| נשלח ב-17/1/2010 23:11 |
|
| |
קאלבאך אפאראט: ליצי ליצנות פון רביה"ק זי"ע!!!
לא יאומן כי יסופר!!!
עס איז נישט דא די ווערטער, די פענע בלייבט פשוט שטיין נישט קענענדיג ארויס ברענגען די שרעקליכע געמיינע נידיריגע ליצי ליצנות, וואס די זאליס טוען מיט מרן רבינו הקדוש והטהור בעל דברי יואל זי"ע.
די זאליס האבן געמאכט א גאנצער אפאראט, א פליג בלעטעל, אינטערנעט, טעלעפאן ליין, צו באיינפלוסען אלע ציונים, מחללי שבתים, פרייע אידן, א.ד.ג. אז זיי זאלן פראווענען אינאיינעם די גרויסען יאר טאג 60 יאר וואס רביה"ק זי"ע איז געקומען אויף אמעריקא, און זאלן שטיצען די זאלי גע'גנב'טע מוסדות.
די זאליס פרובירען מיט אלע כוחות אהער צו שטעלען רביה"ק זי"ע, אז ער איז געווען גענוי ווי שלמה קאלבאך!!!
רחמנא ליצלן!!!
פונעם ליצי ליצנות פליג בלעטעל, ווי זיי זענען מבזה רביה"ק זי"ע באופן נורא, האט איר דא א קאפיע, זיי טיילן דאס, און שיקן דאס אויף די פאסט פאר די אלע מיני אידן, און געוועזענע אידן, פארשטייט זיך אז עס ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט ח"ו, אז מרן רביה"ק האט לוחם געווען מיט מסירות נפש קעגן ציונות, והתבדלות, וכו', אפילו דאס אז ער האט לוחם געווען קעגן מחללי שבתים ווערט ח"ו אויך נישט דערמאנט.
אפען טעלעפאן ליין, הערט מען דרשות אויף ענגליש איבער וואספארא פיינער לאוולי מענטש רביה"ק זי"ע איז געווען, ווי שלמה קאלבאך, דער געלער בדחן - וואס רביה"ק זי"ע האט מרחק געווען - האלט דרשות אין ענגליש מיט פריש געבאקענע מעשיות, ווי אזוי רביה"ק זי"ע האט מקרב געווען אלע מיני אידן, כל צרוע וכל זב.
א גאנצער אפאראט אהער געשטעלט דורך די זאליס: רעבע זכרונו לברכה 2010!!
2010 איז דא א נייע רעבע זכרונו לברכה, א רעבע זכרונו לברכה וואס גייט בעטן געלט פון אלע ציונים, רייע אידן, מחללי שבתים, וכו', התבדלות אין גארביטש, די רעבע זכרונו לברכה איז געווען פונקט ווי שלמה קאלבאך!!! וואס האט ליב געהאט יעדער מחלל שבת, יעדער ציוני וכו'.
לויט ווי מען גיט איבער איז אריינגענומען געווארן אינעם קאמפיין דער ממלא מקום פון שלמה קאלבאך, יודא גרין.
אט אזא פנים שטעלן די זאליס די נייע: רעבע זכרונו לברכה 2010.
און מען איז נאך נישט פארטיג! נאך א ליצנות און פורים! דערצו קומט א קוויטל אויף ענגליש ווי די ציונים, מחללי שבתים, קענען שרייבן זייער נאמען, און דער ענגלישער קוויטל גייט מען לייגן ביים ציון הקדוש, ווי אויך גייט מען צינדען א ליכט ביים ציון הקדוש לטובת די נשמה פון די ציונים, פרייע אידן וכו'!!!
פארשטייט זיך אז די זאליס וועלן זיך ווייטער אנטאן דעם ריזיגען ביבער היא, און זיך איינקנייטשען אין צווייען, זיך איינציען די שטערן, און שרייען און ברעטשענען רעבע זכרונו לברכה...
יא אז 2010 רעבע זכרונו לברכה הייסט מיט מסירות נפש, און גאר געזאגט אז עס איז א מצוה... צו גיין אינעם טמא'נעם בג"ץ, און מען האט א רעבע אן ע"ה, א בארא פארקער רעבע, איז שוין נישט קיין קשיא אויף די זאליס.
פארשטייט זיך איז מיט דעם צעטיל פרובירען זיי אויך גרויס צו מאכן רז"ל ביי אלע ציונים פרייע אידן וכו'.
ווייל ביי ערליכע אידן בכלל און ביי חסידי סאטמאר בפרט, איז ער אויסגעשפילט, אראפגעקוקט, אפגעפרעגט, וואוסענדיג וואספארא ביטערע עם הארץ ער איז בפרט, און בכלל וואספארא קל ער איז, ער שפילט רבי מיט א ברייטע ביבער הוט, ער האט די גאנצע תורה אין דער ערד, ווי: בג"ץ, מסרב לדין, דשיגאן, גנב, ממליחה ואילך, עטרת בלעם, וכו', ממילא גייט ער זיכן איצט אז ביי די פרייע אידן זאל ער גרויס ווערן, און הערן וואס ער האט צו זאגן.
רייב זיך די אויגן, יא איר שלאפט נישט, איר זענט וואך, קוקט דאס!!!

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 17/01/2010 23:14:50
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2010 01:10 |
|
| |
די פירות האבען נישט געשפעטיגט א פאר וואכען ציריק, האבען זיי געברענגט אין בנין עסטערייכער פאר די מיידלעך איינעם א מגולח - כ'ווייס נישט אויב א קאפעל האט ער געהאט, (זארגט אייך נישט מ'האט פאר די מיידלעך אין די טיטשער'ס נישט געאזט וויאזוי יענער הייסט (אויב יענער האט בכלל א יודישע נאמען..) אין מ'האט אויסגעלערנט די מיידליך צו זינגען פאר יענעם:
thank you ones thank you twice thank you thank you for being so nice
דאס מאל האבען זיי נישט באשריבן אין זייער שמיציגער צייטונג פין דעם געהויבענעם באזוך
אין פין אזעלכע געלט איז מען מחנך זייער קינדער,
דאס איז ריכטיגער כח הפועל בנפעל...
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2010 06:10 |
|
| |
זעהט אויס אז נאר פון א טעלעפאן האט ליין איבער די זאליס, האט די רבי זי"ע נישט געהאלטען...
ווייל דאס האבן די זאליס איצט אפגעהאקט, נאר גרויס פרעשור, ובפרט נאכן עדיטאריאל פונעם "דער בלאט" פאריגע וואך.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2010 06:07 |
|
| |
אין דער איד די וואך האט ער א גאנצע פעטש ווי ער פארענטפערט זיך פארן ארויס שיקן דעם ליצנות בלעטעל.
דער עיקור וואס ער פרובירט מיט אלע כוחות איז מסביר צו זיין, אז דאס האט רביה"ק זי"ע געוואלט... ער באקט דארט א פרישע מעשה!! אז אמאל האט רביה"ק זי"ע געהייסען מען זאל ארויס שיקען אזא ליצנות בלעטעל צו די פרייע אידן מחללי שבתים, און עס איז געטאן געווארן בהדרכתו, און רביה"ק האט געגבען זיין ברכת קדשו...
צום שטוינען ווי די זאליס יעדע שייגץ שטיק וואס זיי טוען טוען זיי זיך אן דעם ריזיגען ביבער הוט קנייטשען זיך איין דעם שטערן און שרייען מיט די גרעסטע כוחות, דאס האט די רעבע זכרונו לברכה געוואלט...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 19:29 |
|
| |
פארשינקענע פיש געגסן אין פין שטאט ארויסגעווארפן קיין געלט נישט געמאכט אין געבליבן פארשעמט אין די גאנצע וועלט, ווען קיין שום זאך ווערט נישט אפגעהאלטען פאר תאוות הממון ואילך
After Heavy Pressure On Zalys Why They Compaign By Secular Jews & Mwchalelei Shabbes, They Finally Dropped the Compaign! 718-963-9567
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2010 17:10 |
|
| |
דאכצעך מיר אז אינעם יעמאלטדיגן בראשור אינישט געשטאנען די דברי ניאוץ וואס זיי פראפאגאנדירן יעצט אז די רבי האט ליב געהאט איעדן מחלל שבת און טמעניאק.. די עוולה אינישט צו בעטן געלט פון אמעריקאנער יודן. די עוולה איז אראפצוגעבן דעם הייליגן רבי'ן אין אזאנע האר אויפשטעלנדע ליבעראלע פארבן. מקען מיינען אז ער איז געווען אין קאמפאטישן מיט קוק'ס ליבשאפט צו עוברי עבירה. (עי' ערך דעם געלער בדחנ'ס רעדע וואס איז אראפגענומען געווארן פון זייער האטליין)
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2010 02:28 |
|
| |
עס איז אומגלויבליך ווי די נארישע קעלבלעך זוכן צו מאכן א געטומל און געפילדער פון יעדע זאך פאזיטיווע זאך סאטמאר טוט, און אזוי ארום צו כשר'ן זייערע געמיינע שטיק
ווען איך האב פריער געזען דעם קעפל פון יונהל'ע קאלבאך אפאראט: ליצי ליצנות פון רביה"ק זי"ע!!! האב איך זיכער געמיינט אז מ'רעדט פון עפעס א שרעקליך מיאוסע פלוג בלעטל וואס האט צוטאן מיט אלע דריי הארבסטע עבירות, דערווייל זע איך אז ס'האנדלט זיך פון א פלענע פאנד-רעיזנג בראשור וואס די סאטמארע מוסדות האבן ארויסגעשיקט אין צוזאמענהאנג מיטן זעכציגסטן יאר פון דאס דרינדונג פון די מוסדות, האב איך באלד פארשטאנען אז יעצט מוז מען אפווישן די קאטשקע שטינק וואס לויפט נאך די פארטיי אויף א אופן וואס מ'האט שוין לאנג נישט געזען, איז אינטערעסאנט צו פאוסטן א קאפי פונעם ספר יובל החמישים וואס הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל האט ארויסגעגעבן צום שנת החמישים להתייסדות מוסדות סאטמאר, ווי ער שרייבט איבער דעם ענין פון גיין נאך געלט צו די פרעמדע גאס! וירא הקהל וישפוט,
וויאזוי אלע זייערע טומלערייען קוקן אויס! זעה קאפי דערפון..
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 22/01/2010 02:32:36
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 22/01/2010 22:18:32
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2010 20:32 |
|
| |
דער בלאט די וואך האט די א שטארקע עדיטאריעל איבער די נושא.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 19:18 |
|
| |
סתם, להעיר: די נאמען איז קארליבאך, נישט קאלבאך בכלל די היסטעריע דא איז נישט צום פארשטיין איר זענט אלע סתם דעפרעסד מענטשן - טאמער זענט איר די גרויסע געווינערס איז צו וואס מאכט איר זיך צו טוהן פון די נארישע זאליס?!
ומסיימים בטוב
_________________
http://theantitzemach.blogspot.com
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 01:49 |
|
| |
הלוואי ווען זיי וואלטן דאס געטון בלויז פאר געלט. דער היסטאריע ווייזט אז זיי וועלן טון אלעס אויף די וועלט צו געפעלן פאר די פרייע גאס, אלעס וואס איז ביי אן ערליכער איד דערווייטערט די ווייסטע וואס מעגליך.
ממש נישט צום גלייבן ווי ווייט אידן וואס זענען אויפגעוואקסן אין סאטמאר זאלן אזוי ווייט אוועקפאלן נעבעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 01:25 |
|
| |
ווי נעמט מען די כוחות צי קענען אפשאצען ווי טיף מיואש דיפרעסט אין באנקראטירט די זאלי קאמפאני מיז זיין צי מיזען גיין צי די קרייזען שנארען ?
דאס זאגט זייער אסאך איבער זייער צישטאנד
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 00:47 |
|
| |
זייער גוט ארויסגעברענגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 00:08 |
|
| |
ביבער טייערע. אוי די מישט דא אביסעלע די פרייע קוקען אן די זאליס מיט סאטמאר.. די זאליס האבען נישט מיט סאטמאר גארנישט. זיי -די פרייע ציונים- האבען נישט ליב סאטמער ווייל די ציוניסטישע גאס שמעקט נישט אז סאטמאר שרעקט זיך נישט אויס צישרייען א קול מחאה אויף די אלע מעשה רשע וואס די ציונים טיען אף אין נאמען פון כלל ישראל. אין זיי האבען אוודאי יא ליב די כת זאליס -וואס האבען זיך אפאר יאר צירוק אפגעטיילט פון סאטמאר ב"ה-. וואס אנערקענען היינט צי טאג'ס זייער טריפה'נע בג"ץ, אין אז זיי חנפ'נען זיך צי ווילי ראאבפאגעל. אין קארילבאך'ס תלמידים די היפיס.אין פארענטפערן יעדען שגץ אבער סאטמער וועט די כת אייביג אראפרייסען אין פארשעמען מיט ליצי לצינות. טאקע אזא שטייגער ווי די פארווערטס וואס איז אייביג אויפגעקומען מיט סקאנדאלען אויף סאטמער, טא פארוואס זאל די אלגעמיינע גאס זיך נישט פרייען אז די כת מיט די הילף פון זייער שונד צייטונג דער איד לייגט אריין אזא פארדארבענע חינוך אין ליצנות אין זייערע אייגענע קינדער. נאר איינער וואס איז אנגעשטאפט אין אנגעשטעקט מיט זייער ליצנות אין השכלה קען מאכען אזא טעות, אז די פוינט איז צי מ'קען מאכען געלט דא אדער נישט, אין זאגען אז די סאטמרע חינוך איז אפגעפרעגט ביי די פרייע גאס.
ס'איז נישט אפגעפרעגט זיי ווייסען אז סאטמער האט זיך נישט וואס צי שעמען מיט זייערע חינוך וואס די מדינה הטמאה געט א חינוך פיל מיט רציחה אין גניבה.אין אלע איבלען..
יא, זיי האבען אוודאי נישט ליב אז אלע ערליכע אידען און סאטמאר אין שפיץ דעקען אויף די אלע מעשים תעתועים אבער רעספעקט פאר אונזער חינוך.? זיי ווייסען אויך אז סאטמער האט נאך די איידעלסטע אין ערליכסטע חינוך. ו ממילא מישט ארום א ביסעל ווען די זאגסט אז זיי לאכען עניוועס פון אינזער חינוך.
תוקן על ידי ערענסטער ב- 20/01/2010 00:12:46
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 23:09 |
|
| |
חברה, וואס זאל איך ענק זאגן? ווען נישט איך זע און הער די קראנטע באווייזן וואלט איך עס נישט געגלייבט
פארגעסט נישט אז דאס איז דער צד סאטמאר וואס האט מכלומרשט צוריקגעברענגט דעם גלאנץ פון דעם רבין ז"ל אז זיי זאלן טאן אזא זאך איז ממש א בושה אין א חרפה
אגב וויל איך ענק זאגן אז דער מענטש וואס איז אויפגעקימען מיט די איידיע צו מאכן דעם קאמפיין צווישן די פרייע אמעריקאנער גאס דארף מען פייערן
דער קאמפעין האט נישט קיין שום טשענס צו זיין סוקסעספול. רוב פון די מאדערנע אין פרייע אידן האבן נישט קיין שום הערצה צו די סאטמארע חינוך אין ספעציעל די זאלונישע חינוך
דער רבי ז"ל איז פארהייליגט אין די גאנצע וועלט, יא הונדערט פראצענט, אבער די סאטמארע חינוך איז אפגעפרעגט ביי די אלע מענטשן כידוע, ווי מען קען אלעמאל הערן פין זיי אין ליינען אין זייערע פעפערס. זיי זענען זייער נישט צופרידן אז אונז געב מיר נישט אונזערע קינדער א קאליזש עדיוקעשן אין אז מען לערנט נישט מער ענגליש אין מער סעקולערע לימודים.
עווענשולי וועלן די זאליס עסן די ביטערע בזיונות אין פין שטאט ארויסגעווארפן ווערן מיט ליידיגע טאשן
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 22:19 |
|
| |
די בילד אויבען ווי די קארילבאך היפיס ווילען פארוואנדלען די הייליג ציון ווי אידען זענען זיך שופך שיך מיט טייכען טרערן, אין א נא. נאאך. אטמאספערע מיט גיטארס, איז די דירעקטע אין פירות פון די פארדארבענע חינוך וואס די זאליס געבען ליידער מיט זייערע האט ליינס. ברוך השם אז מ'האט באוויזען ארויס צי ראטעווען דאס הייליג פלאץ אז ס'זאל נישט אריינפאלען אונטער די נעגל פון די כת, השי"ת זאל ווייטער העלפען. די בילד ברענגט ארויף טרויעריגע זכרונות ווען די כת האט ארומגעבוזשעוועט אין סאטמאר מיט א געוואלדיגע טעראר. אין איינגעפירט נייע מנהגים יעדען טאג אבי אויסצירייסען א יעדעס געפיל צום אלטען סאטמארען דרך וואס רביה"ק האט איינגעפירט, איינע פון די השחתות וואס זיי האבען געוואלט איינפירען, איז געווען צי מאכען די ציון המציונת א ריזיגע געביידע אין א פעסטונג, אין אזא פלאץ ווי מ'גייט הוליענען אין טאנצען.(עפעס אזא שטייגער ווי די איזרעליס אין מתנחלים טיען ערגעץ ווען ס'פאלט אריין אין זייער רשות) -אין די געלער בדחן וואלט זיך אויפגעשטעלט צווישען איין ניגון אין די אנדערע מיט א דרשה אויף ענגליש אין געהאלטען דרשה'ס מסביר זיין פינקטליך דעט די ביג רעביי לייקס עוורי וואן דה וועי הי איז רח"ל- די פלאן האט דעמאלטס אויפגעשוידערט די סאטמארע קהילה אין די דעמאלסדיגע ראשי קהלה האבען אינטערגענומען אלע מיטלען אפצישטעלען די פלאן אין געפירט א ביטערען קאמף, אנטקעגן דעם. טראץ דעם וואס זיך שלאגען מיט די טעראריסטען האט זיך געגרעניצט מיט סכנות נפשות. בימים ההם (ס'דא וואס געדענקען נאך די גאנצע פרשה)
מען בעט טאקע די ח"ק זאל אינטערנעמען שטערענגע שריט אפציהיטען די הייליגע מקום ווייטער פון אזוינע פגעים, אין דאס אפשטעלען תיכף ומיד, אין זיי זאלען זיך נישט דערשרעקען פון די היפיס וואס וועלן שרייען אז זיי מעגען דאס טיען אין מ'דערדריקט זיי ווען מ'לאזט זיי נישט מאכען קאנצערטען ביים ציון פון רביה"ק, די ציון איז נישט קיין שטח הפקר חלילה. מ'זאל זיי תיכף ומיד ארויס שיקען אין זאגען אז זיי קענען נעמען אלע גיטאר'ס אראפ קיין חרדים אין דארטען קענען זיי טאנצען אין הוליענען אין טרינקען וויפיל זיי ווילען, די מתחדשים אין די מוסרים דארטען ווילען דאך די זאכען טא וואס דארף סאטמער ליידען. אדער קען מען זיי גאר שיקען צו עטי טא לי עוו. דארטען טרינקען אין שפרינגען מיט ליפא (ער האט ליב קארילבך'ס שפכו) און זיך אפלאזען פון סאטמאר וואס זענען מיר שילדיג אז זיי ווילען מאכען טריפה'נע האט ליינס און אויפרייצען אלע קארלבך היפיס זאלען קומען קיין סאטמער נ.ב. ווער עס האט די פיקטשער ווי אזוי די רעבע פון עטי טא לי עוו. זיצט מיט די תלמיד פון שלמה קארלבך, יודא גרין קען עס פאסטען דא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2010 19:30 |
|
| |
בושות נוראות.
|
|
|
|
|