| נשלח ב-11/1/2010 18:50 |
|
| |
יענקעלע11: געכאפט 2 קווינס בחורים באגנבענען הויזן
אין סאטמאר בית המדרש אויף 10טע עוועניו, איז דא א גוי א ארבייטער
וואס קומט יעדן טאג, ער גייט אריין אין בוילער רום, (דארט האט ער זיין לאקער)
טיט זיך איבער און הייבט אן צו ארבייטן, די פאריגע וואך דאנערשטיג, דער גוי ארבייט
כרגיל און האט באקומען א טיפ פון א מתפלל אפאר דאלאר, ער גייט אראפ צים בוילער
רום און וויל אריין לייגן די פאר דאלאר אין זיין בערזל, ער גיט א קיק און זעהט אז
דאס בערזל איז ליידיג, ער איז זיכער געווען אז ווען ער האט זיך איבער געטוהן
איז דארט געווען 200 דאלאר, דער גוי האט געמאכט א ויצעקו, ער שרייט געוואלד
אז ער האט דארט געהאט 200 דאלאר וואס ער האט זיך אפגעשפארט און אז עמעצער
האט דאס געגנבעט, דער גוי האט געשריגן און געטומעלט אז ער דארף דאס געלט
פאר רענט, און אויב האט ער דאס נישט האט ער נישט ווי צו שלאפן, דער שמש ר' חיים
הערש פאלאטשעק נ''י האט עהם געגעבן קודם א הונדערטער ער זאל זיך בארוהיגן ער זאל
קודם ווייטער ארבייטן און עהם פארשפראכן אז מען וועט חוקר ודורש זיין און געוואויר ווערן ווער דער
גנב איז געווען, מען איז געגאנגען איבער קיקן די סעקיוריטי מאניטער ווידיאו פון בית המדרש
זעהן צו מען זעהט דארט עפעס און צו מען קען געוואויר ווערן ווער דער גנב איז.
מורי ורבותי, שומי שמים, עס קומען צוויי קווינסער בחורים זיי גייען ארום פארקויפן א
ראפל פאר קרן חתנים דקווינס, מען האט זיי אויפגענומען בכבוד גדול, זיי נישט ארויס
געווארפן, מאנכע אידן האבן זיך אפילו באשטייערט און די דאזיגע צוויי בחורים גייען אראפ
און זיי האבן דרוכגעפירט די גניבה, פון ווי איך ווייס? וועט איר פרעגן! איך האב געזען א קאפי
פון דעם ווידיאו איך האב זייערע נעמען, מען זעט קלאר ווי איינער גיט אכט אז די גניבה זאל
געלינגען, און דער צווייטער גייט אריין אין בוילער רום אויף א צוויי מינוט און ער קומט
ארויס מיט די הענט אין וועסטיל טאש און גיט א שמייכל און זיי שפאצירן אוועק כאילו לא הי',
זאל דאס זיין א מודעה ואזהרה פאר די צוויי בחורים, מען וויל אייך נישט מבזה זיין,
און מען וויל נישט מבזה זיין אייער משפחה, מען דארף צוריק דאס געלט, און אויב ביז
3 טאג באקומט מען נישט צוריק דאס געלט גייט מען שיקן דעם ווידיאו פאר די הנהלה
פון די קווינסער ישיבה און נאכער וועט מען טוהן וואס מען דארף צוטוהן, פון דעם קען יעדער זעהן
וואס פאר א פיינע בחורים עס לערנען אין קווינס,
עכ"ל פון יענקעלע11,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 01:30 |
|
| |
איך שטעל זיך צי צים בקשה כת השקרנים העולמי לייג עס זאפארט ארויף
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 00:19 |
|
| |
איך האב אים גערופען אין ער ווייסט אפילו נישט וואס איך וויל פון אים
גלייבסט מיר נישט? כאילו די האסט יא נאמנות.
אז די ווילסט עס נישט ארויפלייגען איז עס ווייל די האסט אזא ווידיאו ווי די בילד פון די פלייש
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 22:46 |
|
| |
האסט גיריפן ר' נפתלטשע בלומענפעלד? ער האט דאס גיזען!
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 22:16 |
|
| |
נישט דא קיין מוישעלע אין עס איז נישט דא קיין יענקעלע
עס איז נישט פורים אין וואס היידפארק ניק'ס שרייבען זענען ביי מיר אין ביי רוב נארמאלע מענטשען נישט ווערט לצור ע"פ צלוחית.
ברענג זאפארט דעם ווידיאו אז נישט האט עס אזא פנים ווי רוב ענקערע מעשיות
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 21:36 |
|
| |
סי פעלט שוין נישט אויס ארויף צי לייגן דעם ווידיו ווייל משהלע האט קאנפירעמט אז זיי האבן שוין ציריק גישיקט דאס געלט. אין אויב גלייבסטי נישט קענסטי פרעגן נפתלי בלומענפעלד, ער האט גיזען דעם ווידיו אין האט שנעל ציריק גישיקט דאס געלט, אין סאיז אמת אז די בחורים האבן גארנישט מיט ר' זלמן לייב ווייל 90 פראצענט פין קווינס בחורים האבן גאנישט מיט ר' זלמן לייב.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 21:28 |
|
| |
נו לייג שוין ארויף די ווידיאו
אין אז די ווילסט מיר פארקויפען אז די האסט רחמות אויף דע בחורים קענסטו אויסמעקן זייער פנימער מען זאל כאטש זעין צו דיין מעשה האט מער הענט און פיס פון דע אויפברעכן פושקעס ביים ציון צו דעם ביליד פונעם פעקל פלייש
א חברה לייצים
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2010 17:12 |
|
| |
| moishe12 כתב: |  | | קאנפירעמד מיטען גבאי אין 10 עס האט גארנישט מיט ר" זלמן לייב ישיבה די גאנצע מעשה אין מען קען אויך נישט זען קלאר ווער די בחורים זענען אין דאס געלט איז שוין אנגעקימען צירוק |
|
איך האב היינט גידאווענט אין 10טע עוו. אין איך פרעג דעם גבאי וואס ער זאגט צי משהלעס סטעיטמענט אז דאס איז נישט קווינסער בחורים אין אז מען האט שוין ציריק די געלט, זאגט ער מיר אז משהלע איז 1/3 גירעכט אין 2/3 שקרן, ווייל אויף דעם ווידיו זעט מען קלאר ווער די בחורים זענען אין זיי זענען יא קווינסער בחורים אין זיי האבן זיך טאקע שטארק דערשראקן אין שנעל אפגישיקט דאס געלט,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2010 03:06 |
|
| |
קאנפירעמד מיטען גבאי אין 10 עס האט גארנישט מיט ר" זלמן לייב ישיבה די גאנצע מעשה אין מען קען אויך נישט זען קלאר ווער די בחורים זענען אין דאס געלט איז שוין אנגעקימען צירוק
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2010 23:38 |
|
| |
נישט מער און נישט ווייניגער, זע איך עס הייבט זיך דארט אן א וויכיח, איינער שרייבט, ווער זאגט דיר ווען מען האט גענימען די פיקטשער, און ער בעט פראוו דערויף, און דער צווייטער ברענגט טאקע פראוו, מען קען אויף דעם זאגן אין קץ לדברי רוח, און אן נזקקין צי אלע זייערע מעשיות,
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2010 23:32 |
|
| |
און די שכינת'דיגן פארום, איז געווען א גאנצע מעשה אויף הרב ר' יצחק שטיין שליט"א אז ער האט געשיקט א בחור ער זאל עם ברענגען א פעקל פון די ק"י קאטשקעס פון זייער באטשער און בארא פארק, עס האט מיר אויס געזען אזוי ווי אלע זייערע מעשיות, מיט אמאל כאפט מיר אן א שרעק, וואס איז, איך זע אז זיי האבן ארויף געלייגט א פיקטשער, אבער איך שטיי, און איך זיך, וואס מען זעט דא אויפן פיקטשער, ווי אזוי איך וואלט מיך פארגעשטעלט אז אזא פיקטשער דארף אויס זען, זע איך דא נאר א פיקטשער פון א פשוט שטיקל פלייש, איך קוק אויף דע זייט און אויף די אנדערע זייט, מער ווי א פעקל פלייש זע איך נישט,
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2010 22:15 |
|
| |
דא איז געווען א ווידיאו פון איינער וואס לייגט אריין געלט און פושקע אין ציון הקדוש פון סאטמארער רבי זיעועכי"א אין דער וואס לייגט עס ארויף שרייט אז דארט דארף מען קענען זען ווי יענער פרובירט אויפצוברעכן דעם פושקע.
