סעננדר
דאס איז בכלל נישט קיין וויץ.
עטליכע וואכן האט די בית השחיטה אין קרית יואל געוואוסט אז זיי האבן פארקויפט קאטשקעס, עופות טמאים, און געלאזט זייערע קאסטומערס דאס ווייטער עסן, ווייל עס האט נישט געפאסט פאר זייער כבוד, אז זיי זענען דורכגעפאלן מיט א מכשול.
אנשטאט ארויסצוקומען מיט א מודעה "לאפרושא מאיסורא" און מודיע זיין פאר זייערע קונדן אז זיי זאלן עכ"פ נישט עסן די קאטשקעס וואס ליגט נאך אין פריזער, האבן זיי געעפנט א מערכה קעגן דעם באקאנטן מומחה אין כשרות, הגאון ר' יצחק שטיין שליט"א, מיט נארישע ליצנות און זשאוקס, אז ער איז א "שונא".
אין די זעלבע צייט האבן זיי ווייטער מכשיל געווען דעם ציבור בזדון, און פארקויפט די טמא'נע קאטשקעס, פאר די נייגעריגע אהרונים, וועלכע האבן נישט באגריפן דעם ערנסטקייט און געוואלט פארזוכן פון די "קאטשקע פלייש" וואס זיי האבן קיינמאל נישט געוואוסט אז ס'איז אפילו דא אזא פראדוקט.
אין "עטרת מאיר צבי", וועט מען נישט סערווירן די פלייש פון דעם לייכטזיניגן בית השחיטה, וואס האט נישט קיין שום אחריות קעגן זייערע קאסטומערס.
ווען הגה"צ ר' יחזקאל גאלד שליט"א האט געשריגן ביים מעמד הוצאות ספרי תורה, אז מען טאר נישט געטרויען די אהרונישע בית השחיטה האבן מענטשן געטראכט אז ער איז אביסל עקסטרעם....
היינט ווייסט מען שוין ליידער, אז אין די זעלבע צייט האבן אידישע קינדער געגעסן טריפה'נע קאטשקעס עופות טמאים, וואס איז פארקויפט געווארן דורך די "בית השחיטה המהודרת"...
איך ווייס נישט צו איך וואלט היינט געגעסן "קאמפאט" פון די אהרונישע השגחה.