צו אלעם ערשטענס מוז איך ארויס ברענגען מיין שאקירונג ווען איך האב געליינט אין דעם בעקערי פארום אז איר ווינדערט זיך פארוואס איך אדרעסיר צו אייך מיינע בריווען. עס ווינדערט מיך אז צו פרעגען די פראגע פארמאגט איר יא גענוג שכל. איך בין זיכער געווען אז איר פארמאגט ניטאמאל קיין שכל צו דעם, אבער פארט וועל איך אייך נישט ענטפערען די פראגע אייערע, ווייל עס איז נישט מעגליך איר זאלט דאס אמאל כאפען.
אבער וויבאלד איר זענט די איינציגע משפחה וואס ליינט אזוי ערליך שמואל ווידערס שטותים און איר באלעקט אייערע נארישע פינגערס מיט הייד פארק זשורנאליזם, וועל איך ווייטער אייך שרייבען אויך די בריוו, און איך בעט אייך, האטס שכל, און פארשפרייט נישט די בריוו. קיינער מוז נישט וויסען אז איך האב אייך געשריבען נאך א בריוו.
אזוי אז איר וועט קיינעם נישט דערציילען אז איך האב געשיקט נאך א בריוו, וועט די גאס נישט געוואר ווערען אז איר זענט אזעלכע קיען. ווער האט אייך געהייסען אז איר זאלט פארשפרייטען אין דעם בעקערי פארום מיין ערשטע בריוו? פארוואס האבען דאס אלע ארונים געמוזט זען, און געמוזט עפענען 7 פרישע אשכולים אינעם בעקערי פארום? איך בעט אייך ווען איר באקומט די בריוו, ליינט עס אפ און ווייזטס עס נאר פאר די משפחה. און אויך, ווייזטס עס נישט פאר די איידעמער אדער שנורען. נאר פאר אזעלכע וואס פארמאגען עכטע מיטעלמאן בלוט און מוחות. איינער וואס הייסט נישט מיטעלמאן און איז נישט א רעכט אייניקל פון די מיטעלמאנס, זאל עס נישט זען.
איצט צום ענין.
ווי איר ליינט דאך אלעס וואס ווערט געשריבען אין הייד פארק דורך שמואל ווידער, מיט א געוואלדיגע פארגלויבטקייט, האט איר דאך זיכער פארכאפט צו לייענען דעם אשכול ווי דער שרייבער מיט'ן נאמען "אריגינעלער" האט פארגאנגענעם פרייטאג פארן זמן אריינגעכאפט צו שרייבן אז "ז. געלב מיט מ.וו.ק" "ווילען" האבען שייכות צו עפעס א "פרשה" און דערפאר האבען זיי אויפגעמאכט א מעשה צו ארעסטירען איר מאן.
פארשטייט זיך אז דער "אריגינעלער" האט נישט אויסגעלאזט צו ענדיגען מיט א ווארענונג: "נעמט אראפ אייערע לאפעס פון די פרוי" (דעם אשכול האט מען מיסטעריעז אראפגענומען מוצש"ק).
דער שרייבער מיט'ן נאמען אריגינעלער איז פאר זיכער אזא חשובער יונגערמאן ווי למשל דער ארוני דיין ר' בנציון לאוב. עס קען אנדערש נישט זיין. איך בין זיכער אז אונטער דעם נאמען שטייט אזא סארט יונגערמאן אז ווען מען זאגט ווען אויף אים אזא מעשה נבלה ווי ער שרייבט כסדר אויף צענדליגער יונגעלייט, וואלט זיך קינד און קייט געעפענט מויל און אויערען פון גרויס שאק אזוי ווי מען זאגט ווען אזא מעשה אויף הרב לאוב.
נאכמער בין איך זיכער אז דער שרייבער "אריגינעלער" איז אזא סארט צדיק וואס וואלט רואיג געקענט זיין א גרויסער אדמו"ר פון פריערדיגען דור. און איך וועל מסביר זיין מיינע ווערטער.
עס איז באקאנט אז דער הייליגער ישמח משה האט אמאל געזאגט אז ווען ער ווייסט ווען פאר זיכער אז דער אויבערשטער גיט גיהנם פאר א מצוה וואלט ער ווייטער געטאן דעם רצון ה'.
עס איז באקאנט אז דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז ער לאזט זיך שיסען אבער ער וועט נישט אויפהערען צו שרייען און זיך לאזען הערען דעם אמתן דעת תורה.
דער שרייבער "אריגינעלער" וועט נאך זיינע 120 ארויפקומען אויף יענער וועלט וועט ערך דערזען מיט א ליידיגער קאנטע, אן קיין חלק לעולם הבא, ווייל איבערבעטן אזא ריזן ציבור וועט אים נישט גענוג זיין אפילו ער זאל לעבען נאך 150 יאר, און דעריבער וועט מען אים שיינערהייט לאזן מעלדען, ר' נפטר טייערער, איר קענט זיך גיין טרעפען מיט אחאב, מיט בלעם און מיט די אנדערע וואס האבען ל"ע נישט קיין חלק בעולם הבא.
נו, וועט דאך אונזער טייערער הייד פארק שרייבער גלייך מסביר זיין פארן בי"ד של מעלה, אז נישט אז ער האט אנגעוואוירען זיין חלק לעולם הבא. גענצליך נישט. ער האט דאס אליין אויפגעגעבען. ער איז לכתחילה געווען אנגעגרייט דערצו ווייל אזוי ארום האט ער אפגעראטעוועט סאטמאר פון די "שונאים", ער האט אפגעראטעוועט צענדליגער יונגעלייט רח"ל פון זינדיגען, און ער דארף גארנישט אפילו א חלק אין עולם הבא.
זאלט איר וויסען, חשובע מיטעלמאן משפחה, אז די שרייבער פון ר' אהרןס הייד פארק זענען נישט סתם אבי ווער. זיי זענען די עידית שבעידית, די שענסטע וואס כלל ישראל פארמאגט היינט. יעדעס ווארט פון זייער שריפט איז מיט מסירת נפש ממש. זיי געבען זיך איבער פארן באשעפער, פאר סאטמאר, פאר די תורה"ק. און זיי לאזען זיך אפילו קאסטען די שווערסטע פרייז וואס א איד קען נאר באצאלען וואס דאס איז "אין להם חלק לעולם הבא".
יא, עס קען זיין אז זיי האבען שוין פארשעמט הונדערטער משפחות פאר דעם איינעם חטא ווייל זיי זענען נישט אויף איין פארטיי מיט זיי, אבער צו ראטעווען סאטמאר פון די חברה, מוז מען פאר יעדע פרייז.
מיט דעם וויל איך מסיים זיין מיינע שורות צו די חשובע משפחה, אז איר זאלט וויסען אין וועמענס שריפט איר זענט ב"ה אזוי אדוק ומקושר און איר זאלט וויסען אז איר מעגט שטאלצירען מיט אייער קעפ און מוחות און זאלט דאס ווייטער איבערגעבען פאר קינדער און פאר קינדסקינדער.
ווי עס שרייבט, פארמעגליך
נ.ב. נאכאמאל ביטע, נישט ארויסגעבען די בריוו, ווייל מענטשען וועלן נאך געוואר ווערען אז איר האט נישט קיין שכל
הנ"ל
נשלח ב-13/1/2010 23:49
גרינטושי כותב
אויב דאס איז פארמעגליך האט ער פערלוירען זיין כשרון
איך ווייס באמת נישט וואס דער בעל האשכול וויל דא.
זיכער, ער האט געטשעפט די מרא דאתרא פון כל העולם כלו, און די קפידה האט געשאד,
פארמעגלך 1 אדער 2
געב אפ א דאנק פארן מרא דאתרא על כל העולם כלו, אז ער האט דיך נישט געהארגט אויף טויט, ווייל ער האט דאס שוין געטון מיט אסאך פון זיינע שונאים
אין מיין מיינונג איז דער נייער פארמעגליך2 נישט קיין שכן אדער אפילו א ווייטער קרוב פון דעם אריגינעלן פארמעגליך, איך וואלט אפילו חושד געווען אז ער איז גאר אן נארוני וואס האט מאיזה סיבה א חשבון מיט די מיטלמאן'ס, און קען באשטיין צו רייטן אויף פארמעגליך'ס (אויף די זאלונים'ס) נאמען..
נשלח ב-12/1/2010 01:09
איך בין שוין לאנג און א מבוכה, (האט נישט מורה איך שלאף נאך ב"ה גיט ביינאכט) מה טיבו, פונעם בעל דין תורה, דינן איז ער סתם א טיפש וואס קויפט אויך אפ, אלעס וואס מען פארקויפט עם, און די רעזלטאטן זעען מיר דא אויף הייד פארק, אדער איז ער גאר איינע פון די ארבייטער און די פעקטארי וואס מען מעניפעקטשערט, און מען פארקויפט פארן גאנצן געולם די פריש פאבראצירטע ווערסיעס וואס דער געולם גלייכט אפציקויפן, יעצט האב איך מחליט געווען אז ער ארבעט און די פעקטארי, טאמער מאך איך א טעות וואלט איך זיי גראטן זיי זאלן עם אריין נעמן ער קען די מלאכה גאנץ פיין,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 12/01/2010 01:10:44
נשלח ב-12/1/2010 00:14
קרעדיט ערעסטער:
איז שוין אמאל געווען אין די היסטאריע פין כלל ישראל, אז די שוואכע בקצה המחנה זאלען האבען די עזות חוזק צי מאכען פון אזא ערליכע גאטפארכטיגע משפחה וואס פירט זיך מיט אזא שטאלץ אויפען אלטען אויסגעטרעטנם דרך ישראל סבא מיט אן תמימות אין ישרות, ס'ווייזט נאכעמאל מיט וואס פארא כת מהאט ליידער ציטון וואס וועלען זיך פאר גארנישט אפשטעלען, אין שרייבען אפיציעל אינז מאכען חוזק פין ישרות, פון ערליכקייט, פון שמע בני מוסר אביך, רח"ל זיך אנרייצען עס איז שוין נייע צייטען ווארפטס שוין אוועק די אלטע תמימות, לכאורה איז אביסעל שווער צי פארשטיין וואס דער געמיינער שרייבער צילט דא מיט זיין גיפטיגע השחתה אין ליצנות ער רעדט זיך לכאורה נישט איין פאר א מינוט אז עס וועט אים געלונגען אריבער צישלעפן פון די משפחה אפי' געציילטע צי די נידריגע כת מיט ליצונת אין שאטנזירונג, אז זיי זאלען זיך נעמען מלעיג זיין על תורה ולומדיה ח"ו פין איין מינוט אויפען צווייטען, אדער זאלען זיי זיך נעמען ארעסטירען אין יו"ט אידען ח"ו, [אויך א מעשה פין ר' שמואל ווידער, מ'האט קיינמאל נישט איינגעשפארט 26 אידען בעצם יו"ט, אין מ'האט זיי קיינמאל נישט געקלאגט אין די געריכטען, קיינער פון זייער כת האט נישט אינטרגעשריבען אין יו"ט מיט א פעדער אן ארעסט באפעל,-אוי מאכט ער מעשיות- ] ער האלט דאך אויך נישט-לכאורה-[ער האט דאך זייער א הויכען איי קיו] אז מווארפט אוועק די קנאות פלוצלינג אין זיי גייען גיין צי די ציוניסטשן קארט זיך אויסציגלייכען ווען מ'האט א סיכסוך שומו שמים אין זיי זאלען גרייט זיין צי באקומען דין מסור רח"ל נאר כדי זייער איי קיו זאל ווערען געמאסטען אביסעלע העכער ביי די פינסטערע כת, ער ווייסט דאך אויכעט אז זיי זענען שטאלץ מיט אידישקייט אין מיט די תורה. ניין דאס קוקט נישט אויס ווי א בלויזער מיסיאנערישער שטיק אזא מין פארוואס מען ווערט גיט באצאלט, אין בכלל דארף מען פארשטיין טאמער זייער איי קיו איז אונטער זיראו [פארן נישט וועלען מיטגיין אין שפאן מיט די השחתה] וואס שטייט ער אין ווארט מיט זיי, וועלעכער קליגער מענטש פראבירט זיך צי טענה'ן מיט א צוויי יעריג קינד אין נאך שרייבען גאנצערטע בריווען, מיט אזא הויעכן אינטעליגנציע. ,אין פארגעשריטענקייט. אין טאמער האט ער יא ליגענט געזאגט אין האלט עכט נאך יא אז זייער נידריגען איי קיו איז שוין גארנישט אזוי זיראו דאן רעדט ער זיך איין אז א נארמאלער מענטש כאפט נישט לעכרליכקייט אז יא, ר' שמואל ווידער נ"י רעדט זיי כסדר איין מעשיות אז עטרת אברהם מאכט נישט אויסגעהאלטענע חתונות אין אז זיי האבען אויסגעריסען פיאות פון איינעם וואס איז געקומען צום ברך משה זי"ע אין קעמפ, אין עפעס א געבאקענע מעשה אז יוסל וואלדמאן האט זיך אויפגעשטעלט פאר די טרייפענע טעלעוויזיע באשמוצען ערליכע אידען, -מדמה זיין אדמו"ר מסאטמר זי"ע צי כו.. פאר 60 מיליאן גוים רח"ל, [פארפאלען ר' שמואל האט די פאך] אין די סיבה פארוואס מ'גלייבט עס, איז נישט ווייל די כת פראקצעטירען די השחתות אויפען נאר ווייל מרעדט זיי גיט איין, דער ר' שמואל האט אויסגעטראפען אז די כת האט אריינגעברענגט הינט אין כולל רח"ל פאר אימשילדיגע אינגעלייט אבער באמת איז די מעשה נישט געווען קיינער געדענקט עס נישט ס'איז נישט דא קיין בילדער די לומדי כולל האבען נישט געהאט קיין צער, נארמאלע באזעסענע מענטשן האבען זיך דעמאלטס נישט אפגעלאזט אין אפגעשאקעלט פין די כת עה סתם ר' שמואל'ס מעשיות. האלט טאקע די געמיינער לץ, אז א מענטש מיט אביסעל שכל אין מח כאפט טאקע נישט אז ר' שמואל איז נאר א מעשיות מאכער א שרייבער קענסט אים נישט גלייבען אבער איך א זאלי מיך זאלסטו גלייבען איך מאך נישט קיין מעשיות איך בין נישט סתם עפעס א הייד פארק שרייבערל איך ווייס וואס איך רעדט איך מיין דאך נאר ענקער טובה וואס מיינט דער לץ מ'כאפט נישט זיין ביליגער פרוב ער האלט טאקע אז מ'מיינט אז דא שרייבט א דיין אין נישט א ביליגער הייד פארק שרייבערל א פוסטער לץ וואס באקט מעשיות אין לשון הרע'ס אויף ערליכע אידן א יעדן שטיק צייט. אלא מאי קען גאר זיין .ניין. ער מיינט נישט אינגאנצן אז די משפחה מיוחסת -אדער אנדערע ערליכע משפחות- (ער ווייסט ניטעמאל פון די חשוב'ה משפחת גרינוואלד וואס איז אויך א געוואלדיגע שטאלץ און מוסטער פאר סאטמער אין פאר אלא ערליכע אידען צי קוקען אן נאכמאכען) גלייבן צי קוקן אפי' זיינע גיפטיגע שרייבעריי[וואס זיינע דירעקטע משלחים האבן געהאלפען אויסארבעטען] ער מיינט גאר צי פארתמ'ן די קעפ פון געציילטע אידען נאכשלעפערס פון די כת וואס טיט נאך אמאל וויי ווי מזעט וויאזוי מ'ארעסטירט אימשילדיגע אידען בעצם אזא הייליגע יו"ט מיט פאליצייאישע ווענס טראגט מען זיי ליידער אריין אין די ערגסטע תפיסות צי די גרויס צער פון די משפחות, די נאכשלעפערס האבען נאך אביסעל קשיות איוף די פירערס פון די כת הידועה, במילא מוז ער זיי פארסאמען מיט נאך א דאזע ליצנות, אין אונטער נעמען אזא געמיינער טאקטיק ווי מאכען ליצנות פון א אימשילדיגע ערליכע משפחה צי ווייזען פאר די געציילטע נאכשלעפערס קוקטס אן וואס מ'גייט מאכען פון ענק אויב עטץ גייט'ס נאך האבען ספיקות אין די כת השחתה מ'וועט גיט ליצנות מאכען פון ענק אונז וועלן מאכען פראפעגאנדע מיט ביליגע שרייבערלך, אז עטץ זענטץ טיפשים מיט אן נידריגען איי קיו. הו וועט עטץ זיין א חוזק בעסער זאלט איר גלייבען אין אונזערע לשון הרע'ס אין שמוץ דאן ועט איר הייסען חברה, אבער אויב נישט וועלען מיר נעמען הייד פארק שרייבער'ס אין ביטער ליצונות מאכען פון ענק פארען נישט גלייבען אלע לאקשען וואס אונז טרייען צי פארקויפן א יעדען טאג אויף סאטמער אזוי געניט איך ווייס נישט וואספארא איי קיו זייערע פארסאמטע קעלבלעך האבען נאך ליידער נאכדעם וואס מ'פיטערט זיי טאג טעגליך אזאלעכע שטותים אין געבעקסן ליצנות אין שקרים, אבער אפשר וועלען זיי איין טאג דאך איינזען אין וואס פארא בלאטע מ'האט זיי אריינגעפירט נעבאך מיט גיפטיגע דעמאגאגיע אין פראפעגאנדע יארען שוין ווער ווייסט. מ'טאר ח"ו נישט לאכען פין די אלע אריינגעשלאפטע זיי זענן נעבך א ביטערע רחמנות זאל זיי אודאי די אייבישטער העלפן ארויס קריכן פון דארטען. -אין נישט אזוי פיינט האבען ערליכע גאטפארכטיגע אידן,- אין זאלען אודאי נישט העלפען שטיפן די מרכבה פון אזא ביטערע מחלוקה אין אזאלעכע וואס גייען ליידער ליידער אין די טרייפענע בג"צ שומו שמים.
נשלח ב-12/1/2010 00:12
ווער איז דאס יטב לב? כאב קיינמאל פין עם נישט גיהערט! א קאנג. איז דא וואס הייסט קאנגץ יטב לב אין אויף דעם נאמען שלאגט מען זיך אין קארט, אין די זאליס כאפן א מפלה איינס נאכן אנדערן, אבער א מענטש מיט נאמען יטב לב האב איך קיינמאל נישט גיהערט.
נשלח ב-11/1/2010 23:56
דאס אז דער יטב לב האט געהייסן זאלי, ווייסן יא די ארונים?
נשלח ב-11/1/2010 23:31
א זאלי מעג אלעס, א זאלי קען שראבן אויף הרה''ח רבי יקיתיאל הערש ווערצבערגער שליט''א א שפעט נאמען ווי כסיל הערש ווערצבערגער אין ער כאפט זיך נישט אז זיין רבי הייסט אויך (ר') כסיל יודא טייטלבוים, אבער מיט א קנאפן שכל מעג מען אלעס.
נשלח ב-11/1/2010 23:18
איך וואלט געזאגט, לצנותא דע"ז איז וויכטוג, אבער נעמען א נאמען פון א משפחה, בשעת מען איז עוסק און לצנותא דע"ז, דאס מאכט אז די נאמען זאל ווערען א סימבאל פון לצנות, אזוי ווי חלה דעקל, דאס איז נישט ריכטוג, אפגעזען ווי גוט די ארטיקל איז,
נשלח ב-11/1/2010 21:55
דאס זעען מיר אז פארמעגליך אליין האט מאיזה סיבה אויפגעהערט צו שרייבן.
איך טראכט אז דער ניק פארמעגליך2 האט פשוט געוואלט האבן פאן, האט ער נאכגעמאכט פארמעגליךס ניק און געשריבן קעגן די מיטטעלמאןס עס קען זיין אז ער האט ארויסגעקאפיט עטליכע געדאנקען און שטיקלעך פון די ארגינעלע ארטיקלעך עס זאל אויסקוקן אריגינאל.
אויב דער עכטער פארמעגליך ליינט אונזערע ווערטער, אדער אויב דער צווייטער פארמעגליך האט קאנטאקט מיט ערשטן פארמעגליך, זאל ער אים איבערגעבן בשם כל הקהל הקודש, אז מען האט ערווארטעט עפעס קנאקעדיג, בשעת די אהרונים האבן אפגעשפארט דעם בית המדרש, און א גוטן אנאליז אויף דעם מסור דוד עקשטיין.
און ס'איז נאכנישט צו שפעט.
נשלח ב-11/1/2010 21:27
פארוואס גלייב איך יא אז עס איז דער זעלבער?
נשלח ב-11/1/2010 21:15
יעצט געליינט דאס איז ניקס דער אלטער פארמעגליך מיליאן פראצענט גאנץ א גוטע מהלך זיינע געמויזעכץ זאל האבן גוטע דעקונג
נשלח ב-11/1/2010 20:56
איך שטום צי צו יעדעס ווארט
דאס וואס די האסט געשריבען בתמיה אפשר איז עס נישט די זעלבע פארמעגליך איז עס ביי מיר א דבר ברור. ווי עס שיינט האט זיך פארגליסט פאר עימעצען צו באקומען א איבערפלוס פון צפיות האט ער זיך אדאפטירט דעם פאפולערען ניק- פארמעגליך
לכאורה א פאמיליע מיטעלמאן שונא
נשלח ב-11/1/2010 20:40
[פאלשער] פארמעגליך איך האב ערווארטעט א בעסערע ארבעט
איך ווייס אז נישט יעדער וועט מודה זיין צו מיר אבער דאך זענען מיר אויף הייד פארק ווי יעדער האט א רעכט צו זאגן זיין מיינונג בעזהשי"ת
קודם כל בין איך בכלל מסופק צו דער פארמעגליך #2 איז דער זעלבער אלטער פארמעגליך
היינט האט ער זיך גענומען אטאקירן איין פריוואטע משפחה פאר די איינציגסטע סיבה אז זיי זענען פארברענטע משוגענע ארוינים, אין אנדערע ווערטער, כדי צו קענען אטאקירן די ארוינים האט ער גענומען איין שעיר לעזאזל די משפחת מיטעלמאן און אויף זיי זיך אנלייגן אלע דרעק פון די ארוינים
פארמעגליך טייערער איך קען נאך צענדליגער משפחות אזוי ווי מיטעלמאן וואס זענען נעבעך פארברענטע ארוינים און זיי פארמאכן זיך די אויגן פון צו זעהן דעם מציאות, עס אנצולייגן אויף איין משפחה איז קינדיש נאריש און ארויניש
דריטנס: טרעף איך א גרויסע סתירה צווישן דיינע אמאליגע ווערטער און היינט, אמאל האסטו פעסט אראפגעלייגט ווי אלע ארוינים זענען פארמאכטע קעפ (איך קריג מיך נישט מיט דיר מיט די עצם פוינט) און אויף דער זעלבער איי קיו וואס דער רבי איז ווערן נאכגעשלעפט אלע חסידים (איך קריג מיך אויך נישט מיט דיר אין די נקודה, עס איז א פאקט וואס יעדער קען זעהן)
פלוצלינג קומסטו ארויס מיט א נייע באמבע אז בעצם אלע ארוינים פארשטייען שוין יא אז שמואל ווידער'ס געשרייבאכטצער טוט אויף ווי באנקעס אויף א טויטן, די ארוינים זענען אלע יא קלוגע מענטשן איינס ביי איינס, נאר ווער נישט? איין משפחה דארט זיי זענען די איינציגסטע מענטשן אנע שכל און אן איי קיו, נאר איין גאנצע משפחה ביי די ארוינים וואס שפרינגען נאך אלע משוגעת'ן, חוץ דעם איז דאס א פיינע חשוב'ע קהילה, די סתירה איז בולט
אויב איז עס אן אנדערער פארמעגליך קען עס שטימען, אבער אויב איז עס דער זעלבער דעמאלס האסטו יעצט נישט גיט געדרייט דעם רעדל, אנשטאט ווי דיינע אלטע ארטיקלען זענען מלא תוכן און אמת'ע פאקטן מיט די גאנצע היסטאריע פון די אראניזם מיט די בעבישקייט אויף וואס דאס פארט, האסטו זיך היינט גענומען צו איין משפחה אבי געהאקט אין קאפ