אן אומשולדיג בחור'ל וועלכע איז אריין אין צענטראלן סאטמאר פלייש געשעפט אין בארא פארק די פארגאנגענע וואך דאנערשטאג, אראפריקן "קאטשקע" פון די פאליציעס האט אויפגעטרייסעלט די אייגענטימער פונעם בוטשער, איבער די נידערטרעכטיגקייט פון דעם אזויגערופענעם הרב יצחק שטיין, און ווי שוידערליך מיאוס ער איז דורכגעפאלן מיט זיין שייגעץ שטיק.
אנגעהויבן האט זיך עס דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג צופרי, ווען דער בלאט האט אויפגעדעקט דעם אמת און מערערע שוחטים זענען געווען דערביי אז דער הרב יצחק שטין איז גאר געווען דער וועלכער האט געוואלט מתיר זיין די טריפה'נע קאטשקעס אין G&G. און ווען קיינער האט עס נישט געוואלט מתיר זיין האט ער באשלאסן צו נוצן זיין אלטע שייגעץ שטיק טריקס פון באשמוצן קרית יואל.
למעשה האט זיך דער באנדיט ארומדערזעהן אז זיין טונקעלער פרצוף קומט דא ארויס, האט ער שנעל געשיקט א יונג בחור'ל צו "שאפן" 2 פעקלעך קאטשקע פלייש פון די בארא פארק בוטשער און דאס אים דעליווערן.
דער בייזוויליגער פלאן פון הרב יצחק שטיין:
דער באנדיט הרב יצחק שטיין האט דא געוואלט באגיין א כיטערערן שייגעץ שטיק קעגן קרית יואל, און דערמיט נקמה נעמען אין "דער בלאט". דהיינו:
1) ער וועט שאפן טריפה'נע מוסקאווי קאטשקעס פון א גוי'אישן פלייש געשעפט.
2) ער וועט עס שיקן צו א לאבאראטאריע.
3) ער וועט דערנאך נעמען די לעיבלס וואס דער בחור'ל האט אים אראפגערוקט פונעם סאטמארן בוטשער.
4) ער וועט ארויפלייגן דעם לעיבל אויף די טריפה'נע מוסקאווי און צייגן דעם באריכט פון די לאבאראטאריע אז סאטמאר בוטשער פארקויפט טריפה'נע קאטשקעס.
די אומגעלונגענע גניבה:
דאנערשטאג נאכמיטאג פ' שמות תש"ע שפאצירט א בחור'ל אריין אינעם גרויסן סאטמארען בוטשער סטאר אין בארא פארק און וויל קויפן קאטשקע פלייש.
אבער ער דערזעהט זיך אז איין פעקל קאסט בערך 30 דאלאר, פיל מער געלט וויפיל הרב יצחק שטיין האט אים געגעבן.
א בחור איז דאך א בחור, איז ער געגאנגען אין פראבירט אריינצוריקן 2 פעקלעך פלייש אינטערן מאנטעל.
ווער האט דיך געשיקט???
דער בחור האט נישט געוואלט דערציילן ווער עס האט אים געשיקט. ער האט זייער מורא געהאט פון אהייב, און דער האט ער זיך גע'עקשנט פון אנהייב, ביז מ'האט אים געדראעט אז מ'ועט אים לאזן ארעסטירן פאר שאפליפטיג און אז מ'וועט פארשפרייטן די בילדער פון אים, ביז ער האט מודה געווען אז נישט קיין אנדערער ווי הרב יצחק שטיין אליין, האט אים באויפטראגט מיט די שמוציגע מיסיע. דער בחורל האט ממש געוויינט אז מ'זאל נישט ארויסגעבן ווער ער איז, ווייל ער ציטערט פון זיינע עלטערן.
במשך די פאר טעג פון דאנערשטאג נאכמיטאג ביז היינט צופרי, איז מען דערגאנגען אויף די שפירן פון דעם שמוציגן פלאן פון הרב יצחק שטיינ'ען, און אצינד ווארטן מיר צו באקומען דעם לאבאראטאריע רעפארט פון דעם באנדיט. און לאמיר זעהן וועלכע לעיבלס ער גייט דא יעצט שאפן, צו איבערצייגן פון וואנעט די טריפה'נע מוסקאווי קומט.
עס לאזט זיך נישט גלייבן וואס הרב יצחק שטיין דער מאכיל נבילות וטריפות איז אלס אומשטאנד !
איינע פון די פעקלעך קאטשקע פלייש וואס איז שוין געלעגן אונטערן מאנטעל פונעם בחור'ל, וואס הרב יצחק שטיין האט אונטערגעשיקט.
איבער 31 דאלאר האט דאס פעקל פלייש געקאסט.
תיקון טעות:
איך האב ממש יעצט באקומען א קארעקשאן, אז דעם בחורל האט מען למעשה געכאפט אינדרויסן פון געשעפט. נישט אין געשעפט ממש. ווען איין פעקל איז אים נעבעך ארויסגעפאלן אומבאלימפערט.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 11/01/2010 00:04:45
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/01/2010 01:45:07
נשלח ב-14/1/2010 23:39
אלס איינער וועלכער קען שוין ר' יצחק שטיין פאר אסאך יארן, וויל איך דא אריינווארפן אפאר ווערטער וועגן אים, כאטש צו דעם פרשה האט עס גארנישט.
דוקא קען ר' יצחק שטיין גאנץ פיין לערנען (לאפוקי פון זיין טאטן......) אבער דא ענדיגט זיך דאס, קיין יראת שמים, קיין מידות, קיין ערליכקייט, קיין מענטשליכקייט. און איך האב די אלע זאכן געזאגט מיט כונה, נישט סתם געשריבן אין די וועלט אריין. און צו דעם אלעם איז ער א פשוט'ער בלאפער און פאלשער יונג.
מיום עמדו על דעתו האט ער געוואלט זיין א גרויסער רב און ווייזן זיין כח, און פאר דעם טאקע האט ער געלערנט, כדי צו קענען אנקומען צו דעם.
זיין טאטע נעבעך האט גארנישט אויף דער וועלט, אן זיינע קינדער און אייניקלעך האט ער ניטאמאל מנין אין זיין בימ"ד אין ב"פ, ממילא וויבאלד דאס לעבן איז אים ליידיג אין אויסגעשפילט ציט ער זיין חיות פון האקן און רעדן און שימפן אויף דעם ביטערן שרעקליכן ר' אהרן טייטלבוים (וואס, בד"וו, האט אים קיינמאל גארנישט געטון. פאר ווער עס ווייסט האט ר"מ שטיין זיך אליינס אפגעזאגט פון די ישיבה אין ק"י, כאטש דער בעל ברך משה האט זיך געבעטן צו אים ער זאל בלייבן, אבער ער מוז דאך האבן איינעם וועמען צו באשולדיגן.....). כאטש ער האט זיך שוין מער ווי איינמאל צונאר געלייגט מיט די סארט נארישקייטן, און זיינע בני משפחה האבן זיך געבעטן צו אים ער זאל זיך נישט נאריש מאכן, אבער וואס קען מען טון, דאס גיט אים חיות. נעבעך.
מיט דעם אלעם וואס דער גרויסער קלוגער פאלטישאנער רב ציעט זיין גאנץ חיות פון האקן אויף רבינו שליט"א, דאך איז דער בענאק זיינער ר' יצחק גרייט געווען צו ווארפן דעם טאטן איבערן דראנג ווען מען האט גע'אפערט פאר זיין ווייב א גוטער דשאב אין די סאטמאר בית רחל מיידל קעמפ, מיט עטליכע יאר צוריק, ער האט שוין געהאט אנגענומען דעם פאסטן און געווען רעדי צו גיין אין בית רחל מיידל קעמפ און אינגאנצן אויסדרייען דעם דאשיק, אלעס פאר אפאר טאללער.
אבער אזוי ווי די זאליס האבן זיך געכאפט אז זיי קענען נאך פארלירן אזא געטרייען באדינער, זענען זיי שנעל געלאלפן און אים געאפערט מער געלט, אבי ער זאל נישט אריינפאלן אין די הענט פון די אהרונים.
דא שטייט די מהודר'דיגסטע שחיטה אין אמעריקא וואס יעדע רב וואס באזיכט דארט (אין פארשטייט זיך אז יעדער ווערט דארט אריינגעלאזט) ווערט ממש נתפעל וויפיל געלט מ'צאלט נאכצוקומען יעדע חומרה אין הידור.
אין פין די אנדערע זייט שטייט דער צר עין אין באקט סקאנדאלען מיט די הילף פין די שוואכסטע בוטשער אין וומ''ס אין ווער ער זעהט אז מ'כאפט אים פאר די מעשה ווערט ער ווילד
נשלח ב-11/1/2010 20:42
ר' יונה זיכט דא צו ריינוואשן די שמוץ וואס פון זיין מהודרת שחיטה, וואס האט ליידער פארקויפט טריפהנ'ע קאטשקע פלייש, און הגה''צ רבי יצחק שטיין שליט''א האט אין באזיץ עטליכע אזעלעכע פעקלעך מיט די חותם פון וועד הכשרות פון קרית יואל,
ר' יונה האט געזעהן כי כלתה אליו הרעה און נאך פאר עס קומט ארויס אויף די גאס האט ער שוין א פארטיגע "אמת'ע" מעשה מיט א בחור וכו' וכו' און א טוץ קללות און השמצות אויף ר' יצחק שטיין שליט''א , {וואס ער באלאנגט ווען צו די אהרונים וואלט ער געווען א שר התורה, שר הכשרות, ועוד}
נשלח ב-11/1/2010 20:16
דאס איז מיין שאלה:
פארוואס האסטו יעצט מחליט געווען זיך צו נעמען צו ר' יצחק'ס ביינער און באקן די מעשה אויף אים?
ליתר הסבר:
ביי די חנוכת הבית פון 'ישיבת חכמי לובלין' האט ר' מאיר שפירא געזאגט אויפן נדבן "איך בין אים נישט מקנה וועגן די געוואלדיגע מצוה פון מנדב זיין דעם בנין, ווייל אויף דעם באקומט ער שוין כבוד, איך בין אים מקנה אויף די מצוה וואס ער האט געטון בסתר - וואס יענע מצוה - בבחינת מצוה גוררת מצוה - האט גורם געווען ער זאל טון דעם מצוה"...
איך וויל וויסן מיט וואס ר' יצחק האט דיר אזוי אויפגערעגט אז די האסט זיך גענומען באקן אויף זיין חשבון.
נשלח ב-11/1/2010 20:10
ער האט מחליט געווען. איך שפיל אויף זיין טערמינען. ווען ער וועט אויפהערן מיט זיין שחצנות וועל איך אויפהערן.
זאל ער מודה זיין על האמת, נישט מוסיף זיין חטא על פשע.
נשלח ב-11/1/2010 20:09
יונה, פארוואס האסטו יעצט מחליט געווען זיך צו נעמען צו ר' יצחק'ס ביינער?
נשלח ב-11/1/2010 19:59
ווער גיט די השגחה אויף סאטמאר בארא פארק
הרב יצחק שטיין.
זעהסט די נעמען ווער עס גיט דעם הכשר?