| נשלח ב-13/1/2010 07:46 |
|
| |
ריקאל איבער ספק פעקין קאטשקעס
נאך אן אסיפה איבער די "פעקין" קאטשקע, וואו עס האבן זיך באטייליגט הרבנים הגאונים הצדיקים הגאון רבי געציל בערקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית יואל ובעל אגלי דבש און הגאון רבי משולם פאלאטשעק שליט"א, בעל מגד יהודה בעלי מכשירים פון שחיטה המהודרת דקרית יואל הרה"ג ר' הלל וויינבערגער שליט"א דומ"ץ נייטרא ומראשי התאחה"ר הרה"ג ר' יצחק שטיין שליט"א, חבר הבי"ד קארלסבורג
און ס'איז אויפגעברענגט געווארן אן ערעור אויפן פארמער, וועלכער קען מעגליך שיקן ביי א גרויסן שיפמענט פון די כשר'ע און מסורה'דיגע "פעקין" קאטשקעס, אויך אנדערע מיני קאקטשקעס וועלכע ענדלען זייער צו די פעקין, און ס'איז נישט זיכער צי איז דאס טאקע פעקין און ס'איז כשר בוודאי, אדער אפשר איז עס דאס אן אנדער סארט.
די שוחטים ובודקים פון קרית יואל האבן קלאר מעיד געווען אז זיי זענען 100 פראצענט זעכער אז די קאטשקעס וואס זיי האבן געהאט איז געווען זיכער פעקין, און נישט עפעס אנדערש, און דאס האבן זיי אלעמאל גע'שחט'ן.
די רבנים בעלי מכשירים פון קרית יואל האבן באשלאסן אז טראצדעם וואס די שוחטים האבן א שטארקע נאמנות, דאך וועלן זיי זיך האלטן צום פאליסי, צי זיכער מאכן 100 פראצענט אז די ערעור האט נישט קיין שום האפט, און די עופות זענען טאקע קלאר פעקין, און אז דער פארמער האט יא נאמנות אז ער האט נישט אויפגעטוישט.
מ'האט אפירגעונמען אלע רעסיטס, אינוואויסעס און מ'האט טאקע באשטעטיגט אז מ'האט באשטעלט דוקא פעקין און אז דער פארמער רעכנט די פרייז פאר די פעקין. אבער מיט דעם אלעם זענען די רבנים פון קרית יואל בעלי המכשירים דאך געגאנגען לפנים משורת הדין, און געמאכט א ריקאל, און געזאגט אז מ'זאל "דערווייל" אראפנעמען פון די שעלווס די קאטשקעס און ביז מ'וועט נישט מברר זיין זאל מען עס נישט עסן.
למעשה ווי עס קוקט אויס זענען אלע שלאכטהייזער אין זעלבן פעקל. אלע וועלכע נוצן קאטשקעס פון די פארמערס, דארפן יעצט חושש זיין אז מ'האט זיי אויך אריינגעריקט עפעס אנדערש וואס קוקט אויס די זעלבע.
לויט ווי עס ווערט איבערגעגעבן איז די ערעור ווי פאלגענד: עס הייבט זיך אן ביי די העטשערי (ווי די פיצי אייער ווערן געבוירן) אז דער העטשער מישט צונויף פארשידענע פעקין סארט קאטשקעס און אזוי קומען די נייע קאטשקעלעך ארויס עטוואס אנדערש פון זייערע עלטערן (דאס איז דער ספק).
דערווייל ווייסט מען נאך אפילו נישט צי מען מישט בכלל. מ'ווייסט נאך נישט בכלל נישט אז ס'איז דא 2 סארט פעקין.
מ'ווייסט בלויז אז מ'דארף מברר זיין. מ'ווייסט אז מ'ווייסט נישט. דאס אלעס
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2010 01:50 |
|
| |
איינס פין די הויפט סלאגאנען וואס נחום רז''ב, י' שטיין, מיט די זאלי'ס שרייען, איז פארוואס מ'האט נישט געמאכט די ריקאל, תיכף ווען זיי האבען מודיע געווען אויף היידפארק, אז ס'איז געווען פראלבעם'ן
כ'האב פריער קאנפירעמד ביז מאנטוג ווען שטיין האט גערופן הג''ר משולם וועגן די קאליר פין די פלייש האבען זיי קיין איינמאל נישט פראבירט צו רופן נישט ר' משולם אין נישט ק''י דיין בלויז באשמיצט אויף די אינטערנעט,
אין לכאורה ווי עס קוקט אויס האט ער שוין דעמאלטס געהאט די ריזאלטס פין די לעב, (אין דאס איז די סיבה פארוואס ער האט אפגעמעקט די דאטום) אין ער האט געהאפט אז די דיינים וועלן עס מתיר זיין
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2010 22:31 |
|
| |
וואס איז געווארן איז דא עפעס נייעס
תוקן על ידי א_בני_יואל ב- 02/02/2010 23:17:52
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2010 19:17 |
|
| |
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 18:10 |
|
| |
דער דברי מלכיאל אליין שרייבט אין די תשובה אז אין חלק ד' סי' נ"ו איז ער מתיר די קאטשקעס מיט'ן א שווארצן חרטום, ווייל ס'איז גאר דומה צו די אנדערע קאטשקעס, און עס הייסט נישט קיין שינוי במסורה.
אויסערדעם שרייבט ער אז עס איז זייער מצוי אז איין קאטשקע איז עטוואס אנדערש פון די אנדערע, און עס איז דעריבער נישט קיין חשש.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 16:29 |
|
| |
דברי מלכיאל אויף בארבארי-מאסקאווי איז אין ח"ה סי' צ"ה
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 01:07 |
|
| |
טאקע מורא'דיג. אויב אזוי זאל איך אנהייבן נאך זאגן זאכן וואס הרב אלישיב פסק'נט? ער האט דאך אויך פארלוירן ל"ע א קינד פון הינגער, און איז שפעטער אריין אין היכל שלמה, פשוט ווייל ער האט געוואלט האבן א שטיקל ברויט פאר זיינע קינדער.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 01:02 |
|
| |
| יעקב_בער1 כתב: |  | נעם אראפ ר' צבי פסח פראנק. אויב דו ווייסט נישט, ער איז טאקע געווען א ריזיגע גאון, אבער א ביטערע ציוני. און סאטמאר איז זייער אנגעווייטאגט אויף אים, און זיכער נישט אננעמען זיין פסק.
דיין תגובה איז גענוג שיין אן דעם אויך |
|
סאיז זייער נערי'ש וואס די שרייבסט סאטמאר איז אנגעווייטאגט ווער איז סאטמאר ? ווער ווייסט בכלל היינט צוטאגס ווער ר' הערש פסח איז געווען? היינט ווייסט מען נאר פונעם דעמאקראטישן מיטן רעפאבליקאנער וואס פארמעסטן זיך. מען ווייסט היינט פונעם שפיטיפקער שרף מיט דער געוועזענער טשאפלעין.
דער הרב פראנק איז נישט געווען קיין ביטערער ציוני ער איז געגאנגען צו די רעבענאת צוליב וואס זיינע קינדער זענען ל"ע געשטארבן פון הינגער
אגב. ר' דוד יונגרייז שרייבט אין די הקדמה פון איינע פון זיינע ספרים א מעשה נורא וואס האט פאסירט מיט עם אליין
אז אמאל ביי א זיצונג אין די עדה החרדית ווי מהאט דן געווען איבער א געוויסן נושא האט ער נאכגעזאגט עפעס פון ר' הערש פסח'ן. איז געווען דארט איינער וואס האט זיך אנגערופן מזאל נישט נאכזאגן פון עם דא.
האט זיך ר' דוד אנגענומען פאר עם און געזאגט אז סוכ"ס איז ער נישט געווען אין די רעבענאת פאר שוואוילטאג נאר ער איז פשוט געווען געצוואונגען דערצו ווייל ער האט נישט געוואלט סזאל עם קאסטן נאך קינדער.
עכ"פ שרייבט ער דארט אז יענע נאכט איז ר' הערש פסח געקומען צו ע אין חלום און געזאגט אז באיז געווען א גרויסע טובה פאר עם אינעם בית דין של מעלה אז אין ביד"צ עדה החרדית האט מען ממליץ טוב געווען אויף עם
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 23:50 |
|
| |
| צומתהגידין כתב: |  | דין תורה.
נישט ריכטיג.
איבער די מוסקאווי קאטשקעס (וואס דא איז דאס אינגנצן נישט דער פאל) איז דא אוסרים און מתירין.
דער דברי מלכיאל פסקט אין א תשובה אז ס'איז מותר לכתחילה (דברי מלכיאל חלק ד' סי' נ"ו
דער נצי"ב איז עס מתיר לכתחילה אין זיין ספר משיב דבר, יו"ד סי' כ"ב.
אין ספר זכרון יוסף ברענגט ער עדות פון הרה"ק ר' שמואל סאלאנטער (ירושלימער רב) אז די מוסקאווי זענען מותר.
אזוי פסק'ט אויך ר' צבי פסח פראנק.
למעשה איז א מחלוקת איבער די מוסקאווי.
אין נאמען פון רבי חיים בריסקער ווערט געברענגט אז ער אסור'ט עס.
ר' שמשון רפאל הירש שרייבט אין א בריוו אז מ'זאל עס נישט עסן.
אזוי זעט מען אז ס'איז א מחלוקה.
די מתירים זאגן אז ס'איז מותר לכתחילה, ווייל די מסורה איז יא א גוטע, און עס קומט פון רוסלאנד, און דארט האט מען עס שטענדיג געגעסן.
אינטרעסאנט אז זיי שרייבן אלע דעם סימן פון די מוסקאווי אלס האוז שיש לה גבשושית אדומה על הלחיים החרטום.
פון דעם זעט מען אז אין פיל ערטער האבן גדולי הדור גע'כשר'ט די מוסקאווי לכתחילה.
מיר עסן עס נישט. און די קאטשקעס וואס מ'האט גע'שח'טן אין קרית יואל איז כפי עדותם של השוחטים געווען די פעקין. |
|
נעם אראפ ר' צבי פסח פראנק. אויב דו ווייסט נישט, ער איז טאקע געווען א ריזיגע גאון, אבער א ביטערע ציוני. און סאטמאר איז זייער אנגעווייטאגט אויף אים, און זיכער נישט אננעמען זיין פסק.
דיין תגובה איז גענוג שיין אן דעם אויך
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 23:09 |
|
| |
דין תורה.
נישט ריכטיג.
איבער די מוסקאווי קאטשקעס (וואס דא איז דאס אינגנצן נישט דער פאל) איז דא אוסרים און מתירין.
דער דברי מלכיאל פסקט אין א תשובה אז ס'איז מותר לכתחילה (דברי מלכיאל חלק ד' סי' נ"ו דער נצי"ב איז עס מתיר לכתחילה אין זיין ספר משיב דבר, יו"ד סי' כ"ב. אין ספר זכרון יוסף ברענגט ער עדות פון הרה"ק ר' שמואל סאלאנטער (ירושלימער רב) אז די מוסקאווי זענען מותר. אזוי פסק'ט אויך ר' צבי פסח פראנק.
למעשה איז א מחלוקת איבער די מוסקאווי. אין נאמען פון רבי חיים בריסקער ווערט געברענגט אז ער אסור'ט עס. ר' שמשון רפאל הירש שרייבט אין א בריוו אז מ'זאל עס נישט עסן.
אזוי זעט מען אז ס'איז א מחלוקה. די מתירים זאגן אז ס'איז מותר לכתחילה, ווייל די מסורה איז יא א גוטע, און עס קומט פון רוסלאנד, און דארט האט מען עס שטענדיג געגעסן.
אינטרעסאנט אז זיי שרייבן אלע דעם סימן פון די מוסקאווי אלס האוז שיש לה גבשושית אדומה על הלחיים החרטום.
פון דעם זעט מען אז אין פיל ערטער האבן גדולי הדור גע'כשר'ט די מוסקאווי לכתחילה.
מיר עסן עס נישט. און די קאטשקעס וואס מ'האט גע'שח'טן אין קרית יואל איז כפי עדותם של השוחטים געווען די פעקין.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 22:23 |
|
| |
די קאטשקע ליגט יעצט ביי די לעב, אין מ'ווארט איף די רעזאלטאטען צו זעהן וואס דאס איז געווען די ספיקות זענען 3
1) אדער איז עס פעיקען, דעמאלטס איז אלעס כשר וישר
2) אדער איז עס מורכב, דעמאלטס וועט לכאורה זיין א שטארקע מחלוקה, הרה''ג ר' געציל שרייט אז בדיעבד מעג מען עס עסן (די אייער וואס מיר עסן היינט צו טאגס אין ווערט פאקויפט אין אלע געשעפטן, איז מורכב פין 5 מינע הינער, אין נאר 2 דערפון זענען מיט די מסורה, אין ביי א גרויסע אסיפת הרבנים עטליכע יאר ציריק האט מען עס מתיר געווען לכתחילה (טראץ וואס ר' הילל וו''ב האט געוואלט אסר'ן), טראץ וואס עס זענען דא געוויסע מחמירים ווי הרה''ג ר' חיים לייב כ''ץ וועלכע עסט נישט די אייער פין די סטארס)
3) אז ס'איז מאסקאווי, זייער שוואכע טשאנסען ציליב דעם וואס די שוחטים זאגען קלאר עדות אז זיי געדענקן אז ס'האט געהאט א געלע שנוב ווי אייביג, ווי אויך זעהט מען עס אויף אלע סטעיטמענטס, אין נאך פילע הוכחות אויב יא, דאס איז זיכער אז יעדער וועט נוטה זיין לאיסור, די שאלה וועט נאר זיין וויבאלד ס'דא א מיעוט פוסקים וואס האלטען אז עוף וואס האט נישט די מסורה אפי' ס'האט די 4 סימיני טהרה דארף מען כשר'ן די כלים (שמיעס גייען ארום אז הרה''ג ר' יחזקאל ראטה האלט אזוי), למעשה איז דא א תשובה פין אזא פאל אין אבני צדק וואס זאגט קלאר אז מ'דארף נישט כשר'ן קיין כלים ביי אזא פאל.
בלייבט נאר איבער צו ווארטען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 22:03 |
|
| |
| rebyankel כתב: |  | פין אישי
איך וויל פרעגן איין קשיא פין הרב יצחק שטיין
די דאטום וואס איר גיבט אן אז מ'האט ג'שחט'ן די 'מוסקאווי' קאטשקע'ס אין קרית יואל איז למספ' 12/22/09
ביי יענע ארדער האט מען ג'שחט'ן ארום 600 קאטשקעס אין בערך 100 שטוק (קאטשקעס גייט נישט אויף די פונט) איז געווען פאר אינטערנעשענאל גלאט ווי איר גיבט די הכשר......
נו! פארוואס מאכט איר נישט קיין ריקאל???????????????????????????
|
|
איינער זאגט מיר אז הרה''ג ר' אפרים שמעון לייכטאג האט דאס געפרעגט פין איינעם וואס איז געקומען נאכזאגען ר' יצחק שטיין'ס שקרים
אין....... די קשיא איז זייער שווער
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 03:34 |
|
| |
וואס האלט דער ר' זלמן לייב בנוגע די קאשטקעס? צומות גידין?
ער האט עפעס א מיינונג? דער רבי דער בעל דברי יואל זי''ע, וואלט ווען געשוויגען, ווען אזא עוולה קימט פאר, אז מען מכשיל טויזענטער, טויזענטער יודען מיט עופות וואס איז נישט פארהאן קיין מסורה?
ר' זלמן לייב ענדיגט דאך די ''תורה'' ''בהתרוממות קרן התורה'' וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו, אזוי די רבי זכרונה לברכה,? נא? דער רבי זי''ע וואלט נישט געזיצען שטיל, אזא פאל,
נא ר' זלמן, כלל ישראל קען שוין נישט ווארטען צו הערען דעם אמת'ן דעת תורה! פתח פיך ויאירי דבריך, לאזט וויסען דעם עם ה' וואו אזוי זיך צו פירען!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 02:58 |
|
| |
מען איז זיך א ביסעל מתבונן, וואס באדערט פאר די קרעשמע פארטריבענע, און זאליבאנצעס אזוי שטארק דעם בית השחיטה? וואס האט זיי דער בית השחיטה געטאן? די חברה זענען בייז אויף די עופות? אויף די שוחטים? וואס דריקט פאר די דאזיגע באנדע? אפשר די הכשר? איז דען נישט כ''ק רבינו שליט''א אזא מורה הוראה, וואו דער הרב מארגענשטערן,הרב וואלדמאן, הרב טענענבוים, וכל מרעין בישין? איז דען נישט כ''ק רבינו שליט''א א תלמיד מבהק פון רבינו הקוה''ט זי''ע? האבן זיך דען מארגענשטערן מיט וואלדמאן מער מסתופוף געווען בצל התומר פון אבינו רועינו רבינו הקוה''ט זי''ע? האט רבינו הקוה''ט זי''ע געווארט מיטן פארלערנען די טיפזינגע סיגיא שיעורים אויף מארגענשטערן? אדער אויף וואלדמאן? אדער אויף דעם צינישען לץ הרב שטיין? איז דער הרב שטיין געווען איין מאל ביי די הייליגע שובבי''ם תורות? האט ער דען מיט געהאלטען איין סיגא שיעור פון רבינו הקוה''ט זי''ע? האט דער שטיין היתר הוראה פון הרה''ק משאפראן זי'''ע,? פון הרה''ג ר' פנחס עפשטיין זי''ע? האט ער בכלל היתר הוראה? איז דען הרה''ג ר' געציל בערקאוויטש דער בעל אגלי דבש שליט''א ווייניגער באגלייבט אדער ווייניגער ת''ח וואו מארגענשטערן, טענענבוים, וואלדמאן, שטיין, ??? איז דען הרה''ג ר' משילם פאלאטשעק שליט''א דער בעל מגד יהודה ווייניגער באגלייבט וואו מארגענשטערן, טענענבוים, וואלדמאן, שטיין, ??? פארוואס זענען אלע יודן המדקדקים בכשרות, חסידים, ספרדים ליטווישע, מקפיד צו עסען דייקא פון די פלייש פון בית השחיטה? זענען מיר טאקע ''חלה דעקלעך'' ל''ע?????? וואו דער פרעדיגער הידוע פעלשער פארמעגליך, האט אונז באטיטעלט? די זאליס מיט די בני יואל, און אלע אנדערע מרעין בישין,מיט אלע זייערע לבישים, צו איז עס אויפגעקלערטע, פרימע, רביזיכרוינעלברכהדיג, זענען נעבאך ביטערע אונגעווייטאגטע מענטשען, זיי האבן פיינט זיך מיט יענעם, מיט א שנאה שאין לשער, יעדע פאזאטיווע זאך וואס ווערט אויפגעטאן דירוך כ''ק רבינו שליט''א, צו איז עס כשר פלייש, אריזנא ווייץ, חתונה תקנות, צניעות, היכל התורה, יסודי התורה, אינדיאנע שייטלך, אד''ג רופט ביי די דאזיגע משיגעים, ארויס בייז בלוט, און שעלטען דעראויף מיט נאצישע קללות, און הייסע ווינטען בלאזן ארויס פון זייערע ריזיגע נאז לעכער, אז עס איז א פחד, זיי האבן מיטן הייליגען באשעפער, און מיט זיין הייליגע תורה, און מיט די אלע צדיקים הקודמים, וואו רבינו הקוה''ט זי''ע, רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע, דער מנחת יצחק זי''ע , הגרמ''א פריינד זי''ע, ר' בנימין ראבינאוויטש זי''ע און נאך און נאך גארנישט איינגעשטויסען, זיי פייפען זיך אן אויף די הייליגע תורה, מיטן גיין און קארט, זיי נעמען די הייליגע תורה וואס מיר האבן מקבל געווען אויפן בארג סיני ברתת ובזיע, און מאכען דערפון און קאמידע, רח''ל, זיי זענען גאסערט געוארען דירוך דעם מנחת יחצק ובית דינו, זיי ניצען נישט קיין שטיין זאלטץ, און זייערע ישיבות גייט מען אויף חתונות, מען לערנט דארט אויפן ליטווישען דרך, נישט אזוי רבינו הקוה''ט האט געפאדערט אז מען זאל לערנען אויפן דרך פונעם הייליגען חת''ס ותלמידיו הק' זי''ע , זיי רייסען אויס דאס ענין פון לערנען פארטאגס, זיי האבן אויף געשטעלט א פריצותדיגע חתונה זאל און הארטץ פון וויליאמסבורג, זיי האבן פארדרייט די מסורה, וואו מען לערענט מיט די קליינע קינדער עברי, זיי גייען און טמא'נעם בג''ץ הציוני, פאר די דאזיגע באדערט קאטשקעס? זיי באדערט צומות גידין? א הויקער! און מיר פארענפערען זיך נאך אייביג פאר די דאזיגער נידריגער עלעמענט, וואו קעלבליך, זאלן די דאזיגע משוגעים נישט פארדרייען קיין קאפ, זאלן זיי זיצען און חרדים, און זיך שלאגען און הארגענען ציווישען זיך, און זיך בייסען און פנים, איינער פארן צווייטען,זאלן זיי פארעכטען זייער בית חינוך לבנות, אז די וועדי הצניעות זאלן נישט דארפן אזוי שווער ארבייטען, און שחיטה, און כשרות, אד''ג זאלן זיי לאזען פאר די רבנים, וואס פארשטייען דערצו, וואס טיען שוין צענליגע יארן און כשרות הבשר, נאך פון דער הרב שטיין באטשי איז געווען פארנימען מיט האט קאפס,
תוקן על ידי מישמאש ב- 18/01/2010 03:00:41
 |
|
|
|
|
|