בית פורומים אידישע געדאנק

חתונה מיט כשר'ע פלייש אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/1/2010 00:03 לינק ישיר 
חתונה מיט כשר'ע פלייש אין קרית יואל

ווי א בשורה טובה ווערט געמאלדן אז אין די קומענדיגע טעג וועט געעפנט ווערן א חתונה האלל אין קרית יואל, ווי די באטייליגטע וועלן קענען עסן כשר'ע פלייש, און נישט ווערן געצווינגען צו עסן פון דעם פארטייאישן בית השחיטה, וואס זענען גרייט צו לאזן זייערע קאסטומערס עסן עטליכע וואכן עופות טמאים רח"ל, ווייל עס פאסט נישט פאר ר' אהרן צו האבן א מכשול.


אין דעם נייעם האלל, וועט דער קעיטערער צושטעלן כשר'ע פלייש, און דער קעיטערער וועט אויך נישט צווינגען וועמען צו נעמען פאר מסדר קידושים.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2010 20:37 לינק ישיר 

ר' ישעי' יעקב שטויבער עסט נישט די פלייש ביי די ארונישע זאל פאראדייס, קאנפירמד מיט מיינע אויגן נישט מיטן אייניקל 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 19:40 לינק ישיר 

moishe12 כתב:
קענסט שרייען שקרן
אין וויינלאנד איז קיין שטיין זאלץ נישטו אויף דעם קען איך דיר נישט ענטפערען

אין סקווירא ניצן זיי יא שטיין זאלץ (יעצט ביי מהרדין)
ווי ווייט איך ווייס פארקויפט בני יואל נאר סקווירא פלייש


דא ליגט דיין טעות
ווייל זיי פארקויפן ביידע
פאר די סקווירא פלייש רעכנען זיי מער געלט
למשל ר' ישעי' יעקב שטויבער עסט נאר אדער פין סקווירא אדער פין בית השחיטה (מהר''א) געהערט פין א אייניקעל
נישט פין וויינלאנד, סיי וועגן די זאלץ סיי וועגן די אנערע פראבלעמן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2010 03:04 לינק ישיר 

וואס די נייע בני יואל זאל האט קאטשקע אויף זייער מעניו?

א באנדע פרעסערס!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 01:19 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:
קענסט שרייען שקרן
אין וויינלאנד איז קיין שטיין זאלץ נישטו אויף דעם קען איך דיר נישט ענטפערען

אין סקווירא ניצן זיי יא שטיין זאלץ (יעצט ביי מהרדין)

ווי ווייט איך ווייס פארקויפט בני יואל נאר סקווירא פלייש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2010 21:58 לינק ישיר 

מאנדרויער כתב:
 קארלסבורג האט בערך א שעה צוריק ארום געשיקט א מעסעדזש אז ב"ה איז נישט געווען קיין שום מכשול!!! אלעס איז געווען ב"ה בתכלית הכשרות! יאכלו ענוים וישבעו!

יעצט דארף מען שוין נישט די נייע זאל ווייל זיי האבן נישט מכיל געווען טמאנע עופות?!

קאן ווי האט מען געשיקט דעם מעסעדש? צו שמואל ווידער'ס אימעיל אדרעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 20:56 לינק ישיר 

קענסט שרייען שקרן
אין וויינלאנד איז קיין שטיין זאלץ נישטו

אין סקווירא ניצן זיי יא שטיין זאלץ (יעצט ביי מהרדין)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 20:53 לינק ישיר 

די שקרן וואס די ביסט הער אויף צי באקען זאג מיר נישט וואס טיט זיך אין בני יואל
זיי האבען אפילי געשיקט א אייגענע משגיח פאר שטיין זאלץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2010 20:48 לינק ישיר 

וועגן די לעכערליכקייט פין דעם סקאנדאל דארף איך נישט מאריך זיין

עס איז אבער כדי צו באמערקן אז בני יואלע בוטשער אין קרית יואל קויפט פלייש פין וויינלאנד
די פלייש וועכלע מ'זאלצט מיט די נייע זאלץ... אין האט מער נישט קיין משגיח תמידי ביים זאלצען
אין האט אויפגענועמן יונגע אין פרעמדע שוחטים..

די עופות  וואס זיי שחט'ן ביי סקווירא איז א ספעציעלע שטאטע שחיטה, פאר די פרימע פין זיי, אין ס'קאסט אסאך טייערער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 03:35 לינק ישיר 

 קארלסבורג האט בערך א שעה צוריק ארום געשיקט א מעסעדזש אז ב"ה איז נישט געווען קיין שום מכשול!!! אלעס איז געווען ב"ה בתכלית הכשרות! יאכלו ענוים וישבעו!

יעצט דארף מען שוין נישט די נייע זאל ווייל זיי האבן נישט מכיל געווען טמאנע עופות?!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2010 01:24 לינק ישיר 

מען וועט מעגען נעמען מהר"א מסאטמאר פאר סידור קידושין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2010 00:53 לינק ישיר 

סעננדר


דאס איז בכלל נישט קיין וויץ.

עטליכע וואכן האט די בית השחיטה אין קרית יואל געוואוסט אז זיי האבן פארקויפט קאטשקעס, עופות טמאים, און געלאזט זייערע קאסטומערס דאס ווייטער עסן, ווייל עס האט נישט געפאסט פאר זייער כבוד, אז זיי זענען דורכגעפאלן מיט א מכשול.

אנשטאט ארויסצוקומען מיט א מודעה "לאפרושא מאיסורא" און מודיע זיין פאר זייערע קונדן אז זיי זאלן עכ"פ נישט עסן די קאטשקעס וואס ליגט נאך אין פריזער, האבן זיי געעפנט א מערכה קעגן דעם באקאנטן מומחה אין כשרות, הגאון ר' יצחק שטיין שליט"א, מיט נארישע ליצנות און זשאוקס, אז ער איז א "שונא".

אין די זעלבע צייט האבן זיי ווייטער מכשיל געווען דעם ציבור בזדון, און פארקויפט די טמא'נע קאטשקעס, פאר די נייגעריגע אהרונים, וועלכע האבן נישט באגריפן דעם ערנסטקייט און געוואלט פארזוכן פון די "קאטשקע פלייש" וואס זיי האבן קיינמאל נישט געוואוסט אז ס'איז אפילו דא אזא פראדוקט.

אין "עטרת מאיר צבי", וועט מען נישט סערווירן די פלייש פון דעם לייכטזיניגן בית השחיטה, וואס האט נישט קיין שום אחריות קעגן זייערע קאסטומערס.

ווען הגה"צ ר' יחזקאל גאלד שליט"א האט געשריגן ביים מעמד הוצאות ספרי תורה, אז מען טאר נישט געטרויען די אהרונישע בית השחיטה האבן מענטשן געטראכט אז ער איז אביסל עקסטרעם....

היינט ווייסט מען שוין ליידער, אז אין די זעלבע צייט האבן אידישע קינדער געגעסן טריפה'נע קאטשקעס עופות טמאים, וואס איז פארקויפט געווארן דורך די "בית השחיטה המהודרת"...

איך ווייס נישט צו איך וואלט היינט געגעסן "קאמפאט" פון די אהרונישע השגחה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 00:15 לינק ישיר 

יעצט מאך א נייע אשכול אויך פאר די קאמפאט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > חתונה מיט כשר'ע פלייש אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext