| נשלח ב-14/1/2010 20:16 |
|
| |
די חלוקה אין סאטמאר חלק ב'
שלום עליכם מיינע טייערע ליינערס איך בין אייך געקומען מעלדן אז מיר גייען יעצט אנהייבן מיט די סאטמערע חלוקה חלק ב', וואס וועט אי"ה זיין גאר אינטערסאנט אין היסטאריש, איך וויל מיך אנטשולדיגן פארן זיך פארשלעפן אזוי לאנג, אבער עס איז נישט געווען במזיד, מיר האבן זיך אביסעל זיך אויסשטעפירט מיט נייע מחשירים מיט א שטיקעלע שטאב וואס גייט אונז ארויסהעלפן אי"ה, ביני לביני האט זיך די פארום אחים אנחנו פארמאכט, אין אונז האב מיר נישט געוויסט וואס אונז גיי מיר טוען, אונז האב מיר געטראכט צו עפענען אליין א פארום, למעשה האב איך געזען אז עס האט זיך געפענט דע פארום פון אידישע געדאנק, אין איך האב געזען ווי דער עולם איז געקומען אהער, אבער איך האב נישט געוויסט צו דער מנהל וועט שמעקן אז איך וויל אויך אהער קומען ,למעשה האט דער מנהל מיר איינגעלאנדענט זייער העפליך אין איך האב עס אנגענומען אין איך האף אז עס וועט זיין מיט הצלחה, אין איין וועגס וויל איך מיך באדאנקן פאר מיכל וואלף דער מנהל פון אחים אנחנו וואס ער האט מיר כסדר ארויסגעהאלפן, אין יעצט מיינע טייערע ליינערס וויל איך מיך באדאנקן פאר די אלע ליינערס וואס האבן אונז אריינגעשיקט אויף פעי פאל ווארימע שטיצע וואס דורך דעם האבן מיר זיך געקענט אויסשטאפירן מיט נייע מכשירים אין בכלל האט דאס געמאכט אז מיר האבן געמאכט גרויסע פארשריט אין ארבייט ב"ה אונז וויל מיר יעצט אפעלירן צי אונזערע ליינערס אז ווער עס געדענקט סיי וועלעכע עפיזאד אדער דאקימענט פון דעם היסטארישן צווייטע העלפט יאר תשנ"ט און פון די ערשטע האלבע יאר פון תש"ס וואס קען זיין אינטערסאנט זאל ביטע אונז מיטיילן אויף איינע פון די פאלגענדע אופנים, ווי איר פארשטייט אליין אז איינער אליין קען נישט געדענקן אלעס וואס האט זיך דעמאלטס אפגעשפילט במילא יעדענס זכרון קען דא צינוץ קומען, איך וויל יעצט נאכאמאל געבן אונזער טעלעפאן נאמבער פאר סיי וועלעכע אינפארמאציע אדער פאר קאמענטארן קענט איר אייביג אונז אריינקאלן אין לאזן א מעסעדזש אויף 206-888-5809 אויך קענט איר אריינשיקן בריוון אדער דאקימענטן אויף אונזער אימעיל אדרעסס אויף [email protected] אדער קענט איר אונז אריינשיקען אויף אונזער מעילינג אדרעסס אויף FARMAGLICH P.O. BOX 1734 FORT LEE NJ 07024 . מיר האפן אז די חשובע ליינערס וועלן פארשטיין דאס נחיצות פון אונזער ארבייט און מיט אייער הילף וועלן מיר אי"ה אהער שטעלן גאר רייכע ארטיקלען וואס וועט אפילו איבערשטייגן די ביז יעצטיגע ארטיקלען א גרויסן יישר כח למפרע אייער פריינט, פארמעגליך
תוקן על ידי פארמעגליך2 ב- 14/01/2010 20:17:43
תוקן על ידי המהדרין ב- 15/01/2010 15:45:49
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 20:20 |
|
| |
אנאליזען איבער די אסיפה א' אמור תשנ"ט
ווען "סאטמאר" שטיין אויפען שוועל פון ווערען צושפליטערט לא עלינו ולא עליכם, אויף אלע שונאים געזאגט, און עס קומט זיך צוזאם "גרויס קהל" אויף א עמערדשענסי טובים מיטינג, און עס איז דא א טעיפ רעקארדער אויפען טיש, זאגט בערל פרידמאן אז די מיטינג מוז זיך שליסען וייל ער פילט זיך "ליידער" נישט גוט, און ווייל ער האט א וואך נאכט פון א אייניקל... דאס זענען די ווערטער וואס דער נארישער בערל זאגט: "רבותי איך וויל ענק זאָגן קורץ: איך וויל די מיטינג ענדיגן אין 15 מינוט, ענטשולדיגט מיר. אַ שטונדער איז גענוג נומבער 1, אויך ליידער איך פיל נישט אַזוי גוט, אויסער דעם האָב איך אַן אייניקל'ס וואַך נאַכט וואו איך מוז צוגיין, וואָלט איך געוואָלט בעטן אַז אין די לעצטע 15 מינוט זאָל מען אויפקומען מיט גאָר קאָנקרעטע פאָרשלאַגן וואָס מען האָט, און נישט אַוועקריכן פון די זאַך. אויב אימיצער האָט עפּעס זענען מיר גרייט צו הערן." נאר פאר אלעם איז שטוינענד צו ליינען די טראנסקריפט פונעם טעיפס וואס בערל האט ארויסגעגעבען אין די גאס פון די אסיפה. (אגב, די טעיפס פון די אסיפות ביי קהל, חוה"מ פסח און ביים רבין אינדערהיים און פון די אסיפה, האט בערל אפגעכאפט און ער אליין האט דאס ארויסגעגעבען. די טעיפס זענען נישט געקומען פון די נייע "שונאים". בערל האט געהאלטען אז די טעיפס וועלען זיי א "באמבע" פאר ר' אהרן און פאר זיין "רב הצעירשאפט". היינט, באלד עלעף יאר שפעטער גלייבט זיך נישט אז אין סאטמארער קהילה זענען געזעצען און געמיטינגט אזא געמיינדע שוטים. עס איז מיר נישט באקאנט ווער אלץ איז דארט געזעצען, אבער פון די וואס אלע אלע וואס רעדען ביי די מיטינג איז ממש שרעקעליך וואס פארא שוטים האבען אלץ דארט גענומען דאס ווארט. ממש קיינער קיינער רעדט דארט נישט קיין איין ווארט צו די זאך. נאך פאר אלעם ווייסט קיינער נישט צו וואס איז די מיטינג גערופען געווארען. בערל הייבט אן מיט די ווערטער: "קודם זע איך דאָ אַז מען איז געקומען פון באָראָ פּאַרק, פון וויליאַמסבורג, פון קרית יואל און פון מאָנסי, פון אונזערע קהלות דאָ אין די געגענט. פשט פון די מיטינג איז קודם צו ווייזן אַז מיר זענען אַלע איין קהלה." איין מינוט שפעטער מאכט ער נאך א הקדמה: "עס האָט זיך לעצטענס אַסאַך געטומעלט וועגן רבנות זאַכן, וויל איך ענק זאָגן אַז היינט נאַכט די מיטינג וועט גאָרנישט רעדן וועגן רבנות, ס'האָט גאָרנישט וואָס צו טאָן, דאָס ענין פון רבנות שטייט אין די שטאַטוטן אַז דאָס באַלאַנגט נאָר צום רבי'ן. אויסדריקליך! איך האָב אַהער געברענגט דאָס שטאַטוטן ביכעלע, און ווער עס וויל וועל איך עס אים ווייזן". זיינע ווערטער זענען זיך אזוי בולטדיג סותר אז עס הייבט אן ווינדערען ווי איז געקומען פאר אזא בהמה צו זיין "קא פרעזידענט" פון סאטמאר. איין מינוט זאגט ער אז די קהילה זאל בלייבען איינס, וואס דאס מיינט קרית יואל מיט וויליאמסבורג, און איין מינוט שפעטער זאגט דער חכם אז דאס צו די קהילה זאל בלייבען איינס ווענדט זיך נישט אין קהל נאר אין רבין. ווייל אז דער רבי איז מחליט אז ער וויל אויף נעמען א רב אין וויליאמסבורג וועט דאך סאטמאר אויטאמאטיש צוטיילט ווערען, ווייל ר' אהרן וועט דאס דאך נישט צולאזען און ער וועט אלעס טאן דאס צו שטערען, אזוי ווי ער האט טאקע שפעטער געטאן. און ווידער זעט מען אז במשך פון די גאנצע מיטינג, ווען מען רעדט שוין יא, דא דארטען א ווארט וועגען ר' אהרןס ווייטערדיגע אריינקומען קיין וויליאמסבורג, דערמאנט קיינער נישט איין ווארט אז דער רבי האט אויף גענומען ר' אהרן צו דינען אלץ "רב הצעיר" אין סאטמאר זונטאג חוה"מ. כאטש אז יענע אסיפה ביים רבין אין דערהיים ווערט יא דערמאנט דורך דוד עקשטיין. אבער ער וויל נאר רעדען פון דעם ווארט וואס דער רבי האט געזאגט אז קהל האט א כח פון א בי"ד. (איי, דאס שטייט שוין אין שו"ע, אבער דאס ווייסען זיי נישט. זיי ווייסען נאר אז דער רבי האט דאס געזאגט...) שטעלט זיך א שטארקע פראגע . זיצט דא גאנץ קהל וואס רוב פון זיי זענען אויך געווען ביי די אסיפה ביים רבין, און זיי דערמאנען נישט א ווארט אז דער רבי האט געמאכט ר' אהרן פאר רב הצעיר? נאר גאר פארקערט, אלע האבען איצט נאר געוואלט איין זאך, און דאס איז, אז אלעס זאל צוריק גיין צו די צייטען פון פאר פסח, וואס דאס מיינט אז ר' אהרן בלייבט אין מאנרא, בערל בלייבט ביים רודער, און סאטמאר זאל בלייבען איינס. יודל בן כסיל הערש ווערצבערגער גייט נאך א טריט ווייטער. יודעלע שלאגט פאר אז מען זאל זיך ווייטער שלאגען און אנהאלטען די מחלוקת מיט די בני יואל און מיט די רבנים וואס זענען ארויסגעקומען קעגען "קרית יואל סקול דיסטריקט" וויזשניצער רבי, קאשויער רב, קארלסבורגער רב, מאנטעווידעער רב און שארמאשער רב. פארוואס זאל מען צוריק גיין צו יענע צייטען, יודעלע? פארוואס האט נישט יודעלע געשריגען אז עס זאל נישט צוריק גיין צו פאר פסח, נאר עס זאל באשטעטיגט ווערען דאס וואס דער רבי האט באשלאסען אויף צו נעמען ר' אהרן פאר רב הצעיר? איצט וועלען מיר זיך נעמען צו די "ליצנות" חלק פון די אסיפה. ווייל למעשה איז דער גאנצער מיטינג געווען איין שטיק נארישע ליצנות, אן הענט און אן פוס. אז עס זיצען הונדערט קהלס לייט און רעדען און רעדען און קיינער ווייסט נישט פון וואס מען רעדט, אבער וואס מען גייט דן זיין, איבער וואס עס גייט זיין א רעזאלוציע, איבער וואס מען גייט וואוטען, איז דאס א פשוטער ליצנות וואס איז געטריבען געווארען פון נאראנים און שוטים, וואס דאס איבערצייגט מען זיך ווי מער מען ליינט איבער די טראנסקריפט. בערל זאגט: איך וויל נישט איבער'חזר'ן וואָס מען האָט דאָ פאַרדאַמט, יעדער ווייסט ס'איז געווען אַ שערוריא אין בית המדרש, ס'איז נישט געווען קיין כבוד פאַרן בית המדרש, נישט קיין כבוד פאַרן רבי'ן, אָבער מיר האָבן געטאָן ווי עס שטייט אין די שטאַטוטן. מען האָט געשטעלט דריי מענטשן און די דריי מענטשן האָבן געברויכט צוריק צו קומען, און אַרויסגעבען נאָכדעם אַ קנס. געוויסע מענטשן האָט מען שוין גע'קנס'ט, געוויסע מענטשן זענען נאָכנישט געקומען, דאָס איז נאָר געווען אַ הקדמה וואָס איך האָב געוואָלט אַרויסברענגען אַז מיר האָבן געטאָן וואָס מיר האָבן געקענט". האט איינער שוין געהערט וועם מען האט דעמאלטס באקנסעט? אדער בכלל געשטעלט א "קאמיסיע"? אבער דאס איז נאר די הקדמה, פון וואס ער איז למעשה נישט ארויסגעקראכען, ווייל דער מיטינג איז געבליבען ביי די הקדמה... ווייטער זאגט דער נאר: "קודם וויל איך אַז מען זאָל זיך אויפפירן ווי אַ בית דין, מיר זענען זיך דאָ צוזאַמען געקומען צו רעדן, יעדער קען זאָגן זיין מיינונג וואָס ער האָט צו זאָגן, אָבער ער דאַרף בעטן דאָס וואָרט. אַזוי ווי אַ בית דין, עס זאָל זיין אַנשטענדיג. צווייטענס וויל איך מעלדן אַז מיר האָבן דאָ אַ טעיפּ, און יעדעס וואָרט וואָס ווערט דאָ געזאָגט וועט פאַרשריבן ווערן לדורות." עפעס איז ער אבסעסט מיט טעיפס ווייל דאס אקוראט האט ער שוין געזאגט ביי די אסיפה חוה"מ אז עס ליגט א טעיפ אויפן טיש און אלעס וועט פארשריבען ווערן. ווי כאילו עס גייט מאכען די אסיפה ערנסטער און מער פראפעשיאנעל... די איינציגע מאל ווען בערל רעדט ערנסט און ער מיינט עס טאקע ערענסט, איז ווען ער רעדט פון "נייעם ביהמ"ד". און דא טאקע ליגט דער הונט באגראבען. היינט ווייסט מען שוין פון די מיליאנען דאלארען וואס זענען געגזלט געווארען פון די "זיצן" געלטער, פון די "פלעדזשעס" פון די "נדבות" און פון די "דריי מיליאן דאלער מארגעדש". סיי בערל און סיי יצחק ראזענבערג האבען געגזלט מיליאנען דאלער אין זייער טעשער און געמאכט א לעבען אויפן ציבור. און דאס האט ער נישט געוואלט עס זאל רח"ל גיין לטמיון. בערעל גייט איין אז מען זאל נישט רעדען פון קיין רבנות און ר' אהרן זאל בלייבען געזונטערהייט אין מאנרא, אבער וואס וועט זיין מיט די מיליאנען וואס איך האלט אינמיטען פארדינען אויף דעם ביהמ"ד. דאס איז די איינציגעסטע מאל ביי די אסיפה וואס איינער האט גערעדט צו די זאך און עס געמיינט ערענסט. די אלע איבעריגע רעדנערס האבען געמאלען וואסער און פאנטאזירט און געדמיונט און גערעדט פון וואס מען גייט "נישט רעדען", און טייל פון זיי האבען נעבעך געמיינט אז מען גייט עפעס אויפטאן און מען גייט מיט עפעס ארויסקומען. בערעל האט געוויסט לכתחילה אז פון די מיטינג גייט גארנישט ארויסקומען. ער האט לכתחילה צוזאם גערופען די שוטים ווי לעזער אבראמאוויטש פון ב"פ און אברהם ווידער און דוד עקשטיין פון מאנרא, פאר זיין איינציגע אגענדע אז מען זאל אלעס טאן אז דער "ביהמ"ד החדש" זאל ווייטער געבויעט ווערען, און די אלע קהלס לייט האבען געמיינט אז מען קומט זיך צוזאם ווייטער צו האלטען סאטמאר איינס. און באמת איז ווינדערליך אז אזא קלוגע קהילה ווי אין סאטמאר זאל נישט זיין קיין איין איינציגער קהלס מאן מיט א שטיקל קאפ אויף די פלייצע און דאן איינזען אז סאטמאר ווערט איצט נישט צוטיילט. עס איז דאן נישט געווען איין מענטש אין די קהילה וואס האט פארמאגט א וויזיע אויפן עתיד און שטיקעלע מח צו טראכטען אויפן עבר. איז דען סאטמאר צוטיילט געווארען פסח תשנ"ט? (איך ברענג צו, א שטיקל וואס איז שוין געשריבען געווארען אין פארמעגליך ערשטע טייל) איז סאטמאר געווארען באמת צוטיילט געווארען תשנ"ט? לויט די היסטאריע איז סאטמאר געווארען צוטיילט כמעט ביי יעדע קינד וואס דער ברך משה האט ערגעץ ווי אריין געשטעלט. איבערהויפט ביי דעם קאנטערווערסיאלען אריינשטעל פון ר' אהרן אין קרית יואל, נאך 15 יאר פריער, תשמ"ה. איך וועל מיך טרויען צוריק צו גיין נאך פיר און א האלב יאר, ווען ר' אהרן איז אריין געשטעלט אלץ ראש ישיבה פון דער סאטמארער ישיבה. תש"מ האט מען גענומען א האלבע ישיבה – צו מער ווי האלב - און נישט געלאזט קומען קיין קרית יואל, נאר פאר זיי געעפענט א באזונדערע ישיבה אין "קליימער סטריט", וואס וועלעכער בחור האט געהאט אויף זיך דעם סטעמפעל "קליימער בחור" האט געמיינט אויטאמאטיש, עלטערער בחור, א באם, און עס איז פאר זיי געגאנגען זייער שווער אין שידוכים. און די אלע בחורים מיט זייערע עלטערען זענען געווארען דם שונאים פאר ר' אהרן און אפילו פארן ברך משה, אויף אייביג. און דאס האט מען געטון נאר ווייל ר' אהרן זאל קענען איבערנעמען די ישיבה, און זיך נישט מוזען פארן מיט די עלטערע בחורים. דאס האט מען נישט געטון נישט קיינמאל פארדעם און קיינמאל נישט נאכדעם. און מען האט געמעגט שרייען ביזען הימעל, מען האט זיך נישט גערעכענט מיט די בחורים און זייער עלטערען און געשוויסטער. דעמאלטס איז געווען דער ערשטער צו טיילונג אין סאטמאר. א יאר צו צוויי שפעטער האט דער ברך משה אריינגעלייגט זיין איידעם ר' בעריש אין 53 סטריט ביהמ"ד אין בארא פארק. עס האט אים קיינער נישט געוואלט דארט האבען פאר רב, און עס זענען געווען מענטשען, לאנגיעריגע מתפללים, וואס זענען געווען סאטמארע חסידים פון אלע יארען, וואס זענען מער נישט געגאנגען דאווענען אין 53 ביהמ"ד. צווייטע טיילונג ביי א פאזיציע פון א קינד. דאס דריטע איז געווען ווען דער ברך משה האט אריין געשטעלט ר' שלום אליעזר אין 15'טע עוועניו סאטמאר ביהמ"ד. דארט איז געווען פיל א פלאקערדיגע מחלוקה, ווייל ר' שלום אליעזר האט געהייסען א ביסעל א צוריק געשטאנענער (אנטשולדיגט פארן נוצען דאס לשון, אבער דאס איז ליידער די מציאות) און רוב יונגעלייט פון 15'טע שול האבען זיך געעפענט א נייע שול מיטען נאמען תורה ותפילה. עס זענען אוועקגעגאנגען די שענסטע יונגעלייט פון יענעם ביהמ"ד, און געווארען דם שונאים פארן ברך משה. האלט מען שוין די דריטע טיילונג. איצט, מוז איך זאגען אז אין מאנטרעאל איז ב"ה נישט געווען א טיילונג, ווי דער ברך משה האט אריין געלייגט זיין איידעם ר' דוד מייזליש, און דארט איז נאך היינט פון איינע פון צוויי פלעצער - אויך אין אנטווערפען - ווי מען דאווענט נאך אינאיינעם די צוויי חסידותן. יעצט וועלען מיר באהאנדלען דעם גרעסטען טיילונג פון סאטמאר, וואס דאס האט למעשה צוגעברענגט דעם שפעטערדיגען טיילונג פון תשנ"ט. עס איז חוה"מ סוכות תשמ"ה און דער ברך משה האט אריין גערופען די קרית יואלער קהילה אין שטאט און זיי געזאגט אז עטליכע וואכען ארום שטעלט ער אריין זיין זון ר' אהרן – וואס האט שוין געוואינט אין מאנרא און געטראגען דעם טיטול ראש ישיבה – אלץ רב ור"מ אין קרית יואל. איך וועל נישט אריין גיין אין יענע היסטארישע צייט, ווייל איך מוז אנקומען צו אנדערע, איך בין נאך נישט געווען גענוג אלט צו קענען געדענקען, אבער עס לעבען נאך יענע אידען פון דעמאלטס און זיי פארציילען פאר ווער עס וויל נאר אויסהערען. די שענסטע תושבים פון קרית יואל האבען זיך אפען ארויס געשטעלט און פון קרית יואל האבען רוב פון די איינוואוינער – וועמענס רב מען נעמט אצינד אויף – זיך נישט באטייליגט אויך דער הכתרה מוצש"ק וירא תשמ"ה. עס זענען געווען זקנים פון שטעטעל וואס האבען פרובירט צו רעדען מיטען ברך משה אז ענדערש זאל קומען דער יונגערער זון ר' זלמן לייב ווערען רב, אבער דער ברך משה האט דאס נישט געטון. זיכער קען ער נישט אויפנעמען דעם יונגערען זון איידער דעם עלטערען. קרית יואל איז שרעקליך צו טיילט געווארען. און עס האט זיך קיינמאל נישט געאייניגט צוריק. יענער מוצש"ק וירא, האט עווענטועל צו געברענגען אז בני יואל זאל זיך עפענען, די צוויי גרינדער און בויער פון שטעטעל, ר' משה פרידמאן און ר' שלמה מעכעל ראזנער, וואס זיי האט דער אלטער רבי אריין געשטעלט, זענען געפלויגען וועגען זיי האבען זיך נישט גענוג שטארק ארויסגעשטעלט צו פייטען פאר ר' אהרן. און די זקנים פון שטעטל האבען מער נישט געוואלט דאווענען מיט ר' אהרן אונטער איין דאך. פון תשמ"ה ביז תשנ"ט איז סאטמאר פיל ארגער געווארען צו טיילט ווי פון תשנ"ט און ווייטער. תשמ"ה האט אוועקגעווארפען אידען זקנים דורכגעווייקטע חסידים פון אלטען רבין, טייל פון זיי קהילה לייט פון אלטען רבין און הונדערטער יונגעלייט האבען זיך פארעקעלט פון די גאנצע פירערשאפט, און זיך אפגעלאזט פון אריין צו טרעטען אין ביהמ"ד. יענע מחלוקת מיט ר' אהרן אז ער זאל נישט ווערען רב אין קרית יואל האט שפעטער זיך מער צו פלאקערט ביי די סקול דיסטריקט פרשה וואס ר' אהרן האט זיך צו רעדט קעגען יעדען רב און רבין וואס האט געהאלטען אנדערש פון אים, אבער פיל גערעסער פון אים אין תורה ועבודה. אבער תשנ"ט האט צוריקגעברענגט דאס מערהייט פון די זקנים, חסידים פון אלטען רבין, עס האט צוריקגעברענט די רבנים מיט וועמען מען האט זיך געדארפט צו קריגען וועגען ר' אהרן. תשנ"ט האט געוויזען ווי גרויס דער טיילונג פון סאטמאר איז געווען תשמ"ה. עס האט נישט גענומען לאנג און א פיל גרעסערער עולם וואס זענען געווען מיט ר' אהרן די אלע יארען, האבען זיך צוריק געקערט ווי נאר זיי האבען באקומען א רב וואס האט זיי יא געפאלען. זיי האבען געזען אין דעם נייעם רב, א איד וואס וועט אויף זייער געפילען נישט טרעטען, ער וועט אויף קיין איין ערליכען איד נישט רעדען, ער פאר מאגט א אויער פאר יעדען איד, און איז גרייט צו העלפען יעדען איד. עס האט זיך דערזען א נייער בילד: תשמ"ה האט פאקטיש צו טיילט סאטמאר, און תשנ"ט האט פאראייניגט סאטמאר. אויב שרייט איינער ווי א קאזאק הנגזל, אז דער ברך משה האט אין תשנ"ט צו טיילט סאטמאר, האב איך פאר אים נייעס, דער ברך משה האט צו טיילט סאטמאר אויפען שטערקסטן אופן תשמ"ה, און אין תשנ"ט האט ער פאראייניגט סאטמאר. ע"כ איז פון א פריערדיגע פארמעגליך סעריע שטעלט זיך א פראגע, זיצען דא די פירערס פון די גרעסטע קהילה אויף דער וועלט און אויך די קלוגסטע קהילה. וויאזוי איז מעגליך אז קיין איינציגער פערזאן האט נישט געקענט פאראויסזעהן אז רוב סאטמאר געהערן צו "די צוטיילטע"? ווי אזוי איז מעגליך אז עס זיצען דא בערך הונדערט קהלס לייט פון גרעיטער ניו יארק און זיי כאפען זיך נישט אז זיי פארטרעטען נאר א מינאריטעט פון סאטמאר, ווייל דער מיאריטעט איז שוין לאנג נישט דא. ווי אזוי איז מעגליך אז אלע קהילה לייט האבען פארזעהן אז עס גייט נישט דורך גיין פינף יאר און די ישיבה וואס "די צוטיילטע" האבען געעפענט גייט איבערוואקסען די ישיבה אין מאנרא וואס שטייט אונטער ר' אהרן שוין צוואנציג יאר? ווי אזוי איז מעגליך אז קיינער אין גאנץ קהל האט נישט געהאט א ווייטען בליק אז ר' אהרן פארטרעט נישט מער ווי א דריטל סאטמאר אין וויליאמסבורג? ווי אזוי האבען קיין איינער פון די באטייליגטע נישט געזען אז ר' אהרן וועט עפענען נייע מוסדות און וועט נישט קענען אנציען מער ווי א קנאפער דריטעל? המשך איבער די אנאליזען פון יענער "היסטאריש" נארישע אסיפה, יבוא
תוקן על ידי המהדרין ב- 01/07/2010 20:49:49
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 01:42 |
|
| |
אסיפה יום א' אמור תשנ"ט באולם ויואל משה ר' בערל פריעדמאַן: מורי ורבותי, ברוכים הבאים, מען האָט דאָ צוזאַמען גערופן אַן אסיפה. איך מוז דאָ מאַכן אַ צוויי דריי הקדמות. קודם זע איך דאָ אַז מען איז געקומען פון באָראָ פּאַרק, פון וויליאַמסבורג, פון קרית יואל און פון מאָנסי, פון אונזערע קהלות דאָ אין די געגענט. פשט פון די מיטינג איז קודם צו ווייזן אַז מיר זענען אַלע איין קהלה, אַ קהלה וואָס דער רבי זי"ע האָט עס מייסד געווען אין שנת תש"ח, און אַסאַך פון די אידן זענען מעמבערס פון דעמאָלט אָן, וגם אני בתוכם. דאָס איז שוין אַן ערך פון 15 יאָר לכאורה. דער רבי האָט געגרינדעט די קהלה אַז אידן זאָלן זיך האַלטן צוזאַמען, ער האָט געוואָלט אַז זיין קהלה זאָל זיין פאַראייניגט, ער פלעגט עס זאָגן אין זיינע דרשות, סיי לטובת תיקון הדת, און סיי לטובת צו זיין ערבות איינער אויפן אַנדערן, אונז אַלע האָבן מיר געווייקט ביים רבי'ן, מיר האָבן געהערט זיינע דרשות, מיר געדענקן נאָך בפרט איידער ער איז אַוועקגעפאָרן קיין ארץ ישראל, פלעגט ער שבת בעפאָר האַלטן אַ דרשה און האָט געבעטן דעם עולם מען זאָל זיך נישט קריגן, מען זאָל זיין באחדות. ווי אויך זאָגט די גמרא: "אלמלא היו ישראל באגודה אחת אין כל אומה ולשון יכולה לשלוט בהם". די לעצטע צוואָנציג יאָר האָבן מיר די זכיה אַז דער רבי זאָל זיין געזונט פירט אָן די קהלה, און מיר אַלע הערן וואָס ער זאָגט און מיר זענען מקבל זיין וואָרט, מיר זענען מסתופפים בצלו, און יעדער איינער פון אונז איז מתפלל ער זאָל זיין געזונט און שטאַרק און ער זאָל אונז פירן קעגן משיח'ן. עס האָט זיך לעצטענס אַסאַך געטומעלט וועגן רבנות זאַכן, וויל איך ענק זאָגן אַז היינט נאַכט די מיטינג וועט גאָרנישט רעדן וועגן רבנות, ס'האָט גאָרנישט וואָס צו טאָן, דאָס ענין פון רבנות שטייט אין די שטאַטוטן אַז דאָס באַלאַנגט נאָר צום רבי'ן. אויסדריקליך! איך האָב אַהער געברענגט דאָס שטאַטוטן ביכעלע, און ווער עס וויל וועל איך עס אים ווייזן. אויך האָבן מענטשן געפרעגט ווער עס האָט אַ רעכט צו רופן אַ טובים מיטינג? אין אַרקטיקל 5 נומ.1 שטייט אַז טובים פאַרזאַמלונגען זאָלן געהאַלטן ווערן אַזוי אָפט ווי דער פּרעזידענט האַלט עס פאַר נויטיג. דער פשט דערפון איז: ווען דער פּרעזידענט זעט איין אַז מען דאַרף האָבן אַ טובים מיטינג, אָדער ער זאָגט אַז מען דאַרף עס מאַכן, יעדן חודש אויך. אָבער אַז מ'ברויך עס קען מען עס אויך רופן. ממילא האָבן מיר געהאַלטן פאַר נויטיג אַז מיר מוזן זיך צוזאַמענקומען, ווי עס שטייט די וואָך אין פרק: "אז נדברו איש אל רעהו ויקשב ה' וישמע" — ווען אידן רעדן זיך צוזאַמען העלפט דער אויבערשטער, ווייל די שכינה איז דאָ און מען קען אַסאַך אויפטאָן. איך וויל נאָך זאָגן דאָ וואָס איז וויכטיג צו וויסן איינס פון די פּאַראַגראַפן פון די תקנות, איז אויך זייער וויכטיג ווייל עס איז געווען ביי די לעצטע מיטינג אַ גאַנצע מעשה, ס'איז אַ דבר ידוע מען ווייסט וואָס איז געווען יענעם שבת אַן איבערקערעניש אין בית המדרש, און מען האָט פאַרלאַנגט אַז מען זאָל אַרויסוואַרפן די מענטשן, ממילא וויל איך אויך פאָרליינען וויאַזוי דאָס אַרבעט. ס'ענען דאָ פינף זעקס פּאַראַגראַפן ווען איינער פירט זיך נישט אויף ווי מעןן דאַרף. איינס פון די אויב חלילה "סאני שמעניה", איינס פון די איז אַז ער שעדגיט קהל'ס אינטערעסן, ווי עס שטייט אין אַרטיקל צען פּאַראַגראַף פינף: אויב ער אַרבעט קעגן די אינטערעסן פון די קהלה, אויב עס קומט אַריין אַ קלאַגע קעגן אַ מיטגליד פון די קהלה, דאַרף אַ קאָמיסיע פון דריי מיטגלידער אויספאָרשן און אונטערזוכן צו די קלאַגע איז אמת. און אויב עס איז ריכטיג האָבן די טובים דאָס רעכט אויסצושליסן דעם באַטרעפענדעם אויפן סמך פון די אויבן אויסגערעכנטוע פאַלן. וואָס איך וויל דאָ אַרויסברענגען איז אַז די שטאַטוטן זאָגן אויב ס'קומט אַריין אַ קלאַגע קעגן אימיצן אַז ער האָט עפּעס געשעדיגט, אָדער ער האָט זיך נישט אויפגעפירט ווי עס דאַרף צו זיין, דאַרפן דריי מיטגלידער אויספאָרשן די זאַך און מען ברענגט עס צוריק צו קהל, און די טובים פסק'נען נאָכדעם וואָס פאַר אַ קנס עס קומט אים. אַזוי האָבן מיר געטאָן. איך וויל נישט איבער'חזר'ן וואָס מען האָט דאָ פאַרדאַמט, יעדער ווייסט ס'איז געווען אַ שערוריא אין בית המדרש, ס'איז נישט געווען קיין כבוד פאַרן בית המדרש, נישט קיין כבוד פאַרן רבי'ן, אָבער מיר האָבן געטאָן ווי עס שטייט אין די שטאַטוטן. מען האָט געשטעלט דריי מענטשן און די דריי מענטשן האָבן געברויכט צוריק צו קומען, און אַרויסגעבען נאָכדעם אַ קנס. געוויסע מענטשן האָט מען שוין גע'קנס'ט, געוויסע מענטשן זענען נאָכנישט געקומען, דאָס איז נאָר געווען אַ הקדמה וואָס איך האָב געוואָלט אַרויסברענגען אַז מיר האָבן געטאָן וואָס מיר האָבן געקענט. אויסער דעם האָבן די ראשי הקהלה אין די לעצטע דריי וואָכן קען מען זאָגן געאַרבעט 24 שעה אַ טאָג, אָקאָראַט אַביסל געשלאָפן אינמיטן, אָפּצושטילן. וואָס איז געשען ליידער, ס'איז אַרויס פון קאָנטראָל, מענטשן האָבן געטאָן אויף דער אייגענער האַנט, איך גיי נישט דאָ באַרירן קיין יחיד, פון ביידע צדדים האָט מען געטאָן אויף דער אייגענער האַנט, וואָס קהל האָט נישט געוואָלט און קהל האָט נישט געהייסן, וואָס מען האָט זיי נישט באַטרויט. ווי איך קודם זאָגן אַז די טובים האָבן אַ כח, דער רבי האָט געזאָגט ווען מיר זענען געווען חול המועד פסח ביים רבי'ן, אַז די טובים האָבן אַ כח פון אַ בית דין און קענען אַלעס באַשליסן. איז צוויי זאַכן: קודם וויל איך אַז מען זאָל זיך אויפפירן ווי אַ בית דין, מיר זענען זיך דאָ צוזאַמען געקומען צו רעדן, יעדער קען זאָגן זיין מיינונג וואָס ער האָט צו זאָגן, אָבער ער דאַרף בעטן דאָס וואָרט. אַזוי ווי אַ בית דין, עס זאָל זיין אַנשטענדיג. צווייטענס וויל איך מעלדן אַז מיר האָבן דאָ אַ טעיפּ, און יעדעס וואָרט וואָס ווערט דאָ געזאָגט וועט פאַרשריבן ווערן לדורות. ממילא אַפּעליר איך צו יעדן איינעם עס זאָל זייןן בדרך כבוד, מען זאָל זיך נישט מזלזל זיין איינער דעם אַנדערן, און מען זאָל באַהאַדלען בכובד ראש וואָס מיר קענען דאָ טאָן צוריק איינצושטעלן דאָס אחדות אין די קהלה. אַסאַך פרעגן: וואָס טוען די ראשי הקהלה? וואָס פאַר אַ פּלענער האָט עטץ? קען איך ענק אַזויפיל זאָגן דער פּלאַן פון יעצט איז עס זאָל זיין אַזוי ווי עס איז געווען בעפאָר, מען זאָל האָבן אחדות, מען זאָל זיך נישט שעדיגן איינער דעם אַנדערן, און נישט סטראַשן איינער דעם אַנדערן, קהל האָט גרויסע פראָגראַמען, די ישיבה האָט גרויסע פראָגראַמען, יעדער מוז אָנגיין מיט די אַרבעט. איך קען ענק זאָגן וואָס קהל אַליין האָט לענצטענס, יעדער ווייסט אַז מען דאַרף צו בויען אַ נשים מקוה וואָס דאָס קאָסט גרויסע געלטער, איבער אַ מיליאָן דאָללער, קהל אַליין קען דאָס נישט שאַפן, מיר האָבן דאָ געהאַט דעם קרית יואל'ער רב, ער האָט זייער געטריי געאַרבעט, ער האָט געהאָלפן שאַפן דאָס געלט. פּלעדזשעס האָט ער שוין אַ מיליאָן דאָללער, אָבער אַזוי ווי עס איז איצט געוואָרן אַזאַ טומל האָט זיך דער עולם מתרשל געווען און מען גיט נישט קיין געלט. וויל איך בעטן דעם עולם מען טריצט דאָ נישט מיט קיינעם. די זעלבע זאַך יעדער ווייסט אַז קהל האָט באַשלאָסן און דער רבי האָט געהייסן אַז מען זאָל בויען אַ נייעם בית המדרש. יעדער ווייסט אַז דאָס איז אַ פּראָיעקט פון 25 מיליאָן דאָללער. מיר האָבן פאַרקויפט זיצן פאַר בערך פון 14 ביז 15 מיליאָן דאָללער ווערט, מיר האָבן פון דעם אַריינבאַקומען פינף און אַ האַלב מיליאָן דאָללער. אַ האַלבן מיליאָן דאָללער האָבן מיר באַקומען אין נדבות, און מיר האָבן קנאַפּע צוויי מיליאָן דאָללער אין פּלעדזשעס, און מיר האָבן גענומען אַ מאָגעדזש פון דריי מיליאָן דאָללער. און מיר שטייען היינט אַז ווען מיר קאָלן אידן און מיר זאָגן זיי אַז דו ביזט נאָך שולדיג מיטן פּעימענט זאָגט ער: איך וויל נישט געבן ווייל איך ווייס נישט וואָס דאָ וועט זיין. מורי ורבותי: איך שעם זיך דאָס צו זאָגן, אָבער מיט וועמען טריצט מען? מען טריצט חלילה מיט זיך! חלילה מיר זאָל בלייבן שטיין אַזוי וועט עס עס צוגרונט גיין. דאָרט ליגט דאָך שוין היינט קנאַפּע ניין מיליאָן דאָלער, איך האָב עס אויסגערעכנט, מען זאָל נישט מיינען אַז עס איז מאָנקי בינזעס, עס וועט חלילה צוגרונט גיין. ס'איז נישט שייך צו זאָגן צו נעמען אידיש געלט, איבערהויפּט די אידן וואָס האָבן שוין געגעבן די פינף און אַ האַלב מיליאָן דאָלער, דאָס זענען דאָך היימישע אידן, מען וועט חלילה נישט קענען גיין אויף דער גאַס. וויל איך בעטן יעדער זאָל זיך צוריק מתאמץ זיין און צוריק האָבן דעם פולן צוטרוי. איך קען ענק אַזויפיל זאָגן אַז עס ווערט נישט פאַר'תלכית'וועט קיין איין פּעני, מיר האָב זייער גוטע אַרבעטער אין די קאָמיטע וואָס קאָנטראָלירן די געלטער, ר' חיים יושע געלבשטיין מיט ר' ישעי' וויינשטאָק און די געלטער קומען אַריין צו דוד הערש'ן אין אַ קאָמפּיוטער, יעדע פּעני וואָס קומט אַריין איז אויפן קאָמפּיוטער, און עס גייט נישט אַרויס אַ טשעק אָן דעם וואָס זיי צוויי זאָלן עס נישט אונטערשרייבן. די אַלע דברי רינון וואָס גייען אָן דאָס שעדיגט נאָר. אויסער דעם וואָס מ'שעדיגט איז לעצטענס — איך מוז מוחה זיין ברבים — איך ווייס נישט צו יעדער ווייסט אָבער עס איז אַרויסגעקומען אויפן אינטערנעט. בכלל דער אינטערנעט איז אַ דבר טמא, ליידער אַזוי ווי טעלעוויזשאָן, עס קומט אַרויס די גרעסטע צרה פון דעם. פאַר צוויי יאָר ווען עס איז אַרויסגעקומען דער אינטערנעט האָט איך אַריינגעשריבן אין נאָמען פון קהל אַן התראה אַז מען וועט דיר נעמען אין געריכט, ווייל דו האָסט נישט קיין רעכט צו רעדן אין נאָמען פון סאַטמאַר. האָט ער זיך פאַרשטעלט און ער האָט געזאָגט אַז ער הייסט רובין, און האָט געזאָגט: איך רעד נישט פון קהל, איך רעד סאַטמאַר סתם, און אויף סאַטמאַר ביזטו נישט בעל הבית. זענען מיר געגאַנגען און מיר האָבן אַריינגעלייגט אַ מחאה אין "דער איד" אויך, און ס'האָט זיך אַביסל אָפּגעשטילט. אָבער איצט איז געוואָרן עפּעס אַ נייע קאָמפּאַני, מיר זענען נאָכנישט דערגאַנגען ווער עס איז. רבותים: מען מאַכט זיך ללעג ולקלס פאַר די גאַנצע וועלט. אונזערע שונאים שטייען און קוקן וויאַזוי סאַטמאַר זעט אויס. איך זאָג עס אַלעמאָל: קיינער קען אונז נישט אַזוי וויי טאָן, קיינער קען אונז חלילה נישט חרוב מאַכן, ווי אייגענע מענטשן. מען באַרעכנט זיך נישט, ס'איז קינדערישע אַרבעט אָבער ס'איז רשעות. מען טוט זיך אויס נאַקעט און מען באַשמוצט זיך פאַר די גאַנצע וועלט. מען קען נישט אַרויסגיין אויף דער גאַס ווייל יעדער לאַכט מיר אין פנים. קומסט צו אַ פרעמדן מענטש, מען טוט זיך אָפּ פאַר זיך. אויסער וואָס פאַר אונז שאָדט עס אויסערגעווענליך, וויל איך מוחה זיין אויף דעם, און איך האָף אַ גאַנץ קהל וועט צוהעלפן מען זאָל דערגיין ווער ס'האָט נאָר אַ שטיקל כח, אָדער ווער עס האָט נאָר אַ שטיקל השפעה, אויסצוגעפונען ווער די מחבלים זענען, זאָל עס מעלדן און מען זאָל אָנוועדן אַלעס וואָס מען קען מען זאָל נישט חלילה חרוב מאַכן סאַטמאַר. ווי עס שטייט אין די מגילה: "ואיככה אוכל וראיתי באבדן מולדתי". מיר באַגראָבן זיך דאָך אַליין, אויך פאַר די וועלט. וואו מען גייט איז פאַראַן קיפּקעלעך מיט אַזוינע און אַזוינע טענות. אויף וועמען רעדסטו? דו רעדסט דאָך אויך דיין ברודער. אויסער דעם איז עס אויף דער גאַס, און מיר מוזן מטכס עצה זיין, דאָס מוז זיך אָפּשטעלן. מיט אַ פאַראייניגטן כח, מיט דעם אַליין וואָס מיר זענען זיך דאָ צוזאַמען געקומען דאָ אַלע סאַטמאַרע קהלות צו ווייזן אַז מיר זענען איינס, ס'איז נישטאָ קיין שפּרינטעלעך, מיר זענען אַלעס איינס, און מיר זענען תחת דגלו פונעם רבי'ן זאָל זיין געזונט, און מיר זענען אונטער די השפעה פונעם מייסד פון די סאַטאַרער קהלה, דער הייליגער צדיק וואָס האָט אויף אונז מגין געווען אַלע יאָרן, און מיר ווייסן און מיר האָפן אַז ער שטייט אויף דער וואַך, און ער וועט נישט לאָזן עס חרוב מאַכן. און איך בין נישט מקנא ווער עס וועט עס חרוב מאַכן. אָבער אַליין קען מען גאָרנישט טאָן, אויב מיר וועלן צוזאַמען עפּעס טאָן וועט דער אויבערשעטר העלפן אַז מיר וועלן זוכה זיין אַז עס וועט צוריק זיין אחדות צווישן אונז, און עס וועט זיין שלום על ישראל, און אַז אימיצער וויל נעמען דאָס וואָרט וועלן מיר עס אים געבן דאָס וואָרט. וויל אימיצער נעמען דאָס וואָרט אין די רייע, אָדער עפּעס אַן עצה צו געבן? ר' אברהם דער פּרעזידענט פון די סאַטמאַרער קהלה אין קרית יואל, מיר אַרבעטן צוזאַמען ביי פאַרשידענע געלעגענהייטן, וועלן מיר אים בעטן ער זאָל זיך עפּעס אויסדריקן עפּעס אַן עצה צו דעם. ר' אברהם וויעדער: איך קען נאָר זאָגן דאָס וואָס ר' בערל האָט געזאָגט און עס איבער'חזר'ן, אַז איך טראַכט אַריין וויאַזוי עס האָט זיך אָפּגעשפּילט די לעצטע פּאָר וואָכן, און וואָס עס איז אַלץ געוען, איז דער גרעסטער באַווייז אַז וואָס מען ברויך צו טאָן איז אַלעס אָפּצושטעלן. ווייל אַריינצוגיין אין פרטים איז נישט דאָ דאָס פּלאַץ, דער ציל וואָלט געברויכט צו זיין אַזוי ווי ר' בערל האָט פריער געזאָגט אַז סאַטמאַר איז די הייליגסטע קהלה אויף דער וועלט, ס'איז געווען און ס'איז יעצט און מען ברויך מאַכן זיכער עס זאָל בלייבן די הייליגסטע קהלה און די שענסטע און גרעסטע קהלה אויף דער וועלט. איך טראַכט אַריין מען גייט דערציילן מעשיות, וואָס און וועמען טוט מען באַשמוצן מיט דעם? וואָס קומט אַרויס פון דעם? און ווער ווערט באַשמוצט? ווער נעמט אויף זיך דאָס אחריות? אָבער איך האַלט אַז מען ברויך רעדן אַמאָל ברייטער איך וועל עס זיין, וועט מען זאָגן וואָס מען וועט זאָגן. אינגעלייט נעמען זיך צוזאַם און מען לאָזט פאַלן ווערטער השם ישמרנו צו הערן אַזעלכע ווערטער וואָס מען הערט ווי מענטשן רעדן אַזוי. ס'טוט וויי. פאַרשטייט זיך יעדער וועט קומען מיט טענות מיט דעם און מיט יענעם, אָבער מ'ברויך קוקן וואו קומט מען אָן, וואָס באַרירט. מען קען נאָר מגלה זיין טפח און מען ברויך פאַרשטיין וואו מען האַלט. איך שטיץ הונדערט פּראָצענט וואָס ר' בערל האָט פריער געזאָגט אַז עס ברויך זיין שלום במחנינו. עס זאָל צוריקגיין אַזוי ווי עס איז געווען פאַר פסח אַזוי ווי ר' בערל האָט פריער געזאָגט אַז עס זאָל זיין שלום צווישן אונז, און איך האָף אַז יעדער איינער פאַרשטייט אַז דאָס איז דער גרעסטער כבוד שמים. און טאָמען שאַפן זיך אינגעלייט צו אַנדערע וואָס ווילן בונטעווען, ברויך מען דאָס פאַרשרייען אויפן גרעסטן אופן. ווייל ווער עס ווייסט וואָס עס איז געווען דעם רבין'ס מיינונג אויף אייגענע אַקציעס און אינגעלייט זאָלן זיך רייבן אָן אַ קהל, ווייסט מען פּᤞנקטליך וואָס דער רבי האָט געהאַלטן און וואָס דער רבי האָט געזאָגט אויף זיי. ס'איז דאָ אַ קהל, קהל ברויך צו טאָן, טאָמער קיינער טוט נישט געשען אַזעלכע זאַכן. דערפאַר איז ראַטזאַם געווען מען זאָל צוזאַמען רופן קהל און קהל זאָל טאָן. און איך שטיץ הונדערט פּראָצענט די רעזאָלוציע וואָס ר' בערל האָט פריער געזאָגט. און איך האָף מיטן אויבערשטנ'ס הילף אַז פון דעם וועט אַרויסקומען אַ כבוד שמים. ר' אליעזר אַבראַמאָוויטש: ס'איז שטאַרק מסתבר אַז די מענטשן וואָס האָבן געטאָן די מעשה אלימות זענען קיין איינער נישטאָ ביי דעם טיש, מען ווייזט נישט קיין פינגער אויף אונזערע מענטשן אַז זיי האָבן געטאָן אַזוינע זאַכן. און אפילו די וואָס האָבן נישט געטאָן און קומען כסדר מיט טענות, איז אויך מסתבר אַז זיי זענען אַצינד אויך נישט דאָ ביי דעם טיש היינט נאַכט. טאָמער האָט קהל געפילט אַז די אידן האָבן טענות און מען האָט עווענטועל געברויכט מאַכן די מיטינג דאַרף מען זיין רעאַליסטיש, און אַז מען מאַכט אַ רעזאָלוציע זאָל מען פילן אַז די רעזאָלוציע וואָס מען וועט אָננעמען זאָל האָבן דעם געוואונטשענעם רעזולטאַט, און עס זאָל באַרואיגן די געמיטער וואָס ברויזן אין די גאַסן. פאַר אונז צו זאָגן אַז מיר גייען צוריק צום אַלטן איז זייער גוט, די שאלה איז נאָר צו די גאַס וועט פאַרשטיין צי מיר האָבן גענומען שריט צי נישט. ר' בערל: דו האָסט עפּעס אַ פּלאַן פאָרצושלאָגן קאָנקרעטעס? ר' אליעזר: קודם לאָמיר הערן צי קהל האָט עפּעס אַ פּלאַן, געווענליך קומט דאָך קהל מיט אַ פּלאַן. איינער האָט אונטערגעריק אַ צעטל ר' בערל: דאָס איז נישט קיין כבוד נאָר אַ בזיון, און ווער עס ווייסט ווער עס האָט עס געשריבן, דאַרף עס קומען מעלדן און מען וועט אים דן זיין. ר'..........: מיר דעקלאַרירן מען זאָל פאַרגעסאָ וואָס עס איז געווען אין די דריי וואָכן. "שכן חובת כל היצורים" איז די ראשי תיבות שכחה, דעריבער זאָל מען פאַרגעסן פון די גאַנצע זאַך. ר'.........: מען דאַרף אָבער וויסן דעם שורש פון דעם, פון עפּעס איז עס דאָך געקומען. ר'.......: ר' אליעזר האָט פריער געזאָגט אַז די מעשה אלימות איז נישט אַרויסגעקומען פון דעם עולם וואָס זיצט דאָ פאַרזאַמעלט. ר'.......: אַוודאי נישט פון דאָ, אָבער מען דאַרף עס פאַרדאַמען אויף הונדערט פּראָצענט אַזוי ווי ר' בערל האָט פריער געזאָגט. יעדער איז מסכים צו דעם. אי"ה פון היינט מאָל אָן וועט מען זיך שוין נישט קריגן און די פּאַשקווילן וועלן זיך אויפהערן. ר' אליזער: איך וויל צולייגן נאָך אַ וואָרט. די סיבה וואָס איז גורם אַז עס בונטעוועט זיך נאָך אַלץ אין די גאַס, איז ווייל די גאַס פילט אַז קהל טוט נאָך אַלץ נישט גאָרנישט. די קשיא איז: ווען מען וועט אַרויסגיין פון די מיטינג וויאַזוי וועט די גאַס פילן? אַז מען וויל נישט אַז מען זאָל טאָן אין די גאַס, דאַרף קהל טאָן. האָט קהל געמאַכט אַן ערנסטן פאָרשריט אין דעם דירעקשאָן? טאָמער נישט און מען האָט גערופן דעם עולם בלויז אויף איינצושלעפן, וועט דאָך נישט זיין גאָרנישט. וואָס פאַר אַ פאָרשריט שלאָגט מען פאָר? עטץ האָטס דאָך גערופן דעם גאַנצן עולם, זאָגטס אַ פאָרשלאַג. זאָל מען דעבאַטירן דעם פאָרשלאַג. ר'........: און אַז מען וועט אָנהייבן צו בונטעווען וואָס וועט דעמאָלט זיין? ר' אליעזר: נישטאָ אַזאַ מין זאַך. ר'.......: וועט מען ווייטער מוזן צוזאַמען קומען קהל און מען זאָל פאַרגעסן. ר' יודל ווערצבערגער: די ערשטע זאַך אַז מען וויל טראַכטן וואָס מען קען טאָן, איז די ערשטע זאַך וואָס מען דאַרף וויסן פון וואָס דער גרודער האָט זיך גענומען, ממילא קען מען טראַכטן אַן עצה וויאַזוי מען קען עס שטיל מאַכן. וויל איך אַרויסברענגען איך דריי מיר אין בית המדרש או איך הער פון אַסאַך היימישע מענטשן, נאָרמאַלע אינגעלייט עלטערע פון אונזערע היימישע מענשטן פון אונזערע מעמעבערס, הער איך אַסאַך און איך וועל זאָגן וואָס איך הער און וואָס דער עולם זאָגט וואָס ס'האָט געברענגט צו איצטיגן מצב. מען האָט זיך אָפּגערעדט אַז מען ברענגט אַריין מיינונגען כאילו כאילו כאילו דער רבי זאָל זיין געזונט וואָלט געוואָלט אַז מען זאָל צוריק ברענגן מהרסים וואָס דער רבי האָט געוואָלט אַרויס פון דאָ, זיי צוריק ברענגן כאילו דאָס הייסט שלום מאַכן, אַז מען ברענגט די צוריק דעמאָלט וועט ווערן שלום. און כאילו דער רבי זאָל זאָגן אַז די אַלע וואָס האָבן גע'אסר'ט דעם סקול דיסטריקט, די אַלע מנהיגים און רבנים וואָס דער רבי האָט געזאָגט אויף זיי ברבים אַז די סטרא אחרא איז אויף זייער זייט, כאילו דער רבי האַלט היינט אַנדערש. דער רבי האָט זיך מיישב געווען אַז זיי זענען ערליכע אידן און מען דאַרף מיט זיי אינאיינעם גיין, און מיט דעם ענין וויל מען אַריינברענגען דאָ, ממילא וויל מען אַריינברעגען זייער מיינונג אַהער. די מיינונג מוז מען יאָ דאָ אויפברענגען, כאָטש דאָס האָט אין אמת'ן אַריין נישט מיט קהל, און מען האָט געשמועסט אין אָנהייב אַז דאָס ענין פון רבנות איז דער רבי, אָבער מען ברענגט אַריין דאָ אַ מיינונג כאילו דער רבי וויל היינט אַנדערש ווי די אַלע יאָרן, און ער וויל דאָס וואָס די אַלע שונאים וועלכע האָבן אים אַלע יאָרן מצער געווען, וואָס זיי האָבן געוואָלט. ער וויל עס זאָל זיין צוטיילט, און צוטיילט מיינט בעסער געזגאָט צוברעכן, יעדער ווייסט עס אַליין אַזוי ווי מען האָט פריער געזאָגט אַז ווען מען איז איינס דעמאָלט איז סאַטמאַר סאַטמאַר. טאָמער זאָגט מען אָבער אַ מיינונג אַז דער רבי האָט אַ מיינונג און ער וויל עס צוטיילן, הייסט עס צו זאָגן כאילו דער רבי זאָגט אַז ער וויל צוברעכן. דאָס איז מבזה דעם רבין. און במילא אַז מען הערט נישט קעגן דעם אָפּשטעלן דאָס, ווערט דער עולם וויי געטאָן, און דער היימישער עולם וואָס האָט געבלוטיגט אינאיינעם, וואָס האָט מיטגעמאַכט די צוואָנציג יאָר, ממילא קומט שוין אַזוי אַרויס. ווייל נישט יעדער האָט דאָך שכל וויאַזוי צו רעדן, רעדט מען שוין פאַרשידענע זאַכן וואָס מען דאַרף טאַקע נישט רעדן. ווער עס איז צו מיר צוגעקומען האָב איך געזאָגט אַז מען דאַרף נישט רעדן, נו, דאַרף מען זען ביי קהל צו רעדן, אויפברענגען ביי קהל און נישט אין די גאַס. די זאַך איז אַז אויף דעם דאַרף מען זוכן אַן עצה מען זאָל וויסן אַז דאָס קען אונזער היימישער עולם נישט מקבל זיין.... געזאָגט אַז דער רבי זאָגט אַזוי, ווייל ווער עס זאָגט אַזוי רעדט נאַרישקייטן, און ווער עס זאָגט אַז דער רבי האַלט אַנדערש אויף סקול דיסטריקט דער גייט שוין אַריין אין געהעריגע נאַרישקייטן, ווייל דער גייט אַריין אין זאַכן אין זאַכן אַז כאילו כאילו זאַ די גאַנצע זאַך איז נאָר געווען אַאַאַ הפלטת פה, ווייל די גאַנצע זאַך איז נישט געווען באַרעכטיגט, און אַז דער רבי אַליין האַלט אַזוי. און אַז מען ברענגט דאָס אויפן מויל צומישט מען דעם עולם, און די וואָס זאָגן אַז דער רבי זאָגט נישט אַזוי די זאָל מען אַרויסשטעלן פון דאָ. און ווער זאָגט עס אַז דער רבי זאָגט אַזוי? מען הערט עס אין בית המדרש פון די אַלע בני יואל'ניקעס, די וועלכע האָבן זיך געפריידט אַז מען האָט מצער געווען דעם רבין, די אַלע זענען ביי די מיינונג אַז יאָ דער רבי האָט געזגאָט דאָס, און הייבן אָן צו זאָגן אַז מען טאָר נישט רעדן אויפן רבין כאילו דאָס זאָגט דער רבי. דאָס מוז מען מתקן זיין. טאָמער וועט מען זען אַז מען וועט עס נישט מתקן זיין, און מען וועט אַרויסגיין מיט גאָרנישט, וועט נאָר ערגער ווערן. ר' יודל לעפקאָוויטש: איך וויל נאָר צולייגן אַן ענין. איך בין דעמאָלט געווען בתוך הענינים ביי די סקול דיסטריק מעשה, און נישט איינמאָל און נישט צוויי מאָל דער ראש האוסרים האָט געזאָגט אַז מען ברויך צוברעכן דעם מאָנאָפּאָל. דער רבי זכרונו לברכה איז טאַקע געווען, אים האָט מען געברויכט זיין... אָבער היינט ברויף מען צוברעכן דעם מאָנאָפּאָל אַז ער קען נישט ווערן רבי. איך האָב נאָר געוואָלט צולייגן צו ר' יודל דאָס איז געווען דעמאָלט און דאָס איז היינט. ר' בערל: עס איז מיר שווער צו ענטפערן פאַר ביידע יודעלעך יעצט, ס'איז מיר אַביסל שווער די צוויי אויף אַמאָל אָבער מען וועט פּרובירן. די זאַך איז אַזוי: ידעתי, זייט דער רבי איז רבי בין איך כ'מעט יעדע וואָך אַריין צום רבי'ן, איך האָב קיינמאָל נישט געהערט פון דעם אַז ער האָט חרטה אויף דעם וואָס ער האָט אַמאָל געזאָגט, איך האָב נישט געהערט אַז ער האָט מתיר געווען די בני יואל, און דער רבי זאָגט בפירוש אַז ער וויל נישט האָבן מיט זיי צו טאָן, זיי זענען אסור און ער וויל נישט האָבן קיין צוויי קהלות, ער וויל עס זאָל זיין באחדות, אַזוי אַז איך זע נישט אַז דאָס זאָל זיין אַ הונדערט פּראָצענטיגער אמת אַז מען זאָגט אַז דער רבי האָט זיך געטשענדזש די מיינד, איך זע עס נישט. אויסער אַז דו האָסט עפּעס ספּעשעלס.... איין מינוט איין מינוט... איז אויך דאָ אַן עצה. דער רבי זאָל זיין געזונט האָט געזאָגט זיין טיר איז אָפען יעדער קען צו אים אַריינקומען. אַז מען האָט עפּעס קען מען אַריינקומען, אַז מען קען נישט גיין אין שטוב קען מען גיין אין בית המדרש. ער זאָל זיין געזונט ער ווייסט וואָס מען רעדט צו אים, און ער וועט אים זאָגן קלאָרע דיבורים. איך זע נישט אַז דער רבי האָט זיך געטשענזדש די מיינד. איך האָב עס ביז היינט נישט געהערט. ר' יודל לעפקאָוויטש: איך וויל קהל זאָל נעמען אַ באַשלוס אַז טאָמער עס קומט צוריק אַ שמיעה, זאָל מען אויספאָרשן ווער עס האָט עס אַרויסגעלאָזט, און דעם זאָל מען אַרויסוואַרפן פון קהל. ר' בערל גראָס: קיינער האָט נישט געזאָגט אַז דער רבי האָט עס געזאָגט, נאָר מען האָט געזאָגט אַז מען טראָגט אַרום אַזעלכע שמועות ווייל מען וויל צוברעכן. ר' יודל ווערצבערגער: נאָך אַ זאַך: ווער עס פרעגט דעם רבין אַזאַ פראַגע אין דעם ענין, דעם פאַרשרייט מען אַלס פון די זעלבע חברה די בני יואל, און די דאַרף מען אַרויסוואַרפן. אַזוי איז עס אָנגעגאַנגען אַ שטיק צייט. ר' בערל פר"מ: ר' יודל איך בין אויך געווען אַ יונגערמאַן, און דאָ איז דאָ עדות ר' יוסף מרדכי און אַנדערע, מיר פלעגן אַריינצוגיין צום רבין ווען מען האָט נאָר געקענט. ס'איז געווען אַ צייט דריי יאָר ווען איך האָב גערעדט מיטן רבין יעדן טאָג. איך האָב געוואוינט אין שכינות פון רבין זי"ע. מען האָט געקענט פרעגן און מען האָט געפרעגט און ער האָט געענטפערט אויף יעדן ענין. דער רבי זאָל זיין געזונט גייט בדרכיו און ער האָט נאָך קיינמאָל נישט אַרויסגעוואָרפן אַ מענטש ווייל ער האָט אים עפּעס געפרעגט. און איך וועל דיר זאָגן מער: מען דאַרף האָבן אַביסל קנאות, אויב מען וועט דיר איינמאָל אַרויסוואַרפן זאָלסטו גיין נאָכאַמאָל. דאָס אַלעס פיניש. ר' יודל לעפקאָוויטש: ווי פריער געזאָגט אַז מען לאָזט אַרויס שמועות אין רבין'ס נאָמען, און וועגן דעם האָב איך פאָרגעשלאָגן.. ר' בערל פר"מ: זאָל נאָך אַ מאָל דיין קאָנקרעטן פאָרשלאַג ר' יודל לעפקאָוויטש: אַז אויב עס קומט צוריק אַ שמיעה אין רבי'ן נאָמען אַז דער רבי האָט אַזוי און אַזוי געזאָגט, זאָל מען אויספאָרשן ווער עס האָט עס געזאָגט. ר' בערל: ווער זאָל עס אויספאָרשן? ר' יודל לעפקאָוויטש: עס זאָל זיין דערויף אַ קאָמיטע, און אויב עס קומט אויף איינעם צוריק זאָל מען אויף יענעם אָנווענדן דעם חומר הדין. ר' בערל: פון מיין זייט איז עס אָנגענומען, מען וועט באַלד פרעגן דעם עולם. ר' דוד עקשטיין, איך זאָג הויך די נעמען וועגן טעיפּ. ר' דוד עקשטיין: מען האָט אָנגעהויבן פריער צו רעדן ווען ענין פונעם אינעטרנעט. איך בין מאמין באמונה שלימה און איך גלייב אַז קיינער פון די וועלכע האַלטן זיך פאַר תלמידים פון רבין זאָל זיין געזונט און שטאַרק האָבן נישט קיין חלק אין דעם. דאָס איז זיכער בלי שום ספק. דאָס איז געקומען פונעם צד פון די דרויסענדיגע וועלכע האָבן זיך אָפּגעטיילט פון אונז, און וואָס זוכן צו צובערעכן סאַטמאַר אויף יעדן שטריט און טריט, און האָבן שוין אַ היסטאָרי פון גיין צו די גוים פון יאָרן צוריק, דאָס איז זיכער בלי שום ספק. ווייל איינער וואָס האַלט זיך נאָר פאַר אַ שטיקל תלמיד פון רבין זאָל זיין געזונט און שטאַרק וואָלט זיך נישט געטרויט, די פינגער וואָלטן אים אַראָפּגעפאַלן בעפאָר ער טוט עס. איך מיין אַז דאָס איז איינשטימיג, אַזוי מיין איך. נעקסט וואָס איך האָב געוואָלט אַרויסברענגען: מיר דאַרפן וויסן, דער אויבערשטער האָט אַזוי געפירט די וועלט אַז די אידן וואָס זיצן דאָ זענען ממונה, זענען געוואָרן ממונה אויף די קהלה וויאַזוי עס האָט זיך געפירט. אַלע האָבן מיר אַ געוואַלדיגן אחריות, איבערהויפּט די עלטערע אידן וואָס זענען פון פריערדיגן דור פון די קהלה, האָבן אַ געוואַלדיגן אחריות וואָס מען דאַרף פאָראויס קוקן. מיר דאַרפן וויסן בליע"ה דאָ קומט צו יעדעס יאָר, איך ווייס נישט פּונקטליך דעם מספר, אָבער מען רעדט פון אָפּאַר הונדערט יונגעלייט וואָס האָבן חתונה יעדעס יאָר פון אונזער ישיבה. און אפילו נישט פון אונזער ישיבה אָבער זיי קומען פון ישיבות וואָס זענען נאָנט צו אונז, און זענען סרים למשמעות פון רבין זאָל זיין געזונט. דער רבי זאָל זיין געזונט, דאַרף מען וויסן, ווער עס זיצט דאָ ווייסט דעם אמת, יאָרן לאַנג שוין צוואָנציג יאָר וואָס מיר הערן פון רבין. דער רבי זאָל זיין געזונט האָט אַריינגעלייגט זיין גאַנצן צוטרוי, אַסאַך וואָס זיצן דאָ האָבן עס געהערט כמה וכמה פעמים, איך אַליין האָב עס אויך געהערט כמה פעמים, אויפן קרית יואל'ער רב אַז ער איז אַ כח צו וועלכן ער האָט דעם גרעסטן צוטרוי. איך וויל נישט אַריינגיין אין קיין פרטים, יעדער איינער ווייסט דאָס. ליידער ליידער דער רבי זאָגט שוין נישט אָפּאַר יאָר קיין תורה פאַר אונז, און ווען מען דאַרף זיך אויפשטעלן זאָגן חיזוק פאַר אידן, מיר זענען יעצט אין די 1אַאַ0'ס, די גאַסן זענען מורא'דיג, מען דאַרף נישט אַרויסברענגען וויזאַוי די גאַסן זעען היינט אויס, און מען דאַרף האָבן סייעתא דשמיא טאָג און נאַכט מען זאָל בלייבן אַ איד, איך רעד שוין נישט פון אַ חסיד'ישן איד, נאָר בלייבן אַן ערליכער איד. געלויבט דעם אויבערשטן דער אויבערשטער האָט געהאָלפן אַז אונזער רב, דער קרית יואל'ער רב, זאָל זיין געזונט האָט דער אויבערשטער אים געגעבן די ריכטיגע כלים וואָס ער איז מצליח ווען ער שטלעט זיך אויף און ער רעדט פאַר די אינגעלייט, און ער זאָגט מוסר די אינגעלייט, הערט מען אים. געלויבט דעם אויבערשטן סאַטמאַר איז דורכגעגאַנגען זייער שווערע צייטן, איך דאַרף נישט זאָגן וויפיל פיילן חצים ובליסטראות זענען געגאַנגען פון דרויסן און פון אינעווייניג קעגן רבי'ן און קעגן רב זאָלן זיין געזונט און שטאַרק. ברוך השם איך געדענק נישט אין די היסטאָריע ווילאַנג איך בין אין סאַטמאַר אַז עס איז געווען אַזאַ שטאַרקע פאַראייניגונג צווישן אונזערע היימישע אידן וואָס האַלטן זיך אַלס מעמבערס אין די קהלה הקדושה, אַזאַ שטאַקער פאַראייניגונג ווי יעצט. יעדער איינער וויל אַ דער קרית יואל'ער רב זאָל ווייטער אָנגיין און האָבן זיין כח און ער זאָל מעורר זיין אויף וואָס מען דאַרף, ער זאָל מחזק זיין אונזערע אינגעלייט, די הונדערטער אינגעלייט וואָס קומען אַרויס יעדעס יאָר, און מען איז מצליח מיט דעם. און דער אויבערשטער זאָל העלפן ווייטער. וואָס אימער עס איז געווען, יעדער איינער ווייסט אַז קרית יואל'ער רב האָט זיך נישט געזוכט קיין כבוד, דער רבי האָט געשיקט ר' בערל'ן פאַר אָפּאַר חדשים צוריק ער זאָל אים פרעגן צי ער וויל אָננעמען דעם פּאָסטן ער זאָל ווערן רב הצעיר, און ער האָט געענטפערט אַז ער איז נישט איטערעסירט. ר' בערל פר"מ: איין מינוט. אויב מיינסטו אַז דער קרית יואל'ער רב זאָל ווייטער אַריינקומען האַלטן דרשות, בכבוד גדול. אויב מיינסטו אַז דער קרית יואל'ער רב זאָל ווייטער קומען העלפן מיטן קרן הבנין פון די מקוה, בכבוד גדול. נישטאָ איינער נישט דאָ וואָס זאָל זאָגן אַז נישט. אמת? דאָס זעלבע מיטן בויען דאָס בית המדרש. אָבער דאָס ענין פון רבנות האָבן מיר מקדים געווען וויל מען נישט רעדן דאָ, דאָס בעלאַנגט צום רבין. ר' דוד עקשטיין: איך האָב נאָר געוואָלט אַרויסברענגען אַז דער קרית יואל'ער רב האָט דאָ נישט געזוכט קיין כבוד, ווער עס ווייסט און ווער עס איז געווען ביי קהל'ס מיטינגען חול המועד ווען ער איז געקומען צו קהל און מען האָט עס אים אָנגעטראָגן און ער האָט געזאָגט: איך וויל בלייבן קרית יואל'ער רב. אַזוי האָט ער געזאָגט, עס איז דאָ מערערע אירע וואָס האָבן עס געהערט. על כן וואָס איז געווען איז געווען. מיר זענען אַריין צום רבין, דער רבי האָט אונז עפּעס געזאָגט, איך רעד נישט פון ענין פון רבנות וואָס דער רבי האָט אונז געזאָגט, דער רבי האָט אונז געזאָגט, דאָרט זענען געווען לכל הפחות צוואָנציג אידן וואָס זיצן דאָ, דער רבי האָט אונז געזאָגט אַז קהל האָט אַ כח פון אַ בית דין. פאַרוואָס האָט עס דער רבי אונז געזאָגט? אַז מען דאַרף ערנסט נעמען דעם ענין. קהל האָט אַ כח פון אַ בית דין און מען דאַרף אַכטונג געבן אויף דעם. געלויבט השי"ת אַז דער אויבערשטער האָט געהאָלפן אַז דאָס לעצטע יאָר האָט מען געהאַט הצלחה, סאַטמאַר האָט געבליט און געשיינט , יעדער איינער ווייסט עס , די מוסדות פון אַלע זייטן, מען האָט געהאַט אַביסל מנוחה פון די שונאים פון דרויסן. ברוך השם ס'האָט ווייטער געוואַקסן און געבליט. ליידער איז אַריינגעקומען דער שטן וואָס האָט דאָס נישט פאַרטראָגן, האָט ער אַריינגעברענגט וואָס ער האָט אַריינגעברענגט, אַריין צו ברענגען חלילה וחס אַ פירוד אין די קהלה, כאילו אַז מען וויל צוטיילן דעם כח וואָס דער רבי זי"ע האָט אויפגעשטעלט אַז דער כח זאָל ביז משיח'ס טאָג ווייטער צוזאַמען אַרבעטן קעגן אַלע פירצות פונעם דור, און אויפצובויען אונזערע קינדער. און חלילה וחס אַז מען וועט דאָס צוברעכן אויף צוויי, איז נישט אויף צוויי, ווער זאָגט אויף צוויי, מאָרגן וועט עס זיין צען און איבערמאָרגן צוואָנציג און שפּעטער פינף און צוואָנציג. אַלענספאַלס דאָס וואָס ר' בערל האָט פאָרגעשלאָגן איך מיין אַז מען דאַרף דאָס שטיצן מיט גרעסטן און מיטן שטאַרקסטן אופן, אַז מיר זאָלן זיך פאָרנעמען אַז די קהלה וועט בלייבן ביז משיח'ס טאָג צוזאַמען אַזוי ווי דער רבי האָט עס אונז איבערגעגעבן. ר' מאיר ווערטהיימער: ווען דער רבי זי"ע איז נסתלק געוואָרן ווייסט מען דאָך אַז די אַרום און אַרום האָבן דעמאָלט אויך נישט געוואָלט אויפנעמען דעם סיגעטער רב. ס'איז דורך אַ שטיקל צייט פּונקט ווי יעצט, מען האָט נישט געוואָלט געבן קיין געלט, מען האָט גאָרנישט געוואָלט טאָן, האָט מען אים געמוזט אויפנעמען. מען קען נישט באַהאַלטן אַ זאַך און עס פאַרשפּאַרן. פאַרוואָס איז געווען די שערוריא? די שערוריא איז געווען צוליב איין טעם, און מען דאַרף עס זאָגן אָפן צוליב וואָס דער ציבור וויל. דער ציבור וויל עפּעס, קען מען עס דען דאָ באַהאַלטן? מיר זענען זיך צוזאַמען געקועמן צוליב דעם עיקר פּראָבלעם. איך רעד נישט פון די מהרסים, די אינטערנעט מאַכער, נאָר וואָס אונזערע היימישע אידן, פיינע היימישע איגעלייט האָבן עפּעס געוואָלט. רוב ציבור, ניינציג פּראָצענט פונעם ציבור פאַרלאַנגט עפּעס, און טאָמער נישט איז נישטאָ קיין טעמע ווייל ס'האָט צו טאָן מיט רבנות, דאַרף מען דאָ גאָרנישט רעדן, האָט מען גאָרנישט צו רעדן פון די גאַנצע זאַך. ר' שמואל ראָזענפעלד: קודם וויל איך זאָגן אַ יישר כח פאַר די ראשי הקהלה פון די אַלע קהלות וואָס זענען געקומען דאָ צוהעלפן צו ווייזן אַז די קהלה איז פאַראייניגט. וויסן זאָל מען אַז די אַלע קהלות אַרום און אַרום, צי עס זאָל זיין באָראָ פאַרק, צי זאָל עס זיין קרית יואל. דער פּראָבלעם איז דאָ, דאַרף מען זען דעם פּראָבלעם נישט צו פאַרהוילן. יעדער זאָגט אַז עס איז נישטאָ דער כח וואָס זאָל מאחד זיין דעם עולם. איך רעד נישט דאָ פון קיין רבנות, ווי מען רופט עס רבנות, אָדער אַן אַנדערן נאָמען. ווי ר'בערל האָט געזאָגט אַז עס זענען דאָ הונדערטער אינגעלייט וואָס האָבן חתונה יעדעס יאָר, און זיי ווערן פאַרפאַלן איינס ביי איינס. איך בין אַ גבאי אין אַ בית המדרש מיום הולדו, דער בית המדרש תהלות יואל. בחרפתינו מוז איך זאָגן מאַכן זיי פון אונז חוזק און זאָגן אַז די לעצטע צען יאָר זיצן דאָ די זעלבע אַלטע אידן, און עס קומען נישט צו קיין נייע אינגעלייט. אַלע קעלבן זיך צום קרית יואל'ער רב, און דאָס איז דער איינציגער כח וואָס איז מאחד. מען דאַרף נישט געבן קיין נאָמען, אָבער דאָס איז דער כח וואָס איז מאחד, ער איז דער איינציגסטער מענטש וואָס קען עס מאַכן. ר' יודל לעפקאָוויטש: איך האָב פריער עפּעס אויפגעברענגט און איך האָב נאָכנישט באַקומען קיין תשובה דערויף. ר' בערל פריעדמאַן: דו דאַרפסט אַ תשובה דו גייסט דאָך צו מיטינגען. האָט נאָך אימיצער עפּעס צו זאָגן? רבותי איך וויל ענק זאָגן קורץ: איך וויל די מיטינג ענדיגן אין 15 מינוט, ענטשולדיגט מיר. אַ שטונדער איז גענוג נומבער 1, אויך ליידער איך פיל נישט אַזוי גוט, אויסער דעם האָב איך אַן אייניקל'ס וואַך נאַכט וואו איך מוז צוגיין, וואָלט איך געוואָלט בעטן אַז אין די לעצטע 15 מינוט זאָל מען אויפקומען מיט גאָר קאָנקרעטע פאָרשלאַגן וואָס מען האָט, און נישט אַוועקריכן פון די זאַך. אויב אימיצער האָט עפּעס זענען מיר גרייט צו הערן. ר'.......: איך האָב אַ קאָנקרעטן פאָרשלאַג, מען זאָל געבן פאַר קהל אַ כח, אַז קהל איז טאַקע אַ בית דין זאָל מען געבן פאַר קהל אַ כח, אַז וואָס קהל זאָגט זאָל עס האָבן אַ שטאַרקן כח און אַ שטאַרק אויפהאַלט. ר' פישל פריעדמאַן: איך בין זייער צובראָכן, מיט טוט עס זייער וויי, ס'איז ממש געשען אַ פירוד. ר' בערל פר"מ: נו זלמן, דו ביזט דאָך אַן "אָלד טיימער", פתח פיך לאָמיר הערן. ר' זלמן ליכטמאַן: מען האָט פריער געזאָגט אַז מען זאָל אַריבערגיין פון דעם וואָס איז געווען, ווייל עס וועט נישט ברענגען קיין שום תועלת, נאָר מען זאָל זען צו טאָן וואָס מען קען טאָן ווייטער. ר' אליעזר אַבראַמאָוויטש: אדרבה, זאָגט וואָס מען קען טאָן ווייטער? ר' זלמן: יעדער זאָל גיין דאַווענען און לערנען. ר' יוסף שלום מאַרקאָוויטש: איך וואָלט געוואָלט אַרויסברענגען אַז מען קען נישט מתקן זיין אויב מען ברענגט נישט אַרויס וואָס עס איז געווען. פונקטליך וואָס איז געווען ווייסן מיר נישט. איר וואָלט געברויכט קומען מיט אַ פּראָגראַם אַהער מיט וואָס יעדער זאָל פון דאָ אַהיים גיין. ר' אברהם יושע רעטעק: יעדער ווייסט אַז מיר זענען דאָ אַ גרויסע קהלה מיט מעמבערס פון 20 יאָר אַלט ביז 45, וואָס דאָס מיינט עטליכע טויזענט אינגעלייט. וואָס עס טוט זיי וויי ווייס איך נישט, איר ווייסט בעסער וואָס עס טוט זיי וויי. צי מען דאַרף רעדן דאָ פון וואָס עס טוט זיי וויי, צי מען דאַרף נישט, דאַרפט איר באַשליסן דאָ. אָבער נישט זיך פאָפּען. דער רבי ב"ה זאָל זיין געזונט, איך זאָג אייך דעם אמת איך בין פריער דאָרט געווען, מען קען אַלעס פרעגן, ער קען אַלעס ענטעפרן פולקאָם. די קהלה דאַרף זיך מער צוזאַמען שטעלן צו באַהאַנדלען יעדן פּראָבלעם. איך ווייס נישט אפשר דאַרף מען אַריינרופן די וועלכע זענען אַביסל יונגער און מען טאָר זיי נישט לאָזן פירן, אָבער איר דאַרפט זיי אויסהערן וואָס זיי טראַכטן. איך זאָג נישט אַז מען דאַרף זיי פאָלגן, עס איז דאָ אַ קהל. אָבער עס איז אַ בושה אין דער וועלט וואָס עס איז געווען, דאָס קען איך אייך זאָגן, מען דאַרף עכט מוחה זיין דערויף און זען צו פאַרריכטן. ר' בערל פר"מ: דער אמת איז אַז מיר האָבן היי יאָר געוואָלט מאַכן וואַהלן, איינס פון די כוונות דערפון איז געווען צו צוציען אינגע כוחות, און מען זאָל אַריין נעמען נייע מענטשן אויך. דער פשט איז דאָ אַ חלילה מיר טוען נישט אונטערשעצן די אינגעלייט, איך וויל נישט מען זאָל אַרויסגיין פון דאָ אינגעלייט אַלס נישט אַנערקענט. מיר טוען זיי אַנערקענען פשוט ווייל "אם אין גדיים אין תיישים". אַוודאי דאַרפן מיר זיי האָבן, מיר דאַרפן זיי האָבן איבעראָל, און זיי זענען דער יסוד פון די קהלה, ווייל אַלטע אידן לעבן נישט אייביג. אָבער מען קען נישט לאָזן מען זאָל זיי אינגאַנצן איבערגעבן די הנהלה. דער פאַקט איז אַז מיר האָבן געטאָן אַזוי ווי די שטאַטוטן האָבן געהייסן, און מיר וועלן ווייטער טאָן ווי די שטאַטוטן הייסן, כ'האָב עס פריער געזאָגט אַז אויב מיר האָבן געברויכט אַרויס צו וואַרפן האָבן מיר דינים דערויף. מיר וועלן ווייטער אָנגיין און מיר וועלן נעמען "קער", און מיר וועלן שטאַרק "ענפאָרסען", אפשר וועט קהל מאַכן אַ שטאַרקערע קאָמיטע אויב די איצטיגע איז נישט גענוג שטאַרק, ר' יודל לפעקאָוויטש וועט אין דעם אַביסל אַרויסהעלפן, און מען וועט קענען קומען צו די קאָמיטע זיך אויסרעדן דאָס האַרץ איידער די גערודעכצער. וואָס איך קען ענק יאָ זאָגן, ס'גייט פאָר אונטער די קוליסן פאַרהאַנדלונגען וואָס מען קען דאָס נישט וועלן בלייבן, און איך בעט דעם צוטרוי פונעם עולם מען זאָל עס לאָזן אויף דעם. מען זאָל אונז געבן דעם צוטרוי אַז מען זאָל דערווייל ווייטער אָנגיין אַזוי ווי עס איז געווען. קרית יואל'ער רב האָט צוגעזאָגט אַז אויב מען וועט אים רופן וועט ער קומען און ער וועט העלפן ווייטער, ער מאַכט זיך כאילו לא ידע, ער וועט ווייטער העלפן. דער עולם דאַרף נאָר אַרויסווייזן צוטרוי, נישט מען זאָל קומען ווי מען מענטשן זענען שוין געקומען און געפאָדערט גיב מיר צוריק דאָס געלט ווייל איך ווייס נישט וואָס דאָ וועט זיין. ס'איז נישט קיין ווירטשאַפט, אַזוי קען מען נישט אַרבעטן. נישט פאַר מיר בויט מען די מקוה, די אינגעלייט ברויכן די מקוה, וואָס איז די חכמה? מיט וועמען סטרייקט מען? און דער עיקר איז אַז מען זאָל נישט רעדן אַזוי. דאָס רעדן איז אַ סם. מען פאַרשמוצט זיך אַליין, ס'איז ממש אַ בושה גדולה. דאָס איז מיין רעזאָלוציע, מען זאָל האָבן צוטרוי, מען וועט טאָן אין דער זאַך, ס'איז נישט דאָ אויפן טיש, און מען וועט מאַכן אַ שטאַרקערע קאָמיטע און מען וועט קענען פריי אַריינקומען. פרעגט די צוויי איינגעשטעלטע דאָ, פינף שעה אַ טאָג אַרבעט איך פאַר קהל שלא על מנת לקבל פרס, איך זיץ אין אָפיס און איך בין זיך מתשתתף מיט גרויסע געלטער, מיין פּרייוועט געלט וואָס איך האָב געליגן פאַר קהל. ס'איז נישטאָ אפשר איינער דאָ אין בית המדרש וואָס האָט געליגן אַזויפיל געלט פאַר קהל. איך טוה דאָס בעסטע וואָס איך קען, און איך בין גרייט ווייטער צו טאָן, נאָר איך פאַרלאַנג הילף, איך קען נישט אַליין. ר'......: מען זאָל טאַקע אַרייננעמען איגעלייט, וועלן זיי זען אַז נישט אַלעס קען מען טאָן, אויך דרייען זיך אַרום טויזענטער איגעלייט... ר' בערל פר"מ: "אָקעי", ביי די נעקסט טובים מיטינג וועט מען דאָס פאָרשלאָגן. מען קען עס נישט טאָן יעצט צווישן הונדערט מענטשן. ר' יעקב גליק: אין די מקוה קאָמיטע זענען די העלפט אינגעלייט. ר' ישעי' אשר: איך וויל פאָרשלאָגן בקיצור, אַזוי ווי די אינגעלייט זענען אַ גרויסער רוב פון קהל יטב לב, דעריבער דאַרף מען "טשענשזן" דאָס וואָס שטייט אַז נאָר פון 45 און העכער קען מען זיין אין הנהלת הקהלה. ר' בערל פר"מ: גוט מען וועט עס ביי די נעקסט טובים מיטינג פאָרלייגן. רבותי עס האָבן זיך געמאָלדן צום וואָרט ר' אליעזר און ר' דוד, און מיט דעם וועלן מיר מסיים זיין. ר' ישעי' אשר: איך ווייס נישט וואָס איז געווען פריער, איך האָב קיינמאָל נישט געהערט אַז עס זענען דאָ דיפערענצן צווישן מענטשן, איך האָב געוואָלט וויסן מיט וואָס איך גיי דאָ אַהיים. איך ווייס נישט וואָס עס איז געווען, און צי וואָס מען האָט מיר דאָ גערופן. ר' אליעזר אַבראַמאָוויטש: איך ווי אייך פרעגן ר' בערל: איר מיינט אַז מאָרגן, נאָך די היינטיגע מיטינג, וועלן מענטשן שוין יאָ וועלן געבן געלט פאַרן בית המדרש? איך האַלט אַז ניין. איך וואָרען אייך איר זאָלט נישט מאַכן חוזק פונעם עולם, איר האָט גערופן מענטשן, זאָלן זיי האָבן געפילט אַז מען האָט עפּעס געטאָן אַז מען זאָגט זיי אויס. ס'איז פאַרשעטנדליך אַז עס זענען דאָ זאַכן וואָס מען קען נישט רעדן, ווער עס וויל זיך אַביסל נאָכפרעגן וועט עס פאַרשטיין, אָבער ווען מען וועט עס באַהאַנדלען וועט אַרויסקומען זאַכן וואָס אפילו מען וועט עס מוזן אָפּלייקענען, ווי יענער וואָס מען האָט אים געזאָגט: דיין טאָכטער האָט אַזוי און אַזוי געטאָן, האָט ער געזאָגט: איך האָב אינגאַנצן נישט קיין טאָכטער, זאָגט אים יענער: גיי פאַרענטפער דיך. וויאַזוי מען וועט עס הענדלען וועט מען מוזן אָנרירן זאַכן וואָס זענען האַקעל, און די זאַכן דאַרפן ווערן ערלעדיגט שטילערהייט. איי וואָס דען האָט מען גערופן די היינטיגע מיטינג? איך האָב געמיינט אַז מען האָט באַרירט אָפּאַר נערוון מסתמא האָט מען אַ פּלאַן, דערווייל זע איך אַז מען האָט נישט קיין פּלאַן. איך וויל בעטן אַ "וואָוט" היינט נאַכט און איך וויל קהל זאָל זיך צושטעלן, און איך וועל זאָגן וואָס דער "וואָוט" דאַרף צו זיין. אַזוי ווי עס זענען דאָ זאַכן וואָס מען קען נישט רעדן צווישן עולם, ס'איז אָבער דאָ זאַכן וואָס מען קען יאָ רעדן. דאָס וואָס מען האָט פריער געזאָגט אַז צוטיילן קרית יואל פון וויליאַמסבורג קען נישט קומען אין פראַגע, דאָס איז אַ זאַך וואָס בעלאַנגט אויסדריקליך צו קהל, און קהל דאַרף זיין דער ערשטער וואָס זאָל זיך ווערן דערקעגן, ווייל לאָמיר זיך נישט פאָפּען טאָמער ווערט צוטיילט וויליאַמסבורג פון קרית יואל, צוטיילט זיך דאָס עד קצה האחרון. רעדט זיך נישט איין אַנדערש. צוויי קהלות, און אויס צענטראַלע קהלה, קרית יואל ווערט אַזוי צענטראַל ווי וויליאַמסבורג, זיי וועלן "קאָמפּיטן" פאַר די "קאָסטומערס" פון די גאַנצע וועלט. איך רעד שוין נישט ווען מען וואָלט געפרעגט אָפּאַר רבנים בעילום שמם וויאַזוי עס וועט אויסקוקן דער כח פון סאַטמאַר ווען עס וועט זיין איין קהלה אין וויליאַמסבורג און איין קהלה אין קרית יואל? קיינמאָל נישט דאָס זעלבע ווי עס איז געווען. ס'איז אַ דבר דמשתמע מאליו און מען דאַרף אפילו נישט מעיין זיין דערין. איך מיין אַז יעדער בר דעת פאַרשטייט דאָס. אַז מען האָט גענומען דעם קאָפּ און אים אַוועקגעשניטן פון האַרץ, איז עס געוואָרן אַ ניי מין באַשעפעניש אינגאַנצן. אפילו עס וועט נישט ווערן קיין צוואָנציג, וויליאַמסבורג מיט קרית יואל דאַרף זיין איינס. דאַרף מען וואָוטן אַז קהל האָט אַ כח פון אַ בית דין און מען וועט קיינמאָל נישט צולאָזן אַז וויליאַמסבורג מיט קרית יואל זאָלן זיין צוטיילט אין צווייען. ווער עס זאָל רעגירן דאָס וועט דער רבי זאָגן אי"ה, אָבער צוטיילט אין צווייען קען דאָס נישט זיין. דאָס וועט אויטאָמאַטיש לעזן אַ גרויס חלק פון די פּראָבלעמען. דאָס דאַרף ווערן אונטערגעשריבן פון אַלע טובים פון אַלע קהלות. איך זאָג ענק רבותי איך גיי אַרום אין דער וועלט, איר האָט נישט קיין באַגריף וואָס דאָס מיינט פאַר אַ איד אין לאָנדאָן, אין מאָנטריאַל, אין אַנטווערפּען, אַז סאַטמאַר איז נישט איינס נאָר צוויי דריי. אַז ער האָט נישט דעם כח פון סאַטמאַר וואָס איז איינס איז דער אויס אינגאַנצן. ווייל גייט קוקט וואָס איז געוואָרן אין וויזשניץ, קוקט וואָס איז געוואָרן אין ירושלים מיט די צוויי ברודער וועט איר זען אַז עס איז "אָלל אָווער", עס איז אַ "דיזאַסטער אָוו מעידזשער פּראָפאָרשאָן". דעריבער איז אונזער אויפגאַבע מיר זאָלן זיך נישט "סעלף דעסטראָיען". און צוליב דעם האָבן מיר אַלע רעכטן צו פאַרלאַנגען אַז קהל זאָל נישט צולאָזן מען זאָל טיילן וויליאַמסבורג און קרית יואל, דאָס דאַרף ווערן אונטערגעשריבן פון אַלע חברי הקהל, פון אַלע חברי הנהלת המוסדות, פון אַלע חברי הנהלה פון רבין'ס שטוב, יעדער איינער וועט דאַרפן אונטערשרייבן דעם דאָקומענט אַז וויליאַמסבורג טיילט זיך נישט פון קרית יואל. ר' בערל פר"מ: דיין פאָרשלאַג איז אָנגענומען, ס'איז פאַראַן צוויי ערליי וועגן וויאַזוי צו "וואָוטן". ס'איז פאַראַן אַ שטילער וואָוט און ס'איז פאַראַן אַן אָפענער וואָוט... איין מינוט ר' אליעזר מיר האָבן דיר נאָכגעגעבן און מיר מאַכן דעם וואָוט, איך וויל דו זאָלסט וויסן אַז דיין פאָרשלאַג איז אָנגענומען... רבותי האַלט ענק רואיג... רבותי ר' יודל איז אַ "פּראָפעשאָנעל" ער זיצט ביי מיטינגען און ער זאָגט אַז מען קען וואָוטן אַזוי אַז דער פּרעזידענט זאָל פרעגן ווער עס איז דערקעגן, און אויב קיינער איז נישט דערקעגן איז ער אָנגענומען. פרעג איך: ווער איז דערקעגן אַז אַלע סאַטמאַרער קהלות זאָלן זיין פאַראייניגט, ווער איז דערקעגן? עס איז איינשטימיג אָנגענומען... אינדערצווישן האָט ר' אברהם געבעטן דאָס וואָרט. ר'.....: אַזוי ווי מען האָט עס אָנגענומען פאַרלאַנג איך אַז אויב מען איז מבזה דעם רבין אָדער דעם רב זאָל זיך די קהלה געהעריג אָננעמען. ר' בערל: פאַשטייט זיך. "וואָן טינג אַט די טיים". (מען שרייבט דעם נוסח פונעם כתב) ר' אברהם וויעדער: וואָס איך וואָלט געוואָלט זאָגן איז אַז מען גייט צוריק צו דעם וואָס איז געווען פאַר פסח, איז אויך געווען די זעלבע זאַך אַז אַלע סאַטמאַרער קהלות זענען געווען איין קהלה. פּונקט פאַרקערט איך וויל זאָגן לשבחם פון די אינגעלייט, איך קען זאָגן אַז מען האָט מיר געקאָלט פון דאָ פון די שטאָט און אַסאַך פון קרית יואל אויך, זיי האָבן פאַרלאַנגט אַז קהל זאָל זיך צוזאַמען זעצן און קהל זאָל טאָן. און איך קען זאָגן בלשונם וואָס זיי האָבן געזאָגט, איך רעד פון די אינגעלייט וועלכע האָבן מיט מיר גערעדט און מיט מיינע חברים, אַז וואָס קהל באַשליסט וועלן זיי עס שטיצן הונדערט פּראָצענט. ר' אליעזר האָט פריער געפרעגט צי דאָס וועט מאַכן אַז מען זאָל שוין אָנהייבן צו געבן געלט, איך רעד יצעט אַביסל ביזנעס מעסיג, מיר זענען אין אַ קאָמפּאַני אָדער אפילו אין אַ קהלה קדושה, מיר זענען די שלוחים פון די קהלה. אַז מיר וועלן אַרויסגיין היינט נאַכט פון דאָ זאָגן אַז מיר זענען באחדות. נישט מען זאָל זוכן פעולות וויאַזוי נישט צו זיין באחדות, נאָר פאַרקערט כסדר טרעפן דעם וועג צו זיין באחדות, און מען זאָל גיין צום גאַנצן עולם זאָגן אַז מען איז געקומען צו אַ באַשלוס און יעדער איינער איז צופרידן, וועט מען אָנהייבן צו געבן געלט פאַרן בית המדרש, וועט מען אָנהייבן צו געבן געלט פאַר די מקוה, מען וועט אָנהייבן צו געבן געלט פאַר די תלמוד תורה, און פאַר יעדן איינעם. טאָמער אָבער וועט יעדער איינער גיין צו עפּעס אַנדערש, וועגן דעם וויל איך זאָגן, פאַרקערט, איך זאָג ס'איז אמת מען ברויך אַרייננעמען די אינגעלייט, און ווי ר' בערל האָט פריער געזאָגט אַז מען האָט געוואָלט אַרייננעמען איגעלייט, אָבער די אינגעלייט ווייסן אויך וואָס דער רבי האָט אונז געלערנט אַז מען טוט נאָך וואָס די עלטערע אידן טוען, און מען וויל אַז די קהלה זאָל האָבן אַן עקזינטענץ און מען זאָל קענען ווייטער אָנגיין. דער ציל צו וואָס מען איז זיך צוזאַעמן געקומען היינט נאַכט, די ווכיטיגסטע זאַך איז כדי מען זאָל קענען ווייטער אָנגיין מיטן בויען דאָס בית המדרש, מיט די מקוה. מען וועט אַרויסגיין פון דאָ היינט אויף דער נאַכט אַז מען איז צוזאַמען און מען וועט העלפן איינער דעם צווייטן. דאָס וועט זיין דער גרעסטער כבוד שמים. אנעליז אויף דער מיטונג איז נעקסט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/1/2010 00:03 |
|
| |
אסרו חג פסח תשנ"ט
א שטיקעלע קורצע איבערזיכט אוואו מיר האלטן אצינד, נאך פסח תשנ"ט. במשך ר' אהרןס דינסט אין סאטמאר תש"מ-תשנ"ט, האט ר' אהרן זיך איינגעקויפט שונאים אין סאטמאר פיל מער ווי ער האט געקענט דערהייבן. און קיין שונא איז אים נישט געווארען ווייל ער איז א גרויסער מוכיח צו א גרויסער לא תגירו'ניק. זיכער אז נישט. קיינער האט אים נישט פיינט ווייל זיי האבען געהאלטען ביי "איש כל הישר בעיניו יעשה", און ר' אהרן איז אים געשטאנען אין וועג. דער מענטש האט אין שטעטעל קיינעם נישט ארויס געהאלפן אין צייט פון נויט און ער איז קיינמאל נישט געווען א אדרעסע פאר א איד מיט פראבלעמען. אויב ער האט אמאל געטון עפעס, איז עס געווען מיט פאליטישע חשבונות אז דער זאל וויסן און יענער זאל וויסן. דאס איז אויסער וואס ער האט אויף גערעגט די מענטשהייט מיט זיינע צענדליגער דרשות ווי ער האט אלץ דערמאנט נעמען רעכטס און לינקס און אראפ געריסען גאנצעטע משפחות. ער איז אזוי ווייט פון א דיפלאמאט, אזוי ווייט ווי ער איז פון גוטסקייט. ער האט שונאים נאך פון די יארן וואס ער איז געווען בלויז דער ראש ישיבה וואו ער האט זיך אויפגעפירט ווי א אומבאזעצענער מענטש, אריין געפליקט פאר סיי ווער עס איז נאר אונטערגעקומען אין זיין מויל און האט גערעדט הויך פון אלעם און איבעראל. ער האט קיינעם נישט געלאזט קומען צום ווארט און ער פארמאגט זייער א שמאלען אוזן קשבת. ער איז נישט קוואליפיצירט צו דינען אלס א רב בישראל ווייל ער איז א האלבער אינוואליד אויפן מח. זיין שייכות צו די בחורים אין די ישיבה איז בלויז באשטאנען צו די בחורים וואס האבן פארשטאנען זיין "דעת קודש" צו הארגענען און פלינדערען זיינע נישט גוטע פריינט. ער האט קיינמאל נישט מוחה געשטערט קיין עוולות וואס ער האט געוויסט פון פריער אז דאס גייט פארקומען און האט נאך דעם נישט מוחה געווען. פארקערט. ער האט ארויסגעוויזן א "תענוג רוחני" און א "קורת רוח" פאר די אלע בחורים וואס האבען אטייל גענומען אין די אלע פלינדערישע ווילדע אקציעס. אונטער זיין פירערשאפט האבען די בחורים פון זין ישיבה געטון אזעלכע ווילדע אקציעס קעגען די מענשהייט אז היינט פראבירט ר' אהרן צו ווארפען די שולד פון אלע גרויליקע מעשים פון דעמאלטס אויף משה גבאי'ס זייט, ווען אין פאקט האט משה דער גבאי נישט געהאט קיין שייכות צו קיין בחורים. אין וויליאמסבורג ווי עס איז געווען די הויפט באזע פון משה גבאי און האט דארט געוואינט, איז קיינאמל נישט פארגעקומען אזעלעכע מעשי אלימות פון רעדער שטעכען, ווארפען איינגעשטעלטע מלמדים און טישטערס, ברעכען שויבען, נאכשרייען מענטשען, פארברענען אויטאס, ארויס ווארפען קינדער פון די ת"ת און מיידל שולע, און נאך פילע צענדליגער טעראריסטישע שטיק וואס די אלע זאכען האט אלעמאל יא פאסירט אין קרית יואל. לויט קראנטע אינפארמאציע וואס איך האב געהערט פון צענדליגער קרית יואלער תלמידים, ר' אהרן דער וועלעכער האט טייל מאל פארלאנגט צו טאן אקציעס ווי שטעכען רעדער, צו אריין ווארפען שטיינער אין הייזער פון זיינע נישט גוטע פריינט אינמיטען די נאכט און נאך צענדליגער אויף צענדליגער געפערליכע מעשים וואס די בחורים האבען געטון פאר זיינע נישט גוטע פריינט. און ווען ער האט נישט געהייסען בפירוש צו טאן א אקציע, איז עס אבער אלעמאל געווען אויף זיין גוטסהייסונג און אלעמאל האט ער נאך די אקציעס אפענערהייט געלאכט מיט די בחורים וואס האבען דאס אפגעטאן. אבער נאך אלס זענען שטעכען רעדער, ווארפען שטיינער, פארברענען אויטאס, אויס שיסן קאר פענסטערס, מאכען פאוני קאלס אינמיטען די נאכט, קלייניגקייטען קעגען די גרויסקייטען וואס איז אלס פארגעקומען במשך פון די יארען. אין יאר תשמ"ט ל"ג בעומר איז די גאנצע ישיבה געגאנגען אין מיטען די נאכט צום ציון און געטראסקעט הונדערטער שטיינער אויף די אלטע סאטמארע רעביצין און איר קאראוואן וואס זענען געקומען צום ציון הק'. דער ציון האט אויסגעזען ווי א שלאכטפעלד ווען הונדערטער בחורים דרייען זיך דארטען און שרייען קולי קולות, און דאס איז אויסער די שטיינער ווארפעריי אויף די רעביצין און אירע באגלייטער. עס האבען דערציילט עטליכע תלמידי הישיבה פון יענע צייט, אז אלע בחורים האבען דעמאלטס געוויסט אז זיי וועלען נישט באשטראפט ווערען, ווייל ר' אהרן האט געוויסט פון פאראויס אז די נאכט גייט פארקומען אזאנס און אזעלכעס. יענעם טאג, ל"ב לעומר, האט געהאנגען א צעטיל אין ישיבה אז היות היינט ביינאכט גייען קומען די "בני יואל" צום ציון, וועט פארקומען א פראטעסט ביים ציון. דאס האט געהאנגען אויפן וואנט וואו עס האט אלעמאל געהאנגען די עמטליכע צעטלען פון די ישיבה. ר' אהרן האט דאס געליינט און אפענערהייט געשמייכעלט. דאס האבען געזען צענדליגער בחורים. און נאכדעם האט די גאנצע ישיבה שוין געוויסט אז ר' אהרן האט דאס נישט געהייסן אראפ נעמען און ר' אהרן האט נישט געהייסן אפשטעלען דעם פראטעסט. דעריבער האבען די בחורים געוויסט אז היינט גייט זיין הפקר פעטרישקע און מען גייט טאן וואס מען וויל. און עס איז געווען אזא פראטעסט אז היינט, צוואנציג יאר שפעטער, וויל קיינער נישט וויסען דערפון. יעדער ווארפט דעם שולד אויף דעם און אויף יענעם, אין די צייט ווען עס ווייסט יעדער אז אויף די מעשה איז שולדיג איין מענטש: דער ראש ישיבה, וואס דעמאלטס איז געווען ר' אהרן. דאס איז איינס פון די גרויסע געפערליכע אומהיילבארע אקציעס וואס די בחורים האבען געטון אויף די גוטסהייסונג פון ר' אהרן. צווייטע: איין צופרי האבען זיך צענדליגער ישיבה בחורים אראפגעלאזט אין שטעטל און געגאנגען ארויספירען מיט בזיונות איינעם פון די גרעסטע מתמידים וואס סאטמאר האט ארויס געגבען, הגה"צ ר' יואל מארגענשטערען שליט"א, דער שארמאשער רב. עס איז נישט פארהאן נאך אזא מתמיד וצדיק אין קרית יואל און אפשר נישט אין סאטמאר בכלל. עס איז בכלל נישט פארהאן אויף דער וועלט צופיל פון אזעלעכע מתמידים בתורה ווי ר' יואליש מארגענשטערען. דער איד איז מחבר יום און לילה מיט תורה שוין פופציג יאר. סיי ביים עסן און סיי ביי א שמחה און וואו ער גייט, איז ער אלעמאל מיט א גמרא. אויף אים קען מען באמת זאגען לא פסיק פומיה מגירסה. דער איד הערט נישט אויף צו לערנען. אבער וויבאלד דער שארמאשער רב האט דעם ר' אהרן נישט געגליכען (ווייל וועלכער ת"ח און אפילו סתם א נארמאלער מענטש גלייכט אים דען יא?) איז ער דן געווארען אים צו ארויס ווארפען פון דעם בית המדרש "עטרת זקנים" ווי ער פלעגט דאווענען יעדען טאג. מען האט אים פון דארט ארויס געפירט אזוי אז עס איז געגאנגען א רויעך. מען האט אים געוויזען ווער עס איז דער ריכטיגער בעה"ב אין קרית יואל. מען האט דעם גאון וצדיק באשריגען מיט אלע מיאוסע לאזונגען און צונעמען ביז ער האט זיך פון דארט אפגעטראגען. אלעס פארן חטא אז ער האלט אז ר' אהרן טייטלבוים איז זייער ווייט פון צו זיין א ערליכער איד. און ווען די בחורים זענען צוריק געקומען פון זייער אקציע האט ר' אהרן זיי אלע אויפגענומען מיט א שמייכעל וואס איז געווען אויס געצויגען פון איין עק באק ביז די אנדערע. ער האט אפיציעל זיי געגעבען חיזוק פארן דורך פירען די "הייליגע" אקציע וואס איז זיכער געווען א "קידוש השם". דריטענס. אין פריע תש"נ יארען האט מען במשך פון א האלב יאר ארויס געגעבען א צייטונג מיטען נאמען "פנים אל פנים" וואס איז געווען געצילט אפ צו שלאגען א שמיץ צייטונג וואס עס האט ארויס געגעבען "חיים שאולזאהן". און דער פנים אל פנים איז געווען פונקט אזוי שמוציג ווי חיים שאולזאנס צייטונג. עס האט געהאקט אויף יעדען רב און רבין וואס איז נישט געווען פארגלייבט אז סאטמאר זעט אויס ווי עס דארף צו זיין. דער גאנצער צייטונג איז געווארען געשריבען און אויף געזעצט אויף א קאמפיוטער וואס איז געלעגען אין ר' אהרןס אפיס. נאך אמאל: דער גאנצער צייטונג איז געווארען געשריבען און אויף געזעצט אויף א קאמפיוטער וואס איז געלעגען אין ר' אהרןס אפיס. יעדעס ווארט וואס איז דארט געשריבען געווארען איז געווען אדער ליצנות אויף רבנים ווי שארמאשער רב, קאשויער רב, מאנטעווידעער רב, וויזשניצער רבי שליט"א און נאך פילע, אדער אויף פריוואטע יחידים וואס זענען געווען פון די "שונאים". זייער בלוט איז געווארען הפקר לכל, זייערע משפחות זענען געווארען דארט אויס געלופטערט, שקרים און מנובלות איז געבאקען געווארן אויף זייער חשבון, און אלעס האט ר' אהרן געליינט פאר עס איז געגאנגען צום דרוק. ער איז געווען סיי דער "פרוף רידער", ווי עס הייסט דער מגיה אויף ענגליש, ער האט יעדעס ווארט דארט געליינט אין זיין אפיס. און סיי דער רעדאקטאר. אנדערע טיטולען קען איך נישט, פאר אזא סארט וויכטיגען פערזאן אין א צייטונג. פערטענס. מאכען א מאסען דעמאנסטראציע אין פראנט פון "ילד שעשועים" ווען דער קארלסבורגער רב האט דארט געמאכט זיין יערליכען דינער פון זיין כולל בית תלמוד להוראה. מען האט דארט אפיציעל אראפ געשיקט די בחורים און זיי האבן אויסגעפירט דעם רצום פון ר' אהרן ביז צו א מאקסימום. מען האט דארט געטראסקעט שטיינער, צובראכען שויבען, און ר' יחזקאל'ס אויטא האט אויך געכאפט פון די שטיינער. מען האט ווידער געוויזען ווער עס איז דער בעה"ב אין קרית יואל. (אין די פריערדיגע מאמרים איז שוין געווען דאס באשריבען.) פיפטענס. פארברענען ילד שעשועים וואס איז דורך געפירט געווארן דורך די בחורים פון די ישיבה. עס האט זיך אויסגעפעלט געוואלדיגע ניסים ונפלאות פון השי"ת אז דארט זענען נישט פארברענט געווארען רח"ל מערערע קימפעטארינס מיט זייערע קליינע ניי געבוירענע קינדער. (אויך שוין באשריבען באריכות אין די פריערדיגע מאמרים.) * פסח תשנ"ט איז שוין ר' אהרן געווען רב אין קרית יואל א קיימא לן פון פערצן יאר. מען קען זאגען אז ער האט נישט געהאט קיין איין גוטען פריינט אין שטעטעל. יא ער האט געהאט מענטשען. אבער די אלע מענטשען זענען געווען זיינע, ווייל זיי האבען מער פיינט געהאט די "שונאים". ער פאר זיך האט קיינמאל נישט געקויפן קיין איין גוטען פריינט, ווייל ער האט נאך קיינעם נישט גוטס געטון. אויב עפעס, איז עס אלעמאל געווען מיט פאליטישע בענעפיטען. מיר האבען שוין באשריבען ר' אהרנען אלץ אזא סארט מענטש וואס קיינער אין די וועלט עקסיזטירט נישט ביי אים, אויסער דער "איך", "מיך" און "זיך". ער פארמאגט נישט קיין טאטען, נישט קיין מאמען, נישט קיין קינדער און נישט קיין געשוויסטער. אבער מער פון אלעם פארמאגט ער נישט, קיין מענטשען וואס האלטען פון אים אלס א אדם גדול. אלע וואס רופן זיך היינט אהרונים, זענען בלויז מיט חשבונות. דער מיט משה גבאי, דער מיטען ברך משה, און דער מיינט געלט און דער מיינט א פאזיציע און דער מיינט כבוד, אבער אלע מיינען זיך. און אויב רירט מען אן ר' אהרן, פילען זיי זיך ווי מען האט זיי אליין אנגערירט און זיי וועלען אלע זיינע צודרייטע טאהטן פארענטפערען מיט אלע מיני וועגען און קרומקייטען אז עס צום לאכען בפני הבריות. פונקט ווי די "שונאים" איז יעדער געווען מיט א חשבון, איז יעדער אהרוני אויך מיט א חשבון. און אויב די חשבונות פאלען אוועק, פאלט אוועק סיי די שנאה און סיי די אהבה. דעריבער גלייך נאך פסח ווען עס איז געווארען באקאנט פאר גאנץ סאטמאר אז דער רבי דער ברך משה גייט רופן זיין זון ר' זלמן לייב פון ירושלים אז ער זאל ווערען דער סאטמארער רב אין וויליאמסבורג, זענען פילע חשבונות אוועק געפאלן פון די "אמאליגע" שונאים, און זיי האבן אנגעהויבן צוביסלעך צוריק קומען אין בית המדרש, און זיי האבען זיך אפענערהייט געפריידט צו די החלטה פון רבין. זיי האבן אלע געזען א וועג וויאוזוי זיי וועלען קענען צוריק קומען קיין סאטמאר. זיכער זענען זיי קיינמאל נישט געווארען אויס סאטמארער חסידים, אבער איצט קענען זיי צוריק קומען צו דאוונען אין די סאטמארער בתי מדרשים און זייערע קינדער צו לערנען אין סאטמארע בית חינוך לבנים ולבנות און די בחורים אין די ישיבה. און פון די אנדערע זייט, איז איצט פאר א טייל ציבור צוגעקומען אנדערע חשבונות און עס איז געקומען די צייט אז זיי זאלען זיך אפציען פון סאטמאר וועגען זייערע חשבונות. און פונקט אזוי ווי ווען ר' אהרן איז געווארען רב אין קרית יואל האבען מענטשן געהאט חשבונות און דעריבער האבען זיי ביטערליך פארפירט, גענוי אזוי איז אין די טעג געווארען מיט אן אנדערע טייל פון סאטמאר, וואס זיי האבען מיט זייערע חשבונות אנגעהויבען ביטערליך צו פארפירען אקעגען די התמנות פון ר' זלמן לייב. אבער אנשטאט זיך לערנען פון די פריערדיגע מחלוקת'ן אז מען קען נישט מאכען איינעם אויס רב, איז איצט נאכמער פארשטערקערט געווארען די מחלוקת, און זיי האבען נישט איינגעזען אז דאס גייט געשען און ר' זלמן לייב גייט ווערען דער רב אין די וויליאמסבורגער סאטמארער קהילה, און מען וועט זיך פונקט אזוי נישט רעכנען, וויפיל מענטשען וועלען צוליב דעם אוועק פאלען און זיך אפטראגען פון בית המדרש. די וועלט זאגט אז דער חכם לערנט זיך איידער ער זעט דעם מציאות אין פראקטיק, דאקעגען דער נאר, ער לערנט זיך נישט אפילו שוין נאכען שווערען פראקטיק. מיר האלטן יעצט נאך "א גוטע וואך אין א געזונטן זוממער" נאכן באגלייטן פון פסח תשנ"ט. דער עמך איד ווייסט נאך נישט ווי אזוי אפצושאצן ווער עס זענען די געווינערס אין די פארלירערס פון די פארלאפענע טעג. אויבן אויף איז ר' אהרן דער גרעסטער פארלירער ווייל מיט ווייניגער ווי א וואך צוריק איז ער געווען רב הצעיר, עכ"פ עס איז נישט געווען קיים שום באווייז אז נישט, און דעם חול המועד האט זיך ארויסגעשטעלט אז די הארעוואניע פון די לעצטע 5 יאר שבת התוועדותער איז געגאנגען לטמיון. אויך האט אויבן אויף אויסגעקוקט אז דער רבי דער ברך משה האט גענומען די זאך אין די האנט אריין און ער גייט אפשטעלען די יונגעלייטלעך די רודערערס. גרויסע שוויצערס האבן איבערגעבעטען משה גבאי'ן ווען זיי האבען געהערט אז דער רבי האט געזאגט אז ער איז נישט מוחל פאר ווער עס טשעפעט משה און עס האט געקענט אויסזען אז עס גייט זיין שטיל. אבער אין אמתן האט מען איצט אנגעהויבן שפינען א פולע פוטש פלאן קעגן דעם ברך משה'ן אין סיגוטע בית המדרש, וואס דאס איז געווען געפלאנט על כל צרה שלא תבוא א לאנגע צייט צוריק דורך אהרן מתתיהו דייטש דער יועץ הפרטי פון ר' אהרן. עס איז געווארען מוחלט אין סיגעטער בית המדרש אין וויליאמסבורג, אז צו אלעם ערשט גייט מען סטראשען ר' זלמן לייבן אליין אז ער זאל זיך נישט דערוואגן מיט צו ארבייטן מיטען טאטען צו ווערען רב אין סאטמאר וויליאמסבורג. ווי אזוי דאס איז צוגעגאנגען, אט ליינט. גלייך נאכען באגלייטן באקומט ר' זלמן לייב א טעלעפאן קאל ביי אים אינדערהיים אין ב"פ פון זיין עלטערן ברודער פון זיין דירה אין וומ"ס אויף יוז סטרייט אז ער ברויך רעדן מיט אים זייער וויכטיג אבער ער איז זייער פארנומען קען ער נישט פערזענליך אריבערקומען דעריבער שיקט ער אריבער זיין זון מענדל קיין בארא פארק צו אים. ר' זלמן לייב ענטפערט אים, זייער גערן. מענדל קומט אריבער מיט א ענוועלאפ און הייבט אן מסביר זיין אז ביים טאטען אין שטוב גייט אן א געפערליכע העצעריי קעגן פעטער אין א"י איז אויב דער פעטער נעמט זיך אונטער אונטערשרייבן דעם בריוו וואס ער נעמט איצט ארויס פונעם ענוועלאפ, אז דער פעטער וועט נישט אננעמען דאס רבנות אין וומ"ס נישט יעצט אין נישט בעתיד, וועט מען בשכר זה פון זיין טאטנס שטוב זען אז עס זאל זיין שטיל אין א"י. נאכמער האט אים מענדל געזאגט, אז ער וועט קענען האלטן די פתיחה פאר די בחורים אין בני ברק אנהייב זמן. אויבן אויף א געוואלדיגער גערגרייכונג, ממש א חידוש פון א דערהער. ער ענדיגט זיינע גאלדענע פלענער אבער ר' זלמן לייב זיצט שטיל, ער איז בכלל נישט געווארען איבערגענומען פון די צוגעזאגעכצער. אים אינטערעסירט די פתיחה צו זאגן פאר די בני ברקער פאנאטיקער ווי א לאך אין קאפ. ווען מענדל זעט אז דא גייט בלייבן שטיל, האט ער אנגעהויבען מיט אן אנדערע טאקטיק, אז אין וומ"ס איז דא איבערקערנישען און מען מוז עס אפשטעלן, דער פעטער קען נישט זיצן גלייכגילטיג און גארנישט טוען. ר' זלמן לייב שמייכלט און ענטפערט אים, איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, איך בין געקומען אויף יו"ט צום טאטן און ידינו לא שפכו את הדם הזה, איך האב גארנישט מיט די גאנצע זאך. אז דו ווילסט, גיי צום טאטן אז ער זאל עס אונטערשרייבן. איך שרייב גארנישט אונטער. דא איז מענדל געווארן זייער כעסיג אין געזאגט פארן פעטער אז דער פעטער וועט נישט קענען זאגן ועינינו לא ראינו, און לויפט ארויס פלוצלינג פון הויז און מען פליט צוריק קיין סיגעטער בית המדרש, זען וואס מען טוט ווייטער. אין סיגעטער בית המדרש האט מען מחליט געווען אז מען גייט איינשפאנען די גבאים חיים אליעזר גראס מיט שמואל דוד מארקאוויטש אז זיי זאלן מכבד זיין ר' אהרן מיט פרק לערנען און מען וועט מאכן א דרייוו אז יעדער זאל קומען אזוי אז יעדער זאל זען אז דער עולם איז מיט אים און יעדער וויל נאר אים, און עס איז נאך נישט פארטיג די מלחמה אין איין וועגס וועט מען זען צו מען קען אנהייבן פירן קריג מיטן טאטן. מען וועט זען ווי אזוי דער עולם רעאגירט דערויף, און אזוי איז געבליבען. ויהי ממחרת החג אסרו חג איז דעמאלטס אויסגעפאלען פרייטאג און ר' אהרן איז געבליבען אין שטאט אויף שב"ק. יענער שבת איז געווען דער ערשטער שבת וואס איז געווען איבערדרייענישען, וואס דאס האט שוין אנגעהאלטען ביז די לוי' פונעם ברך משה אין קרית יואל פינף אזייגער פארטאגס. עס האט זיך אנגעהויבן פרייטאג צו נאכטס ווען גאנץ ראדני איז געווען איבערגעדרייט. נעמליך אז יענקל עסטרייכער פון לאנדאן האט היינט געקאלט דעם רבי'ן (ברך משה) און געפרעגט אויב ער וויל טאקע נעמען ר' זלמן לייב פאר רב? האט דער רבי געענטפערט: מעולם לא עלתה על דעתי. (אגב, דער סלאגאן האט אנגעהאלטען עטליכע חדשים וואס דער רבי האט דאס געזאגט פאר יעדען ארוני וואס איז נאר ארויסגעקומען פון רבינס שטוב...) ר' אהרןס מענטשן האבען זיך פעסט מחזק געווען ווען שמואל דוד מארקאוויטש און חיים אליעזר גראס (די צוויי דעמאלטסדיגע גבאים) האבן מכבד געווען ר' אהרן מיט פרק פארלערנען, און דאס ביהמ"ד איז געווען מלא וגדוש, און דאס איז געווען דער ציל, צו געבען דעם אפעטיט די מערכה איז נאכנישט אויפגעגעבן. ווען מאיר ראטה איז אריין אין בית המדרש האט זיך געטאן אזא געשישקעכטס אז דאס גאנצע ביהמ"ד איז געווען אויף די פיס און איינער וואס האט זיך אידענטיפיצירט מיט ר' זלמן לייב האט פשוט געציטערט אריינצוגיין אין בית המדרש. יענע וואך האבען ר' אהרןס מענטשען אנגעהויבן מיט די געוואלדיגע חכמה פון צוצוגיין צו יעדן איינעם וואס מען האט געהאלטן אז ער באלאנגט נישט צו זיי, און געגעבן "שלום" און געפרעגט אויב ער ווייסט וואו די בית הכסא'ס זענען, וואס דער ציל איז געווען ענג צו מאכן דאס ביהמ"ד פאר יעדן נארמאלן מענטש, אזוי וועלן די שלעגערס האבן א פרייע האנט. * איידער איך גיי ווייטער אינעם כראנאלאגישען סדר פון די וואכען און יארען, מוז מען זיך אפשטעלען און עטוואס אפעטעמען, ווייל איצט, נאך פסח תשנ"ט האט זיך אלעס שטארק פארדרייט אויף לינקס, און עס האט אלעס אנגעהויבען אלעס צו פליען מיט א שטארקען טעמפא. עס האט אויסגעזען ווי א גרויסער אווערלאנדש וואס קוילערט זיך אראפ א בארג שניי, און ווערט מער און מער מעכטיג, און עס וועט אלעס פארווישען וואס קומט נאר אין בארירונג מיט איר. אויב ביז איצט, איז אלעס געגאנגען אין דער שטיל, און קיינער האט זיך נישט געטרויעט צו רעדען איבערען עכטען מצב פון רבין, צו ער פארגעסט, צו ער ווייסט וואס טוט זיך, און צו ר' אהרן וויל אלעס שוין איבערנעמען ווי גלייך זיין טאטע איז שוין 120 יאר, און ווי שטארק ער איז פארחלשט שוין אנהייבען פירען רעביסטעווע, איז אלעס געווארען אפען פאר אלעמען צו דעבאטירען. יעדער בחור האט גערעדט זאכען וואס אידען האבען נישט גערעדט קיינמאל ביז היינט. אלעס איז געווארען אפען און אלע קארטלעך זענען איבערגעדרייט געווארען. עס איז געווארען אויס שפיל, און אלעס האט זיך דערזען אן די בגדים. אויב האט מען ביז איצט געקענט זיך באהאלטען אונטער דיפלאמאטיע און אונטער עפעס פראפעשענעליזם, און אז מען רעדט נישט פון א רבינס טויט און אוודאי נישט פון א טאטענס טויט, איז איצט געווארען צו נישט און פארווישט. יעדער איינער, אנגעהויבען פון ר' אהרן און געענדיגט ביים קליינעם ראציגען בחור מיטען צוקראכטען שטאפענעם הוט, האט זיך געטרויעט צו רעדען וואס ער וויל. וואס איך מיין צו זאגען, אז מען האט איצט אין די טעג פשוט פארלוירען דעם דעת. ר' אהרן האט זיך אריינגעלייגט אין א עקספלאראציע וואס האט נישט געהאט זיינס גלייכען מימות מענטשהייט איז געבוירען געווארען. א רב מפורסם בישראל, א רב אין די גרעסטע חסידישע שטאט אין דער וועלט, א ראש ישיבה פון די גרעסטע חסידישע ישיבה אין דער וועלט, א פאפולערע פיגור, א מענטש וואס איז געווען ארויפגעקוקט, האט זיך אריינגעלאזט אין אוואנטורעס וואס איז נאך קיינמאל נישט אויספראבירט געווארען. היסטאריע פון דורות איז פאר א מנהיג ישראל, דער שו"ע. פון היסטאריע קען מען ארויסנעמען אלע הנהגה ענינים וואס האט נישט קיין מקורות אין שו"ע. פון היסטאריע ווייסט מען וויזוי האבען זיך אידען געפירט אלע דורות, און וויאזוי די זיידעס האבען זיך געפירט, א.א.וו. אויב איינער קען נישט היסטאריע, קען ער נאך אלץ מצליח זיין אויב פארמאגט ער א אוזן קשבת, און ער לאזט זיך רעדען. דורך דעם וואס אנדערע מענטשען גיבען איבער, קען מען גאר פיל ארויסהאבען. און עס איז נישט פאראן קיין שום זאך אין דער וועלט וואס היסטאריע דערציילט נישט איבערדעם, און גיט נישט איבער פאר יעדע געשעעניש אין שפעטערע דורות. און וואס עס האט נישט קיין מקור אין די היסטאריע, קען שוין נישט גוט שמעקען. עס מוז זיין אז דאס טויג נישט. אלעס האט זיך שוין געמוזט אפשפילען ערגעץ אין די יארען וואס די וועלט שטייט, כאטש זייו מען שרייבט אראפ אויף פאפיר, אלע געשעענישן. אויסער ביי ספעיס פראגראמען. ווען אמעריקע האט געוואלט אנהייבען עקספלארירן די "ספעיס פראגראם" אין די פריע 60גער יארען, איז אנטשטאנען א פראבלעם. אמעריקע קען נישט – ווי רוסלאנד – אומברענגען מענטשען פאר עקספלאראציעס. נו וויזוי קען מען געוואיר ווערען וואס דארט אויבען טוט זיך און וויזוי דער קלימאט דארט אויבן איז? היסטאריע איז דאך נישט שייך ביים ספעיס, ווייל עס איז גענצליך א נייע געשעעניש. איז מען ארויפגעקומען אויף א המצאה. מען וועט ארויפשיקען א – מאנקי! און ערגסטענספאל וועט דאס שטארבען. אויב וועט עס יא איבערלעבען דעם וועג ארויף און צוריק אראפ, וועט מען קענען דורך די מאנקי, באקומען די נויטיגע אינפארמאציע וויזוי אנצוהויבען צו שיקען מענטשען פאר ספעיס עקספלאראציע. לענינינו. ר' אהרן האט גענומען אויף זיך די עקספלאראציע וואס בלויז א מאנקי האט זיך געמעגט אונטערנעמען. ער האט זיך נישט געקענט פון קיינעם אפלערנען וויזוי פירט מען זיך ווען א זון וויל ירשענען ווען דער טאטע לעבט, און וויאזוי מען דארף זיך צו פירען, ווען דער טאטע לאזט זיך נישט. ר' אהרן האט באשלאסען אלעס צו ערלויבען אויף דער וועלט, יעדע פאריקטע המצאה האט אין זיין מח געראפען א מקום מנוחה, ווייל אפשר אולי ואולי וועט דאס זיין וואס וועט באוועגען דעם וואגשאל וואו ער סווינגט זיך, צו קענען צוריק האבען גאנץ סאטמאר. עס איז נישט געווען קיין איין עוועניו, איין וועג, קיין איין דורכגאנג וואס עס איז נישט געווען אפען פאר אים צו עקספלאראטירן. סיי וואס עס איז איינגעפאלען פאר יעדען משוגענעם, פאר יעדען שנוק, פאר יעדען אומבאזעצטען מענטש, אפילו א נארישער בחורל, האט ביי אים געהאט א אוזן קשבת. ער האט געפענט אלע גרעניצען אלעס צו צולאזען, אבי, אפשר, דאס וועט זיין דאס וואס וועט אים מאכען דער "איינציגער" יורש. עס איז נישט געווען איין מאל ווען ער האט דאס אפגעשטעלט, ווייל דאס איז שוין צו ווייט, צו ווייל דאס פאסט נישט, צו ווייל דאס איז קעגען די תורה. אויב האט ער איינגעזען אז עס פאסט זייער נישט די טריט, האט ער זיך אריינגעלאזט אין די סוגיא פון "מתוך" און געהאלטען אז די וועלט איז משוגע און יעדער שווערט זיך אז עס ווערט געטון זאכען פון זיך אליין. און ער ווייסט גארנישט. איך וועל אלע עקספלאראציעס פאר אייך אראפלייגען אין א סדר בערך ווען עס איז פארגעקומען. וואס איך מיין מיט עקספלאראציעס איז אזוי. עס איז איצט שוין נאך פסח און ר' אהרן האט באקומען חיזוק מיט דעם פארגאנגענעם שב"ק ווען ער געזען אז ווער עס שטייט מיט אים איז גרייט צו שלאגען מיטען רבין כפרות, אבי משה זאל נישט האבען דעם לעצטען לאך. ווי נאר ר' אהרן האט דאס דערהערט האט זיך אנגעהויבען א גאר א נייער גאנג. ר' אהרן האט אפגעמאכט אז ער וועט אינגאנצען מיטשפילען. ער וועט אלעס לאזען אויף דער וועלט, ער וועט גארנישט און קיינמאל נישט אפשטעלען קיין שום זאך וואס וועט געטאן ווערן וואס וועט געטון ווערען אויב יענער מיינט טובתו. אין יענע טעג האט זיך געעפענט א "וועב סייט" מיטען נאמען "סאטמאר.קאם". אויך האט זיך אין די טעג געעפענט א האט ליין וואס איז געווארען אנגעפירט פון מענטשען – וואס האבען גערעדט מיט משוגענע שטימעס – ווייל זיי האבען געוויסט אז זיי טראגען נישט א פנים ביי מענטשען. איך וויל נישט אויסרעכענען זייערע נעמען ווייל זיי זענען אלע אויף צרות. אויף די צוויי קאמנוקאציע מיטלען האט זיך אנגעהויבען א קייט פון לצנות אויף יעדען מענטש וואס איז נישט מיטגעשטאנען מיט ר' אהרן, ועל כולנה אויפען רבין אליין. יעדען טאג איז דארט געווען נייעסער וואס דער רבי האט גערעדט שטותים דא, און נישט צו די זאך דארטען; זיי האבען יעדען טאג געהאט פרישע מעשיות מיט נעמען אז פאר איינעם האט דער רבי געזאגט איצט ביינאכט אז ר' אהרן איז דער רב הצעיר, און פאר עפעס א בחורל האט ער געזאגט אז "לא עלתה על דעתי" צו אהערברענגען ר' זלמן לייבן. מען האט געמאכט אפענע ליצנות פון רבין, מיטען תירוץ אז ער ווערט געפירט דורך משה, ממילא קען מען שוין קיינעם נישט פארהאלטען דערויף, ווייל די אלע לצנות זענען נישט אויפען רבין נאר אויף משה. און, ר' אהרן ווייסט נישט פון גארנישט. אינעם האט ליין איז ר' אהרן אנגערופען געווארען מיטען טיטול "דער רב" צו ווייזען אז ער איז ווייטער דער רב דקהילות הקדושות. דער האט-ליין און די וועב סייט האבען יעדען איינציגען טאג פארשעמט זקנים עם נערים, רעכטס און לינקס נאר צו דינען דעם ציל אז די נייע מענטשען זאלען נישט זיין באקוועם צוריקצוקומען. ווייל שוין די ערשטע פאר וואכען, נאך איידער ר' זלמן לייב איז געווארען אפיציעל אויפגענומען פאר רב, זענען שוין געווען אידען אפילו זקנים וואס האבען שוין פאר לאנגע יארען פארלאזט ראדני סטריט ביהמ"ד – און פארלאזט די גאנצע קיקעלע קהל, נישט געוואלט הערען פון קיין שום זאך וואס האט צוטון מיט די אדמיניסטראציע פון סאטמאר זייט כ"ו אב, יעדער איינער לפי טעמו וזמנו – האבען צוריק אנגעהויבען קומען דא און דארטען אין ביהמ"ד. ר' אהרןס מענטשען האבען זיי נישט אפגעשוינט, מען האט די אידען נאכגעשריגען ביים דאווענען, זיי געפרעגט צו זיי ווייסען ווי די בית הכסא'ס געפינען זיך, זיי נאך געשישקעט, און מען האט פון זיי גערעדט אויף די האטליינס און וועב סייטס. און פאר די אידען האט זיך נאכאמאל ארויס געוויזען, ווי גערעכט זיי זענען געווען ביים פארלאזען גאנץ סאטמאר די אלע יארען. זיי האבען ארויסגעקוקט אויף א טויש, זיי האבען ארויסגעקוקט אז עס זאל אנקומען דער נייער רב וואס זאל צוריק שטעלן די קהילה ווי עס ברויך צו זיין, און די אלע שלעגערס און העצערס זאלען זיך גיין לחיים ולשלום. עס האט אנגעהויבען צו פליען פאשקעווילן יעדען טאג, מיט באליידיגענדע ווערטער אויפען רבין, וואס ער האט געמישט און געזאגט פאר יעדען ראצער אנדערע ווערטער. יעדער שנוק האט זיך אנגעהויבען טרויען אריינצוגיין צום רבין און איבערפרעגן וועגען די וויליאמסבורגער רבנות, און אלעס איז געווארען אויסגעליפטערט אין די גאסן פאר אלעמען. און ר' אהרן איז שטיל. ער ווייסט גאר נישט, ער זעט גארנישט, און ער הערט גארנישט. עס איז נאך אזעלעכע עזות און חוצפה קעגען א רבין און א טאטען נאך נישט פארגעקומען זייט שרייב ארבעט איז באשאפען געווארען. די אלע מעשים וואס ר' אהרןס מענשטן האבען אפגעטון פאר זייער רבין, וועט קיינמאל נישט קענען פארענטפערט ווערען. מען האט דעם ברך משה פארשעמט הונדערטער מאל בפניו און טויזענטער מאל שלא בפניו. און דאס איז געטון געווארען דורך א זון און דורך חסידים. און אין די זעלבע צייט האבען די "חסידים" געהאלטען אין איין שרייען אז דער וויליאמסבורגער רב ברענגט צוריק זיין טאטענס "שונאים". די גרעסטע "שונאים", "מתנגדים", "בני יואל" און אפילו "יאסל וואלדמאן" קענען זיך פארשטעקען מיט אלע זייער מעשים וואס האבן במשך די תש"מ-תש"נ יארען געטון פארען ברך משה, וואס עס האבען געטון ר' אהרןס מענשטן פון תשנ"ט-תשס"ו. * למעשה א וואך נאך יו"ט איז ר' זלמן לייב צריק געפארן אויף ירושלים ביז נאך שבועות ווען ער האט חתונה געמאכט. קודם האט ר' אהרן אפגעאטעמט אז דער ברודער איז אויפן אנדערען זייט אטלאנטיק און ביז ווי לאנג ער וועט צריקומען וועט מען שוין האבן א קלארערען גאנג ווי אזוי אים אויפצועסן לעבעדיגערהייט, ווייל דער סטראשע גאנג ארבעט נישט מיט אים. איצט אין די טעג איז נולד געווארען א נייער ניגון: "עס זאל אלעס בלייבען ווי ביז איצט". דאס הייסט אז אין וויליאמסבורג זאל זיך גארנישט טוישען וויאזוי עס איז געווען פאר פסח. אלעס אקציעס וואס ר' אהרןס מענטשען האבען דורכגעפירט האט געזינגען דעם זעלבען ניגון: עס זאל בלייבן אזויווי עס איז געווען פאר פסח. אויף אמאל, ברויך שוין וויליאמסבורג נישט קיין רב, און אויפאמאל איז שוין נישטא קיין שום פראבלעמען איןדי קהילה און אין די מוסדות. איך וועל אראפ ברענגען בערעל פריעדמאןס לשון וואס ער האט געזאגט ביי די מיטינג פון קהל זונטאג חוה"מ וואסערע פראלעמען וויליאמסבורג האט אָן א רב: "און, לעצטענס מוז איך פאר'ן עולם זאגן, ס'איז דא אסאך פראבלעמען ס'איז נישטא צו וועם זיך צו ווענדן. ליידער אזוי איז עס, אפילו די דיינים אויך נישט. מ'קען נישט. דא אונז האבן מיר געהאט פאר צוויי וואכן איז דא אריינגעקומען א איד, ער האט זיך אויסגעוויינט דאס הארץ, ער האט נישט צו וועמען צו גיין! איז וויכטיג, פאר די מוסדות איז וויכטיג עמיצן צו נעמען." אבער אז די פוטש פירער האבען געזען אז דער פוטש גייט נישט ווי געפלאנט, עס האט יעדער געזען אז דער רבי האט נישט אויפגענומען ר' אהרן, נאכדערצו ווען ר' אהרן האט געמאכט אזעלכע מיאוס'ע שריט, אריין צו גיין צו זיין טאטען פארטאגס און פארלאנגען דעם רב הצעירשאפט. האט מען באשלאסען אז עס איז ענדערש זיך ווייטער צו פלאגען אן א רב, דער איד – וואס בערל דערציילט אז ער האט זיך אויסגעוויינט פאר אים – זאל בלייבען וויינען, אלעס ווייל ר' אהרןס פלאן איז געווארען צונישט. און דאס האט בערל מיט ר' אהרן געוויסט בעסער פון יעדען אז דער יונגערער ברידער פון ירושלים, טאר נישט אנקומען קיין ניו יארק. זיי האבן געוויסט פאראויס וואס עס גייט געשען אז יא, און ער וועט זיין אזוי גרויס ווי ר' אהרן, אויב נישט גרעסער. זיי האבען געוויסט אז טויזענטער אידען ווארטען באמת אויף דעם טאג וואס ר' זלמן לייב זאל ווערען רב, און אינעם עתיד, א שטיקל מ"מ. און דאס צו פארמיידען איז ר' אהרן געווען גרייט אלעס צו טאן, אפילו נישט מער וועלן אריין קומען אין וויליאמסבורג, צו לאזען די קהילה און מוסדות ווייטער אויף הפקר, לאזען דעם איד וויינען, נעבעך... * די פוטש פירער האט זיך גענומען ארבעטען אויף ווייטערדיגע פלענער וויאזוי מען גייט אפהאלטען דאס ר' זלמן לייב פון ווערן רב. מען האט פלאנירט די מחלוקת מיט אלע דעטאלען. בערל פרידמאן האט אבער מורא באקומען אז דאס זיך קריגן גייט שאטן פארן נייעם בית המדרש דארט ווי ער און יצחק ראזנבערג האבן געמאכט א שיין לעבן, און איצט וועט דאס אלעס קומען צו א האסטיגען אפשטעל. נו, וואס טוט מען, מען גייט מאכן א מיטונג, א אסיפה מיט אלע קהלס לייט פון איבער גרעיטער ניו יארק. די מיטונג איז באשטומט געווארן אויף א' אמור אין ת"ת ויואל משה.
תוקן על ידי המהדרין ב- 01/07/2010 20:45:30
 |
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|