יעדער איינער געדענק נאך די מערכה פון די חרדישע מאמע וועלכע איז באשילדיגט געווארן אין פארנעכליסיגן אירע קינדער. און די אלע עסקנים, און די מאמע זעלבסט האבן גע'טענה'ט אז הדסה שפיטאל האט געמאכט מעדעצינישע פריוואונגן אויף דאס קינד.
די מאמע האט געהאט געבוירן א קינד בשטו"מ א שטיק צייט צוריק, און זי פילט זיך נישט גוט פון דעטמאלס, און זי דארף גיין צו א שפיאל צו ערהוילן אירע פיס וועלכע ארבעט שווער. ווי אינטערעסאנט איז, אז פון אלע שפיטעלער ווי צו מאכן די שיקום(ערהוילן) האט זי פונקט אויסגעוועלט הדסה שפיטאל!!.
נשלח ב-19/1/2010 00:14
וואס איז די פוינט וואס די ווילסט ארויסברענגען?
נשלח ב-19/1/2010 00:23
דאס וואס הרב אלימלך פירער האט דאן גע'טענה'ט אז דאס אמת ליגט ערגעץ ווי אינדערמיט
נשלח ב-19/1/2010 01:09
ח"ו צו טראכטן אנדערש ווי ר דוד שמידל מיט דעם אבד י"ם
נשלח ב-19/1/2010 01:13
Askan כתב:
ח"ו צו טראכטן אנדערש ווי ר דוד שמידל מיט דעם אבד י"ם
שרייב קלאר ארויס וועלכע אב"ד דו מיינסט.
צו מיינסטו אב"ד ירושלים שליט"א. ווען האט ער געזאגט אז די שפיטאל האט געמאכט די מעדעצינישע פריוואונגן?, אויב ער איז שוין יא ארויסגעקומען אנטקעגן עפעס, איז די בריטאלישע ארעסט, און די וועג וואס מ'האט איר געהאלטן.
אויב מיינסטו די יפו'ער. דארף איך טאקע צוריקצוען, ווער בין איך זיך צו קריגן אנטעגן דעם יפו'ער מיט זיין גאונות'דיגע טאטע?
נשלח ב-19/1/2010 01:56
וואס איז געבליבן מיט דעם שפיטאל וואס די זאליס האבן אפגעקויפט אין ירושלים ?
נשלח ב-19/1/2010 02:19
אה! דארט וואו די שטאק וואס מען האט ארויף געבויעט אויף ויואל משה איז!