|
|
| נשלח ב-26/1/2010 05:22 |
|
| |
| געדענק כתב: |  |
אויף די אינוואויסעס איז געשטאנען פעקין דאק'ס קיינער איז נישט אויף דעם מחולק, און דארט ליגט טאקע דער הינט באגראבן דאס מ'האט בטעות דעליווערט א צווייטע סארט ווי וואס מ'האט באשטעלט אויפן אינוואויס.
פון ווי ווייסטו?
האסט עס געזעהן?
האט איינער (עני באדי, א שוחט אדער א זאלצער צו א פאקער צו א קערער) וואס האט עס געזעהן דיר געזאגט אז ס'איז געווען מוסקאווי?
ווי אזוי קומסטו -וואס האט עס נישט געזעהן- מיט א זיכערקייט זאגען אז ס'איז געווען מוסקאווי? ווען פון די אנדערע זייט איז דא אידען שוחטים יראים ושלימים וועמען די תורה הקדושה האט זיי געטראסט מיט זייער נאמנות, און סתם ערליכע אינגעלייט זאלצערס, צו פשוטע בעלי בעתים פאקערס אדער ארבעטער וואס זיי אלע האבען עס געזעהן און זאגען אז ס'איז נישט געווען מוסקאווי???
מ'דארף דאך זיין בלינד נישט צו זעהן קיין חילוק!
|
|
דו דארפסט לכאורה צו זיין דיןתורה,
קוק וואס כ'האב געשריבן פאר אים דעס איז די זעלבע אויך פאר דיר,
פון ווי איך ווייס אז אויף די אינוואויס איז געשטאנען פעיקען דאס נעם איך פון סקאטמאלן, פון ווי איך ווייס אז די סחורה איז נישט געווען פעיקען דעס נעם איך פונעם דיסטריבעטער'ס ווערטער אז דע סארט וואס ער האט געשיקט פאר מהדרין די זעלבע שיקט ער אויך פאר קרית יואל, און יעצט קען פון דא און ווייטער די ערליכע שוחטים יראים ושלמים זאגן זייער מיינונג, און די מומחים וואס זעען דעם סארט ביי מהדרין, זייער מיינונג
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2010 05:26 |
|
| |
סקאטמאלן ביסט גראדע נישט גירעכט,
מסיח לפי תומו ניצט מען טאקע צו ברענגן א ראיה להקל, אבער דאס איז נישט קיין כלל, מ'ניצט עס אסאך אויך לריעותא, פרעג עס דיין מגיד שיעור
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2010 17:19 |
|
| |
| געדענק כתב: |  | נאכ'ן שרייבען מיין פריערדיגע תגובה האב איך געזעהן וואס סקאט האט געשריבען,
זייט דער א"ג שערוריא האט זיך אנגעהויבן האב איך נאך נישט געהערט קיין איינער זאל ענטפערן איין פשוט'ער פראגע:
מהיכי תיתי אז KJ האט געשחטן מוסקאווי?
און איך זעה אז כלהנערים ענטפערט וועגן דעם גויס מסיח לפי תומו,
יעצט פאנג איך עפעס אן צו פארשטיין!
די גאנצע שערורי' נעמט זיך פון דעם אז די גוי האט געזאגט אז ער גיט פאר ק"י די זעלבע קאטשקעס מיט די רויטע פיסקעס,
זאגען די מערערים, אאפס.... מר. ק"י!! מ'האט ענק געפאקט!!! עטץ שחט'ס טרפה'נע מאסקאווי קאטשקעס מיט די רויטע פיסקעס!!! פוי!!!!!!
ענטפערט ק"י, אז אלע ארבעטער דא זאגען אז זיי האבען קיין רויטע פיסקעס קאטשקעס נישט געזעהן דא,
סאו וואס איז יעצט די פראבלעם? |
|
ווען די פעיקען וואלט געהאט גרינע פיסקעס אין מוסקאווי רויטע, וואלט טאקע נישט געווען קיין פראבלעם, די פראבלעם איז אז ביידע זענען פון די פינק-רויט פאמיליע,
און דעס איז איינע פון די זאכן וואס מ'וויל הערן פון די לעב זיי זאלן מבחין זיין די קאלירן,
איך בעט דיך נאכאמאל פארדריי נישט קיין יוצרות און שרייב נישט נאך זאכן וואס קיינער האט נישט געשריבן, דער גוי האט נישט געזאגט רויטע פיסקעס, ער האט זיך פארענפערט אז ער שיקט דעם זעלבן סארט פאר קרית יואל, און דער שאלה איז נישט נאר איבער די קאליר פון די פיסקעס, און נישט דער שוחט נישט די זאלצערס נישט די מעקסיקאנערס זענען באהאוונט אין סימני טהרה, בכלל אויב האט מען מעיקרא אנגעהויבן די קאטשקע פלענט מיט די ראנג קאטשקע וואס קענען שוין די ארבעטערס דא אריינרעדן?!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2010 18:08 |
|
| |
ביזט דיך סותר מיט ענקער באשרייבונג אין דער איד וועלכע טענה'ט איז מ'קען גלייך זעהן א נ''מ צווישען די צוויי עופות די פעיקן האט א געילע מויל אין די מוסקאווי א פינקע
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2010 18:14 |
|
| |
| כלהנערים כתב: |  | די גמרא באגלייבט א מסיח לפי תומו אפילו א גוי,
דער דיסטריבעטער האט זיך פארענפערט במסיח לפו תומו פאר מהדרין, אז פאר דעם האט ער זיי געברענגט דע סארט קאטשקע ווייל ער דעליווערט די זעלבע פאר קרית יואל,
דע סארט קאטשקע ווערט אנגערופן מאסקאווי אזוי האבן עטליכע מומחים באשטעטיגט,
יעצט קענסטו זאגן צוויי זאכן, איינס דו גלייבסט נישט דעם מסיח לפי תומו וועם די גמרא גלייבט יא, אדער קענסטו זאגן אז די אלע מומחים זאגן ליגענט נאר בית השחיטה דקרית יואל זיי ווייסן וואס זיי רעדן און נאר זיי זענען באגלייבט
פריער שרייבסטו:
אויף די אינוואויסעס איז געשטאנען פעקין דאק'ס קיינער איז נישט אויף דעם מחולק,
לשיטתך אז דער גוי האט געזאגט אז ער האט געשיקט קיין ק''י מוסקאווי, דאן פארוואס האט ער געשריבן אינעם סטעיטמענט פעיקען???
דארפסט נישט ענטפרן
ביזט א פשוט'ע שקרן.
דער אמת איז אז איך דארף טאקע נישט ענטפערן, ווייל כ'האב דעס קיינמאל נישט געשריבן..
איך כ'האב אין ערגעץ נישט געשריבן אז דער גוי האט געזאגט אז ער האט געשיקט קיין ק''י מוסקאווי,
דער גוי האט אנגעוויזן אז דעס איז די זעלבע סארט, און וואס דע סארט איז האבן די מומחים געזאגט נישט דער גוי, דו פרעגסט פארוואס ער האט געשריבן אויפן סטעיטמענט פעיקען, דעס פרעג איך אויך, דער מציאות איז געווען אז די אינוואויס מיט די סחורה האבן דארט נישט געמעטשט, ס'איז א נארמאלע מיסטעק ביי שיפפינג, און ווער ווייסט ווילאנג די מיסטעק וואלט געבליבן אינעם סיסטעם ווען נישט מהדרין האט דאס יעצט אנטדעקט,
ביטע שרייב נישט זאכן אין מיין נאמען וואס איך האב נישט געשריבן,
דארפסט נישט ענטפרן |
|
זייער א נערי'שע תירוץ אויף דיין אייגענע סתירה
הייסט אז די גוי האט פארציילט פאר זשי ענד זשי אז טראץ וואס כ'האב געשריבן אינעם סטעיטמענט פאר ק''י פעיקין, דאך איז די קאטשקע געווען מוסקאווי......... די ווייסט, זאג פאר ק''י דיין געבעקס, זיי קענען רופן די גוי אין קארט פאר אזא זאך! ---------- די מציאות איז, דער גוי האט קלאר געזאגט פאר ר' שלמה ווידער דער בעה''ב פין זשי ענד זשי, פאר ק''י האב איך געשיקט 'פעיקין' ווייל ער האט דאס געבעטן אבער פאר דיר האב געשיקט מוסקאווי ווייל האסט מיר נישט געזאגט וועלכע די ווילסט... (עס איז די צווייטע מאל וואס מ'שעכט קאטשקעס זייט ר' שלמה האט איבערגענומען די די פלענט) יעדער קען אליין גיין פרעגן ר' שלמה, ער איז א נארמאלער גראדער מענטש, אין האט א חזקת כשרות.
אלפאנס, דאס איז זיכער אז די שוחטים אין אלע אנוועזענדע אין ק''י בית השחיטה זאגען אז ס''איז געווען פעיקין, נאר כל הנערים פין היידפארק טענה'ט אז די גוי האט געזאגט (אגב, פארוועם?) אז ער האט געשיקט די נישט מסורה'דיגע מוסקאווי נו! איז דער ריקאל נישט געווען קיין אויסטערליש מהודר'דיגע שריט?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2010 19:08 |
|
| |
איך האב פערזענליך גערעדט צו א שוחט, און ער האט מיר געזאגט אז ער האט בשעתו נישט געוויסט קיין חילוק פון קיין פעקין צו קיין מאסקאווי. און ער קען נישט געדענקען פאר קלאר וואס מען האט דעמאלט געשאכטן. ער האט בכלל נישט משים על הלב געווען צו געדענקען.ער האט מיר געזאגט "פונקט ווי דו געדענקסט נישט וועלכע קאליר פאפריקע מען האט געלייגט אינעם סאלאט פאר זעקס וואכן צוריק ביי פרישטאג, אזוי קען איך נישט געדענקען וועלכע קאטשקעס מען האט גע'שחט'ן, בשעת מעשה האט גארנישט אויסגעזען אנדערש ווי געווענליך, און קיינער פון אונז האט דעמאלט נישט געהאט קיין בקיאות אין דעם, היינט צו טאגס וואלט איך דיר קלאר געקענט זאגן דעם חילוק, אבער נישט דעמאלט".
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2010 19:31 |
|
| |
קודם כל די שוחטים זאגען אבער א זיי געדענקן יא......
די סיבה דערפון איז פשוט, ווייל א וועזשטעבל סאלאט ליגט דארט אלע מינע וועזשטעלבל'ס אין אלעס איז אויסגעמישט משא''כ ביי קאטשקעס ווייסען רוב עלטערע שוחטים אז דווקא די געלע מויל מעג מען שעכטן, אין אז מ'זעהט א פינקע מויל שעכט מען עס נישט, פינקט ווי די שוחטים אין זשי ענד זשי האבען עס באמערקט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2010 19:32 |
|
| |
מיינט לגמרי גארנישט, ווייל צו וואס ברויך מען אז יעדער זאל משים על הלב זיין, אויב איינער אדער צוויי האבן יא משים על הלב געווען, אין זאגן פעקי"ן ראיתי.
ליתר שאת, טאקע משם ראי', ווייל די מציאות איז אז די מוסקאוו"י קאטשקעס קוקן אין גאנצן אנדערש אויס ווי די פעקי"ן, זיי האבן טונקעלערע פעדערן, אסאך האבן א שטיקל שמיטשיק אויפן קאפ, ארום די אויג איז רויטליך, דער טבע איז אז ווען מ'זעהט אזאך וואסי אנדערש מהרגילו, באמערקט מען עס, און מ'געדענקט עס, ממילא אלמלא וואלט מען טאקע ווען געשחטן די מוסקאווי וואלט געדארפט ווען זיין כאטש איינער וואס זאל געדענקען אדער באמערקן אז ס'אנדערש ווי געווענליך.
ווי געזאגט איז דאס נאר ליתר שאת והעיקר אז למעשה זענען געוויסע שוחטים מעיד אז זיי האבן בברירות געזען פעקין. וואס זיי זענען לכל הדעות נאמן.
אראפ מיט דעם!
ווער איז נעקסט?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2010 22:09 |
|
| |
.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2010 00:18 |
|
| |
אראפ מיט דעם! ווער איז נעקסט? טיפיקעל בת היענה
|
|
|
|
|