בית פורומים כל העולם כולו

שומו שמים: ש"ס ווערט א טייל פון ציוני'סטישן הסתדרות!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/1/2010 19:27 לינק ישיר 
שומו שמים: ש"ס ווערט א טייל פון ציוני'סטישן הסתדרות!

ווי עס ווערט באריכטעט דא אין בחדרי חרדים האט ש"ס געטוישט אירע אייגענע שטאטוטן כדי צו קענען ווערן א טייל פון דער ציוני'סטישער "הסתדרות" - די סאמע עלצטע ציוני'סטישע ארגאניזאציע וואס שטייט נאך ביזן היינטיגן טאג, און וואס איז נאך געגרינדעט געווארן דורכ'ן עוכר ישראל הערצל ימ"ש זעלבסט, מיטן ציל צו פארווירקליכן זיין רעיון פון א ציוני'סטישע מדינה!

ביזן היינטיגן טאג האט נאכנישט פאסירט אז א חרדי'שע ארגאניזאציע, בפרט אזא פראמינענטע ווי ש"ס, זאל זיך וואגן אפן צוזאמצושטעלן מיט די דאזיגע ארגאניזאציע, קעגן וועמען אגודת ישראל איז ארגינעל געגרינדעט געווארן! און דא איז שוין נישטא דער שאבלאנער תירוץ פון "מדינה שאני" מיט וואס זיי האבן זיך אלעמאל פארענטפערט פארן זיצן אין כנסת המינים.

צום וויפילטן מאל שטעלט זיך ארויס דער אפענער בליק פון אלע גאונים וקדושים זי"ע פון די פריערדיגע דורות וועלכע האבן אונז געווארנט אז דאס התחברות און מיטארבעטן מיט די רשעים וועט זיך נישט אפשטעלן דארט וואו די ארגינעלע מתחברים מיינען אז עס וועט. ישראל כשיורדין יורדין עד לעפר, רחמנא ליצלן.

מי יתן אז משיח זאל אונז שוין בקרוב אויסלייזן פון די פרייע ציונים און חרדי'שע ציונים, וילמדו תועים בינה.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/1/2010 00:40 לינק ישיר 

פון אישי:
היינט האט איינע פון די חברי כנסת פון ש"ס קאנטעראטאקירט משה גפני די יו"ר פון דגלץ און ליינט גוט די ווערטער:

בשלמא ווען ענק וואלטן ווען געווען סאטמאר, און ענק וואלטן ווען נישט אריינגעגאנגן אין כנסת, ניחא. אבער עטץ האבן אלע געשוואוירן טריישאפט פאר די מדינה הציונית, ענק שטייען אלע ווען מ'זינגט התקווה. און ענק אטאקירן אונז פארן אריינגיין אין די ציוניסטישע הסתדרות????

שפתיים יושק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/1/2010 03:14 לינק ישיר 

לאגיש כתב:
שולדיג איז סאטמאר ווייל מען האט קיינמאל נישט געטשעפעט די ספרדים

מען האט אלעמאל אטאקירט די אגודה און אזוי האבן זיי זיך געהאלטן און נישט געזונקען נאך טיפער אבער ש"ס האט באקומען א פרי פעס ביים היימישן עולם צו קענען טאן וואס זיי ווילן

וועגן דעם איז דאס יעצט געשען
לויט מיינע מקורות איז סאטמאר (איך רעד פון די ארונים - נישט פארמישן!) אויך שולדיג אין איראנ'ס נוקעלערע וואפן, דער בלאט האט אלעמאל אטאקירט די אגודה און וועגן דעם האבן זיי זיך געהאלטן, אבער איראן און די זאליס האט דער בלאט אייביג איגנארירט, און זיי מיינען וועגן דעם אז זיי קענען טאן וואס זיי ווילן. שומו שמים!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2010 00:21 לינק ישיר 

אפילו די אגודיסטן שעמען זיך וואס זייערע ספרדישע ברודער האט געטוהןץ היינט האט אפילו די יו"ר פון דגל ארויסגעקומען גאר שארף אנטקעגן וואס ש"ס האט געטוהן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/1/2010 23:43 לינק ישיר 

לאגיש

נו, אדרבה! הייב דו אהן טשעפן יעצט
עפען נאך א פראנט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2010 20:08 לינק ישיר 

רבי יונה, ווען דו רעדסט ווי א פערד מאכסטו מיר זיך שעמען אז איך באלאנג צו די זעלבע קהלה ווי דו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2010 19:52 לינק ישיר 

שולדיג איז סאטמאר ווייל מען האט קיינמאל נישט געטשעפעט די ספרדים

מען האט אלעמאל אטאקירט די אגודה און אזוי האבן זיי זיך געהאלטן און נישט געזונקען נאך טיפער אבער ש"ס האט באקומען א פרי פעס ביים היימישן עולם צו קענען טאן וואס זיי ווילן

וועגן דעם איז דאס יעצט געשען



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2010 19:40 לינק ישיר 

צו גיין אינעם טמא'נעם בג"ץ איז הארבער פון דעם.

ביזן היינטיגן טאג האט נאכנישט פאסירט אז א חרדי'שע ארגאניזאציע, זאל זיך וואגן אפן צו גיין אינעם טמא'נעם בג"ץ, נאר די זאליס האסן דאס געטאן!

ישראל כשיורדין יורדין עד לעפר, רחמנא ליצלן!

מי יתן אז משיח זאל אונז שוין בקרוב אויסלייזן פון די פרייע ציונים און חרדי'שע בג"ץ'ניקס, וילמדו תועים בינה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שומו שמים: ש"ס ווערט א טייל פון ציוני'סטישן הסתדרות!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext