בית פורומים כל העולם כולו

די "אומגעפעלשטע" סאטמאר חלוקה, חלק ב'

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/1/2010 23:42 לינק ישיר 
די "אומגעפעלשטע" סאטמאר חלוקה, חלק ב'

מיר האבן געהאפט נישט זיך צו דארפן שטעלן נאכאמאל אויף די פלאטפארמע, ווייל פאר יעדן בר דעת איז נישט בא'טעמט צו מישן שמוץ, ובפרט ווען ס'איז אלטע שמוץ, וואס כל שמזקינין וכו', אבער אז פ. פ. פ. ענד קא. האט געפונען פאר וויכטיג אפירצונעמען דעם פארזשאוועטן ביקס, און פרובירט נאכאמאל צו שיסן מיט אויסגעברענטע קוילן, וואס הגם דאס טוישט נישט קיינעם, דאך איז גוט אכטונג צו געבן, אז זיין געפעלשטער היסטאריע זאל זיך אנזען באשיינפערליך ווי געפעלשט דאס איז, על כן וועלן מיר פרובירן ווייטער ממשיך זיין לויט וויפיל די צייט וועט ערלויבן.

אין א זייטיגע נאטיץ איז קאמיש צו זען, ווי נאך אזעלכע ריזיגע נצחונות און בליענדע הרחבת גבולי ה... איז מען נאך אלס פארנומען מיט זאכן וואס האבן פאסירט פאר א דור צוריק, אין די צייט וואס היינט איז דאך שוין קלאר, אז מען האנדלט דא ממש מיט קוק ימ"ש, מען האנדלט דא מיט א מאכיל נבילות וטריפות גארנישט ווייניגער ווי די צוויי קראקא'ווער יונגלעך, אדער כבזמנינו ווי פינקל, מען האנדלט דא מיט איינער וואס האט אראפגעפירט סאטמאר צו א דיוטא ווי בעלזא בימינו, ער האט פארשיקט דעם לעצטן לייב (נעבעך), און דאך דאך דאך קוקט עפעס אויס ווי דער גאנצער באלאן וועט זיך נאר האלטן, ווען מען וועט קענען אפירקראצן שמוץ וואס זענען געטון געווארן בימיו ווען ער האט נאך געהאט רשות פון די קאמפאני צו ווערן אנגערופן קרית יואל'ער רב און ראש ישיבה.

צו געבן א ריכטיגן סעמפל פון א זאלי, צו האבן א ריכטיגן ביישפיל וואס מיינט "איך מעג אלעס דו טארסט גארנישט" פעלט נישט אויס קיין לאנגע באשרייבונגען, נאר מעתיק צו זיין וואס אונזער טריפל פ. האט נישט לאנג צוריק געשריבן.

דער שרייבער מיט'ן נאמען אריגינעלער איז פאר זיכער אזא חשובער יונגערמאן ווי למשל דער ארוני דיין ר' בנציון לאוב. עס קען אנדערש נישט זיין. איך בין זיכער אז אונטער דעם נאמען שטייט אזא סארט יונגערמאן אז ווען מען זאגט ווען אויף אים אזא מעשה נבלה ווי ער שרייבט כסדר אויף צענדליגער יונגעלייט, וואלט זיך קינד און קייט געעפענט מויל און אויערען פון גרויס שאק אזוי ווי מען זאגט ווען אזא מעשה אויף הרב לאוב.

נאכמער בין איך זיכער אז דער שרייבער "אריגינעלער" איז אזא סארט צדיק וואס וואלט רואיג געקענט זיין א גרויסער אדמו"ר פון פריערדיגען דור. און איך וועל מסביר זיין מיינע ווערטער.

עס איז באקאנט אז דער הייליגער ישמח משה האט אמאל געזאגט אז ווען ער ווייסט ווען פאר זיכער אז דער אויבערשטער גיט גיהנם פאר א מצוה וואלט ער ווייטער געטאן דעם רצון ה'.

עס איז באקאנט אז דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז ער לאזט זיך שיסען אבער ער וועט נישט אויפהערען צו שרייען און זיך לאזען הערען דעם אמתן דעת תורה.

דא אויף הייד פארק זענען אלע שרייבער פיל גרעסערע צדיקים. אלע שרייבער דא שטייען אויף א פיל העכערע דרגה פונעם ישמח משה און פון רבי'ן ז"ל. זיי שטייען דאס העכסטע ווי א איד קען נאר אנקומען. די שרייבערס דא האבען זיך אזוי אויסגעארבעט אז זיי זענען גרייט צו פארלירען זייער גאנצער עוה"ב! און דאס איז נישט קיין טשאדעלע באדעלע מעשיות. ניין.

דער שרייבער "אריגינעלער" וועט נאך זיינע 120 ארויפקומען אויף יענער וועלט וועט ערך דערזען מיט א ליידיגער קאנטע, אן קיין חלק לעולם הבא, ווייל איבערבעטן אזא ריזן ציבור וועט אים נישט גענוג זיין אפילו ער זאל לעבען נאך 150 יאר, און דעריבער וועט מען אים שיינערהייט לאזן מעלדען, ר' נפטר טייערער, איר קענט זיך גיין טרעפען מיט אחאב, מיט בלעם און מיט די אנדערע וואס האבען ל"ע נישט קיין חלק בעולם הבא.

נו, וועט דאך אונזער טייערער הייד פארק שרייבער גלייך מסביר זיין פארן בי"ד של מעלה, אז נישט אז ער האט אנגעוואוירען זיין חלק לעולם הבא. גענצליך נישט. ער האט דאס אליין אויפגעגעבען. ער איז לכתחילה געווען אנגעגרייט דערצו ווייל אזוי ארום האט ער אפגעראטעוועט סאטמאר פון די "שונאים", ער האט אפגעראטעוועט צענדליגער יונגעלייט רח"ל פון זינדיגען, און ער דארף גארנישט אפילו א חלק אין עולם הבא.

יא, עס קען זיין אז זיי האבען שוין פארשעמט הונדערטער משפחות פאר דעם איינעם חטא ווייל זיי זענען נישט אויף איין פארטיי מיט זיי, אבער צו ראטעווען סאטמאר פון די חברה, מוז מען פאר יעדע פרייז.

יעצט שטעלט אייך אפ א מינוט, און ריוויוט די פאר פאראגראפן, און אויב האלט איר אז איך פארנאר אייך, אז איך זאג אייך ליגנט, זענט איר מכובד צו שפאצירן צו שכינות'דיגן פארום איך זיך אליין איבערצייגן וועמענס נאמען עס פיגורירט אלס שרייבער פון די תגובה.

דער שרייבער פון די א. ד. שורות האט אויף זיין קאנטע א שיינע צאל "הוצאת שם רע, לשון הרע, רכילות, מנובלות, שקרים וכזבים" נישט אויף קיין נידריגע טשעפלאן'ס, און נישט אויף קיין סתם המון עם פשוטע אידן, און ניטאמאל אויף קיין חשובע אידן, נאר אויף א איד, וואס - נישט איך, נאר - גדולי ישראל שבדור הקדום ושבדורינו האבן אויף אים מעיד געווען גדולות ונצורות, אזא זקן ויושב בישיבה האט אים באטיטלט מיט הפלגות גדולות, און ס'איז נאך דא א לאנגע רייע פון פריערדיגע גדולים נבג"מ, און לו יהא אלס ספק ספיקא אז ס'איז אמת וואס זיי זאגן, וואלט דאך אונזער ברייטער מח דער טריפל פ. געדארפט וויסן פון די משנה והוי זהיר בגחלתן, ער וואלט געוואוסט פון די ווערטער פון הייליגן דברי חיים וואס דער מונקאטשער רב ברענגט אין דברי תורה דער עונש ווען מען קריגט אויף א מרא דאתרא אפילו ווען ער איז "נישט" גערעכט.

און דער זעלבער פארשוין קומט דא ארויס - אין די זעלבע וואך וואס ער האט מבזה געווען איינע פון די משפחות חשובות וואס סאטמאר פארמאגט (אזש זיינע אייגענע פריינט האבן זיך געשעמט מיט אים) - מיט א הארצרייסנדע וויי געשריי, הלמאי, מען פארשעמט א...... (איך האב נישט דעם טיטל אויף אים, אבער עדות קען איך זאגן מה שבעיני ראיתי ווי ער האט געכאפט א בילד פונעם ברך משה ווען ער איז ארויסגעקומען פון מקוה (פון בור...) אין דעברעצין ביי די נסיעה תמוז תשנ"ח)., דער זעלביגער טריפל פ. וואס האט א גאנצן זומער פוער פיו געווען אויף גדולי ישראל, ער רעדט דא פון חלק לעוה"ב, נו גוט!

האט איר א סעמפל פון "איך מעג אלעס דו טארסט גארנישט".

***

יעצט וועלן מיר צוריק גיין צו די פרישע געמויזעכץ, דאס גאנצע "אין קורצן פון פריער" איז איבריג מגיב צו זיין, נאר ממש איין פאראגראף איז נויטיג ארויסצוברענגן, אויב דאס וועט געליינט ווערן דורך איינער וואס האט נישט געלערנט אין די ישיבה אין קרית יואל בעפאר תש"ס.

ער שרייבט ווי פאלגענד בנוגע די פא"פ:

דער גאנצער צייטונג איז געווארען געשריבען און אויף געזעצט אויף א קאמפיוטער וואס איז געלעגען אין ר' אהרןס אפיס. נאך אמאל: דער גאנצער צייטונג איז געווארען געשריבען און אויף געזעצט אויף א קאמפיוטער וואס איז געלעגען אין ר' אהרןס אפיס. יעדעס ווארט וואס איז דארט געשריבען געווארען איז געווען אדער ליצנות אויף רבנים ווי שארמאשער רב, קאשויער רב, מאנטעווידעער רב, וויזשניצער רבי שליט"א און נאך פילע, אדער אויף פריוואטע יחידים וואס זענען געווען פון די "שונאים". זייער בלוט איז געווארען הפקר לכל, זייערע משפחות זענען געווארען דארט אויס געלופטערט, שקרים און מנובלות איז געבאקען געווארן אויף זייער חשבון, (בערך וויאוזי איר ליינט היינט אין הייד פארק, ווי הונדטערטער משפחות זענען דורך שמואל ווידער און זיין קליקע, מבוזה געווארן בלויז ווייל זיי האלטן אז ר' אהרן און סאטמאר זענען שני דברים הפכיים) און אלעס האט ר' אהרן געליינט פאר עס איז געגאנגען צום דרוק. ער איז געווען סיי דער "פרוף רידער", ווי עס הייסט דער מגיה אויף ענגליש, ער האט יעדעס ווארט דארט געליינט אין זיין אפיס. און סיי דער רעדאקטאר. אנדערע טיטולען קען איך נישט, פאר אזא סארט וויכטיגען פערזאן אין א צייטונג.

קודם וועלן מיר אביסל קלאר שטעלן פאר ווער עס האט נישט געלערנט אין ישיבה בעפאר תש"ס, אדער ווער ס'האט בכלל נישט געלערנט דארט.

ווען מען קומט אריין אין רבינ'ס אפיס איז דא א קליינע פארצימער, פון דארט קען מען גיין גראד אין אינעווייניגסטן אפיס, וואס דאס איז דעם רבין שליט"א'ס פריוואטע אפיס פון ווען די ישיבה איז אריין געקומען אין דעם בנין.

אויב גייט מען פון פארצימער רעכטס, קומט מען אריין און נאך א קליינעם פארצימער, וואס דארטן איז גראד דערויף דא א ביהכ"ס, און צו לינקס איז דא א גרויסע שטוב, וואס דאס האט אלע יארן געהייסן "דעם רבינ'ס שטוב" (דער ברך משה), דארט פלעגט די רבי ז"ל - ווען ער איז געקומען אין ישיבה דאווענען - לייגן טלית ותפילין, אויסטון טו"ת, אויפנעמען מענטשן וואס זענען געקומען לייגן תפילין, בחורים וואס זענען אריינגעקומען זיך שואל עצה זיין, (און אין די פריערדיגע יארן) האבן מיטינגען מיט די מגי"ש ומנהלים, פארהערן בחורים, וכדו'.

אין יענעם שטוב, וואס האט געהייסן "דעם רבינ'ס שטוב" איז געלעגן א קאמפיוטער, ביז.... ווער קען געסטן? ביז שנת תשנ"ט!.

אין דעם שטוב פלעגן זיך דרייען אלע "יוניטס" ווי מען רופט עס, איך גיי נישט פורש בשמם זיין, אבער אונזער טריפל פ. האט זיך אויך דארט געדרייט, ממילא אז ער זאגט עדות דערויף קען איך מיך נישט קריגן, ווייל איך האב מיר ב"ה נישט דארט געדרייט.

אבער ס'איז נישט מער ווי פארשטענדליך, אז אין יענע יארן ווען רבינו שליט"א האט נאך נישט פארמאגט קיין אפיצעלע הויז בחור, און דארט האבן זיך געדרייט מקורבים, פארשטייט יעדער וועמענס מקורבים ס'האבן זיך דארט געדרייט, און ווער ס'איז געווען זייער בעה"ב.

און צוריק צו וואס מען האט פריער דערמאנט, דער קאמפיוטער האט זיך דארט געפונען ביז אנהייב יאר תשנ"ט, ויהי לפלא.

ר' אהרןס מענטשן האבען זיך פעסט מחזק געווען ווען שמואל דוד מארקאוויטש און חיים אליעזר גראס (די צוויי דעמאלטסדיגע גבאים) האבן מכבד געווען ר' אהרן מיט פרק פארלערנען, און דאס ביהמ"ד איז געווען מלא וגדוש, און דאס איז געווען דער ציל, צו געבען דעם אפעטיט די מערכה איז נאכנישט אויפגעגעבן.

דארפסט זיך נישט שעמען צו שרייבן אויף וועלכע משנה דער רבי האט זיך געשטעלט, און וואס ער האט דעמאלטס געזאגט פארן ציבור.

דער רבי האט זיך דאן געשטעלט אויף משנה י"ז, כל ימי גדלתי בין החכמים ולא מצאתי לגוף טוב אלא שתיקה, און דער רבי האט מאריך געווען מיט די ווערטער פון ברטנורא, אז שתיקה מיינט שומע חרפתו ואינו משיב, און דער רבי האט נאכגעזאגט פון די מפרשים אז דער קונץ פון שומע חרפתו ואינו משיב איז אפילו מען האט וואס צו ענטפערן ענטפערט מען נישט. ווי אויך האט דער רבי מאריך געווען וועגן שמירת הדיבור ועוד ועוד.

אויב ביז איצט, איז אלעס געגאנגען אין דער שטיל, און קיינער האט זיך נישט געטרויעט צו רעדען איבערען עכטען מצב פון רבין, צו ער פארגעסט, צו ער ווייסט וואס טוט זיך, און צו ר' אהרן וויל אלעס שוין איבערנעמען ווי גלייך זיין טאטע איז שוין 120 יאר, און ווי שטארק ער איז פארחלשט שוין אנהייבען פירען רעביסטעווע, איז אלעס געווארען אפען פאר אלעמען צו דעבאטירען.

יעדער בחור האט גערעדט זאכען וואס אידען האבען נישט גערעדט קיינמאל ביז היינט. אלעס איז געווארען אפען און אלע קארטלעך זענען איבערגעדרייט געווארען. עס איז געווארען אויס שפיל, און אלעס האט זיך דערזען אן די בגדים.

אויב האט מען ביז איצט געקענט זיך באהאלטען אונטער דיפלאמאטיע און אונטער עפעס פראפעשענעליזם, און אז מען רעדט נישט פון א רבינס טויט און אוודאי נישט פון א טאטענס טויט, איז איצט געווארען צו נישט און פארווישט. יעדער איינער, אנגעהויבען פון ר' אהרן און געענדיגט ביים קליינעם ראציגען בחור מיטען צוקראכטען שטאפענעם הוט, האט זיך געטרויעט צו רעדען וואס ער וויל. וואס איך מיין צו זאגען, אז מען האט איצט אין די טעג פשוט פארלוירען דעם דעת.

הר"ר שלום אליעזר און הר"ר בעריש שליט"א פארציילן נאך היינט ווי משה גבאי איז געקומען צו זיין (פונקט ווי ער איז געגאנגען צו ליפא און ר' חיים יושע) און געזאגט, עטס זענטס אויפן קאפ געפאלן, עטס גייט אים לאזן איבערנעמען די גאנצע זאך, ווען מען וועט אהיים באגלייטן מיט פאקלען, וועט עטס שטיין ביי די זייט און בעטלען פאר א פאר דאלאר, ער וועט חתונה מאכן אין ארמארי און ענק וועט מען ניטאמאל אין ברכה סימא זאל געבן א הנחה, אזוי האט ער געשאסן גיפטיגע פיילן און בארירט האקעלע סטורנעס און הערצער פון קינדער און איידעמער פון א אלטן טאטן, און ביי ליפא און חיים יושע האט ער גע'פועלט, און ביי די אנדערע נישט.

יעצט פיר אליין אויס ווער ס'האט גערעדט פון נאך די הונדערט און צוואנציג?

און דערנאך א טריט ווייטער, ווער האט געשריגן יקרבו בפניו פונעם טאטן?

יעצט ברענג ווי רבינו שליט"א האט אפילו איינמאל גערעדט פונעם טאטן'ס הונדערט און צוואנציג, אפילו יענעם פארטאגס ווען ער איז אריין חוה"מ צום רבין, איז ער נישט מער ווי געקומען זאגן א ענטפער וואס דער טאטע האט אים כמ"פ געבעטן בעפאר ער זאל אנהיייבן אריינצוקומען אין וויליאמסבורג.

און אז דו וועסט קומען מיט א ענטפער פונעם טעיפ מיט די ראשי קהלה, איז דא צוויי תירוצים, קודם זאל מ. י. וו. ארויסגעבן דעם גאנצן טעיפ וואס ער האט צוגעכאפט פון זיין ברודער י. וו. און דארט וועט מען הערן "אלעס" וואס האט זיך אפגעשפילט ביי די מיטינג, און צווייטנס אפילו מיט די צענזורירטע טעיפ וואס מען שפילט אויף נאר וואס ס'שמעקט צו הערן, איז דאך אויך דא א תירוץ כיצד יתקיימו שניהם, אלא שאין מתרצין מפני הכבוד, והדברים ידועים לכל.

*

יעצט זיך אריינצולאזן אין א פאלעמיק אויף אלע זאכן וואס זענען פארגעקומען אין יענע וואכן בין פסחא לעצרתא תשנ"ט, ווער ס'איז געשטאנען אונטער אלע אקציעס, און כלומרשט רבינו שליט"א איז געשטאנען אונטער אלע זאכן, איז דאך מים שאין להם סוף, למעשה האט דאן אין סאטמאר געהערשט א טאטאלע נעפל, און פון די גאנצע וועלט האט מען ארויסגעקוקט מיט פארגרעסערונג גלאז וואס גייט זיך דא אויסקאכן.

ווער עס געדענקט יענע צייט, פארשטייט גוט דעם ווייטאג פון טריפל פ. מיט זיין אויבערהאר דער גבאי, אז עס האבן זיך געיאוועט עטליכע דרייסטע אידן וואס האבן נישט געגלייבט אלעס וואס מען האט זיי איינגערעדט, און האבן אליין געפרעגט דעם רבין ז"ל האם כנים הדברים.

מען האט דאך דא סך הכל געזען א תרתי דסתרי וואס האט געשריגן ביזן הימל, און דער מח האט נאך דאן נישט פארדרייט וואס אויבי איש אנשי ביתו קענען אפטון מיט א רבן של כל בני הגולה, דער שכל האט נאכנישט רעכט אויפגענומען אז דא האנדלט מען פון א הלכה פון "האדם בשבועה", און אז די ווערטער פונעם סטראפקובער רב ז"ל "וראיתי בחוש אצל אא"ז הגה"ק מרן מצאנץ זצ"ל ואצל אאמו"ר הגה"ק משינאווע זצ"ל שאנשים הטעו אותם בעניני מחלוקת וכוונתם לא הי' לשם שמים רק לאיזה פני' שהי' לטובתם, ומשום תאוותיהם חרבו העולם, כי ברור הוא אצלי שאם לא היו מסבבים אנשי בליעל הגאונים הקדושים הנ"ל היו מביאים הגאולה שלימה בתורתם ובקדושתם" שפילט זיך אפ בימינו אלה.

 

המשך יבא (הלואי שלא יבא, ווייל מיר האבן נישט די צייט, אבער ההכרח לא יגונה)

 


אויב האט איר סיי וועלכע אינפארמאציע, דאקומענטן, טעיפ'ס פון יענע יארן, קענט איר דאס שיקן צו:

[email protected]




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2010 16:10 לינק ישיר 

פארוואס ליגט נישט דער אשכול ביי אשכול המפתח- רייכע ארטיקלען??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/9/2010 23:33 לינק ישיר 

אנטשולדיגט

מיר האבן עס געלייגט אינעם שכינות'דיגן אשכול כי שם מקומו



תוקן על ידי האמתנעדרת ב- 01/09/2010 23:38:56




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2010 00:52 לינק ישיר 

אסיפת הקהל א' אמור תשנ"ט
ווען אזא מיטינג פון א' אמור וואלט פארגעקומען נישט תשנ"ט, נאר תשס"ה, דעמאלטס איז טריפל פ. (פ'ישיגער פ'עלשער פ'ארמעגליך) הונדער פראצענט גערעכט, א באנדע שוטים, אבער אז דער מיטינג איז פארגעקומען קנאפע צוויי וואכן פון ווען דער פייער האט אויפגעפלאקערט, און קיינער האט נישט געוואוסט וואס דא גייט זיך אויסקאכן, קיינער - פון ביידע צדדים - האט אין וויסטן חלום נישט גע'חלומ'ט וואס אלס ס'איז נאך אומשטאנד צו פאסירן, איז זייער פארשטענדליך אז עס האט פאסירט אזא גערעדעכץ.

יעדער איינער וואס איז געווען דאן מבן עשרים ומעלה, וועט היינט אויך פארשטיין פארוואס מען האט דעמאלט אזוי גערעדט.

ר' בערל פריעדמאן איז טאקע נישט דער "חכימא דיהודאי", אבער אויך נישט דער גרויסער "טיפש" וואס די זאליס פרובירן אים אראפצושטעלן, ס'איז פארשטענדליך אז ער האט געזוכט א וועג ארויס פונעם מיטינג האט ער געזאגט וואס ער האט געזאגט, נו, וואלט עס געווען ר' סענדר וואלט ער געהאט א בעסערן תירוץ ארויס, דער מטרת התירוץ איז אבער געווען וויכטיג.

מיר זענען נישט אויסן דא איבערצוגיין און אפצו ווענדן אלע סתירות וואס דער טריפל פ. האט געטראפן, ווייל יעדער בר דעת קען אליין זען אז מען איז זיך מתווכח, און אפילו איינער האט אנהייב געזאגט איין זאך, קען ער טוישן אדער זאגן א צווייטע החלטה ווען ער הערט א פרישע נושא.

טריפל פ. פרובירט צו קומען צו א מסקנא, אז דערפאר האט מען נישט דאן ערווענט דאס ווארט "רב הצעיר", ווייל קיינער האט דאס נישט געהערט פון רבין חוהמ"פ, נו! דאס קענסטו איינרעדן פאר די קווינס בויעס, נישט פאר ווער ס'האט דעמאלטס מיטגעלעבט די אלע מאורעות.

יעצט מיט די אלע צוטיילונגען וואס ער מאלט ארום דארט, האב איך פאר אים נייעס, אז ער האט פארזען נאך עטליכע חלוקות, איך וועל אויסרעכענען לויט וויפיל איך געדענק, ווער עס געדענקט מער קען צולייגן.

סאטמאר איז דאס ערשטע מאל צוטיילט געווארן תרפ"ז-תרצ"ד, ווען רביה"ק איז נתמנה געווארן אלס רב אין די שטאט סאטמאר.

דאס צווייטע מאל איז עס צוטיילט געווארן בשנות תש"י-תש"כ ווען מען האט געפירט א מערכה מיט קלז"ב.

דאס דריטע מאל איז עס צוטיילט געווארן תשכ"ט ביי די פרשה פון די שווארצע.

דאס פערדע מאל כ"ו אב תשל"ט

(איך בין זיכער איך האב אויסגעלאזט נאך עטליכע סקאנדאלן אינמיטן)

לאכט נישט, אבער דאס זעלבע טיילונג וואס איז געווען תרצ"ד איז געווען תשמ"ה וכן להלאה.

די שאלה איז נאר צו מען רעדט פון די "קאקאש קעיק" פארטיי, אדער פון אידן וואס גייען לאור תורתו פונעם רבין ז"ל.

 

דוק ותשכח

איך וויל מיר נישט אריינלאזן בפרטיות, ווייל ס'קען אנרירן ביי געוויסע, האקעלע פונקטן

 

אויב ווען מען נעמט אויף ר' שלום אליעזר אלס א שיינער איד אין א ביהמ"ד, און לכבוד דעם גייען אוועק פון דארט עטליכע אידן, (וואס אגב דארפן די אידן זיין אזעלכע שופכי דמים וד"ל), איז דאס די זעלבע טיילונג וואס איז פארגעקומען תשס"ז ווען מען האט געוואלט א נאמען געבן די קווינס ישיבה "מתיבתא ברך משה" דא רעדט מען פון די זעלבע סארט וואס זענען אלס קלוגער פון זייער רבי, און זייער רבי טאר נישט טון קיין שריט אן זיך דורכשמועסן מיט זיי.

כ'הער!!!!!!!!!!!

 

 

 

אויב האט איר סיי וועלכע אינפארמאציע, דאקומענטן, טעיפ'ס פון יענע יארן, קענט איר דאס שיקן צו:

[email protected]




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די "אומגעפעלשטע" סאטמאר חלוקה, חלק ב'
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext