א ארטיקל וואס די זאליס האבן ארויף געשטעלט אין זייער פארום. פון היינט און ווייטער איז דער זבח אהרן דער אקסיזשען פאר די זאליס, פארמעגליך פארט אראפ פון די ארענע...
(אזהרה והתראה:
יעדער פרואוו פון גילוי שמות וועט גענומען ווערן גאר שטרענג, אפגעזען צי ס'איז יא אדער נישט ריכטיג!
ראו הוזהרת!
די הנהלה)
בעלז און סאטמאר
א. בעלז
צווישן די גרעסערע חסיד'ישע הויפן וועלכע האבן איבערגעלעבט די צווייטע וועלט מלחמה זענען די הויפן פון בעלז און סאטמאר.
וואס האט באדייט א בעלזער חסיד? "בעלז איז אלץ געווען א חומה נשגבה פאר אידישקייט". א פארצייטישער בעלזער יושב אדער חסיד, איז געווען אזעלכער וועלכער איז געווען אפגעהיטן פון דעם מינדעסטן נדנוד איסור קל של דברי סופרים, אין מחשבה אין דיבור און אין מעשה. די בעלזער רבי'ס זענען געווען די ראשי המדברים ווען עס האט זיך געהאנדלט מיט מלחמת הדת, די בעלזער רבי'ס זענען געשטאנען אונטער דער ערשיינונג פון דעם ארטאדאקסישן צייטונג מחזיקי הדת, וועלכע איז געווען קלאר געציהלט געגן די משכילים און פורצי גדר. א בעלזער חסיד האט נישט אריינגעקוקט אין חידושי הרש"ש אין דעם באוואוסטן ווילנער ש"ס ווייל זיין זוהן ר' מתתיה האט שטודירט.
דעם בעלזער חסיד איז נישט געקומען אויפן געדאנק צו לערנען משניות מיט דעם שטארק אויפגעכאפטן פירוש תפארת ישראל, ווען עס איז איהם אונטערגעקומען אזא משניות האט ער געלייגט ביידע הענט אויף אלעם וואס איז געדרוקט אונטער דעם שטרייך, ווייל זיין זוהן ר' ברוך יצחק איז געווען אן אנגעליינטער. דאס בעלזער קנאות איז געווען באוואוסט פאר יעדן. די בעלזער זענען ארויס געגן ישוב ארץ ישראל צוליב די אינטערווענץ פון די מזרחי, און אין בעלז האט מען אויסגערופן פאר כל נדרי אז מען זאל גיין בצניעות און אז מען טאר נישט האבן קיין פארבינדונג מיט די ציונים.
ס'איז געווארן א נייע וועלט. בעלז איז צוליב א סיבה איבערגעלאזן געווען אין אייראפע און דארט פארגעסן געווארן. אין תל אביב איז געבוירן געווארן א נייער בעלז. ווען דער רבי זי"ע איז געווען ביי איהם אין תל אביב שנת תש"ו האט ער איהם געזאגט, נו סאטמאר רב, וואס זאגט איהר צו תל אביב? ס'איז שוין היינט אנדערש ס'איז שוין דא חסידים, האט דער רבי געזאגט, יא! תל אביב איז אנדערש, און די חסידים זענען אנדערש. שטאפלווייז האט בעלז זיך דערווייטערט פון בעלז, ביז עס האט דערגרייכט א מצב וואס דאס היינטיגס בעלז האט אזויפיהל מיט בעלז ווי יענער שייגעץ (בעלזער שפראך) וועלכער זינגט "בעלז מיין שטעטעלע בעלז" האט מיט בעלז, בלויז דעם נאמען, אבער טרוקן פון תוכן, עס העלפט אויך נישט דאס זינגען "בעלז וועט זיין א ווינקל פאר תורה און יראת שמים ביז משיח וועט קומען". פון בעלז ווייסט מען היינט דורך די "בעלזער ניגונים" און פון די קונטרסים וואו עס ווערן געדרוקט בעלזער בריוו, און ווען עס ערשיינען בילדער אין די וועכנטליכע בילדער מאגאזינען. נישטא דער ברען. דאס קנאות פאר אידישקייט איז קאפוט. פארטיליגט.
דער שורש פון אלעם איז רעפארם. מען שטרעבט אויף רעפארם. השכלה. נארמאלקייט. די אמאליגע בעלזע נשמה טרעפט זיך נישט קיין פלאץ אין די היינטיגע בעלזער גופים. ס'קען הייסן בעלז, און ס'מעג זיך אפילו רופן מחזיקי הדת, אבער ס'איז פארט נישט בעלז און זיכער נישט מחזיקי הדת. די אלטע בעלזער רבי'ס זענען אין די היינטיגע בעלזער אויגן פאנאטיקער, עקסטרעמיסטן. זיי שעמען זיך מיט די קנאות'דיגע רבי'ס זייערע, אין די ביכלעך, בלעטלעך ארטיקלעך וועלכע די היינטיגע בעלזער דרוקן, ווערט נישט דערמאנט דאס אמאליגע קנאות, עס שטימט נישט מיט די היינטיגע "נארמאלע" רעפארמירטע קהילה. אויסגעמעקט.
גאנץ לעצטנס האבן זיי אנגעהויבן דרוקן בילדער. אין בעלז איז מען זייער שארף געווען דערגעגן. דער ערשטער בעלזער רבי האט פון יענע וועלט אראפגעשיקט א שריפה וועלכע האט פארברענט זיין בילד. וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט דעם אלטן אויסגעוועפטן "משוגעת"? מען דרוקט אן אריינפיהר צום ערשטן קונטרס אין די סעריע אז אין אמת'ן האט מען אין בעלז יא געהאלטן פון בילדער, מען ציטירט א מעשה'לע צוויי, און זאפארט ווערט דער סתימת הגולל אויף נאך א בעלזער "ווינקל".
ווער רעדט נאך פון די לימודי חול, וואס בעלז איז געשטאנען על המשמר געגן די פרעמדע אריינדרינגער, איז אבער ביי די רעפארמירטע בעלזער דאס נישט דאס מינדעסטע פראבלעם, מען קען האלטן רעדעס אויך העבערעאיש, טראצדעם וואס ר' ישכר בער האט געזאגט אז די העברעאישע שפראך פארברענט א אידישע נשמה, און מען קען לערנען די ענגלישע שפראך מיט די קינדער אין ירושלים נישט קימערנדיג זיך מיטן חרם, ווייל מ'מוז רעפארמירן. דאס קנאות פון אייראפע קען מען נישט אדאפטירן אין היינטיגן לעבן.
בעלז איז ליידער פארשטארבן. בגשמיות און ברוחניות. פון דאס שטעטעלע בעלז איז ליידער פארבליבן בלויז די מצבות, די רשעים האבן פארניכטעט די גאנצע שטאט בעלז מיט איהרע חסידים אינאיינעם. ברוחניות איז בעלז געבליבן אויף יענעם בית עלמין, אונטער די מצבות פון די הייליגע צדיקים וועמענס נאמען עס ווערט גענוצט אויף א רעפארמירטן פארעם, א שטייגער ווי בן גוריון ימ"ש האט גערופן זיין לאנד "מדינת ישראל", טראצדעם וואס ער האט נישט געוואלט וויסן וואס "ישראל" איז.
יא, די שטייעדיגע תורה און די לאכעדיגע מלוה דמלכה פיגורירן נאך אלץ, און עס ווערט אבער דאס איז נאכגעמאכט, גענוי ווי א זייף וועלכער שמעקט ווי לימענע אדער יאגדעס, און די פירמע איז בארעכטיגט מצד דער רעגירונג צו שרייבן מיט קידוש לבנה אותיות "לימענע סאדע" אדער "יאגדעס אייזקריעם", טראצדעם וואס מען מיינט בלויז דעם קאליר און גערוך, ווען אין אמת'ן איז עס בלויז סם-המות זייף און פארב. בעלז איז היסטאריע.
ב. סיגעט-סאטמאר
סיגעט, און דערנאך סאטמאר, איז געווען די אונגארישע (על שם העתיד) בעלז. די רבי'ס האבן אויפגעבויעט א חומה בצורה פון די דרויסנדיגע וועלט. די סאטמארער תורה פארמאגט די מערסטע חומרות: די "שיטה", שחיטה, ניקור, זאלצן, זמנים, צניעות, ציונות, בחירות, נעמען געלט, כותל המערבי, נסים, שפראך, חינוך הבנות, און וואס דען נישט אין יעדן הינזיכט פון אידישן לעבן. נאך די קריג האט סאטמאר זיך צובליהט ברוחניות ובגשמיות, אינאיינעם מיט די שטרענגסטע חומרות. דאס איז סאטמאר.
ס'איז זונטאג פארטאג כ"ו אב. "אויס וועלט". דעם יורש האט זיך אנהויב געדוכט אז ער ירש'נט אויך די חסידים, אבער שטאפלווייז האט ער פארלוירן די סאטמארער חסידים, ס'זענען אויסגעוואקסן סיגעטער (על שם העתיד) חסידים, ס'האבן זיך געמאכט מערערע בין אדם לחבירו פראבלעמען דא און דארט, ס'איז געגאנגען קלעפ און אידישע נכסים זענען געשעדיגט געווארן, אבער עס לאזט זיך זאגן אז אין אלגעמיין איז סאטמאר געבליבן סאטמאר, הויפטזעכליך בין אדם למקום. די הנהגה האט זיך געענדיגט מיט א ברודער קריג. ביים לאגער פונעם עלטסטן דערקענען זיך נויגוגענגען צו רעפארם. די ערשטע איז מינערן דעם טייל פון רבי'ן זי"ע אין סאטמאר, און איהם טיילן גלייך אויף גלייך מיט דעם יורש. מוז מען דאך מאכן א רבינו הקדוש פן ביידן, און אזוי ווי דער "פעטער" האט געשריבן דבר ה' אשר היה אל יואל, מוז מען דא שרייבן וזאת הברכה אשר ברך משה איש האלהים. ווען די נשמה האט אויסגעהויכט, האט מען איהם באהאלטן נעבן פעטער. ס'איז דאך דאס זעלבע. נאכער טרעט מען צו אויסצומעקן דעם "ויואל משה". "דער זכות פון רבינו הקדוש בעל דברי יואל, און דער זכות פון רבינו הקדוש בעל ברך משה זאל ביישטיין פאר אונז אלע" האט מען געקארמעט אין די רעדע צו די אומשולדיגע קינדערלעך ווען זיי האבן זיך אפגעטיילט פון די צענטראלע קהילה און געמאכט אייגענע מוסדות.
"טאמער וועסטו מיינען גלייך אויף גלייך, ניין זאג איך דיר"! א פרעמדער דארן איז געווארן איינגעפלאנצט אין סאטמאר. "ענדערש זיך בוקן הונדערט מאל צום צלם ווי לערנען איין ווארט עברית", איז דארט א געלעכטער. טעגליכע טעלעפאנישע געשפרעכן אויף די טמא'נע שפראך, העברעאישע צייטונגען און מאגאזינען זענען דארט אפטע געסט. "זאל הייסן שמעון און נישט שמעון", ווי ר' יו"ט עהרליך זינגט. "זאל הייסן חיה און נישט חיה". דער ברך איז בלויז געווען א בריקל צווישן איהם און רבי'ן.
עס דערקענט זיך דעם שוואגערס שטרעבן צו רעפארם, "נארמאלקייט" בלע"ז. באוויינען א מזרחי'סטישע ישיבה איז בלויז דער אנהויב פון די רעפארמען. יא, טאקע דער בעלזער שוואגער, וועמענס פארגייער זענען נישט אריינגעקומען צום טיש ווילאנג א מזרחי'סט איז דארט געזעסן, האט באגלייט ביי די לויה. רעפארם.
סאטמאר האלט דארט ביי די גסיסה. אט אט הויכט עס אויס די נשמה. בלויז די פאלשע "ארטיפישעל" סאטמאר וועט מעגליך דארט פארבלייבן גענוי ווי אין בעלז. דערווייל פארמאגט ער נאך אן עולם סאטמארער חסידים, אבער ווען בעלז איז פארבערט געווארן האבן נישט אלע צוגעשטימט. ווען מען האט געשיקט די קינדער אין די "היימישע" מוסדות האט זיך אלעס זייער שנעל געטוישט, און ביסלעכווייז איז גענצליך אויסגעריסן געווארן בעלז פון בעלז. דער היינטיגער דור ווייסט שוין נישט וואס בעלז האט באדייט פאר עטליכע צענדליג יאהר צוריק, עס וויל זיך דוכטן אז קנאות איז געבוירן אין סאטמאר. א טויט קלאפ פאר בעלז.
אבער, דער מזל פון סאטמאר איז פארט בעסער ווי אין בעלז. ביים אומגעלונגענעם נישט טאלאנטפולן ברודער, איז סאטמאר נישט פארשטארבן. סאטמאר לעבט. ניין, דער רבי איז נישט געווען קיין פאנאטיקער, קיין משוגענער, מיר שעמען זיך נישט מיט איהם, מיר דארפן נישט צענזורירן זיינע ספרים און טעיפס, מיר האבן איהם אלס צו פארדאנקען, דעם יורש האט מען געמוזט נעמען אלס הוראת שעה, אבער נאך די הוראת שעה מוז מען נישט בארעכטיגן אלטע טעותים, צו פארעכטן פגימו"ת, בודק זיין פון ווערי"ם און אריינעמע"ן דעם שייגע"ץ. דא וועט נישט פאסירן וואס אין בעלז. ביז משיח'ס טאג וועט מען הארעווען צו פארשטיין דעם ויואל משה, דעם רבי'נס רצון איז אונזער ווילן און חינוך. אלע פרעמדע אפגעטער ווערן צושמעטערט אויף שטויב. קנאות איז נישט פאנאטיק, דער רבי קען רואיג זיין ינוח על משכבו, ושפתותיו דובבות בקבר, און מען דארף דאנקען דעם רבונו של עולם וואס ער האט אפגעטון פון אונזערע קעפ דעם געפאר אז אין סאטמאר זאל געוועלטיגן די בני הגר.
צו זיין סאטמאר מוז מען נישט רודערן בונטעווען, ערפינדן מצות וואס אזעלכע זענען נישט געווען מימות פרעה נכה, אדער אזעלכע פלייש וואס ניטאמאל דער פליענדער שליו איז עפעס ווערט אין זיין געגנווארט, און מיט אזעלכע זאלץ וואס אשת לוט פלאמט פאר בושה דערנעבן, ווער רעדט נאך פון די חתונה תקנות וואס אפילו דער פעטער לבן האט נישט געכאפט, און זיי ווערן אויפגעכאפט איבעראל אפילו אויף דער לבנה. מען קען זיין א פשוטער איד אהן קיין שרייעדיגע בלאָטיגע קעפלעך אז דער אדמו"ר און יענער בנש"ק האט שוין אויך איינגעזעהן דעם אמת אז משה רבינו איז געקומען מיט אן ענן קיין אריזאנע און געברענגט פאר די אידן ווייץ פאר די מצות (זיי דערציילן אבער נישט אז די געשפריצטע בלוט איז אויך געקומען פון קרית יואל, און אז די נוגשים מצריים זענען געווען אזעלכע וואס האבן שאדן געמאכט אידישע פענסטער, רעדער און אנדערע נכסים).
פארזעצונג קומט אי"ה