זיי האבן פראבירט צו פרעשערן פאפא אז זיי זאלן מוזן סערווירן די 82 פלייש (ממליחה ואילך) אבער פאפא האט געזאגט, אויב נישט קרית יואל, וועלן מיר סערווירן פיש אדער ירקות, נישט אייער פלייש. מיר וועלן זיך נישט בייגן פאר ענקער טעראר. און אויב א גאנץ יאר זענען מיר מהדר צו נוצן דוקא בית השחיטה מהודרת, וועלן מיר נישט מכשיל זיין אונזער ציבור מיט מפוקפק'דיגע פלייש ממליחה ואילך.
הדא היא דכתיב:
להחזיר עטרה ליושנה
נשלח ב-31/1/2010 23:54
נפל וואס איז געשעהן? האסט זיך ציקריגט מיט דיין פאפאנער חבר??
נשלח ב-13/1/2010 19:52
ח"ו איך האב נישט געהאט אזא הו"א איך נאר געפרעגט אויב די האסט שוין אן אפדעיט ווייל לעצטע מאל האסטו אים געפרעגט תכ"ד האב איך געמיינט ער שטייט נעבען דיר...
אבער אפשר דערווייל קענסטו אויפזיכען זייער טעל. אין דיין טעל. בוך?
אזוי אויך האסטו מיר נישט גענטפערט אויב די האסט גערעדט צי אים פאר'ן שרייבען דיינע "פאקטען"
נשלח ב-13/1/2010 19:44
די מיינסט טאקע איך בין דיין נער? די וועסט מיר הייסן פרעגן און איך וועל לויפן טון?
אני אתנהלה לאיטי, איך וועל אים פרעגן ווען עס וועט אריינקומען אינם שמועס, ווארט געדולדיג
נשלח ב-13/1/2010 19:40
נפל, עני אפדעיט?
נשלח ב-12/1/2010 03:29
וואס נפל האט גערעדט ווייס איך נישט, דעקלעראציע האט שוין אבער יא גערעדט....
נשלח ב-12/1/2010 03:19
זעיט אויס נפל האט נאכנישט גערעדט מיט זיין חבר פון פאפא
נשלח ב-12/1/2010 03:07
ווייסט איינער למעשה וואס עס איז געווארן סערווירט ביי די פאפא דינער?
נשלח ב-11/1/2010 21:43
נפל
די האסט געפרעגט דיין חבר פאר'ן שרייבען די "פאקט" אז זיי דארפען קיינעמס פלייש אדער נאכדעם?
דיין חבר איז דאך מודה אז ער ווייסט נישט וואו פאפא שעכט, איז וויאזוי ווייסט ער די צווייטע האלב?
ווער זענען זייער שוחטים ובודקים???
למעשה וועלכע פלייש האט מען סערוויט ביים דינער?? (פיש קען נישט זיין ווייל יונה איז דאך א שקרן)
נשלח ב-11/1/2010 21:33
נפל כתב:
איך האב געפרעגט א חבר מיינער א פאפא'נער און דאס איז זיין תשובה
"איך ווייס נישט אין וועלכע 'בנין אדער קאמפאני' מיר שחט'ן און עס איז נישט קיין נפק"מ, ווייל מיר האבן אונזערע אייגענע דיינים און אייגענע שוחטים ובודקים, מיר קויפן נישט קיין פלייש וואס יענער האט גע'שחט'ן, קען זיין אז מיר האבן אפאר מאל ארויסגעדינגען די קרית יואל בית השחיטה אויף געוויסע שעות, אבער מיר האבן קיינמאל נישט געקויפט קיין פלייש פון זיין"
אויב איינער איז נאכנישט איבערצייגט אז נפל איז א שקרן ווי אלע זאלי'ס זאל ער אליין אריינגיין צו פאפא בוטשער אין פרעגן דארט נפל'ס חבר ווי מ'האט ג'שחט'ן די פלייש........
יא! פשוט געמאכט מעשיות, שקר ווי מהרז"ל אליין
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/01/2010 23:50:22
נשלח ב-11/1/2010 21:27
נפל דאסמאל האסטו דיך פארגעסן דו שרייבסט 'מיין פאפא'נער חבר' וואלסט געברויכט צו שרייבן 'מיין פאפא'נער שוואגער' וואס האט פאסירט ס'האט זיך דיר גענדיגט די שוואגער'ס ---
נשלח ב-11/1/2010 21:21
איך האב געפרעגט א חבר מיינער א פאפא'נער און דאס איז זיין תשובה
"איך ווייס נישט אין וועלכע 'בנין אדער קאמפאני' מיר שחט'ן און עס איז נישט קיין נפק"מ, ווייל מיר האבן אונזערע אייגענע דיינים און אייגענע שוחטים ובודקים, מיר קויפן נישט קיין פלייש וואס יענער האט גע'שחט'ן, קען זיין אז מיר האבן אפאר מאל ארויסגעדינגען די קרית יואל בית השחיטה אויף געוויסע שעות, אבער מיר האבן קיינמאל נישט געקויפט קיין פלייש פון זיין"
נשלח ב-11/1/2010 21:16
נפל
איך פארשטיי אז יונה איז א שקרן און די "פאקט" איז אז פאפא דארף נישט אנקומען צו "קיינעמ'ס" פלייש
איז אפשר לייג אויך ארויף די אדרעסס און טעל. פון זייער בית השחיטה? (אויב די ווייסט נישט פרעג דיין שוואגער פון פאפא...)
שכלדיג
די לייקענסט שוין אז פאפא האט בכלל א בוטשער?
נשלח ב-11/1/2010 19:10
עס איז אלעס חלומות דער הייליגער בעל ויחי יוסף פון פאפא זללה"ה האט זייעהר ליב געהאט דייקא פיש
נשלח ב-11/1/2010 19:04
כמעט יעדע קהילה וואס האט א אייגענע בוטשער נעמט פין קרית יואל אין אנדערע ווערטער: א ערנסטע רב אדער מורא הוראה - א מדקדק בכשרות איז מקפיד צו עסן דווקא פין קרית יואל
נשלח ב-11/1/2010 18:38
נפל אז די ווייסט נישט רעד נישט פאפא נעמט פאר זייער אייגענע בוטשער טשיקען פין קרית יואל שחיטה איר קענט אריינגיין זיך איבערצייגען