| ווער_איז כתב: |  | אויף די אינהאלט איז נישט אינטרסאנט וואס איך אין די זאגן מיר דארפן עס לאזן פאר רבנים אין דיינים |
|
די אינהאלט פון ר' יונה'ס סילופים דארף מען לאזן פאר רבנים און דיינים?!
דו האסט אריינגעבליקט אין דעם אינהאלט? איך האב אריינגעקוקט אביסלדעס האט געשריבן נישט קיין אנדערער ווי סקאטמאלן אליינס! יעדע סעיף קומט אדער מיט א מה מצינו אדער א גזירה שוה אדער א קל וחומר, אין ערגעץ פרעגט ער נישט אפ די רבנים מכח א סתירה יעדע הכחשה לויטעט א"כ בנידון דידן, אדער כמובן.., איין פלאץ ברענגט ער א ראיה אז מ'קען מערער זיין אויף א פסק בי"ד, קיינער האט נישט געזאגט א נישט נאר מערער צו זיין פעלט נישט אויס קיין הזמנה מקען בעטן מהיכן דנתנו און אויף דעם מערער זיין און דעס איז וואס די רבנים שרייבן אין זייער ערשטע סעיף וואס אויף דעם האט ער גארנישט דערמאנט צווישן די מה מצינו'ס אויף איין פלאץ פרעגט ער אפ די מסירה כי הברירה בידם לציית, מיט דעם שטעלט ער זיך סתם אזוי מיטן צד תובע ווייל ער זאגט נישט אז דעס איז דעם תובע'ס טענה ער זאגט עס מעצמו צו קענען בויען א הכחשה, בכלל איז דעס נישט קיין גערעדעכטס ס'איז נישט קיין מסירה ווייל דו האסט געקענט פאלגן איך ווייס נישט וואס דעס מיינט יעדע מסירה קומט מיט א וועג ארויס אדער דארף מען אויף עפעס מודה זיין צו ס'אמת צו נישט אדער האט מען אמאל געהאט א ברירה ח"ו זיך טויפן און מיט דעם איז מען באפרייט געווארן פון די מסירה, וואס הייסט ס'איז נישט קיין מסירה כי הברירה בידם לציית? אין סעיף ד ברענגט ער א חו"מ(חו"מ סי' ז ס"ז) כ'האב נאכגעקוקט די חו"מ ווייל דעס האב איך אינדערהיים, ניטאמאל א רמז אדער גמטריא פון וואס ער שרייבט אין דעם סעיף ער מאכט עס אויסזען פראפעשנעל אז ס'זאל קיינעם נישט איינפאלן דאס צו דאבלטשעקן, אבער קוק עס נאך, אויך שרייבט ער א פלעינע שקר אז שארמאשער רב שליט"א האט געזאגט פאר דוד עקשטיין, ווי קען ער גלייבן דוד עקשטיין און בכלל דרינגט ער אויף -נאך א סתירה ארויף אויף דעם שקר, ס'איז א פלא פארוואס מ'דארף נאך א דין תורה אויב דוד עקשטיין'ס תורות ווערט שוין באשטעטיגט נאך פארן מושב בי"ד און מ'בויט שוין אויך דערויף נו וואס דארף מען מען האבן דעם נתבע ביים דין תורה זאל מען מאכן דעם דין תורה מיטן פסק בלויז מיטן תובע'ס תורות?!
סקאטמאלן פון דיין זייט האסטו געטון א גוטע ארבעט פאר די קאלבן וואס ווארטן שוין זייט ג' ויגש ס'האט טאקע גענומען 3 גאנצע וואכן צאם צושטעלן דיין בריוו איך פארשטיי ס'איז נישט געווען קיין גרינגע ארבעט... אבער ווער_איז, אז דו ווערסט נתפעל קען מען אויך פארשטיין אבער מאך נישט צו נער די רבנים כאילו זיי זענען ניק'ס וואס זיי זענען יעצט אין פרעשור פון סקאטמאלן'ס שטיסים ווי אזוי אים יעצט צו קאנפראנטן
 |
|
|