די פארגאנגענע וואך האט איינער געפענט א נייעס, איבער די בארויבטע געלט פון די בני ברק'ער מלמדים, אוין האט ארויסגעברענגט דאס ווייטאג פון די מאגערע געהאלט וואס מ'נעמט צו פון די בני ברק'ער סאטמארער מלמדים.
דעריבער איז טאקע זייער וויכטיג ארויסברענגען די אמת'ע פאקטן, אויף וואספארא צוועקן די שכירות געלט פון די פארמעגענס פון "חברת קרית יואל" איז געגאנגען ביז תשרי תשס"ט, און וואספארא ערליכע צילן און צוועקן מ''האט עס געוואלט אריבערפירן, און ווער איז דער מונע דערפאר.
ליינט ווי פאלגענד:
ל"ט. תשרי תשס"ט, די געוואלדטאטן אין שיכון קרית יואל בני ברק ווערט גרעסער פון טאג צו טאג, אן א צאל אידן ווערן אנגעגריפן מיט שלעק אין ביהמ"ד, די מרכז המוסדות נעמט צו חזקות פון מתפללים, און "חברת קרית יואל" הייסט פאר דעם שוכר פון די "התמר" און "גני הדקל" זאלן ה"ה ר' דוד מאיר טאהלער, צו אויפהערן אריבעפירן די חודש'ליכע רענט פאר די מרכז המוסדות, נאר עס אריינלייגן און די אקאונט פון די קארפארעישאן, און זיי וועלן עס אויסטיילן דירעקט פאר די עוסקים במלאכת ד', נישט אז עס זאל אריינגיין און אקואנט פון די מרכז המוסדות און עס זאל דינען אלס ווייטערדיגע שטיצע פאר טעראר.
מ"ו. כסלו תשס"ט, חברת קרית יואל שיקט אריין די שכירות געלט פאר די מרכז המוסדות, דורך אויסגעשטעלטע טשעקן דירעקט פאר די מלמדים, און די הנהלת המוסדות ווילן עס נישט נעמען און זיי שיקן עס צום בי"ד פון הרב שפרן, צווי וואכן שפעטער קומען אן אויסגעשטעלטע טשעקן פאר יעדן מלמד אינדערהיים דורך א פערזענליכער שליח, אויפצומארגאנס לויפן ארום יונגעלייטליך טעראריסטן בשליחות יחזקאל ראטער און נעמען צו די מאגערע געהאלט פון די אויסגעהונגערטע מלמדים, דאס שטערט זיי נישט צו פירן מאידך גיסא א שמוציגן קאמפיין אז "חברת קרית יואל" זענען גאר די וואס האלטן אפ דאס געלט פון די מלמדים.
אויף דעם אלעם איז דא דאקומענטן וועלכע איז נאך קיינמאל נישט ארויסגעקומען ביז היינט, אבער דערווייל וועל איך נאר לייגן איין בריוו וואס עס איז שוין באקאנט פונעם בורר הגאון הראב"ד דביד"צ שערי משפט שליט"א, וועלכער איז מעיד, אז מ'האט אריבערגעפירט דאס תשלומי המלמדים פאר די מלמדים און די משתלטים האבן נישט געלאזט אז עס זאל אנקומען צו די ריכטיגע ערטער.
