נשלח ב-17/1/2010 23:51
שארפער פארמעסט איבער מאסאטשוסעס סענאט זיץ קומענדיגן דינסטאג יאנואר 19 למס', קומט פאר א ספעציעלע פארמעסט איבער דעם זיץ פון דער באקאנטער ליבעראלער לייב, דער פארשטארבענער מאסאטשוסעס סענעטאר טעד קענעדי, דער אינגסטער ברידער פון דעם געוועזענעם פרעזידענט דזשאן עף.
אויף די דעמאקראטישער זייט לויפט די אטורני דזשענעראל קאוקלי, אויף די ריפובליקאנער זייט לויפט דער סטעיט סענעטאר סקאט בראון.
אין נארמאלע אומשטענדן וואלט דער זיץ געברויכט ווי אריינשווימען פון זיך אליין צו די דעמאקראטן, זינט דער סטעיט ווערט פארריפן אלס דער ליבעראלסטער סטעיט איבער די פאראייניגטע שטאטן.
אבער דער ריפובליקאנער קאנדידאט האט אריינגעטרעטן אינעם פארמעסט מיט א שארפער אטאקע קעגן דעם העלט קעיר ביל וואס האלט איצט ביי די לעצטע שטאפלען אריינצוגיין אין געזעץ, טענה'נדיג אז דער געזעץ וועט שלעכט אויסווירקן אויף דעם סטעיט. אויב זאל ער געוואונען, וועט ער זיין דער 41'סטער ריפובליקאנער סענעטאר, מיט וואס די ריפובליקאנער וועלן קענען פארמירן א פיליבאסטער. (עס איז צום גלייבן אז די דעמאקראטן וועלן שנעל דורכפירן דעם געזעץ אויב בראון געווינט.)
אבער קיינער קען נישט אונטער ברענגן א קאמפיין ווי דער קאנדידאט אליינס, א זאך וואס די דעמאקראטישער קאנדידאט האט טאקע געטון ווען זי האט זיך פאררעדט ביי א דעבאטע פארגאנגענעם מאנטאג, ווען מען האט גערעדט איבער אויסערן פאליסי, זאגענדיג אז אפגאניסטאן איז 'טעראריסטן ריין'. אזוי אויך האט זי נאך עטליכע מאל געלאזט פאלן אנדערע נער'ישע סטעיטמענטס.
די לעצטע אנקעטע איבערן פארמעסט, ארויסגעגעבן פארגאנגענעם פרייטאג, ווייזט אויף א שארף צוטיילטן פארמעסט. טראצדעם וואס די דעמאקראט האבן אויסגעגעבן אסאך מער געלט אינעם קאמפיין, קומט דער ריפובליקאנער בראון ארויס מיט 3 פראצענט העכער. 48% פאר בראון, 45% פאר קאוקלי, 2 פראצענט פאר דזשאסעף קענעדי (האט גארנישט מיט די פרעזידענטליכן פאמיליע) פון דעם ליבערטעריען פארטיי. 5% זענען נאך אומבאשלאסן.
די דעמאקראטן האבן אריינגעברענט א צאל דעמאקראטישע קאנאנען צום קאמפיין שטעגל, אריינגערעכנט פרעזידענט אבאמא, דער געוועזענער פרעזידענט קלינטאן, און דער אנדערער סענעטאר פונעם סטעיט דזשאן קערי. די ריפובליקאנער האבן געברענגט דער שארפער קאמפיינער דער געוועזענער מעיאר רודי דזשוליאני.
אויב דער ריפובליקאנער זאלן געווינען דעם זיץ, וועט דאס זיין א הילכיגער פראסק פאר די דעמאקראטן, אריינגערעכנט פרעזידענט אבאמא, וועלכער האט דאס פרעזענליך פארצייכנט אלס א גאר וויכטיגער זיץ.
נשלח ב-21/1/2010 03:02
אויב מאסאטשוסעס האט א ריפאבליקאנער גאווענער קען דאך א ריפאבליקאנער סענטאר קאנדידאט אויך געווינען?. ליצים זאגען אז נאך א מזל אז ער איז בראון אין נישט שווארטץ. קען זיין פארדעם טראכט ער נאך נישט אזוי שנעל פון לויפען פאר פרעזידענט.
נשלח ב-21/1/2010 01:39
שטייענדיג א טאג נאך די וואלן קענען די דעמאקראטן זיך נאכנישט צוזאמנעמען די גלידער נאך דעם נעכטיגן קלינגעדיגן פראסק וואס האט אפגעהילכט אין אלע קארידארן איבער די פאראייניגטע שטאטן. א דירעקטער צומישעניש טוט זיך באזונדער אפ איבער העלט ריפארם, די פארטיי ווייסט נאך נישט ווי אנצופאנגן און ווי צו ענדיגן. נאכן זיין זיכער מיט א רואיגער העלט קעיר ביל ביז צוויי וואכן צוריק, און נישט האבן קיין שום סיגנאל פון סיי וואס פאר א ראוד בלאק אויפן שטראז, שפירן זיך די דעמאקראטן אצינדער ווי מען זאל איינעם אויפשיסן די רעדער ביים שמייסן הונדערט מייל א שטונדע. דער דעמאקראטישער סענעטאר האט קלאר געזאגט אז סענאט גייט נישט ווייטער גיין מיט דעם ביל ווילאנג דער נייער פארטרעטער פון מאסאטשוסעטס געפינט זיך נישט אינעם טשעמבער. פרעזידענט אבאמא האט צוגעשטומט אז מ'קען נישט לאזן די מאסאטשוסעטס וויילער מיט די מויל אינדרויסן. די ריפובליקאנער - פון די אנדערע זייט - קענען נישט צוזיך קומען פון פרייד. נאכן האבן גענצליך אויפגעגעבן אויף דעם העלט קעיר ביל, און שוין נאכן זעהן דעם פארלוירענער קאמף שוין פון די אונטערשטע שפיגל, מיט א ריזיגער פראגע צייכן אויב זיי וועלן בכלל האבן מיט וואס צו גיין צום טיש אין די היי יאריגע וואלן, האבן די מאסאטשוסעטס וויילער זיי ווי גע'שאק'ט ס'הארץ פאר א באוואוסטלאזער פארשוין אויפן בעטל, מיטן האבן א פרישער שאנס צו לאזן הערן זייער מיינונג - אבער דאסמאל מיט פאקטישע רעזולטאטן דירעקט פון די וויילער. אנאליסטן קראצן זיך די שטערן אפירצוקומען מיט א ריכטיגער באדייט וויאזוי א פשוט'ער אומבאוויסטער 50 יאר'יגער סטעיט סענעטאר האט באוויזן מיט א פשוט'ער פיק-אפ טראק אריבערצופארן א באקאנטער אטורני דזשענעראל אין א וויסטער ליבעראלער שטאט. מיט א פשוט'ער מאנטל אויף אן אלטן טראק, האט ער באוויזן אפציווישן אלע קלאגעס פון די דעמאקראטישער קעגנער האבן אים געוואלט אנשמירן אלס א וואל סטריט אדוואקאט. "זאל איך קומען צו רייזן מיט מיין פיק-אפ טראק קיין וואשינגטאן?" האט בראון ציניש געפרעגט דעם פרעזידענט ווען ער האט אים אנגעריפן קאנגרוטילירן אויף זיין געווינס - זיך באציענדיג אויף אבאמא'ס חוזק רייד אויפן חשבון פונעם פיק-אפ טראק אין א זונטאג'דיגע קאמפיין אויפטריט. פאקטיש קען בראון נאכנישט אינגאנצן אפאטעמען. אין 12' ברויך ער לויפן פאר א פולן טערמין, נאכדעם וואס טעד קענעדי'ס טורם לויפט אפ.
לויפן פאר א פולן טערמין? לכאורה. אבער נאכן זעהן זיין וואונדערליכן קאמפיין און זיין מאכטפולער רעדע נעכטן נאכט, האבן טייל אנגעפאנגן צו שפעקולירן א בראון פרעזידענט פארמעסט. אויף א ריפארטער'ס פרעזענליכע פראגע היינט מיטוואך אויב ער טראכט פון לויפן פאר פרעזידענט, האט בראון א אויפגעבראכטער געענטפערט אז ער האט נאך ניטאמאל אנגעקומען קיין וואשינגטאן, און מען שפעקולירט שוין איבער זאכן וואס ער חלום'ט ניטאמאל. אבער שווער צו גלייבן אז בראון וועט ארויסטרעטן קעגן דער געוועזענער מאסאטשוסעטס גאווערנאר מיט ראמני, נאכדעם וואס ראמני און זיינע געהילפן האבן מער ווייניגער איינגעשטעלט דעם קאמפיין און איר אנגעפירט אונטערן טיש. ווען נישט זייער פרעזענליכע עדווייז וואלט כמעט אומ-מעגליך געווען א בראון געווינס (איז דען בכלל מעגליך געווען?). באזונדער קען קארל ראוו זיך ארויפציען א שמייכל, נאכדעם וואס ער האט ווידעראמאל פאראויסגעזאגט דעם ריכטיגן אויסגאנג. ער האט פארגעזאגט א 3-6 פראצענט געווינס.
נשלח ב-21/1/2010 00:46
אובאמא'ס שנה ראשונה האט זיך שוין גע'ענדיגט... ער דארף וויכטיג זיכן א שלום בית מאכער, צו ראטעווען זיין שלום בית..
נשלח ב-20/1/2010 05:57
נשלח ב-20/1/2010 04:52
מיט 93% געציילט האלט בראון ביי 52-47 פראצענט געווינס. די ריפובליקאנער רייבן זיך די אויגן אויב זיי זענען טאקע וואך, פאר זיי קוקט דאס אויס ווי א בלויזער חלום. קיינער האט נישט גע'חלום'ט אז טאקע דער נאכפאלגער פון דעם העלט קעיר פייטער טעד קענעדי זאל גאר זיין דער וואס וועט לייגן שטיינער אין וועג. א ריכטיגער ביישפיל וואס קען זיך אלס אויסשפילן אין פאליטיק. עס איז צום גלייבן אז די ריפובליקאנער וועלן איצט האבן א גרינגערן פעלד צו טרעפן פאסיגע קאנדידאטן פאר די היי-יעריגע וואלן. איצט בלייבט נאר איבער צו זעהן וואס וועט זיך אויסקאכן מיט דעם העלט-קעיר ביל.
נשלח ב-20/1/2010 04:24
AP: Republican Scott Brown wins Massachusetts Senate
נשלח ב-20/1/2010 04:05
קנאפע האלב שוין געציילט ריפאבליקן = 52% דעמאקראט = 47%
נשלח ב-20/1/2010 01:36
ס'איז דא אנאליסטען וואס זאגען אז ס'איז קיינמאל נישט געווען אזא דעמאקראטישע סטעיט, נאר קענעדי האט פשוט געווינען ווידערוויילונג נאכאנאנד ווייל ער איז געווען פון די קענעדי פאמיליע. אין גאנץ מעסיג לגבי אסאך אישוס ממילא איז ער געווען שטארק דארטען, והא ראיה מ'זעט יעצט אז גראד נאך אים איז דא אזא שווערע פארמעסט, ווי ס'קוקט אויס אז די רעפאבליקאנער קאנדידאט מאכט עס. אבער פון די אנדערע זייט איז דא וואס טענה'ן (הויפזעטליך די קאנסערווטיווע) אז עס איז באמת יא א דעמאקראטיש גענויגטע שטאט נאר די סיבה פארוואס די דעמאקראט איז שוואך יעצט איז וועגען די העלט קעיר פלאן אין די עולם ווייזט ארויס אזוי זייער אויפברויז אויף אבאמא. אין זיינע פלענער.
נשלח ב-20/1/2010 01:22
אפשר וועלן די דעמאקראטן טראגן זייערע וויילער צו די שטום בודקעס מיט פיקאפ טראקס?...
נשלח ב-20/1/2010 01:18
מצד שני זענען די דעמאקראטען זייער שטארק דארט אין האבען די מעגליכקייט ארויס צו ברענגען די וויילער שטימען
נשלח ב-19/1/2010 20:33
שווער צו זען וויאזוי די דעמאקרעטס קענען עס מאכן. טאפ דעמאקרעטס זאגן אז העלט קעיר גייט דורכגיין טויט אדער רויט. זיי פלאנען צו צווינגען די דעמאקרעטס אין קאנגרעס צו באשטעטיגן די סענאט העלט קעיר ביל ווי סשטייט און גייט. אזוי דארף נישט דער סענאט נאכאמאל שטימען אויף דעם ביל. ונראה מה יהי'.
נשלח ב-19/1/2010 19:09
טויזנטער מאסאטשוסעטס איינוואוינער מארשירן אצינדער צו די שטים-בודקעס איבערן סטעיט, כדי אפצוגעבן דעם שטימע אויף א זיץ וועלכער האט ביז עטליכע וואכן צוריק געווען קלאר ביי יעדן אז דאס וועט אויף קיין ספק נישט ארויספאלן פון דעמאקראטישע הענט. דער באקאנטער פאולסטער דזשאן זאגבי זעהט פאר זיך א קאוקלי געווינס, אין דעם סטעיט וואס האט שוין נישט ערוויילט קיין ריפובליקאנער סענעטאר אין קרוב צו פערציג יאר. גאנץ אמעריקע האלט מיט דער פארמעסט פון דער נאנט. די שטים-בודקעס וועלן פארשפארט ווערן היינט נאכט 8:00. טויזענטער פארטייאישע ארבייטער און וואלונטירן טוען אצינדער אריינלייגן זייער גאנצער קאפ און מח ארויסצוברענגען די מאקסימום שטימען וואס שייך לטובת זייערע קאנדידאטן.
נשלח ב-18/1/2010 21:45
לויט מיין אינפארמאציע זענען זיי קיינע מסרבים לדין, טא וואלסטו געמעגט צולייגן א להבדיל. --- פרישע אנקעטעס ארויסגעגעבן היינט ווייזן געמישטע רעזולטאטן. א ריסורטש צוויי טויזענט אנקעטע ווייזט א א אייניג צוטיילטן פארמעסט 48-48%, א "פובליק פאליסי פאולינג" ווייזט א 5 פראצענט אויבערהאנט פאר בראון 51-46%, ווידעראום א אנדערער אנקעטע ווייזט אויף א צען פראצענט אויבערהאנט פאר בראון 52-42%. ביידע פארטייען לייגן אריין אלע זייערע כוחות אויף דעם זיץ, זינט דער פארמעסט איז נישט בלויז אויף דעם ספעציפישן בענקל. דער פארמעסט וועט אנטשיידן אויב די דעמאקראטן זאלן ווייטער קענען אנהאלטן גענצליך קאנטראל אויפן סענאט, א זאך וואס די ריפובליקאנער ווילן פאר אלע געלטער אפשטעלן, נאכדערצו ווען מען גרייט זיך צום לעצטן העלט קעיר אפשטימונג. די ריפובליקאנער האבן שוין געלאזט מעלדן אז די דעמאקראטן וועלן גארנישט האבן פון אויפהאלטן די אפיציעלע רעזולטאטן פון די וואלן אין פאל פון א בראון געווינס - כדי צו קענען שנעל שטימען אויף דעם העלט קעיר ביל - מיט די טענה אז לויט'ן געזעץ, וועט פאול קירק, דער איצטיגער צייטוויליגער סענעטאר, ווערן אויס סענעטאר מארגן נאכט ניין אזייגער, וואס וועט אטאמאטיש אוועקנעמען דעם זעכציגסטן סענעטאר אפצושטעלן א ריפובליקאנער פיליבאסטער. דאס איז יעדער מודה אז דער 'סוף פסוק' איבער די מארגענדיגע וואלן, ווענדט זיך בלויז אין דעם "טורנאוט" וואס די קאנדידאטן וועלן קענען צושטעלן צום שטים-בודקע. א זאך אויף וואס ביידע קאנדידאטן לייגן אריין זייער לעצט ביסל ענערגיע.
נשלח ב-18/1/2010 04:30
אויב האבן די דעמאקראטן אביסל שכל ברענגען זיי אראפ שאול פערלשטיין צו קאמפיינען, ער האט נאך קיינמאל נישט פארלוירן!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.