מן הסתם אין יעצטיגן ווידיאו זעט מען אויך א סאטמארער בחור אריינגיין אין ארויסגיין אין די וואס קענען ליינען צווישען די שורות קענען דארט זען א בחור לקחנט
תוקן על ידי רבינחום ב- 13/01/2010 22:15:01
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2010 19:05 |
|
| |
נייפל אין משהעלע שרייבטץ ארויס אפן אז מע זאל ארויף לייגן דעם ווידיו, איך האלט אז אויב איז דא פרעשער וועט מען ארויף לייגן דעם ווידיו, איך ווייס אויף 100% אז דער ווידיו איז דא, אין מע זעט קלאר ווער דע בחורים זענען, אלזא לאמיר זען, האטץ גאטס אין פארלאנגטץ די אהרונים זאלן דאס מפרסם זיין,
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2010 19:01 |
|
| |
זאג קלאר די האסט עפעס א באווייז אז זיי נעמען צי די געלט אדער די האסט אפשר נאר דאס אז איינער גייט אריין אין בוילער רום אין נישט פארגעסען די בילדונג איז אויך א ישיבה פין אלכסנדר מיט 300 בחורים אין זיי דרייען זיך אויך אינעם גאנצען בילדינג אויב האסטי קלארע באווייזען ווי דער בחור גייט אריין אין נעמט דאס געלט זאג אזוי נישט מאך א גאנצע דרייעניש דא
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2010 18:50 |
|
| |
הער אויף צו האקן אין טשייניק, ער האט נישט אזא ווידיאו! ער איז א שקרן!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2010 18:20 |
|
| |
| גערעכטער1 כתב: |  | איך מיין אז מעקען זיך לערנען פין אינזער יענקעלע, דא שראבט ער אז ער האט א ווידיו פין צווי קווינס בחורים ווי זיי גנבענען געלט פין א גוי, וואס מיינט איר אויב די זאליס כאפן ווען צוויי בחורים פין קרית יואל מיט אזא גניבה, ווי לאנג וואלט געדארט דאס זאל זיין אויף היידפארק אין איך רעד שוין נישט פין די שמיץ וואס זיי וואלטן גיגאסן אויף יעדן, זיי וואלטן באשמיצט דעם רבין די מנהלי הישיבה אין אלע בחורים, אין דא דער יענקעלע שראבט נישט מער אין נישט ווייניגער אז ער פארלאנגט נאר די בחורים זאלן ציריק געבן דאס געלט, אין אויב נישט וועט ער שיקן דעם ווידיו פאר די מנהלים פין קווןינס, נישט אז מע גייט זיי באשמיצן נישט אז מע גייט דאס פאסטען נאר שיקן פאר די מנהלים, אדרבה ער שראבט אז ער וויל זיי נישט באשמיצן, דאס הייסט א בעל מידות, נישט ווי די זאליס וואס האבן זיך פארלייגט אויף א משפחה פאר דעם איינציגן חטא ווייל זיי זענען כולו קודש, קיינער פין די משפחה האט נישט כורע געווען לבעל, אין פאר דעים קימט זיי מע זאל זיי אזוי באשמיצן, קיקט דעם חיליק פין אהרונים צי די זאליס. כל הכבוד יענקעלע!!!
אגב, א זאלי זאגט מיר אז סאיז נישט קיין יושר, די אהרונים האבן איין לעפקאוויטש אין איין יאקאבאוויטש אין איין בראווער, אין די זאליס האבן נישט קאן איין מיטעלמאן, אין ער זאגט אז פארדעם האט מען זיי באשמיצט. |
|
גערעכט
 |
|
|
|
|
|