דעבאטע: וואס זאל בוני עולם סערווירן פיש אדער פלייש
פאר די זאליס איז די וואך געפאלן א באמבע אינמיטן הוילען טאג
ווי שוין באריכטעט דא אויפן פארום האט פאפא מוסדות געמאכט די וואך זינטאג זייער יערליכע דינער
אינעם עטרת אברהם זאל, זיי האבן פארלאנגט אז מען זאל געבן נאר קרית יואל פלייש.
יאנקי הירש פלעגט געבן קרית יואל פלייש אבער ער האט געסאטפט ווייל מען האט לעצטענס איבער געשריבן זיין
קאנטראקט, אין די זאליס האבן זיך אויס גענימען מיט אים אז ער טאר נישט אריין ברענגן קיין קרית יואל פלייש.
למעשה האט פאפא סערווירט " פיש " ביים דינער ווייל זיי עסן נישט קיין 82 פלייש.
ווי ס'שטעלט זיך ארויס א חוץ די זאליס וויל קיינער נישט עסן קיין 82 פלייש נישט די
סאטאמאר אהרונים, פאפא, בעלזא, סקווירא, ווישניץ, קלויזנבורג,
ביי רוב פין די עולם איז 82 פלייש פיגול אדער שטארק צווייפלהאטיג, הצד השווה שבהן מען וויל נישט עסן דאס פלייש.
בערך אין א 4 וואכן ארום פרשת משפטים גייט פארקומען אין זעלבן זאל די מסיבה לטובת בוני עולם
בוני עולם שטעלט צי גאר א רייכע סעודה מיט אלע ציגעהערן
יעצט טאמיר זאל בוני עולם געבן די פלייש וואס יאנקי הירש געט, וועט אויס קומען נאר ארום 30 פראצענט זאל עסן די פלייש.
יעצט וויל איך וויסן וואס וואלט דער ציבור פארגעשלאגן אז בוני עולם זאל טיען ?
1) געבן נאר פיש ביים דינער.
2) ביידע סיי 82 פלייש אין מען זאל אויך סערווירן פיש ווער ס'וויל נישט די פלייש.
3) בוני עולם זאל פארלאנגען אז קרית יואל פלייש זאל אויך סערווירס ווערן מיט 82 פלייש .
נשלח ב-14/2/2010 15:07
"מזל אדר דגים"
דער עולם עסט פיינע פיש ביים בוני עולם דינער
נשלח ב-11/2/2010 20:30
נשלח ב-9/2/2010 18:07
דוד האט געגסן ביידע די פיש פאר פארשפייז אין די פלייש פאר נאכשפייז כ'האף אז ער האט איבערגעלאזט א דאללער
נשלח ב-9/2/2010 03:24
פאריאר האבן זיי נישט געגעבן קיין פיש היי יאר האבן זיי געגעבן סיי פיש אין סיי פלייש, אין זיי האבן געטיילט פיש בשעתן טיילן פלייש אויכט
ב"ה מען האט געגעסן צי די זעהט.
נשלח ב-9/2/2010 03:19
דוד'ל מיט רעביאנקל קומטס ענק דורך פליז
נשלח ב-9/2/2010 02:50
wow
רעביאנקעל געדענקט נאך גוט די פארציע וואס ער האט באקומען ביים פריעדרדיגן דינער...
בין איך נישט גערעכט אז די קאפ ליגט זיי אין טעלער?...