| נשלח ב-10/1/2010 20:03 |
|
| |
בעלז און סאטמאר
בעלז און סאטמארא. בעלזצווישן די גרעסערע חסיד'ישע הויפן וועלכע האבן איבערגעלעבט די צווייטע וועלט מלחמה זענען די הויפן פון בעלז און סאטמאר. וואס האט באדייט א בעלזער חסיד? "בעלז איז אלץ געווען א חומה נשגבה פאר אידישקייט". א פארצייטישער בעלזער יושב אדער חסיד, איז געווען אזעלכער וועלכער איז געווען אפגעהיטן פון דעם מינדעסטן נדנוד איסור קל של דברי סופרים, אין מחשבה אין דיבור און אין מעשה. די בעלזער רבי'ס זענען געווען די ראשי המדברים ווען עס האט זיך געהאנדלט מיט מלחמת הדת, די בעלזער רבי'ס זענען געשטאנען אונטער דער ערשיינונג פון דעם ארטאדאקסישן צייטונג מחזיקי הדת, וועלכע איז געווען קלאר געציהלט געגן די משכילים און פורצי גדר. א בעלזער חסיד האט נישט אריינגעקוקט אין חידושי הרש"ש אין דעם באוואוסטן ווילנער ש"ס ווייל זיין זוהן ר' מתתיה האט שטודירט. דעם בעלזער חסיד איז נישט געקומען אויפן געדאנק צו לערנען משניות מיט דעם שטארק אויפגעכאפטן פירוש תפארת ישראל, ווען עס איז איהם אונטערגעקומען אזא משניות האט ער געלייגט ביידע הענט אויף אלעם וואס איז געדרוקט אונטער דעם שטרייך, ווייל זיין זוהן ר' ברוך יצחק איז געווען אן אנגעליינטער. דאס בעלזער קנאות איז געווען באוואוסט פאר יעדן. די בעלזער זענען ארויס געגן ישוב ארץ ישראל צוליב די אינטערווענץ פון די מזרחי, און אין בעלז האט מען אויסגערופן פאר כל נדרי אז מען זאל גיין בצניעות און אז מען טאר נישט האבן קיין פארבינדונג מיט די ציונים. ס'איז געווארן א נייע וועלט. בעלז איז צוליב א סיבה איבערגעלאזן געווען אין אייראפע און דארט פארגעסן געווארן. אין תל אביב איז געבוירן געווארן א נייער בעלז. ווען דער רבי זי"ע איז געווען ביי איהם אין תל אביב שנת תש"ו האט ער איהם געזאגט, נו סאטמאר רב, וואס זאגט איהר צו תל אביב? ס'איז שוין היינט אנדערש ס'איז שוין דא חסידים, האט דער רבי געזאגט, יא! תל אביב איז אנדערש, און די חסידים זענען אנדערש. שטאפלווייז האט בעלז זיך דערווייטערט פון בעלז, ביז עס האט דערגרייכט א מצב וואס דאס היינטיגס בעלז האט אזויפיהל מיט בעלז ווי יענער שייגעץ (בעלזער שפראך) וועלכער זינגט "בעלז מיין שטעטעלע בעלז" האט מיט בעלז, בלויז דעם נאמען, אבער טרוקן פון תוכן, עס העלפט אויך נישט דאס זינגען "בעלז וועט זיין א ווינקל פאר תורה און יראת שמים ביז משיח וועט קומען". פון בעלז ווייסט מען היינט דורך די "בעלזער ניגונים" און פון די קונטרסים וואו עס ווערן געדרוקט בעלזער בריוו, און ווען עס ערשיינען בילדער אין די וועכנטליכע בילדער מאגאזינען. נישטא דער ברען. דאס קנאות פאר אידישקייט איז קאפוט. פארטיליגט. דער שורש פון אלעם איז רעפארם. מען שטרעבט אויף רעפארם. השכלה. נארמאלקייט. די אמאליגע בעלזע נשמה טרעפט זיך נישט קיין פלאץ אין די היינטיגע בעלזער גופים. ס'קען הייסן בעלז, און ס'מעג זיך אפילו רופן מחזיקי הדת, אבער ס'איז פארט נישט בעלז און זיכער נישט מחזיקי הדת. די אלטע בעלזער רבי'ס זענען אין די היינטיגע בעלזער אויגן פאנאטיקער, עקסטרעמיסטן. זיי שעמען זיך מיט די קנאות'דיגע רבי'ס זייערע, אין די ביכלעך, בלעטלעך ארטיקלעך וועלכע די היינטיגע בעלזער דרוקן, ווערט נישט דערמאנט דאס אמאליגע קנאות, עס שטימט נישט מיט די היינטיגע "נארמאלע" רעפארמירטע קהילה. אויסגעמעקט. גאנץ לעצטנס האבן זיי אנגעהויבן דרוקן בילדער. אין בעלז איז מען זייער שארף געווען דערגעגן. דער ערשטער בעלזער רבי האט פון יענע וועלט אראפגעשיקט א שריפה וועלכע האט פארברענט זיין בילד. וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט דעם אלטן אויסגעוועפטן "משוגעת"? מען דרוקט אן אריינפיהר צום ערשטן קונטרס אין די סעריע אז אין אמת'ן האט מען אין בעלז יא געהאלטן פון בילדער, מען ציטירט א מעשה'לע צוויי, און זאפארט ווערט דער סתימת הגולל אויף נאך א בעלזער "ווינקל". ווער רעדט נאך פון די לימודי חול, וואס בעלז איז געשטאנען על המשמר געגן די פרעמדע אריינדרינגער, איז אבער ביי די רעפארמירטע בעלזער דאס נישט דאס מינדעסטע פראבלעם, מען קען האלטן רעדעס אויך העבערעאיש, טראצדעם וואס ר' ישכר בער האט געזאגט אז די העברעאישע שפראך פארברענט א אידישע נשמה, און מען קען לערנען די ענגלישע שפראך מיט די קינדער אין ירושלים נישט קימערנדיג זיך מיטן חרם, ווייל מ'מוז רעפארמירן. דאס קנאות פון אייראפע קען מען נישט אדאפטירן אין היינטיגן לעבן. בעלז איז ליידער פארשטארבן. בגשמיות און ברוחניות. פון דאס שטעטעלע בעלז איז ליידער פארבליבן בלויז די מצבות, די רשעים האבן פארניכטעט די גאנצע שטאט בעלז מיט איהרע חסידים אינאיינעם. ברוחניות איז בעלז געבליבן אויף יענעם בית עלמין, אונטער די מצבות פון די הייליגע צדיקים וועמענס נאמען עס ווערט גענוצט אויף א רעפארמירטן פארעם, א שטייגער ווי בן גוריון ימ"ש האט גערופן זיין לאנד "מדינת ישראל", טראצדעם וואס ער האט נישט געוואלט וויסן וואס "ישראל" איז. יא, די שטייעדיגע תורה און די לאכעדיגע מלוה דמלכה פיגורירן נאך אלץ, און עס ווערט אבער דאס איז נאכגעמאכט, גענוי ווי א זייף וועלכער שמעקט ווי לימענע אדער יאגדעס, און די פירמע איז בארעכטיגט מצד דער רעגירונג צו שרייבן מיט קידוש לבנה אותיות "לימענע סאדע" אדער "יאגדעס אייזקריעם", טראצדעם וואס מען מיינט בלויז דעם קאליר און גערוך, ווען אין אמת'ן איז עס בלויז סם-המות זייף און פארב. בעלז איז היסטאריע. ב. סיגעט-סאטמארסיגעט, און דערנאך סאטמאר, איז געווען די אונגארישע (על שם העתיד) בעלז. די רבי'ס האבן אויפגעבויעט א חומה בצורה פון די דרויסנדיגע וועלט. די סאטמארער תורה פארמאגט די מערסטע חומרות: די "שיטה", שחיטה, ניקור, זאלצן, זמנים, צניעות, ציונות, בחירות, נעמען געלט, כותל המערבי, נסים, שפראך, חינוך הבנות, און וואס דען נישט אין יעדן הינזיכט פון אידישן לעבן. נאך די קריג האט סאטמאר זיך צובליהט ברוחניות ובגשמיות, אינאיינעם מיט די שטרענגסטע חומרות. דאס איז סאטמאר. ס'איז זונטאג פארטאג כ"ו אב. "אויס וועלט". דעם יורש האט זיך אנהויב געדוכט אז ער ירש'נט אויך די חסידים, אבער שטאפלווייז האט ער פארלוירן די סאטמארער חסידים, ס'זענען אויסגעוואקסן סיגעטער (על שם העתיד) חסידים, ס'האבן זיך געמאכט מערערע בין אדם לחבירו פראבלעמען דא און דארט, ס'איז געגאנגען קלעפ און אידישע נכסים זענען געשעדיגט געווארן, אבער עס לאזט זיך זאגן אז אין אלגעמיין איז סאטמאר געבליבן סאטמאר, הויפטזעכליך בין אדם למקום. די הנהגה האט זיך געענדיגט מיט א ברודער קריג. ביים לאגער פונעם עלטסטן דערקענען זיך נויגוגענגען צו רעפארם. די ערשטע איז מינערן דעם טייל פון רבי'ן זי"ע אין סאטמאר, און איהם טיילן גלייך אויף גלייך מיט דעם יורש. מוז מען דאך מאכן א רבינו הקדוש פן ביידן, און אזוי ווי דער "פעטער" האט געשריבן דבר ה' אשר היה אל יואל, מוז מען דא שרייבן וזאת הברכה אשר ברך משה איש האלהים. ווען די נשמה האט אויסגעהויכט, האט מען איהם באהאלטן נעבן פעטער. ס'איז דאך דאס זעלבע. נאכער טרעט מען צו אויסצומעקן דעם "ויואל משה". "דער זכות פון רבינו הקדוש בעל דברי יואל, און דער זכות פון רבינו הקדוש בעל ברך משה זאל ביישטיין פאר אונז אלע" האט מען געקארמעט אין די רעדע צו די אומשולדיגע קינדערלעך ווען זיי האבן זיך אפגעטיילט פון די צענטראלע קהילה און געמאכט אייגענע מוסדות. "טאמער וועסטו מיינען גלייך אויף גלייך, ניין זאג איך דיר"! א פרעמדער דארן איז געווארן איינגעפלאנצט אין סאטמאר. "ענדערש זיך בוקן הונדערט מאל צום צלם ווי לערנען איין ווארט עברית", איז דארט א געלעכטער. טעגליכע טעלעפאנישע געשפרעכן אויף די טמא'נע שפראך, העברעאישע צייטונגען און מאגאזינען זענען דארט אפטע געסט. "זאל הייסן שמעון און נישט שמעון", ווי ר' יו"ט עהרליך זינגט. "זאל הייסן חיה און נישט חיה". דער ברך איז בלויז געווען א בריקל צווישן איהם און רבי'ן. עס דערקענט זיך דעם שוואגערס שטרעבן צו רעפארם, "נארמאלקייט" בלע"ז. באוויינען א מזרחי'סטישע ישיבה איז בלויז דער אנהויב פון די רעפארמען. יא, טאקע דער בעלזער שוואגער, וועמענס פארגייער זענען נישט אריינגעקומען צום טיש ווילאנג א מזרחי'סט איז דארט געזעסן, האט באגלייט ביי די לויה. רעפארם. סאטמאר האלט דארט ביי די גסיסה. אט אט הויכט עס אויס די נשמה. בלויז די פאלשע "ארטיפישעל" סאטמאר וועט מעגליך דארט פארבלייבן גענוי ווי אין בעלז. דערווייל פארמאגט ער נאך אן עולם סאטמארער חסידים, אבער ווען בעלז איז פארבערט געווארן האבן נישט אלע צוגעשטימט. ווען מען האט געשיקט די קינדער אין די "היימישע" מוסדות האט זיך אלעס זייער שנעל געטוישט, און ביסלעכווייז איז גענצליך אויסגעריסן געווארן בעלז פון בעלז. דער היינטיגער דור ווייסט שוין נישט וואס בעלז האט באדייט פאר עטליכע צענדליג יאהר צוריק, עס וויל זיך דוכטן אז קנאות איז געבוירן אין סאטמאר. א טויט קלאפ פאר בעלז. אבער, דער מזל פון סאטמאר איז פארט בעסער ווי אין בעלז. ביים אומגעלונגענעם נישט טאלאנטפולן ברודער, איז סאטמאר נישט פארשטארבן. סאטמאר לעבט. ניין, דער רבי איז נישט געווען קיין פאנאטיקער, קיין משוגענער, מיר שעמען זיך נישט מיט איהם, מיר דארפן נישט צענזורירן זיינע ספרים און טעיפס, מיר האבן איהם אלס צו פארדאנקען, דעם יורש האט מען געמוזט נעמען אלס הוראת שעה, אבער נאך די הוראת שעה מוז מען נישט בארעכטיגן אלטע טעותים, צו פארעכטן פגימו"ת, בודק זיין פון ווערי"ם און אריינעמע"ן דעם שייגע"ץ. דא וועט נישט פאסירן וואס אין בעלז. ביז משיח'ס טאג וועט מען הארעווען צו פארשטיין דעם ויואל משה, דעם רבי'נס רצון איז אונזער ווילן און חינוך. אלע פרעמדע אפגעטער ווערן צושמעטערט אויף שטויב. קנאות איז נישט פאנאטיק, דער רבי קען רואיג זיין ינוח על משכבו, ושפתותיו דובבות בקבר, און מען דארף דאנקען דעם רבונו של עולם וואס ער האט אפגעטון פון אונזערע קעפ דעם געפאר אז אין סאטמאר זאל געוועלטיגן די בני הגר. צו זיין סאטמאר מוז מען נישט רודערן בונטעווען, ערפינדן מצות וואס אזעלכע זענען נישט געווען מימות פרעה נכה, אדער אזעלכע פלייש וואס ניטאמאל דער פליענדער שליו איז עפעס ווערט אין זיין געגנווארט, און מיט אזעלכע זאלץ וואס אשת לוט פלאמט פאר בושה דערנעבן, ווער רעדט נאך פון די חתונה תקנות וואס אפילו דער פעטער לבן האט נישט געכאפט, און זיי ווערן אויפגעכאפט איבעראל אפילו אויף דער לבנה. מען קען זיין א פשוטער איד אהן קיין שרייעדיגע בלאָטיגע קעפלעך אז דער אדמו"ר און יענער בנש"ק האט שוין אויך איינגעזעהן דעם אמת אז משה רבינו איז געקומען מיט אן ענן קיין אריזאנע און געברענגט פאר די אידן ווייץ פאר די מצות (זיי דערציילן אבער נישט אז די געשפריצטע בלוט איז אויך געקומען פון קרית יואל, און אז די נוגשים מצריים זענען געווען אזעלכע וואס האבן שאדן געמאכט אידישע פענסטער, רעדער און אנדערע נכסים). פארזעצונג קומט אי"ה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 17:58 |
|
| |
בעלז, ליובאוויטש און סאטמאר (פערדע פארזעצונג) א. בעלז ווען בעלז האט זיך שטאפלווייז אפגעריסן פון בעלז, האט מען געמוזט ערפונדן נייע זאכן צו אנהאלטן דעם בעלזער איינדרוק. בעלז מוז זיין אנדערש. נישט ווי אין אנדערע חסיד'ישע הויפן, צום ביישפיל גור, וועלכע האבן זיך נישט קיין סאך געטוישט מיט די יאהרן, איז גור געבליבן גור, אבער וויבאלד בעלז איז נישט געבליבן בעלז, מוז מען אפירקראצן נייע מעטאדן וויאזוי בעלז זאל נאך אלץ זיין אנדערש ווי אלע. עס האט זיך אנגעהויבן שוין ביים ערשטן שבת ווען מען האט ארויסגענומען א טעצל פון בוזעם קעשענע צו קידוש. א סעריע אויפפאלנדע חידושים האט ער געמוזט שטענדיג ערפונדן ווייל מען מוז זיין אנדערש. שפעטער האט ער אנגעהויבן ליידן אויף דקדוק, מען מוז זאגן ביידן, סיי דעם בעלזער נוסח און סיי זאל ער זיין על פי דקדוק. מען האט טאקע נישט געזינגען אין בעלז ביים טיש, אבער בעלז מוז דאך באריהמט ווערן דורך ניגונים קאסעטעס, מוז מען זינגען ביים טיש. ב. ליובאוויטש איבער די משוגעת'ן פון די ליובאוויטשער הנהגה איז איבריג צו ווידמען צייט. ליובאוויטש איז כמעט אן אנדער סארט רעליגיע. ליובאוויטש אמאל איז געווען אנדערש פון סתם אידן מיט הידור מצוה מיט מסירות נפש און קנאות. ווען דאס איז פארשוואונדן האט מען געמוזט זוכן נייע מיטלען פון אונטער דער ערד צו פארזיכערן אז ליובאוויטש וועט אויף שטענדיג פארבלייבן אנדערש. יא, ער האט עס באוויזן. ג. סאטמאר "אזוי לאנג, אזוי לאנג", ווילאנג סאטמאר איז געווען סאטמאר, אנדערש פון די וועלט מיט אידישקייט זאכן, איז אלס גוט געווען. מען מוז נישט זוכן נייעס, קוים וואס מען קען נאכקומען די אלטע. אבער "אזוי באלד, אזוי באלד", ווי עס האט זיך ארויפגעזעצט אויפן קעניגליכן טראן פון א טייל סאטמארער חסידים אזעלכער וועלכער זוכט בלויז צו פארגעטערן זיין נאמען און מוציא לעז זייו אויף די פריערדיגע, און ביסלעכווייז נאכלאזן דעם קנאות און פרומקייט, מוז ער דאך אנהויבן צו זוכן חידושים, אז די יונגווארג זאל זיך קענען באריהמען אז מיר זענען באמת יא סאטמאר, מיר זענען יא אנדערש. הויבט מען אהן מיט'ן טרייבן פרעכע ליצנות פון עלטערע רבנים, נאכער שרייט מען לבי נוקפי אויף די אלטע מצות, מען זעצט פאהר מיט'ן מוציא לעז זיין אויף די אנגענומענע שחיטה מעטאדן, מען האט נישט קיין פראבלעם צו טוהן אנדערש ווי די אייגענע ווערטער און מען מאכט "יא" א שטאקיגע הדלקה ל"ג בעומר. נייעס. פריש. דער רייץ צו נייעס, איז דער ערשטער סימן אז מען האט פארגעסן דאס אלטע, און די שטערקסטע באווייז אז מען וויל אפהאקן יעדן פארבינדונג מיט פריער, מען שטייט בלויז אויף אני ואפסי, עס וועט נישט נעמען לאנג און ער וועט עפנטליך אויסרופן אז ער מעקט אפ יעדן פארבינדונג מיט די פריערדיגע, גענוי ווי עס האט פאסירט אין בעלז. דער ניגון וואס דער ערשטער בעלזער רב זי"ע האט גענומען פונעם פויער "קויפט בייגל, קויפט בייגל" זינגט מען נאך טאקע אין בעלז, אבער ווי געזאגט, אלס ארום אין טויט. טרוקן. הויל. ס'איז ווי א נאציאנאלער הימען.
ד. סאטמאר און סאטמאר מען קען נישט פארלייקענען אז אין אנדערן לאגער קען מען פאריכטן פארשידענע פראבלעמען, צום ביישפיל דער לאנגיעריגער פארברעך פון שטיין זאלץ, אדער דאס זיך ווענדן צו די ציוני'סטישע ערכאות, די צוויי הויפט זאכן מיט וואס דער צד שכנגד טרומפייטערט טעגליך ווי עס וואלט געשטאנען אין סידור'ל פאר מודה אני, אבער דער אונטערשייד איז זייער גרויס. ערשטנס, דער שטיין זאלץ פראבלעם איז שוין דארט מערערע יאהרן, פיהל יאהרן איידער דער היינטיגער רבי האט געהאט דעם קלענסטן פאסטן אין סאטמאר. און פונקט פארקערט, דער זעלבסט געקרוינטער רשכבה"ג איז דאך דאן יא געווען "באלעבאס" אין סאטמאר (בָּרוּךְ אַתָּה ד' אֱלֹקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם שֶׁפְּטָרַנִי מֵעָנְשׁוֹ שֶׁלָזֶה, אָמֵן!) און וואו איז זיין שכל דאן געווען? ער איז דאן נישט געווען פארנומען מיט "זיכוי הרבים"? וויאזוי האט ער אדורכגעלאזט אזא פירצה בחומת הכשרות ווי נוצן ים זאלץ? און וואו איז ער געווען אלע יאהרן ווען מען האט רחמנא ליצלן געגעסן חמץ אין סאטמאר און אין די גאנצע וועלט וועלכע קויפן סאטמארער מצות (דערווייל האלט מען יערליך ביי 18 טרעילערס ווייץ, כ'האב נישט די היי יעהריגע אינפארמאציע, ס'איז ווארשיינליך געשטיגן, איבערהויפט נאכדעם וואס די קרית יואל מצה בעקעריי האט מיט עטליכע וואכן צוריק ארויסגעשטעלט אויף די פאליצעס אין די געשעפטן אין ניו יארק און אומגעגנט מצות פאר אונטער 15 דאלער א פונט, נותר פון תשס"ט, ששש...)? וויאזוי האט ער אליין געגעסן חמץ?! איהי דאפסיד אנפשיה, ער זאגט אויף זיך אליין עדות אז ער (אפגערעדט פונעם "פעטער") האט געגעסן חמץ יאר יערליך ביי די כזיתים און גאנץ פסח! אין אדם עושה עצמו רשע איז נאר געזאגט געווארן ביי אן אדם, אבער נישט ביי איינער וועלכער איז גארנישט קיין אדם. צווייטנס, דער שטיין זאלץ פראבלעם (וועלכע פאדערט זאפארט א תיקון גדול, איך בין נישט באקאנט גענוי צו די יאטקע דקהל יטב לב פארקויפט די וועלכע מען מאכט כשר נישט מיט שטיין זאלץ אונטער קהל יטב לב, אבער לאמיר זיי נאכגעבן) איז ווי געזאגט שוין לאנג דארט, און דער רבי שליט"א ברוב עמארצותו איז אינגאנצן נישט באהאוונט אין כשרות ווי דער ברודער זיינער, פארלאזט ער זיך באין ברירה אויף די רבנים המכשירים, אבער דער לאגער הויפט איז דאך א מומחה יחיד בעולם אין אלס וואס אנבעלאנגט כשרות, און אלעס איז געוואנדן אין זיין ווארט, איז אלס דארט פיהל ערגער, ווייל אלס וואס פאסירט אין יענעם לאגער איז על פי הוראתו המפורשת. דער שטיין זאלץ ווייס יעדער האט גארנישט מיט'ן רבי'ן שליט"א, דער בג"ץ פארברעך כאטש וואס דעם רבי שליט"א וואלט געפאסט מוחה צו זיין, אבער אריינגיין אין בג"ץ האט ער נישט געהייסן (די הלכות קען איך נישט, כ'ווייס נישט צי מען האט יא אדער נישט געמעגט אריינגעבן די קלאגע אין בג"ץ, אבער אויך דא גיב איך זיי נאך, לדבריכם), אנדערש ווי ביים בנו הגדול וואו ער מיט זיין בוזעם פריינט דעם מוסר ומלשין (וְלַמַּלְשִׁינִים אַל תְּהִי תִקְוָה וְכָל הַמִּינִים כְּרֶגַע יֹאבֵדוּ וְכָל אוֹיְבֵי עַמְּךָ מְהֵרָה יִכָּרֵתוּ וְהַזֵדִים מְהֵרָה תְעַקֵּר וּתְשַׁבֵּר וּתְמַגֵּר וּתְכַלֵּם וְתַשְׁפִּילֵם וְתַכְנִיעֵם בִּמְהֵרָה בְיָמֵינוּ בָּרוּךְ אַתָּה ד' שׁוֹבֵר אוֹיְבִים וּמַכְנִיעַ זֵדִים, אמן!) איז דער איניציאטאר פון יעדן ריר, אין אדם נוקף אצבעו עד שמכריזין עליו בצאנז קאורט ואיכא דאמרי עד שמכריזין עליו בבית חב"ד, ער זעלבסט בניו ובני בניו איז אונטערגעשריבן אויף געריכט פאפירן, אבער אין דעם אנדערן לאגער איז קלאר נישט אלעס אויף די קלארע הוראה פון רבי'ן שליט"א, איז אויטאמאטיש נישט אלעס וואס דארט פאסירט זיין אחריות. קענסט טענה'ן אויף די קהילה, אבער עס האט נישט מיט איהם דירעקט. דריטנס והוא העיקר, הגאון הגדול פלוני שליט"א איז בעונותינו הרבים געפאנגען ביי דעם רב הראשי, "זיין ווארט איז קיין ווארט, זיין מיינונג איז קיין מיינונג", זיין חתימה האט נישט קיין האפט ווי ער אליין האט שוין עטליכע מאל געזאגט פאר דעם און יענעם, און עס איז נישט קיין סוד. "בלענק טשעק". און ווי איינער פון די מספידים ביים מעמד הוצאת ספר תורה אין קרית יואל האבן געשריגן אין זיין ריכטונג, קענסט טאקע נישט מוחה זיין אבער חלש'ן האסטו געדארפט! מה שאין כן די רבנים איבערן בריק זענען פולשטענדיג אומאפהענגיק. ער איז ערגער פון בעלז, ערגער פון ליובאוויטש, ווען די דערמאנטע האבן איינגעפיהרט ענדערונגען אין זייער גלויבן, האט קיינער נישט פארשווארצט די פארגייער, דער בעלזער האט נישט געזאגט אז דער מהרי"ד איז געווען א ציוני אד"ג, און דער ליובאוויטשער האט נישט געזאגט אז דער רבי דער שווער איז געווען א משיח שקר אד"ג, זיי האבן אממייסטנס אויסגעמעקט שטיקער היסטאריע וועלכע שמעקט זיי נישט, דער עושה העגל אבער אין צוגאב צו מעקן היסטאריע שרייט אז די פריערדיגע זענען געווען שוואכע אידן אין זיין שאטן, זיי האבן געגעסן חמץ און נבילה, און ווער ווייסט וואס נאך קומט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 20:35 |
|
| |
תוקן על ידי נוטראלער ב- 17/01/2010 20:36:31
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 19:55 |
|
| |
בעלז און סאטמארפארזעצונג פון פריער א. בעלזבעלז אינעם נייעם לבוש, האט געצויגן אויפמערקזאמקייט ביי די ברייטע מאסן, וועלכע האבן זיך געווייכט פון די אריגינעלע בעלז. א בעלז וואס טיילט מער נישט קיין "פארציעס", איז דאך א מחיה! א בעלז וואו אלעס איז פלוצים כשר וישר, אנגעהויבן פון אגודה, בחירות און געענדיגט ביי מזרחי, רבנות זענען דאך "נארמאלע" מענטשן. פלוצלונג האט יעדער זיך אנגעהויבן שפירן באקוועם מיט בעלז, און בעלז מיט יעדן. צוביסלעך האט מען אפגעשיילט נאך און נאך פון די אלטע, ווי דערמאנט אין די פריערדיגע קאפיטלען, ביז עס איז געווארן א פארטיי וועלכע קען מיט הארמאניע קלאפן מיט אנדערע חסיד'ישע פארטייען, מיט ליטווישע קרייזן, מיט ספרד'ישע ארגאניזאציעס, איבערהויפט ווען מען פאראייניגט זיך אין פאליטיק. די האס געגן אמאליגן בעלז איז פארשוואונדן. מען לעבט אין גוטן מיט יעדן. די געדרייטע גארטל און די שטעק שיך איז פארוואנדלט געווארן אין אזא מין מאדע. ב. סאטמארקיין סאטמאר פלעגן קומען נאר אזעלכע וואס האבן געוואלט קומען. געווען וואס זענען געקומען צום רבי'נס שובבי"ם תורות, צו די הושענא רבה דרשות, צו די תורה נאך חנוכה ליכט צינדן, עס האט יעדער געוואוסט וואס סאטמאר באדייט. ווער עס האט נאר געהאט א גוטן געדאנק אויף די מדינה האט נישט געהאט וואס צו זוכן דארט. ער האט פיינט געהאט די פיהר ווענט. וויפיל מאל האט דער רבי זי"ע געשריגן אז ווער האט א מחשבה אז עס קען ארויסקומען א טובה פון די רשעים זאל ארויס פון בית המדרש. פלוצים קומען אריין קיין סאטמאר אזעלכע וואס זענען שותפים מיט די ציונים, זיי קריגן דארט אן העפליכן קבלת פנים און א אנגענעמע רייזע ארום דעם "מהודרת"; פאר א ראש העיר, אן אינטעגראלער טייל פון די ציוניסטישע מדינה און רעגירונג, שענקט מען גערן א באזוך אינעם גע'אסר'טן פאבליק סקול, בשכנות פונעם "מהודרת", ווען א היימיש"ע דאלמעטשער שטייט ביי די זייט צו איבערזעצן פונעם טמא'נעם העברעאיש; רעדנער וועלכע טרעטן אויף ביי אגוד'יסטישע קאנווענשאנס זענען גאסט רעדנער ביי כ"א כסליו מאלצייטן און אנדערע געלעגנהייטן; רעדנער וועלכע האבן אין די עפנטליכקייט גערעדט געגן רבי'ן זי"ע'ס דעת תורה קומען באקוועם אויפטרעטן אין זייערע שולן; די אלע דערמאנטע שפירן זיך נישט אומבאקוועם אריינצוגיין אין "סאטמאר", ווייל די "היינטיגע" סאטמאר האט שוין יעדן ליב. "ער" איז קלוג. מען קען שוין "כמעט" פון אלעם רעדן; מען פאררופט באקוועמערהייט אין קרית יואל אן אוונט צו שאפן געלד פאר א ביידל פון די משיח'יסטישע באוועגונג אין קאליפארניע. די מאדע אינערהאלב דעם בלאטיגן לאגער איז מאמענטאל דאס רעדן געגן ציוניזם. יא, שוין טאקע געווען אן אלטער באוואוסטער ראש ישיבה וועלכער פלעג כל ימיו רעדן געגן ציונות, און אין דער זעלבער צייט געהייסן אלס חוב קדוש יעדן אנטיילנעמען אין די בחירות.
די גמרא זאגט אבער סהדי שיקרי אאוגרייהו זילי, א פרעמדער, נישט סאטמארער, ערווארט קנאות פון א סאטמארער, אצינד, לאכן זיי אין הארצן אויס נישט נאר דער הערשער, דעם Führer, נאר אויך דעם אלטן רבי'ן זי"ע, אז ענדליך איז זיין "שיטה" דורכגעפאלן, אז זיין "אייגענער" "ממלא מקום" (עפ"ל) איז שוין געקומען צום באוואוסטזיין און ווייסט שוין אויך, אז דער וועג איז נישט קיין וועג. מען מוז לעבן גוט מיט יעדן.
היכי דמי אפיקורוס? כגון הני דאמרי מאי אהנו לן רבנן!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2010 20:29 |
|
| |
זבח אהרן, זייט ממשיך. עס איז מלא תוכן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2010 05:00 |
|
| |
זעהער שטארק געשריבן!, פראפעסיענאל, גאר טיפע נקודות! אז דו קענסט יא, אל תמנע טוב מבעליו, בארייכער אונז נאך מיט דיינע געדאנקען.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2010 02:15 |
|
| |
אנטשלדיגט ער זאגט בכלל נישט קיין היסטאריע, צי זאגן אז לבאוויטש היינט, איז נישט פון אמאל, נאר ווייט אוועק לא קרב זה אל זה, צי זאגן אז בעלזא היינט, איז נישט פון אמאל, נאר ווייט אוועק לא קרב זה אל זה, דארף מען נישט קענן קיין היסטאריע,
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2010 20:24 |
|
| |
זיין שיין געשריבען
דער שרייבער האט אבער דעם זעלבער פראבלעם ווי פארמעליך
יענער איז געווען א שיינער קענער אבער ווען עס איז געקומען צו סקווער וויזניץ אין ליובאוויטש האט ער פארקויפט די באבקעס וואס מען פארקויפט פאר די קיעלעך אין סאטמאר די זעלבער זאך מיט דעם שרייבער ער ווייסט גאנץ גוט סאטמארער היסטאריע אבער ווען עס קומט צו בעלז אין ליובאוויטש האט ער די זעלבע ידיעה ווי א כיתה ז אינגל אין סאטמאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2010 19:27 |
|
| |
נעבעך, דער דיבוק האט זיף צידיבוקט, וויזוי האט רבי משה שטערנבוך שליט''א גיזאגט, טראגט עם שנעל צי א דוקטאר!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2010 19:21 |
|
| |
בעלז, ליובאוויטש און סאטמאר(פארזעצונג פון פריער) א. בעלזווען בעלז האט פרובירט ווייזן פאר די וועלט אז "בעלז איבער אלעם", האט ער זיך איינגעהאלטן ביז נאך די הסתלקות פון רבי'ן זי"ע, ווען "אזל גברא דמסתפינא מיניה", און טראצדעם וואס אין קטמון איז ער געגאנגען אין די סאטמארער תלמוד תורה, און ווען ער מיט זיין רביצין האבן זיך גענויטיגט אין א ישועה האבן זיי געוואוסט צו קומען צום רבי'ן זי"ע וואו זיי האבן זיך אויסגעוויינט בקודש פנימה, האט ער אבער זיך נישט געקענט איינהאלטן און זיך איינגערעדט אז אויך יעצט איז "בעלז איבער אלעם", און גענומען טרייבן שפאס פון דעם רבי'נס זי"ע דעת תורה, מינדליך און שריפטליך, אנגעהויבן מיט א מיאוס'ע זינלאזע אטאקע יענעם מוצאי שמחת תורה אויפן צדיק הדורות און אויף דעת קדשו, פארן בלויזן חטא פון זאגן אנדערש פון פעטער, נאכגעפאלגט מיט שענדליכע ארטיקלען אונטער א פארבארגענעם פסעוודאנים אין "המחנה החרדי" און אין "המעין" און אין אנדערע ערטער, וואו ער האט מכלומר'שט אפגעוואנדן דעם ויואל משה. בעלז איז איזאלירט געווארן. ער האט באשטימט אן אייגן בית דין גלייך נאך די פטירה פון רבי'ן זי"ע, דער גאב"ד, אויך פאפא'ר רב זצ"ל דער גרויסער תומך בעלז האט זיך דאן אנטזאגט צו וואונטשן מזל טוב ווען מען האט טעלעפאנירט פון בעלז. אן אייגן לשכת הכשרות, שחיטה אפאראט, ולא נתקררה דעתו ביז ער האט אנגעהויבן בויען מיט אידיש בלוט דעם "גרעסטן בית המדרש אויף דער וועלט". אבער בעלז איז נאך אלץ נישט איבער אלעם. פארוואס? ער האט דאך שוין "אלעס"? א קליין הייפעלע אידן בעלזער חסידים האבן זיך נישט געבויגן דעם קאפ פאר איהם. זיי רופן זיך אבער בעלז! א עזות! מען מוז צושטערן הכנסת ספר תורה'ס, צוברעכן שויבן, רויבן ספרים פון די געשעפטן, טעראריזירן בעלזער שרייבער וועלכע זענען נישט מודה בקיומו. נאר איך בין בעלז. יענער האט נישט קיין אנדערע השקפה ווי איהם, אבער "אייין ג-ט, איין רבי'ן" האבן געזאגט די בעלזער יושבים. דאס איז נישט פאנאטיק. עס מוז זיין "העכער אלעם" אין פולן זין פון ווארט. ב. ליובאוויטשדארף מען דען איינעם אנטדעקן ווער עס איז געווען דער גרינדער פון חב"ד-ליובאוויטשער דינאסטיע? דער אלטער רבי דער בעל התניא, וואס חסיד'ישע אידן אומעטום האבן אין אלגעמיין אנגענומען זיינע פסקי הלכה. נאך איהם זענען די רבי'ס געווען גרויסע אידן, און ווען עס האבן זיך אנגעהויבן די גייסטישע צרות אין רוסלאנד אונטערן צאר, זענען די ליובאוויטשער רבי'ס געווען פון די ראשי המדברים צו אוועקשטעלן אידישקייט עס זאל חלילה נישט אונטערגיין. וויפיל מאל זענען זיי ארעסטירט געווארן פאר דעם בלויזן זינד פון פארשפרייטן אידישקייט, די גרעסטע גדולי התורה אין רוסלאנד און אין אנדערע לענדער, מתנגדים צו חסידות, האבן זיך פאראייניגט אונטער איין פראנט צו קעמפפן פאר אידישקייט. ווען דאס ציונות איז געבוירן אין בודאפעסט, האבן די ליובאוויטשער רבי'ס געשריבן זייער שארף געגן די נייע באוועגונג. אויך געגן די דייטשע אגודה באוועגונג זענען זיי שארף ארויסגעטראטן. יעדער שינוי אין אידישקייט איז דארט שארף באקעמפפט געווארן. קרוינהייטס. חב"ד איז פארוואגלט געווארן קיין אמעריקע. תשי"א איז א נייע הנהגה אריין אין קראפט אונטער דעם שלייער פון א שטודירטן קורץ געקליידעטן קנייטש היטל דאלארן פארטיילער. יאהרן זענען פארלאפן און חב"ד האט אנגענומען נייע אמביציעס. א שפאגל נייער טייטש אויף "יפוצו" האט פארפלייצט די וועלט קאנטן פון די רוישיגע מומביי אינדיע ביז די פארפרוירענע ענקארעדזש אלאסקא. ענדגילטיג איז חב"ד פארוואנדלט געווארן אין א שליח'יסטישע-משיח'יסטישע באוועגונג, מער אדער ווייניגער. 770 איז עולה בגימטריא כמנין בית משיח. ליובאוויטש איז נישט וואס אמאל. אויסערליך. בעלז און ליובאוויטש זענען ביידע נייע באוועגונגען מיט אלטע נעמען. יש אומרים אז זיי טוען אויף פאר אידישקייט. מיר וועלן נישט נעמען דא קיין מיינונג דערויף. אבער מיט די אלטע בעלז האט די נייע נישט קיין פארבינדונג, מיט די אלטע ליובאוויטש האט די נייע נישט קיין פארבינדונג, אפגעזעהן וואס די נייע שלאגן פאר. טראצדעם, איז די אלטע בעלז געבליבן פארהייליגט, די אלטע ליובאוויטש געבליבן פארהייליגט. קיינעם דוכט זיך נישט אז ר' ישכר דוב איז געווען א משכיל אדער ציוני'סט חלילה, און קיינער צווייפלט נישט אין די גרויסקייט פונעם בעל התניא אדער צמח צדק. קושטא קאי, די נייע אנשויאונגען פון די באוועגונגען האבן נישט באוויזן צו פארשווארצן דאס פנים פון די אלטע רבי'ס און נישט צו מינערן די קדושה פון זייער תורה. עס איז ביי אלעמען באקאנט אז טראצדעם וואס יענער רופט זיך ליובאוויטש, איז ער נישט ליובאוויטש. ער האט איהם גארנישט געהאלפן. ג. סאטמאראין די ראמען פון א קהילה וועלכע שטרעבט צו א לעבן פון מהדרין מן המהדרין אויף די רעלסן פון די פארצייטישע מסורה וועלכע איז איבערגעפלאנצט געווארן פון אייראפע צום אמעריקאנער-טעכנאלאגישער קאנטינענט, אפגעזונדערט פון די גאס מיט אלעם, פארעמט זיך אן איינפאכע רבי'סטווע מיט אלע קלאפערגעצייג. אלעס דרייט זיך ארום נומערן: צענדליגער באגלייט צו און פון לופטפעלד; טויזנטער האבן זיך באטייליגט דא אדער דארט; צענדליגער טויזנטער קויפן פלייש אדער מצות; הונדערטער טויזנטער ליינען דעם בלאט און די קוקן די בילדער אין דעם "אויפגעכאפטן" מאגאזין; מיליאנען האבן זיך געגאסן ביי אלף שמות. אויטאמאטיש, אלעס וואס גייט נישט אין איינקלאנג מיט די אלהים אחרים, מוז מען צושמעטערן און אפלאכן. מען שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט אין דער וועלט. ער איז אפן מודה אז דאס האט מיט אידישקייט גארנישט. יענער איז נישט ווינציגער יוד אדער קנאי, איינפאך קנאה, פאליטיק און סאדיזם. ווי אן אינקוויזיטאר, געפייניגט אידן מיט די געפערליכסטע מעטאדן. אויך ווען די אינקוויזיציע איז צושמעטערט געווארן, איז זיין בארבאריזם נישט ווייכער געווארן מיט א האר. ער האט נאכנישט "אלעס". ווידער איז דער מזל אין סאטמאר בעסער ווי דארט. נישט אין בעלז און נישט אין ליובאוויטש האט זיך אויפגעבויט אזא מעכטיגע ווידערשטאנד געגן דעם פרעמדן אריינדרינגער. טויזנטער סאטמארער קינדערלעך איבער די וועלט ווייסן נישט און וועלן בעז"ה קיינמאל נישט וויסן ווער ער איז, און זיי וועלן בלייבן סאטמאר, אפשר בעסערע פון איהם; געציילט זענען די סאטמארער בתי מדרשים אין "זיין" שטאט קרית יואל וואו ער קען אריינשטעקן א פוס; אין צוויי דריטל וואקסענדע מוסדות אין "זיין" שטאט "קרית יואל והגלילות" עקזיסטירט ער נישט; סידור קדושין אין "זיין" שטאט אין גלילות צאנקעט איצט דעם לעצטן פלעמל, און הויכט אט אט אויס די נשמה; אזא מעכטיגע דעמאנסטראציע פון עטליכע טויזנטער געגן דעם הויפט גייסטליכער האט נישט בעלז און נישט ליובאוויטש אמאל געזעהן אדער גע'חלומ'ט. מען וועט מיט כח גענצליך פארטרייבן דעם ווילדן געוואוקס פון סאטמאר, אויב זיינע פאנאטיקער באגערן קענען זיי מיט איהם מיטפליהען. א שאד אבער זיי זאלן אוועק פון סאטמאר, ס'איז דא דארט אסאך טייערע יונגעלייט און חשוב'ע שטיבער. ער מעג זיך רופן סאטמאר, און אפילו אפקויפן דעם מאנאפאל דערויף ביי די בילדער מאגאזינען און אינטערוויוער. קושטא קאי זאגן חז"ל. אין סאטמאר, וואו א גרויסער טייל (מעגליך דער גרעסטער) האט זיך אנטזאגט צו אנערקענען דעם גאון אלס גייסטישער פיהרער, וועלן פארגעסן ווערן אלע פרעמדע פלאנצונגען וועלכע מאנכע האבן איינגעפלאנצט מיט געוואלד. ער מעג זיך און אנדערע איינרעדן אז ער "טוט אויף" פאר אידישקייט, דאס וועט איהם אבער גאנץ ווינציג העלפן. די אלע זאכן מאכן איהם נישט סאטמאר. יא, ער קען, און זאל, אויפבויען א נייע פארטיי, זאל ער עס רופן וויאזוי ער וויל, גלייך ווי די אנדערע האבן געטון, אבער רבותי, ווערט נישט צוטומלט פון די אלע זאכן, מען האט דאס שוין געטון אין די פארגאנגענהייט, יענע זענען אנגעקומען וואו זיי זענען אנגעקומען, יעצט קומט דער דריטער צו גיין. ער וועט אבער נישט נעמען מיט זיך גאנץ סאטמאר ווי עס האט פאסירט אין בעלז אדער אין ליובאוויטש, די סייעתא דשמיא וועלכע עס האט באגלייט דעם רבי'ן זי"ע ביים לעבן, באגלייט איהם באשיינפערליך אויך ווייטער לאחר הסתלקותו, און עס וועט אלעמאל בלייבן אידן מיט דעם אלטן נאמען מיט די אומגעפעלשטע מסורה, זיי וועלן זיך נישט לאזן פארפיהרן פון פאלשע לייט, און זיך נישט אפשרעקן פון גיפטיגע ארטיקלען וועלכע שפעטן פון די התקשרות וואס סאטמארער אידן האבן צום רבין זכרונו לברכה, און עס זאל קיינעם נישט באנג טון אז נאך איינער א פאלשער רופט זיך מיט דעם זעלבן נאמען. כבר היה לעולמים. ער וועט קיינמאל נישט האבן "אלעס". אפשר "עפעס". דעריבער טייערע אידן וועלכע זענען דארט, כאפט אייך באצייטנס אין וועלכן ריכטונג די באן פאהרט, עפנט די אויגן ווילאנג איהר האט נאכנישט פארשפעטיגט. איהר וועט נישט חרטה האבן. און די אידן וועלכע געפינען זיך נישט דארט זאלן טאקע זעהן ווייטער אנצוהאלטן די מסורה וואס דער רבי זי"ע האט איינגעפלאנצט מיט טרערן, און שטיין אויף דער וואך אז די באן זאל נישט נאכאמאל פאהרן אויף אנדערע ריכטונגען. ווען עס פאסירט א טעות, וועט דער קלוגער זיך היטן נישט צו גרייזן נאכאמאל, דער נאר וועט אבער קעמפפן מיט ציין און נעגל אז קיינער זאל זיך נישט וואגן אנצורופן דעם טעות ביים נאמען, און דעם גרייז וועט איהם דינען אלס וועג ווייזער וויאזוי צו באגיין נאכאמאל און נאכאמאל דעם זעלבן טעות. ענדגילטיג וועט ער בלייבן מיט בלויזע טעותים, און דער ריכטיגער לעבנס שטייגער וועט גענצליך פארגעסן ווערן. בעלז און ליובאוויטש יוכיחו.
תוקן על ידי זבח_אהרן ב- 13/01/2010 19:23:37
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2010 19:05 |
|
| |
איך ווייס נישט וואס דער ציל פונם שרייבער איז, איין זאך איז מיר זיכער:
דער שרייבער האט מלקט געווען האלבעטע מעשיות און שטעלט זיך אהער ווי א ידען... ער איז שוואך באקאנט אין היסטאריע. איין קליינע דוגמא וועל איך ברענגען. דער בעלזא'ר רב מהרי"ד איז אלעמאל גערופן געווארן ר' ישכר דוב, דעם שרייבער'ס ניצן ר' ישכר בער צייגט אויף זיין אומוויסן אין היסטאריע.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 22:37 |
|
| |
זאגסט גאנץ פיין, נאר נישט א יעדער פארשטייט די דאזיגע שפראך, בבחינת "מען נישט מיט א ערל קיין ברטנורה, מיט דעם אלעם, איז זיכער דא מענטשן וואס האבן הנאה פון דיין שרייבן, ואני בתוכם,
געדענק וואס די האסט געשריבן אויבן, פארזעצונג קומט אי"ה
|
|
|
|
|