| נשלח ב-17/1/2010 21:39 |
|
| |
איז אויך דא פראבלעמען מיט די ק"י קאלד קאט'ס?
נאכאמאל איך ווייס נישט קראנט!!
איינער זאגט מיר נאך פין איינעם וואס ארבייט דארט אין די געוועזענע אזויגעריפענע מהודרת בית השחיטה אז אזוי ווי איבעראל קימט אריין אין אלע קאלד קאטס א געמישאכטץ פין אלע איבער געבליבענע פלייש'ן אין ספאלט לוכאורה אריין אין די קאלד קאטס אויך פין די טריפהנע קאטשקעס רח"ל
ווייסט איינער אויב סאיז אמת צי סאיז בכלל שייך אזא זאך ?
לאמיר האפן אז סאיז נישט אמת!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 02:41 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 02:05 |
|
| |
איין זאך איז זיכער, אפילו אויב די בית השחיטה וועט ארויסגעבן א מודעה אז די קאלד קאטס האבן נישט אין זיך גארנישט פון די טריפה'נע קאטשקעס, קען מען זיי נישט טראסטן. זיי ווייסן שוין עטליכע וואכן פון דעם שרעקליכן קאטשקע סקאנדאל, און זיי האבן געלאזט זייערע קאסטומערס ווייטער נכשל ווערן מיט עופות טמאים, ווייל עס האט זיי פשוט נישט געפאסט מודה צו זיין.
אזעלכע מענטשן קען מען נישט טראסטן.
די כבוד הפארטיי איז וויכטיגע פון כשרות!
זייערע אייגענע קאסטומער זענען נכשל געווארן במזיד מיט עופות טמאים, וואס זיי האבן ווייטער פארקויפט אין די געשעפטן, און מענטשן האבן געהאט אין די פריזערס.
אבער זיי האבן נישט מפרסם געווען דעם פראבלעם, נאר ווייטער מאכיל געווען עופות טמאים.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 01:44 |
|
| |
העיקר שכחתי וואס זאגט דער קלויזנבורגער אין דער ליבאוויטשער אדער די מעיאר פין בני ברק אדער דער ליטוואק פין לעקוואד
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 01:37 |
|
| |
פינקעל האט אויך געהייסען איינע פין די שענסע יודען ער פלעגט שישקען ביי חזרת הש"ץ געבלאזען שופר געזאגט דרשות
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 01:00 |
|
| |
ביי די מסיבה פון "עוז והדר" האט הגאון הגדול רב וואזנער שליט"א געזאגט אויף הערשי (ורייזי) פריעדמאן אזעלכע טיטלען, אסאך גרעסער ווי ער האט געזאגט אויף ר' אהרן.דאס איז זיין דרך שוין לאנגע יארן, יעדן צו רימען ולהרבות בשבחם. און איך מיין אז די אין קרית יואל וואס קענען דעם רא"ט פערזענליך זענען מער באגלייבט ווי רב וואזנער וואס הייבט אים נישט אין צו קענען.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 00:27 |
|
| |
מורי ורבותי עס איז נישט ווערט קיין איבריגע אטעם ציגעבן, ווייל דער זעלבער געלעכטער 1 קען איבערדרייען דעם דייטשיק, פון איין מניט אויפן אנדערן, אזוי ווי ער האט געטון תשנ"ט, מיר האבן זיך אזויפיל געטענה'ט מיט זיי אלע יארן, און אלעס איז ביי זיי גיט געווען, אלעס איז ביי זיי פיין געווען, עס איז קיינמאל נישט געווען קיין עוולות, מיטאמאל תשנ"ט זאגען זיי יא אלעס איז אמת, נאר משה גבאי איז שילדיג געווען און אלעם, אויב קען מען הארגענען שלאגן פארענטפערן אלעס, שטעכן רעדער, און זאגן אז עס איז אלעס פיין, און פליצלינג איז ער מודה און אלעם, און ער ווייסט אפילו ווער דער שילדיגער איז, פרעג איך אייך ווען מיר וואלטן געוויסט ווי אזוי דאס גייט זיך ענדיגן וואלטן מיר א איבריגע אטעם געגעבן אויף דעם, די זעלבע מיטן געלעכטער דינן, אויב ווילט איר זיך סתם אינטשוען פארשטיי איך, אויב פראבירט זיך טענה'ן מיט זיי זייט וויסן לית דין בר נש
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 00:22 |
|
| |
רב וואזנער רעד פון יעדען שיין
ער האט גערעד ביי די בעלזער בר מצוה שענער פון בעלזער רב ווי פון ר' אהרן ביי זיין קבלת פנים ער איז א איידעלער איד אין פרובירט צו מכבד זיין יעדעם איינעם
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2010 00:20 |
|
| |
וואס איז די מעשה מיט שוסטאל
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 23:34 |
|
| |
וואס דער ראב''ד האט גיזאגט פאר צענדליגע טויזענטער מענטשן ביי די קבלת פנים פין רבינו הקדוש שליט''א אין ירושלים, דאס ווייס איך, ווען ער וואלט דאס גיזאגט בחדרי חדרים פארשפארט אין א שטיב, אין צי דע הנהלת בני יואל וואלט ער גירעדט בפני עם ועדה, וואלט איך דאס גיגלייבט, אזוי אויך מיט שוסטאל, ווען ער זאל רעדן פין אינזער רבי בחדרי חדרים אין רעדן מיטן שארמאשער ואלט גיווען פאר טויזענטער מענטשן וואלט איך גיגלייבט דעם שארמאשער, וואס זאל איך טין אז מעשה שטן הצליח, גירעדט בשבח פין אינזער רבין האט ער בפני רבבות אידן, אין מיט שארמאשער האט ער גירעד פארשפארט אין א שטיב ווען קיינער האט נישט גיהערט.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 23:30 |
|
| |
רשכבהגולם זאגסט ריכטיג! געלעכטער האט זיך ערגעץ איינגעהאנקערט אינעם קרעטשמע און קען נישט לויז ווערן כ'ווייס נישט פארוואס
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 23:28 |
|
| |
| גערעכטער1 כתב: |  | גולם, ווען הרב וואזנער שליט''א ווען מיר זאגן אז רבי אהרן טייטלבוים איז א פראבלעם וועל איך דאס אנעמען, אין ביז ער זאגט אז רבי אהרן טייטלבוים איז דער כתר תורה בימינו, קענט איר אייך אויסגעבן די גאל, איר קענט שרייען קאטשקעס, צימת הגידין, אריזאנא ווייץ חמץ גמור, קאל-קאטס, ווייסט יעדער אז דער פראבלעם איז איין זאך, די קרעטשמע אין פארטיג, |
|
גאנץ גוט...
הייסט ביזט א גרעסערער חסיד פון רב וואזנער ווי פון חרינער, אויך עפעס דערלעבט אז הרב וואזנער וועט פסל'ן דייין רבין וועסטו איהם אן נעמען,
אבער כ'גלייב נישט אז אויב רב וואזנער וועט רעדן אויף דיין רבין וועסעט איהם אויסהערן, מהר"י ראטה יוכיח, ווילאנג ער גייט אין שפאן איז ער "שר התורה" איינמאהל ער זאגט אויפן פס"ל יהרג וא"י, ווערט ער פלוצים מייקל ראטה, קאשוי רב יוכיח, ראב"ד אורחות משפט (מלפנים מנהל התאחה"ר) יוכיח, גאב"ד מאנטעווידעא יוכיח, אב"ד שערי חסד (מלפנים אב"ד סאטמאר מאנסי) יוכיח, אדמו"ר וויזניץ מאנסי יוכיח, הרמ"א פריינד יוכיח, ריח"מ פר"מ יוכיח, אב"ד שארמאש יוכיח,
אגב רב וזנר האלט עולם ומלואו פון רב שטינמן און ס'הייבט נישט אן מחייב צו זיין סאטמארע יודן, רוב מנין ובנין זקני תלמידי רבינו שפייען אויס דעם ספחת מיט זיןן שחיטה מהודרת, ער האט פול סופארט פון רב וזנר און הרב הגר און ארנסטר און קלאצעןבורג
תוקן על ידי zibala ב- 17/01/2010 23:31:51
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 23:26 |
|
| |
וואס ראב"ד ירשלים האט געזאגט פאר הנהלת בני יואל ד"סאטמער אויפען ר"אט ווייסטי אויך אדער נאר וואס וואזנער זאגט וואס מען הייסט עם אדער וואס שוסטול האט געזאגט פארען שארמאשער רב וואס מען האט עם געהייסען זאגען אין וויפיל מען באצאלט
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 23:15 |
|
| |
גולם, ווען הרב וואזנער שליט''א ווען מיר זאגן אז רבי אהרן טייטלבוים איז א פראבלעם וועל איך דאס אנעמען, אין ביז ער זאגט אז רבי אהרן טייטלבוים איז דער כתר תורה בימינו, קענט איר אייך אויסגעבן די גאל, איר קענט שרייען קאטשקעס, צימת הגידין, אריזאנא ווייץ חמץ גמור, קאל-קאטס, ווייסט יעדער אז דער פראבלעם איז איין זאך, די קרעטשמע אין פארטיג,
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 23:04 |
|
| |
געלעכטער כתב ביז איך וועל נישט זען ערלעכע אידן ארויס ווארפן זייערע כלים, ווייס איך אז דער פראבלעם איז, די רעבעצין קרעטשמע,
און ווען די וועסט יא זען ערלעכע אידן ארויס ווארפן זייערע כלים, וועסטו וויסן אז דער פראבלעם איז........עפעס אנדרשט,
דעס אז דער פראבלעם איז א"ט וועסטו נישט מודה זיין, (קיינמאל?)
ווייל עטס האטס אראפ אריין געלייגט און ענקערע שטאטאטען, כזה, מיר זענען די בעסטע די גרעסטע די שענסטע, כל העולם כלו לערנט זיך אפ פון אינז, אפילו די פריעדיגע זענען אינז מכיר טובה, במילא אז אלע פראבלעמן וואס איז געווען, אין עס איז נאך דא, און אפילו וואס גייט זיין בעתיד, מיז זיין אז ס'איז פון די שונאים, און אלעס איז עכט אייביג גיט און פיין,
היוצא לנו מכל זה פארקויפ אינז נישט קיין באבקעס אז ווען די וועסט זען אז ערלעכע אידן ווארפן אוועק זייערע כלים, גייט זיך ביי דיר עפעס טוישן, יא די ערלעכע אידן גייען אפשר ווערן מתנחלים,
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2010 22:55 |
|
| |
די מודעה פון די בית השחיטה פארוואלטשאפט אז מ'זאל אראפנעמן זייערע פליישן פון די פאליצעס, דעס איז צוליב א שייכות מיט די קרעטשמע?
קען מען זיך פארלאזן אויף זיי?
|
|
|
|
|