בית פורומים אידישע געדאנק

קלארע פאקטן: דער סכסוך אין בני ברק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/1/2010 15:21 לינק ישיר 
קלארע פאקטן: דער סכסוך אין בני ברק

הכר נא למי החותמת

כראנאלאגיע פון די געשענישן אין בני ברק, אן השתלשלות פון מסירה לערכאות, און סירוב לדין תורה מצד די ראשי ומנהיגי "מרכז המוסדות סאטמר" בני ברק, וועלכע גייט שוין אן 5 יאר פון תשס"ה ביז תש"ע

 

א. שבט תשס"ה משה חיים ווייס ווערט ארויסגעשטעלט פון דירעקטארשאפט פון די "חברת קרית יואל", ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין פריוואטע שעהר'ס, נאר ער איז געווען אן איינגעשטעלטער (פונקט ווי א מנהל פון א מוסדות, וואס האט העכער זיך אן הנהלה) וועלכער איז ערוויילט געווארן דורך די שעהר האלדער'ס.

 

ב. אדר תשס"ה אנשטאט צו רופן דעם ברך משה זי"ע און דעמאלטיגער וויליאמסבורגער סאטמארער רב, און ר' עזריאל גליק און ר' שמעון ווייס, מיט ר' משה פריעדמאן משב"ק, מיט ר' ירמי' טייטלבוים צו דין תורה, אזוי ווי די תורה הק' לויטעט, האט ר' אהרן טייטלבוים דער אדמו"ר בכבודו ובעצמו מיט ר' משה חיים ווייס אריינגעגעבן א "מסירה" ביים קאמישאנער, איר הערט גוט, נישט אפיעל, נישט קיין קלאגע, נאר א מסירה, אז די אויבערדערמאנטע האבן פארגעזעצט קרימינאלע פעלשערייען אינעם קארפארעישאן.

 

ג. אדר תשס"ו נאכן איינגעבן די מסירות, און נישט גיין צו דין תורה, האט זיך די ארטיגע הנהלה מעמיד געווען פני תם, און געשיקט א בריוו בכתב צום ארטיגן רב פון די קהל הגאון ר' אלי' כ"ץ שליט"א, און אזוי אויך האבן זיי געשיקט הרב ר' יוסף יהושע גרין הי"ו פון די הנהלת המוסדות אין בני ברק, וועלכער האט זיך פארבינדן טעלעפאניש מיטן ארטיגן רב הגר"א כ"ץ שליט"א, און האט גאר גע'טענה'עט אז ר' דוד מאיר טאהלער און נאמען פון חברת קרית יואל זענען די וואס סטראשען גאר צו מסר'ן ר' משה חיים וייס. דער רב מאכט א טרי-ליין און קאלט אן ר' דוד מאיר טאלער, און לייגט עם פאר די טענה, און ר' דוד מאיר לייקענט קטאגאריש אפ די פארדאכט, און זאגט אז ער איז גרייט צו גיין צו א דין תורה, אדער ביים רב אדער ביי יעדן בי"ד וואס מ'וועט עם רופן, ביז איצט טבת תש"ע ווארט ער נאך אויף אן הזמנה.

 

ד. די מסירות זענען אריינגעגעבן כמה פעמים, אדר ס"ה, תמוז ס"ה, ביז דער קאמישענער אוו קארפארעישאנס (רשם החברות) האט איינגעפריזט אלע קארפארעישאנ'ס.

 

ה מ'האט פרובירט אלע וועגן אראפצונעמען די פריזונג פון די אינסטאנצן, און ווען מ'האט מצליח געווען דאס צו טאן, האבן די אויבערדערמאנטע צווי מוסרים, ווידער איינגעגעבן א מסירה (נישט קיין תביעה נאר א מסירה, וואס אויף דעם איז נישטא קיין היתר כלל).

 

ו. שבט תשס"ו די שטאט-ראט אין בני ברק גוט ארויס א "פערמיעט" פאר ר' משה חיים ווייס צו בויען דירות אויף דעם ליידיגן שטח

 

ז. שבט תשס"ה, ר' אהרן טייטלבוים מיט ר' משה חיים ווייס, האבן א דאנק זייער אויבערדערמאנטע שענדליכע מסירה, אויפגעטאן איין זאך, אז די שטאט האט געזען אז אויף די געזעצליכקייט און די לעגאליטעט פון די קארפארעישאן קען מען נישט גארנישט בויען, ווייל עס איז אויף האלד.

 

ח. אדר תשס"ו, איז "חברת קרית יואל" אריין אין געריכט קעגן די שטאט, פאר'ן ארויסגעבן א "פערמיט" אויף זייער'ס א שטח. דאס אריינגיין אין געריכט קעגן די שטאט דארף נישט קיין "היתר בי"ד", ווייל די שטאט קען נישט פאלגן קיין פסק דין תורה, ווייל עס איז א געזעצליכע אינסטאנץ, און לפי פסק פון הגר"מ שפרן, וועלכע עס איז געגעבן געווארן בכתב און פארשידענע פעלער מעג מען קלאר קלאגן די שטאט.

 

ט. ניסן תשס"ו, דאס געריכט אויף שטאטישע אנגעלעגענהייטן באשליסט ע"ד שני הצדדים, אז ער גייט נישט באשליסן דורך די "פערמיעט" סכסוך, די עצם סכסוך הבעלות פון די קארפארעישאן, וואס דאס באלאנגט פאר א ציווילע קרייז געריכט, און ווי דערמאנט ע"ד שני הצדדים ווערט באשלאסן זיך צו ווענדן צום קאמישאנער אוו קארפארעישאן, אז ער זאל אנטשיידן ווער זענען די ריכטיגע שעהר האלדער'ס פון חברת קרית יואל.

 

י. אייר תשס"ו, דער "רשם החברות" (קאמישאנער אוו קארפארעישאנס) שיקט א בריוו פאר אלע ביידע צדדים, אז ער קען נישט אנטשיידן אזא סכסוך, וואס באלאנגט אויסדריקליך אין געריכט, ווייל צו באשליסן איבער דעם בעלות סכסוך, דארף ער באשטעטיגט דעקלערעישאנס און דיסקאווערי' פון אלע ביידע צדדים, וואס דאס קען פארזעצן נאר א געריכט.

 

י"א. אייר תשס"ו, ר' משה חיים ווייס האט אנגעהויבן גראבן מיט גרויס אימפעט אויפ'ן שטח און פאראורזאכט אומשאצבארע שאדאנס, פון צווייטן זייט האט ער צוזאמען מיט אונזער ר' אהרן איינגעגעבן א פרישע מסירה מיט א פארלאנג בכתב פאר'ן "רשם החברות" צו ווידערמאל איינפריזן די קארפארעישאנס, ווייל עס איז געטאן געווארן דארטן דורך די שעהר האלדער'ס קרימינאלע זיופים.

 

י"ב. ענדע אייר תשס"ו, טראץ וואס זיך צו פארמעסטן מיט מסירות, דארף מען נישט קיין היתר בי"ד צו אריינטרעטן אין געריכט, מיט דעם אלעם איז נאך די איצטיגע מסירה וועלכע עס האט זיך איבערגעחזרט צום דריטן מאל, האט זיך "חברת קרית יואל" געוואנדן צו די רבנים הגאונים המפורסמים רבי משה זאב זארגער שליט"א סאטמארער דיין פון ירושלים, און צו רבי אלי' כ"ץ שליט"א רב דקהל יטב לב דסאטמאר ומרא דאתרא דשיכון קרית יואל בני ברק, צו באקומען אן היתר, צו אריינטרעטן אין געריכט אפצושלאגן די מסירות ומלשינות פון איין זייט, און מאכן אן "עיקול" קעגן די שאדאנס וואס ר' משה חיים ווייס האט געטאן מידי יום.

 

י"ג. שילהי סיון תשס"ו, די אויבערדערמאנטע צווי גדולי התורה והיראה הגאון האדיר בעל וישב משה שליט"א, און הגאון האדיר בעל ראש אליהו שליט"א (וועלכער ווארט נאך ביז איצט אויף די אנטווארט פון די ארטיגע הנהלה אויפוואספארא בי"ד זיין ווילן זיך מתדיין זיין) האבן איבערגעקוקט יעדער באזונדער די געריכטליכע פאפירן פון א "דעקלערעישאן דעסיזשאן" וואס דאס מיינט באשטעטיגן אין געריכט די שריפטן וועלכע געפינט זיך ביים קאמישאנער, און אזוי אויך די שריפטן פונעם "עיקול", און האבן עס באשטעטיגט צו אריינגעבן אין געריכט.

 

י"ד. אנהייב סיון תשס"ו, די פאפירן ווערן אריינגעגגעבן אין געריכט, און ר' משה חיים ווייס איז געלאפן גלייך צו הגאון ר' ניסים קארעליץ שליט"א, (וואס ביי די פאנעוויזש סכסוך אין בני ברק האט ער געהייסן הרב כהנמאן טאן דאס זעלביגע וואס "חברת קרית יואל" האט געטאן איצט) ווי זיי האבן ארויסגענומען אן אזהרה (אן שיקן קיין הזמנה לדי"ת – נישט וועלענדיג זיין תובעים) אז מ'זאל ארויסגיין פון געריכט, און אויב מ'האט אן היתר בי"ד זאל מען עס ערצייגן פאר'ן בי"ד.

 

ט"ו. אינמיטן סיון תשס"ו, ווערט לפנים משורת הדין – ווי אויבעראדערמאנט – אריינגעשיקט אן היתר בי"ד, פון ביד"צ "שערי משפט" פון ירושלים, וואס שרייבן אז לאור די מסירה מעג מען אריינטרעכטן אין געריכט, און אז א "דעקלערעישאן דעסיזשאן" וואס דאס מיינט באשטעטיגן אין געריכט די שריפטן וועלכע געפינט זיך ביים קאמישאנער, מיינט נישט קיין ערכאות, עס איז ווי איינער באשטעטיגט זיין אייגענע דיעד שריפטן פון זיין פריוואט הויז.

 

ט"ז. סוף סיון תשס"ו, ערשיינט א בריוו פון ביד"צ "משפט שלום", ווי פינעף רבנים גדולי תורה באשטעטיגן, אזיי האבן גערעדט פערזענליך מיט די סאטמארער דיינים פון ארץ ישראל וועלכע האבן געגעבן דעם היתר אריינצוטרעטן אין געריכט ווי אובערדערמאנט.

 

י"ז. סוף סיון תשס"ו, הרב קארעליץ נעמט נישט אן די היתר בי"ד מיט די טענה אז עס איז נישט קיין בי"ד קבוע (ווי זיין בי"ד וואלט יא געווען קבוע), און הייסט ארויסגיין פון געריכט, אבער מאידך גיסט שטעלט זיך צו, צו די אהרוני'שע שטיקלעך, און וויל נישט שיקן קיין הזמנה לדין פאר חברת קרית יואל ווי אויבערדערמאנט.

 

י"ח. תמוז תשס"ו די אהרונים מיט ר' משה חיים ווייס דערווישן ארויס בעורמה א בריוו פון הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א אז ר' משה חיים ווייס איז יא א דירעקטאר פונעם קארפארעישן, און טראגן עס אריין אין געריכט, האפענטליך אז דערמיט האבן זיי דערלאנג פאר משה גבאי א שרעקליכן טויט קלאפ וואס דערפון וועט ער זיך נישט קענען הייבן.

 

י"ט. תמוז תשס"ו, געריכט האט זיך נישט צוטאן געמאכט פון דעם בריוו פון ר' עזריאל, און האט פארעפענטליכט א גענצליכע "טי. אר. או. (עיקול) אויף ר' משה חיים ווייס אויטאריטעט אינערהאלב די "חברת קרית יואל".

 

כ. אב תשס"ו ר' משה חיים ווייס מיט "מרכז מוסדות סאטמאר בני ברק" יעדער איינער באזונדער טרעטן אריין אינעם בג"ץ הציוני אפיעלן דעם טי. אר. או. וואס די נידעריגע קרייז געריכט האט ארויפגעלייגט.

 

כ"א. אב תשס"ו, ירושלימ'ער רב שליט"א ובית דינו, שיקן א בריוו פאר אלע ביידע צדדי הסכסוך, אז מ'זאל ארויסגיין פון "מקומות ממשלתים" (נישט וועלענדיג שרייבן ערכאות, ווייל זיי האבן נישט געהאלטן אז עס האט א דין פון ערכאות, איבער די אויבערדערמאנטע סיבות) און זיי שרייבן במכתבם ו"להקפיא את התהליכים תיכף ומיד", און מ'זאל גיין אויף א בוררות, ו"שני הצדדים יהיו בשב ואל תעשה בכל הענינים".

 

כ"ב. אב תשס"ו, דער דעמאלטיגער רב פון קרית יואל ר' אהרן, וואס א לויער האט בשמו אריינגעטרעטן אין בג"ץ הציוני אפיעלן א נידעריגן פסק, פארלירט די מינדעסטע בושה, און האט אויפגעטראטן מיט א שארפע דרשה אין ביהמ"ד הגדול, אין קרית יואל, קעגן הליכה לבג"ץ הציוני, אנגריפענדיג די חברי ביד"ץ "שערי משפט" פון ירושלים אלס "שלושה רועי בוקר" און מיט נאך אנדערע לשונות גנאי.

 

כ"ג. אב תשס"ו, ר' אהרן ביי זיין דרשה ווייזט זיין עמי הארצות אין ויואל משה, און טרעפט אויף אייגענע שטיקער ויואל משה, ווי דער רבי וואלט געשריבן אז דער עצם הליכה לערכאות בג"ץ הציוני מאיזה סיבה שהוא איז יהרוג ואל יעבור.

 

כ"ד. אב תשס"ו, ווערט אנטדעקט געהיימע דאקומענטן אז רביה"ק זי"ע אליין איז אריין אין בג"ץ הציוני ביי די טאטלשעווער דירה, און האט נישט חושש געווען צו דעם אויפגעטראפענעם שטיקל פון "ויואל משה" וואס ר' אהרן האט אנטדעקט און זיין דרשה נלהבה.

 

כ"ה. אב תשס"ו, חברת קרית יואל שיקט א בריוו פאר ר' משה חיים ווייס און פאר הנהלת מוסדות סאטמאר, מיט א דין תורה פארשלאג, אז יעדער צד זאל ברענגען א סאטמארער דיין און דער שליש וועט זיין אדער דער ארטיגער רב פון די קהלה הגאון ר' אלי' כ"ץ שליט"א, אדער וועמען די צווי וועלן זיך פארגלייכן.

 

כ"ו. אב תשס"ו, ר' משה חיים ווייס און הנהלת מרכז מוסדות סאטמאר, מאכט א מיאוס'ן שפיל מיטן ירושלימ'ער רב, פון איין זייט האט ר' משה חיים אריינגעשיקט צום ירושלימ'ער רב, א אונטערגעשריבענעם "שטר בוררות" (אזוי ווי ער האט אריינגעשיקט מיט דריי וואכן צוריק פאר'ן וויצע מעיאר פון בני ברק ר' חנוך זייבערט), אבער מאידך גיסא האט ער אפגעווארפן דעם אויבערדערמאנטן פארשלאג פון חברת קרית יואל איבער דעם הרכבת הבי"ד פאר א דין תורה, און אנשטאט דעם האט ער איינגעצאלט די "טעקס אפיעל" פאר'ן בג"ץ הציוני, וועלכע איז געווען מנוגד צו דעם אויבערדערמאנטן פסק פון ירושלימ'ער רב ובית דינו שליט"א וואס זיי שרייבן "להקפיא את התהליכים תיכף ומיד".

 

כ"ז. שילהי אלול תשס"ו ביד"צ העדה החרדית שיקט א בריוו פאר ר' משה חיים ווייס, ווי זיי שרייבן אז זיי באשטעטיגן אז ער האט אויפגענומען א בורר מצידו הרה"ג ר' יעקב כהן, און אז חברת קרית יואל האט אויפגענומען אלס בורר הרה"ג ר' נתנאל לינדער.

 

כ"ח. י"ד אלול ירושלימ'ער רב שליט"א שרייבט א בריוו בכת"י, וואס עס איז ארויפגעזעצט געווארן אויפן לעדערהעט פונעם ביד"צ העדה החרדית, ווי עס שטייט אז ביי דעם בוררות וואס גייט דן זיין איבערן סכסוך זאל מען דן זיין נאר איבער די שריפטן פון די קארפארעישאנס, און באשליסן וועלכע איז קראנט און פאלש.

 

כ"ט. י"ד אלול חברת קרית יואל שיקט א בריוו פאר'ן לויער פון ר' משה חיים ווייס, וועלכע ווערט אנגעגעבן אין געריכט, אז פון איר זייט איז דער דיון אין געריכט געסטאפט, און מ'גייט גיין אויף א בוררות, און דער ריכטער נעמט אן די פארשלאג.

 

ל. כ"ג אלול, די צווי בוררים טרעפן זיך באהאנדלען אויסקלייבן דעם שליש המכריע, אבער ר' יעקב כהן דער בורר מצד ר' אהרן זאגט, אז אויב מ'איז דן נאר איבער די שריפטן, איז נישטא קיין בוררות, ווייל לדעתו דארף מען דן זיין אויף אלע אישו'ס אריינגערעכענט די רבנות און אדמורו"ת פון די צווי ברידער. נאך די ווערטער האבן געקראכט די פארהאנדלונגען.

 

ל"א. חודש כסלו תשס"ז, ווערט געשיקט א בריוו פון הרה"ג ר' נתנאל לינדער צו הרב יעקב ראטה מזכיר ביד"צ העדה החרדית, ווי ער פאדערט אז ער זאל צוהיילן דעם צד השני ר' משה חיים ווייס צו זיך שטעלן אויף בוררות אויף דעם פארעם וואס דער ירושלימ'ער רב שליט"א האט געהייסן, צו דעם בריוו האט ער מצרף געווען אויך א נוסח שטר בוררות.

 

ל"ב. כסלו תשס"ז, דער בורר פון ר' אהרן הרה"ג ר' יעקב כהן ענטפערט מיט א בריוו פאר הרב יעקב ראטה, אז מ'דארף דן זיין אויך אלע אנדערע זאכן אז נישט איז די די"ת נעקר מעיקרו. פונעם בריוו זעט מען אז די אהרונים האבן פרובירט צו נוצן זייער באאיינפלוסונג וואס זיי האבן געהאט אויף הגאון ר' משה שטרענבוך שליט"א דער ראב"ד העדה החרדית, און זיי האבן עם פרובירט צו אריינדרייען אז ער זאל זיין דער מכריע איבער דעם וויכוח.

 

ל"ג. אייר תשס"ז האבן ר' משה חיים ווייס מיט די אהרונים אין בני ברק פארגעזעצט גאר א מיאוס'ע אקציע, פון איין זייט האבן זיי פארשטערט ברגל גסה דעם עיקול פונעם ירושלימ'ער רב שליט"א מיט ביד"צ העדה החרדית וואס האט געשריבן "ושני הצדדים יהיו בשב ואל תעשה בכל הענינים", און זיי האבן געפענט דעם נייעם "שמח תשמח" האל און האבן איינגעגעבן און די שטאט פרישע בוי פלענער און די שטאט צו בויען פרישע הייזער אויף רח' ישמח משה 36, אויף די אייגענטום פון חברת קרית יואל, און פון צווייטן זייט האבן זיי ארויסגענומען א בריוו פונעם ירושלימ'ער רב שליט"א ובית דינו, וועלכע איז א חזרה פונעם אויבערדערמאנטן בריוו פון י"ד אלול תשס"ו, מיט די פרישע החלטה אז מ'דארף יא דן זיין אויף אלעם, און אז דער שליש וועט זיין הרה"ג ר' נפתלי נוסבוים שליט"א ראב"ד בי"ד אהבת שלום אין ירושלים.

 

ל"ד. סיון תשס"ז, די הצעת השליש פון הרב נויסבוים, גייט אראפ פון טיש, נאך ווען עס ווערט קלארגעשטעלט, אז ער איז א גערער חסיד אן הולך לבחירות, און אז ער איז מיט ר' משה חיים ווייס א פריינט נאך פון אלס קינד ווייז אן, ווען זיי האבן אלע ביידע געלערענט אין חינוך עצמאי.

 

ל"ה. סיון תשס"ז הרה"ח ר' שמעון ווייס ע"ה, מיט הרבני הנגיד ר' אביגדור יאקאבאוויטש ע"ה, פירן געהיימע פארהאנדלונגען מיט ר' משה חיים ווייס, איבער אויסארבעטן א הסכם מיט א פשרה איבערן סכסוך אין בני ברק, פארהאנדלונגען וועלכע לאזט זיך אויס מיט גארנישט, ווייל ר' משה חיים ווייס האט געברענגט א ענטפער פון זיין רבי'ן ר' אהרן, אז ער איז נישט מסכים צו איינגיין אויף א אופמאך און איז נישט מוותר אויף גארנישט, פונקט ווי ער האט נישט מוותר געווען אין וויליאמסבורג טראץ וואס ער האט דערנאך אלעס דערלייגט.

 

ל"ו. אלול תשס"ז – שבט תשס"ח דער בורר הרה"ג ר' נתנאל לינדער לאזט הערן דעם צווייטן צד, אז אויב וויל מען זיך זעצן צו אויסוועלן א שליש איז ער מסכים, אבער אויב וויל מען ארויפצווינגען א שליש מיט דריידלעך איז ער נישט מסכם. די צווייטע צד שיקט נישט קיין אנטווארט.

 

ל"ז. אב תשס"ח, קאנטראקט פון די סאטמארער מאטעל "מלון בני ברק" מיט די זאל פון אונטן לויפט אפ, די מרכז המוסדות רופט ר' מרדכי ווייס דער שוכר צו א דין תורה ביים בי"ד פון הגרמי"ל לאנדא.

 

ל"ח. אלול תשס"ח, ר' מרדכי ווייס אלס נתבע שלאגט פאר דעם בי"ד "נווה ציון" פון בני ברק, אדער דעם רב פון די קהלה הגה"צ ר"א כ"ץ שליט"א, אפגערעדט, אז ער ווארט נאך ביז איצט אויף א ענטפער פון ר' משה חיים ווייס וועלכע גייט קיינמאל נישט אנקומען, ווייל זיי האלטן ביים גיין צו א די"ת נאר ביי א בי"ד ווי זיי ווייסן אז זיי וועלן זיין זיכערע געווינער'ס.

 

ל"ט. תשרי תשס"ט, די געוואלדטאטן אין שיכון קרית יואל בני ברק ווערט גרעסער פון טאג צו טאג, אן א צאל אידן ווערן אנגעגריפן מיט שלעק אין ביהמ"ד, די מרכז המוסדות נעמט צו חזקות פון מתפללים, און "חברת קרית יואל" הייסט פאר דעם שוכר פון די "התמר" און "גני הדקל" זאלן ה"ה ר' דוד מאיר טאהלער, צו אויפהערן אריבעפירן די חודש'ליכע רענט פאר די מרכז המוסדות, נאר עס אריינלייגן און די אקאונט פון די קארפארעישאן, און זיי וועלן עס אויסטיילן דירעקט פאר די עוסקים במלאכת ד', נישט אז עס זאל אריינגיין און אקואנט פון די מרכז המוסדות און עס זאל דינען אלס ווייטערדיגע שטיצע פאר טעראר.

 

מ. חשון תשס"ט, הגר"מ שפרן איז די ערשטע דריי וואכן תומך און אפהאלטן די געלט, און שפעטער ציט צוריק, און הייסט אריבעפירן ווייטער די געלט פאר די מרכז המוסדות.

 

מ"א. חשון תשס"ט, חברת קרית יואל שיקט א בריוו פאר הרב שפרן און שרייבן אז זיי זענען גרייט צו גיין אויף בוררות, און זייער בורר איז הרה"ג ר' נתנאל לינדער, און אז דער צווייטער צד קען שיקן זייער בורר צו עם און אוסקלייבן א שליש. ר' דוד מאיר טאהלער שיקט א בריוו צו הרב שפרן, און שרייבט אז ער איז גרייט זיך צושטעלן צו א די"ת אויב ער וועט באקומען אן הזמנה כדת וכדין.

 

מ"ב. סוף חשון תשס"ט, הרב שפרן מיט הגרמי"ל לאנדא, שרייבן א "שיעבודא דר' נתן" בריוו, (אן א הזמנה לדין און אן אויסהערן די צווי צדדים) אז יעדער איינער וואס איז שולדיג געלט פאר די "התמר" און "גני הדקל" האל'ס זאל עס מפקיד זיין אין בי"ד אדער אריבעפירן פאר די "מרכז המוסדות".

 

מ"ג. חשון תשס"ט, בי"ד פון הגר"נ קארליץ, אין בי"ד פון הרב וואזנער אין שפיץ פון הגרמ"ש קליין, זענען זיך מצטרף צו דעם אויבערדערמאנטן בריוו פון הרב לאנדא מיט הרב שפרן, אן אויסהערן אלע ביידע צדדים, און ווי געוויס אן א הזמנה לדין.

 

מ"ד. חשון תשס"ט, בי"ד "חניכי הישיבות" פון הגאון ר' מרדכי גרוס, שרייבט א בריוו אז ר' דוד מאיר טאהלער האט אונטערגעשריבן בוררות ביי זיי אין בי"ד איבער זיין פריוואטן סכסוך מיט די "מרכז המוסדות" איבער די שכירות געלט, און אז ער האט קיינמאל נישט אונטערגעשריבן בוררות ביי הרב לאנדא'ס בי"ד, אי לכך האט דער בי"ד עם געהייסן נישט אריבעפירן די שכירות געלט פאר די "מרכז המוסדות" ביז עס וועט פארקומען א דין תורה.

 

מ"ה. כסלו תשס"ט, בי"ד פון הרב לאנדא אין שפיץ פון הרב שפרן שיקן א בריוו אז יעדער צד – כולל חברת קרית יואל - דארף ביז צווי וואכן אריינשיקן אין בי"ד, 5 פארשלאגן פון שלישים, און בי"ד וועט אויסקלייבן איינע דערפון, און זיי סטראשעען מיט א "כתב סירוב", כתב "איסור יחוד" וכו' וכו' קעגן ר' ד"מ טאהלער, וועלכע ווערט אפגענטפערט מיט א פרישן בריוו פון בי"ד חניכי הישיבות, אז ער דארף נישט חייש זיין צו די סטראשערייען, ווייל ער האט אונטערגעשריבן שטרי בירורין.

 

מ"ו. כסלו תשס"ט, חברת קרית יואל שיקט אריין די שכירות געלט פאר די מרכז המוסדות, דורך אויסגעשטעלטע טשעקן דירעקט פאר די מלמדים, און די הנהלת המוסדות ווילן עס נישט נעמען און זיי שיקן עס צום בי"ד פון הרב שפרן, צווי וואכן שפעטער קומען אן אויסגעשטעלטע טשעקן פאר יעדן מלמד אינדערהיים דורך א פערזענליכער שליח, אויפצומארגאנס לויפן ארום יונגעלייטליך טעראריסטן בשליחות יחזקאל ראטער און נעמען צו די מאגערע געהאלט פון די אויסגעהונגערטע מלמדים, דאס שטערט זיי נישט צו פירן מאידך גיסא א שמוציגן קאמפיין אז "חברת קרית יואל" זענען גאר די וואס האלטן אפ דאס געלט פון די מלמדים.

 

מ"ז. כסלו תשס"ט, עס גייט פאר פארהאנדלונגען אונטערן טיש מיט הגאון ר' יהודה סילמאן פון בי"ד פון הגר"נ קארעליץ, איבער אויפשטעלן א בוררות אין בני ברק, און דערוייל משליש זיין דאס געלט ביי א בי"ד.

 

מ"ח. טבת תשס"ט, ר' משה פרידמאן משב"ק שיקט א בריוו און נאמען פון חברת קרית יואל, פאר דעם בורר הרה"ג ר' נתנאל לינדער, אז חברת קרית יואל איז נישט מסכים אז עס זאל און דעם הרכב הבוררות זיצן אזא איינער וואס גייט צו די בחירות אדער ער האט א נטיה צום מלכות המינות, וואס דער רבי זי"ע שרייבט א תשובה להלכה, אז מ'טאר זיך נישט דן זיין ביי זיי. און דעם בריוו שלאגט ער פאר אז דער סכסוך זאל באהאנדאלט ווערן ביי א בי"ד של חמש, ווען יעדער צד וועט נעמען א בורר מצידו, און די דריי שלישים וועלן זיין אדער פון ביד"צ העדה החרדית, הגרא"י אולמאן, הגרנ"ה פרענקל, הגרי"מ יאראוויטש, אדער פון כדתי"א בי"ד פון לאנדאן אין שפיץ פון הרב אייזנער, אדער פון "מחזיקי הדת" בי"ד פון אנטווערפן ביים הרכב פונעם ראב"ד הגר"א שטערנבוך, הגר"ז פאאלאק, הגר"ע האניג.

 

מ"ט. טבת תשס"ט, די פארשלאג ווערט אריבערגעפירט צום ירושלימ'ער רב שליט"א וועלכער שיקט הרב יעקב ראטה דער מזכיר הביד"צ צום בורר הרה"ג ר' נתנאל לינדער, זאגענדיג אז דער רב האט עם באפוילן זאגן, אז עס איז גאר א גוטע הצעה, און פרעגט צו ער האט שוין אן אנטווארט פונעם צווייטן צד, און אויב נישט זאל ער עס אריבערשיקן פאר זייער בורר.

 

נ. טבת תשס"ט, הרב יעקב ראטה רופט נאכאמאל דעם בורר הרה"ג ר' נתנאל לינדער בשמו פונעם ירושלימ'ער רב, און פרעגט עם אויב ער שוין באקומען תשובה פונעם צווייטן צד, אויף זיין ענטפער לא, (אן ענטפער וואס מ'האט נישט באקומען ביז א האלבע יאר שפעטער אב תשס"ט) האט ער עם געהייסן אריינשיקן די הצעה צום בי"ד פון הרב לאנדא-שפרן.

 

נ"א. טבת תשס"ט, דער בי"ד פון הרב לאנדא-שפרן ענטפערט, אז ביז ווילאנג מ'איז נישט משליש די געלט ביים בי"ד, ווילן זיי נישט דן זיין איבער די אישו פון אויסוועלן דעם שליש.

 

נ"ב. שבט תשס"ט, ר' דוד מאיר טאהלער איז משליש זיינע שכירות געלט ביים בי"ד פון "חניכי הישיבות" וועלכע שרייבט א בריוו, אז די געלט איז מושלש ביי זיי אויף א חודש, און טאמער ביז א חודש וועט דער צווייטער צד נישט קומען צו די"ת וועט ער צוריק געבן די מושלש'דיגע געלט.

 

נ"ג. אדר תשס"ט. די אלימות און בני ברק גייט ארויס פון אירע גלייזן, און א פוגרום ווערט דורכגעפירט ליל שב"ק ויקהל אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון קרית יואל אין בני ברק.

 

נ"ד. ניסן תשס"ט, מוצש"ק תזו"מ, א וואנדאליזם און א פוגרום ווערט דורכגעפירט אינערהאלב דעם "מלון בני ברק", פאליציי אלארמירט אויפ'ן ארט, און עס ווערט ארעסטירט שלעגער.

 

נ"ה. שילהי חודש אייר תשס"ט, מרכז המוסדות מאכט א "גענעראל פארזאמלונג" אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון קרית יואל, און זיי זענען מוחה פאר'ן ברענגען גארד'ס אין שיכון צו מאכן ארדענונג, און זייערע פירער לאזן הערן דברי גנאי קעגן ר' דוד מאיר טאהלער און קעגן ר' מרדכי ווייס, דער הויפט מנהיג זייערער ר' חיים הערש מייזליש בני ברק'ער ראש הישיבה, לאזט הערן א דראמאטישן סטעטימענט, אז אז אלעס וואס עס איז געטאן געווארן און די ראמען פון די מערכה ביז היינט צו טאג, אריינגערעכענט אראפנעמען א שייטל פון א ווייב בשער בת רבים, אריינגערעכענט די מכות אכזריות וואס מ'האט געטיילט וועכענטליך אין ביהמ"ד, איז געטאן געווארן עפ"י תורה. די פירער פון מרכז המוסדות רופן דעם ציבור תלמידי וחסידי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א (מוהרי"י) פארלאזן דאס ביהמ"ד.

 

נ"ו. חודש אייר תשס"ט, א דראמאטישן בריוו מיטן העדליין "דעת תורה" ערשיינט מיט אונטעשריפטן פון די דריי בתי דינים פון הרב קארעליץ פון הרב לאנדא פון הרב וואזנער, ווי זיי שרייבן ארויס קלאר דעם פסק פונעם גאנצן סכסוך נאך בעפאר מ'האט עס דן געווען ביי א בוררות, און בריוו שטייט אז מ'טאר נישט אפהאלטן דאס געלט פון די מוסדות, און אז דער בי"ד "חניכי הישיבות" פון הגאון ר' מרדכי גרוס איז א חבר לאיש משחית. אינעם בריוו שרייבן די דריי בתי דינים, אז ביז צווי וואכן זאלן אלע ביידע צדדים זיך פארגלייכן אויף א שליש, און אז נישט, וועלן זיי שטעלן א שליש. צו דעם בריוו האט זיך מצטרף געווען הגר"ש וואזנער שליט"א, און הגר"נ קארעליץ, דער בריוו איז שוין געוועזן גרייט נאך פסח, און הגר"ש וואזנער האט נישט געהאלטן ביים אונטערשרייבן נאר מיטן תנאי אז דער ירושלימ'ער רב שליט"א שרייבט אויך אונטער. דער ירושליימער רב האט נישט געוואלט אונטערשרייבן אויף דעם נוסח כלל וכלל, און האט נאך א חודש פון פרעשור פון הרה"ג ר' משה שאול קליין מכלומרש'ט בשם הגר"ש וואזנער, אונטערגעשריבן אן אייגענעם נוסח, ווי עס שטייט בלויז איין שורה, אז דער סכסוך באלאנגט ביי א בוררות.

 

נ"ז..סיון תשס"ט, דער בריוו וואס עס איז געשריבן געווארן אן הערן צווי צדדים ווי אויבערדערמאנט איז נישט געדרוקט געווארן אין "בלאט" נאך די דירעקטע הוראה פון די בתי דינים אויס מורא פונעם ירושלימ'ער רב'ס רעקאציע.

 

נ"ח. סיון תשס"ט,דער בורר הרה"ג ר' נתנאל לינדער גוט ארויס א גילוי דעת לכל מאן דבעי למידע,אז חברת קרית יואל האט פארגעשלאגן אינמיטן ווינטער א הערליכע הצעה פון דריי בתי דינים, און עיר דעקט אויף אז ירושלימ'ער רב שליט"א האט עם געשיקט א שליח זאגענדיג אז עס איז גאר א גוטע הצעה. און זיין בריוו שרייבט דער בורר אז ביז היינט האט ער נישט באקומען קיין תשובה פונעם צווייטן צד אויף די הצעת הבוררות, און אז חברת קרית יואל האט אפגעשיקט אויסגעשטעלטע טשעקן מיט די שכירות געלט פאר די מלמדים דירעקט כמה פעמים, און די מוסדות האט עס נישט געוואלט נעמען.

 

נ"ט. סיון תשס"ט, א הערליכע בריוו מעשה ידי אומן פונעם בית דין צדק דקהל יטב לב דסאטמאר, אונטערגעשריבן דורך דעם ראב"ד שליט"א מיט די חברי הביד"צ שליט"א, ווי זיי שרייבן פאר'ן ירושלימ'ער רב שליט"א און פאר הגר"ש וואזנער, אז חברת קרית יואל האט שוין אינמיטן ווינטער פארגעשלאגן אן הצעת בוררות כדת וכדין, און זיי האבן נישט באקומען קיין ענטפער פונעם צד השני, און טראצדעם זענען זיי גרייט צו גיין צו א דין תורה לויט די הצעת הבוררות פון די דריי בתי דינים, העדה החרדית, מחזיקי הדת אנטווערפן, כדתיא לאנדאן, און זיי בעטן דעם ירושלימ'ער רב אז ער זאל זיין דער מכריע איבערן אויסוועלן די שלישים. אויך שרייבן זיי אז זיי האבן געהייסן פאר חברת קרית יואל צו משליש זיין דאס שכירות געלט ביים ירושלימ'ער רב און ער זאל טאן דערמיט כרצונו.

 

ס. סיון תשס"ט, דאס געלט ווערט מושלש ביים ירושלימ'ער רב, וועלכער שרייבט אונטער אויף א בריוו אז ער האט באקומען דאס געלט בתורת פקדון.

 

ס"א. אנהייב תמוז תשס"ט, דער ירושלימ'ער רב שליט"א רופט אריבער די הנהלת מרכז המוסדות, און בעט זיי טוישן זייער בורר וועלכע איז קעגנזאץ דעת קדשו פון רבי'ן זי"ע ווי עס איז גע'פסק'נט און שו"ת דברי יואל, און שלאגט זיי פאר צו נעמען אלס זייער בורר הגאון ר' געציל בערקאוויטש קרית יואל'ער דיין, און אזוי אויך שלאגט ער זיי פאר די הצעה פון חברת קרית יואל איבער די דריי בתי דינים.

 

ס"ב. תמוז תשס"ט, עס גייט אריבער דריי וואכן און די אהרונים קומען נישט צוריק מיט קיין ענטפער פאר'ן ירושלימ'ער רב, און אנשטאט דעם שיקן זיי זייער ענטפער פאר ר' שמעון ווייס פלומעניק פון ירושלימ'ער רב מראשי הנהלה העדה החרדית, ווי זיי האבן גע'פסלט זייער אייגענעם דיין ר' געציל אלס בורר, און צו דערצו גע'פסלט,אלע דריי בתי דינים אן קיין שום סיבה, זיי האבן צוגעלייגט אז זיי טראכטן פון פארשלאגן אלס שליש הגאון ר' מרדכי באב"ד שליט"א.

 

ס"ג. דער ירושלימ'ער רב שליט"א וועלכער הערט דאס באריכט פון זיין פלומעניק, איז געווען אומצופרידן פון די התנהגות פון ר' משה חיים ווייס מיט די אהרונים, פון עם נישט ענטפערן דירעקט, נאר שיקן אן ענטפער דורך אנדערע מענטשן, אבער ער האט פארקוקט אויף זיין כבוד, און האט גלייך פארגעשלאגן דעם נאמען פון ר' מרדכי באב"ד פאר חברת קרית יואל, וועלכע האבן א טאג דערויף געגעבן זייער הסכמה איהם נעמען פאר איינע פון די דריי שלישים, אבער דער ירושלימ'ער רב האט דאן גענטפערט אז מ'קען נאכנישט מאכן בורך זיין על המוגמר, ווייל דער צד השני האט עס נאכנישט פארגעשלאגן, נאר זיי האבן געלאזט הערן אז זיי טראכטן עס פון פארשלאגן.

 

ס"ד. די אהרונים הייבן אן מיט זיייערע דריידלעך, פון צוריק אריינשלעפן דעם סכסוך אונטער די אויפזיכט פון די בני ברק'ער רבנים און הרה"ג ר' משה שאול קליין, קאלט אן ר' שמעון ווייס און שלאגט עם פאר צו נעמען אלס שליש א דיין פון זיין בי"ד און וועלכער זיצט ביי הרב קארעליץ בי"ד, א תלמיד פון הרב וואזנער, מיטן נאמען הרב ר' אברהם חיים ווייס, דער קלויזענבורגער ראש הכולל אין בני ברק. דער ירושלימ'ער רב וואס האט באקומען די הצעה דורך זיי פלומעניק (און זייענדיג אויפגערעגט פאר'ן עס ארויסנעמען א חתימה בעורמה אויפ'ן "דעת תורה" בריוו, לאזענדיג פאלן גאר שארפע לשונות אשר לא הגיע עדיין העת לפרסמם) זאגט פאר ר' שמעון ווייס,אז וואס הרה"ג ר' משה שאול קליין האט צו פארשלאגן קען ער קומען צו מיר דירעקט, און נישט דורך א שליח (במציאות איז נישט געקומען, ווייל ער האט מורא געהאט זיך צו טרעפן מיטן ירושלימ'ער רב אויס מורא פון דעם פסק וואס ער וועט כאפן פארן עם אריינשלעפן און זיין פאסטאקע).

 

ס"ה. סוף תמוז און א גאנצן חודש אב תשס"ט, חברת קרית יואל בעט דעם ירושלימ'ער רב כמה פעמים צו דריקן אויפ'ן צווייטן צד צו מזרז זיין און געבן תשובה כדי מ'זאל קענען גיין אויף בוררות, און דער ירושלימ'ער רב ווענדט זיך צום צד השני, אבער זיי שיקן נישט קיין ענטפער גאנצע צווי מאנאטן.(שפעטער איז מען געוואויר געווארן די סיבה דערפאר, ווייל זיי האבן גע'ארבעט אויף זייער אלטן פלאן, אז די בני ברק'ער בתי דינים זאלן שטעלן דעם שליש המכריע, וואס דורכדעם האבן זיי געהאלטן אז זיי וועלן קענען מאנעווירן דעם מהלך הבוררות און עס געווינען, און דעריבער האבן זיי געארבעט צו ארויסשלעפן פון זיי א פרישן בריוו ווי עס וועט געשטעלט ווערן דעם שליש אויף וואס הגר"ש וואזנער וועט ווידער אונטערשרייבן).

 

ס"ו. ג' דסליחות אלול תשס"ט,יטב לב אראנזשירט א דינער און מאנטרעאל, הגאון הצדיק רבי משה מנחם טירנויער שליט"א סאטמארער דיין, וועלכער האט באקומען א צאל ווענדונגען מיט טענות קעגן די הנהלת המוסדות אז זיי גייען אין בג"ץ און ווילן נישט גיין צו א די"ת, האט אנגעקאלט ירושלימ'ער רב שליט"א אנפרעגן למי החותמת ולמי הפסולים, און דער ירושלימ'ער רב שליט"א האט עם גענטפערט, אז חברת קרית יואל האט געטאן אלעס כדת של תורה, און זיי האבן געגעבן תשובה אז זיי זענען גרייט צו גיין צו די"ת,און האבן אנגענומען אלע פארשלאגן, אבער דער צווייטער צד האט נאך דערווייל נישט גענטפערט קיין תשובה, און מ'דארף דאווענען און מתפלל זיין אז זיי זאלן ענטפערן תשובה אז זיי זענען גרייט צו גיין צו די"ת. דער דיין שליט"א זאגט איבער די קלארע ווערטער ברבים ביים דינער בשליחות דעם ירושלימ'ער רב שליט"א, און עס מאכט א שטורעם.

 

ס"ז. ד' דסליחות חברת קרית יואל שיקט א שארפן בריוו – מיט א קאפיע פאר אלע בתי דינים – פאר ר' משה חיים ווייס, ווי זיי האלטן עם פאר פארוואס ער וויל נישט קומען צו א דין תורה, און פארוואס ער ענטפערט נישט קיין תשובה פאר'ן ירושלימ'ער רב, ווען פון צווייטן זייט באשמיצט ער חברת קרית יואל אז זיי זענען גאר די וואס ווילן נישט גיין צו א די"ת. דער בריוו ענדיגט זיך מיטן באגער אז לפני יום הדין וועט ער כאפן אן הרהור תשובה און וועט ענטפערן תשובה פאר'ן ירושלימ'ער רב, און וועט מסכים זיין צו גיין צו די"ת.

 

ס"ח. בין כסא לעשור תש"ע, די אהרונים אין בני ברק מיט ר' משה חיים ווייס, האבן געזען אז עס הייבט אן ארויסרינען אינערהאלב די גאס, ווען דער סאטמארער דיין פון מאנטריאל האט אויפגעדעקט זייער פאלשן שלייער, אז זיי שלעפן ארום דעם ירושלימ'ער רב מיט דריידלעך, און זיי האלטן נישט ביים קומען צו דין תורה, און דעריבער האבן זיי באשלאסן אז מ'מוז קומען מיט א ענטפער פאר'ן ירושלימ'ער רב אויס'מורא אז ער וועט וועט ווייטער זיך צורעדן, אזוי ווי ער האט זיך צורעדט פאר הגה"צ רבי משה מנחם שליט"א, אבער פון צווייטן זייט האבן זיי נישט געוואלט פארשליסן דעם טיר פאר די בני ברק'ער בתי דינים צו שטעלן דעם שליש המכריע, ווי עס איז געווען זייער ארגינעלן פלאן, דעריבער איז ר' ברוך אילאוויטש פון די ארטיגע חברי הנהלה אריבערגעקומען צום ירושלימ'ער און האט געגגעבן אזא מין פארנעפעלטע ענטפער, אז זיי גייען טוישן זייער בורר, אבער האט ער האט עם נישט געזאגט ווער עס גייט זיין דער נייער בורר, און וועמען זיי שלאגן פאר פאר שלישים, דערמיט האט ער געוואלט בארואויגן דעם ירושלימ'ער רב, אבער נישט עם געבן א תשובה מחייבת.

 

ס"ט. תשרי תש"ע, ר' יחזקאל ראטער לאזט הערן א דראמאטישן סטעטימענט, אז גלייך נאך יו"ט גייט קומען א מעכטיגע באמבע קעגן די זאלונים, און טאמער דאס וועט נישט העלפן הייס איך מער נישט יחזקאל ראטער. היינט איז שוין ברייט באקאנט דער פלאן וואס עס איז דורכגעפאלן, ווי פאלגענד: האלטענדיג אז דער ירושלימ'ער רב געפונט זיך אונטערן דרוק פונעם סאטמארער ביד"צ און דערבער האט ער זיך אריינגעלייגט און אויפשטעלן א בוררות, וועלכע איז געווען פאר זיי א טויט קלאפ, ווייל די בני ברק'ער בתי דינים האבן פארלוירן דערמיט דאס בעלות אויפן סכסוך און דאס מעגליכקייט צו שטעלן דעם שליש, אזא איינער וואס וועט זיין כאוות נפשם פון די אהרונים, דעריבער האבן זיי געוואלט ארויסנעמען א פרישן בריוו פון די דריי בתי דינים, מיט די חתימה פון הגאון הגדול ר' שמואל וואזנער שליט"א, וועלכע שטעלן די שלישים, און דורכדעם וועט זיך דער ירושלימ'ער רב שליט"א ארויסלאזן פונעם געשעפט, ווייל מיט הרב וואזנער – האבן זיי געקלערט – קען ער זיך נישט שלאגן.

 

ע. אנהייב חשון תש"ע, הרה"ג ר' משה שאול קליין (וועלכער שטייט לצידם פון די אהרונים פון די ערשטע מינוט אן) האט געדארפט צושטעלן א בריוו, אז די דריי בתי דינים זענען ממנה דריי שלישים הגאון ר' נפתלי פרענקל שליט"א, הרה"ג ר' שמעון שמואל האלברשטאם (בן הגאון ר' משה זצ"ל א יונגערמאן פון 35 יאר וועלכער האלט זיך א תלמיד פון הגר"ש וואזנער באקומענדיג מכבוד תורתו אן היתר דיינות), און הרה"ג ר' אברהם חיים ווייס א תלמיד פון הגר"ש וואזנער נאך פון די ישיבה, א מתפלל קבוע בבית מדרשו, און ראש הכולל קלויזענבורג בני ברק. עס האט נאך געדארפט צו הייסן אז דערמיט געבן זיי נאך די פארשלאג פון חברת קרית אז מ'זאל ממנה זיין 3 שלישים. רמ"ש קליין איז אראפגעקומען צו פארן פון בני ברק קיין ירושלים צו הגאון ר' נפתלי פרענקל שליט"א און עם פארגעשלאגן די הצעה און ווידער מיטן פאלשן איצטלא "בשליחות מו"ר הגרי"ש וואזנער שליט"א", אבער הגאון ר' נפתלי שליט"א האט עם נישט גענטפערט קיין קלארע תשובה. דער גאנצער אזויגערופענע באמבע איז אויפגעפלאצט געווארן נאך ווען הגר"ש וואזנער זעלבסט האט נישט געהאלטן ביים אונטערשרייבן אויף נאך א בריוו איבער דעם ענין, און די אהרונים האבן דעמאלץ גע'טענה'עט אז דאס נישט אונטערשרייבן אויפן בריוו איז מעשה ידיו פון בנו הגאון ר' חיים מאיר שליט"א וואס וואוינט היינט אין בני ברק.

 

ע"א. סוף חודש חשוון תש"ע, די אהרונים מיט ר' משה חיים ווייס פרובירן א צווייטן שטיקל, וועלכע איז אויך גענצליך דורכגעפאלן, צו לייגן לחץ אז נאר די בני ברק'ער רבנים זאלן שטעלן דעם שליש ביי דעם בוררות, און אזוי ווי דער נייער פראייעקט פון די סאטמארער קרית ויואל משה אין בני ברק, איז געשטאנען פאר א ריזאונינג, האבן זיי באמצעות די רבנים הנ"ל געלייגט לחץ און פרעשור אויפ'ן מעיאר אז ער זאל נישט באשטעטיגן דעם נייעם זאונינג (אויף די ציניסטישע שפראך: תב"ע) ביז ווילאנג מ'וועט פאלגן די בני ברק'ער רבנים וואס זיי הייסן, אבער צו זייער באדויער, האט דער פארזיצער פון די שטאטישע בוי קאמיסיע דער וויצע מעיאר חנוך זייבערט נישט געוואלט שפילן פאליטיק און אריינגיין אינערהאלב די סאטמארער מחלוקה, און האט צוזאמען מיט די אנדערע בוי-קאמיטע מיטגלידער באשטעטיגט ענדע חודש חשון די נייע זאונינג, ווי ערלויבט צובויען דארט אויפן ארט באלד 50 הערליכע גרויסע שפאגעלדיגע הייזער, און א וואך דערנאך האט שוין דער נייער שיכון באקומען א "היתר בניה" פערמיעט אויף די ערשטע פאזע פון 25 הייזער, און נאך ווען דער גאנצער פראייעקט איז שוין נאכן ריזאונינג, ווארט דער צווייטער פאזע פון די אבעריגע 23 הייזער נאר אויף פארשידענע טעכנישע לעגאליטעטן, וועלכע וועט ביז געציילטע מאנטן האלטן דערנאך.

 

ע"ב.שילהי כסלו תש"ע, אזוי ווי דער אובעדערמאנטער שטיקל איז אויך דורכגעפאלן, האבן זיך די אהרונים דערזעהן ביים סתימת הגולל פון זייער ארגינעלן פלאן אז די בני ברק'ער רבנים זאלן אויסוועלן דעם שליש, זענען זיי דעם ערשטן מאל זונט טבת תשס"ט געקומען צום ירושלימ'ער רב, מיט א נארמאלע פארשלאג, אז זיי האבן געטוישט זייער בורר פון הרה"ג ר' יעקב כהן אויף הרה"ג ר' זלמן גראוז, און זיי שלאגן פאר דעם שליש הרה"ג ר' מרדכי באב"ד.

 

ע"ג. אנהייב כסלו תש"ע, חברת קרית יואל ענטפערט מיט א בריוו בכתב (דער צד השני האט קיינמאל נישט פארגעשלאגן זיינע הצעות בכתב, כדי אז טאמער זיי וועלן דארפן אפלייקענען די פאקטן, זאלן מען נישט האבן זייער מיינונג שריפטליך) אז זי פרייען זיך זייער אז דער צד השני האט אויסגעקליבן א בורר וואס איז נישט קעגנזאץ דעם פסק הלכה פון רבי'ן זי"ע, און זיי זענען מסכים אז הרה"ג ר' מרדכי באב"ד זאל זיין איינער פון די שלישים, און אזוי ווי דער בורר פונעם צד השני איז פון ניו-יארק, האט "חברת קרית יואל" אויך געשטעלט א בורר פון ניו-יארק הגאון ר' יצחק חיים זעלטנרייך שליט"א אב"ד טשאקעווע, און אלס נאך צווי שלישים שלאגן זיי פאר צווי דיינים מומחים הגאון ר' אברהם ברוך ראזנבערג שליט"א, און הגאון ר' דניאל געלדצעהעלער שליט"א אלע ביידע פון בי"ד "מכון להוראה" אין מאנסי.

 

ע"ד. אינמיטן כסלו תש"ע, די "מרכז המוסדות" אין בני ברק ענטפערט תשובה בעל פה, אז זיי פסל'ענען (אן קיין נימוק) הגאון ר' דניאל געלדצעהעלער שליט"א, און זיי שלאגן פאר אנשטאט עם הרה"ג ר' אברהם חיים ווייס א תלמיד פון הגר"ש וואזנער נאך פון די ישיבה, א מתפלל קבוע בבית מדרשו, און ראש הכולל קלויזענבורג בני ברק, א וואך שפעטער האבן זיי פארגעשלאגן דעם אויבערדערמאנטן צווייטן שליש הרה"ג ר' שמען שמואל האלבערשטאם

 

ע"ה. ענדע כסלו תש"ע, חברת קרית יואל האט גענטפערט מיט א בריוו בכתב, אז זיי שלאגן פאר זייער א גלייכע הצעה, אז די צווי שלישים המוסכמים על ב' הצדדים, הגאון ר' אברהם ברוך ראזנבערג שליט"א, און הגאון ר' מרדכי באב"ד שליט"א, זאלן אויסוועלן דעם דריטן, אזוי ווי די הלכה זאגט.

 

ע"ו. אנמיטן טבת תש"ע, ר' משה חיים ווייס און די מרכז המוסדות,זענען נישט מסכים צו די גלייכע הצעה פון זבל"א וזבל"א והשניים יבררו להם שלישי, און דער ירושלימ'ער רב שליט"א שלאגט פאר פאר אלע ביידע צדדים צונעמען אלס דעם לעצטן שליש הגאון ר' נפתלי פרענקל שליט"א חבר הביד"צ דהעדה החרדית, אלע ביידע צדדים האבן געגעבן תשובה אז זיי זענען מסכים, און דערוויל ווארט מען אויף די תשובה פון הרב פרענקל שליט"א אליין.

 

 

ירא הקהל וישפט, למי החומת ולמי הפסולים!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2010 20:46 לינק ישיר 

yuchw

די שרייבסט

נ"ט. סיון תשס"ט, א הערליכע בריוו מעשה ידי אומן פונעם בית דין צדק דקהל יטב לב דסאטמאר, אונטערגעשריבן דורך דעם ראב"ד שליט"א מיט די חברי הביד"צ שליט"א, ווי זיי שרייבן פאר'ן ירושלימ'ער רב שליט"א און פאר הגר"ש וואזנער, אז חברת קרית יואל האט שוין אינמיטן ווינטער פארגעשלאגן אן הצעת בוררות כדת וכדין, און זיי האבן נישט באקומען קיין ענטפער פונעם צד השני, און טראצדעם זענען זיי גרייט צו גיין צו א דין תורה לויט די הצעת הבוררות פון די דריי בתי דינים, העדה החרדית, מחזיקי הדת אנטווערפן, כדתיא לאנדאן, און זיי בעטן דעם ירושלימ'ער רב אז ער זאל זיין דער מכריע איבערן אויסוועלן די שלישים. אויך שרייבן זיי אז זיי האבן געהייסן פאר חברת קרית יואל צו משליש זיין דאס שכירות געלט ביים ירושלימ'ער רב און ער זאל טאן דערמיט כרצונו.



האסטו אפשר דעם בריוו פון די סאטמארער בי"ד, אויב חא לייג עס ארויף לתועלת דעם ציבור.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2010 15:57 לינק ישיר 

ווער עס קאמענטארן קען עס ביטע דא אריינשרייבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > קלארע פאקטן: דער סכסוך אין בני ברק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext