ארויס פון דא!!! גיט אים ח"ו נישט קיין איין טאלער און האט נישט קיין חלק אינעם טמא'נעם בג"ץ.

נאך א נקודה - דער תימן'נער טאלער איז שרעקליך צו ווילדערוועט, נאכדעם וואס דער נער משה שמואל זופניק, איז געוואויר געווארן פון הייד פארק, אז טאלער מאכט פון אים פורים, נאכדעם וואס ער האט אים איין גערעדט א קינד אין בויך אז אויף די לאט וואס טאלער האט געקויפט אין בני ברק צו קענען בויען מאקסימום 19 דירות, און ער האט איינגערעדט פאר דעם נער משה שמואל אז מען קען בויען דארט 35 דירות...! און ער האט שוין די פערמיט אין דער האנט...! אזוי האט האט אים געבראגט דאס געלט.

דערווייל לא דובים ולא יער, נישט דא קיין דירות נישט דא קיין פערמיט!!! איצט ווי אזוי עס איז קען מען נישט בויען קיין איין איינציג דירה אויף די לאט, ווייל עס איז אזא זאנונג וואס ערלויבט נישט קיין דירות נאר סטארס, אין בעסטן פאל וועט ער קענען בויען דארט 9 דירות, אבער ער האפט צו באקומען א ריזאנונג צו קענען בויען דארט 19 דירות.

דער נער משה שמואל ברענט ווי א פאקל, רייסט זיך די האר פון קאפ פארן זיין אזא בהמה און גלייבן טאלערס לגיונות, משה שמואל האט אריין געשיקט ב. ש. די וואך אין די ערי' פון בני ברק, צו זעהן צו טאלער האט אים ליגענט געזאגט און געמאכט פורים, און ער איז געואויר געווארן דעם אמת אז עס איז נישט דא קיין פערמיט, נישט דא קיין ריזאנונג, טאלער האט אים א קינד אין בויך איינגערעדט.

איצט דרייט משה שמואל איבער די שטאט ער פארפירט און שרייט אז ער דארף צוריק דאס געלט, די זאליס קאלן אים מנחם זיין, טייל בעטן זיך צו אים אז ער זאל לאזן די געלט, טייל פרובירן אים נאכמאל איין רעדן די ליגענט אז היינט האט מען עס באקומען... מיט אזא נער קען מען דאס אויך טאן...


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 15/01/2010 02:33:21




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/1/2010 21:45 לינק ישיר 

ר' יונה טייערער אני הקטן קריג אויף דיר מ'דארף דעם זעליג דא האבן

ווייל דער זעליג ברענגט זייעהר גוט ארויס די אינערליכע ווייטאג פון די זאליס איבער די עבירה פון זייער ר' זלמן מיטן בג"ץ הציוני
והא ראיה ער קומט נישט דא מיט די פורים-בריוון פון משפט שלום (!) אדער פון די אנדערע שלושה רועי בקר וועלכע האבן אמאל געדארפט צו זיין די מתירים אויף די קלאגע אין די ציוניסטישן געריכט
ניין, זעליג ווי נישט קלוג ער איז ווייסט ער אזויפיהל אז די קלאגע אין די בג"ץ איז א שרעקליכע בזיון און מ'מוז דאס גענצליך אפלייקענען און דאס ארויפווארפן אויף די ארוינים

אויסערדעם מיין איך אז דער זעליג קען נישט ליינען לשה"ק אן קיין פינטלעך דעריבער ווייסט ער אליין נישט וואס ס'שטייט אין די בריוו וואס ער ברענגט צו, ער שיסט זיך מיט זיין רבי'ן אין די אייגענע פיס....
יא אזוי זעהט נעבעך אויס א "חבר לאיש משחית"...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/1/2010 22:06 לינק ישיר 

בשמחה_תמיד כתב:
זעליג, דו ביזסט זייער נאנט צו פליען פון דא


דאס האט דער מנהל געזאגט פאר דעם שוטה ווען ער האט געמאכט די ערשטע מאל דעם גיטען זשאוק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/1/2010 01:30 לינק ישיר 

מיר געדענקן נאל אלע ווען די רבנים הגאונים שליט"א זענען ארויסגעקומען מיט די שארפע בריוו אנטקעגן די הליכה בבג"ץ הציוני. האבן די אלע זאלי בני יואל געלאכט פון אונז, אז מיר וועלן בלייבן מיט די בריוו, און זיי מיט די בג"ץ. און יעצט קענען מיר צולייגן ונראה מה יהי' מחלמותיו.

די בריוו איז ארויס, און צוביסלעך שנייד עס פון זיי שטיקער ווי א סאלאמי (פון ק"י שחיטה פארשטייט זיך). זיי הייבן אן אויסצוזעהן ווי א דערי לולב הושענה רבה נאך די הושענות, א גע'שחט'נע קאטשקע, ווי די עוף נאכן טשעקן די צומת הגידין. זיי הייבן אן איינצוזעהן אז עס נישט הפקר וועלט, יש מנהיג לבירה. די אייבערשטער האט ברוך השם איבערגעלאזט אפאר רבנים וועלכע שרייען געוואלד! היתכן אז א קהילה ווי סאטמאר זאל רופן בבג"ץ הציוני???

אויב וואלט געווען נאר עסן פלייש וועלכע האט שאלות מער ווי תירוציםאון זיכן אינטערברענגן די מהודרה'דיגע פלייש וועלכע טויזענטער און טויזענטער מענטשן ווערן ניצל טאג טעגליך פון הארבע און שווערע איסורים. דיינו
אויב וואלט געווען נאר רודפן מענטשן עד חורמה. דיינו
אויב וואלט געווען נאר גנב'ן און גזל'ן אידישע געלט. דיינו
אויב וואלט געווען נאר חוזק מאכן פון א ספר תורה בראש חוצות ישראל. דיינו
אויב וואלט געווען נאר רודפן א הייליגע מענטש סוף ימיו. דיינו
אויב וואלט געווען נאר נישט ברענגן אים צו זיינע שמחות וועלכע ער האט אזוי געווארט. דיינו
אויב וואלט געווען נאר גיין אין קאורט אין אמעריקא. דיינו
אויב וואלט געווען נאר מסר'ן וועם עס גייט נאר. דיינו
אויב וואלט געווען נאר גנב'ן די ירושה. דיינו
אויב וואלט געווען נאר חוזק מאכן פון כל הקודש לנו. דיינו

על אחת כמה וכמה, רשעות אחת רשעות איסור אחר איסור, עסן פלייש וועלכע האט שאלות מער ווי תירוצים און זיכן אינטערברענגן די מהודרה'דיגע פלייש וועלכע טויזענטער און טויזענטער מענטשן ווערן ניצל טאג טעגליך פון הארבע און שווערע איסורים, רודפן מענטשן עד חורמה, גנב'ן און גזל'ן אידישע געלט,  חוזק מאכן פון א ספר תורה בראש חוצות ישראל, רודפן א הייליגע מענטש סוף ימיו, נישט ברענגן אים צו זיינע שמחות וועלכע ער האט אזוי געווארט, גיין אין קאורט אין אמעריקא, מסר'ן וועם עס גייט נאר, גנב'ן די ירושה,  חוזק מאכן פון כל הקודש לנו. און בעיקר בעיקר אז א קהילה וועלכע ריפט זיך סאטמאר זאל אריינגיין אין בג"ץ הציוני דאס זעהט זיך אויס האט שוין איבערגעריסן די שטריק.

און ביטע אנטשולידגן פאר נישט אויסרעכענען די גאנצע רשימה. ווער עס וויל קען עס משלים זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעיקינג: בני ברק סכסוך גייט צו דין תורה!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.