| נשלח ב-20/1/2010 08:58 |
|
| |
צומתהגידין: א ריקאל אדער יאכלו ענוים וישבעו (!)
איך בין דא מעתיק פון דעם אנדערען פארום, סיי ווייל איך האב נישט דארט קיין רשות כתיבה, והשנית איז עס נאר געמאכט פאר ניכטערע מענטשן.
צומתהגידין:
א ריקאל אדער יאכלו ענוים וישבעו (!)
איך האב שוין געשריבן מערערע מאל און איך וועל עס פרבירן איבערשרייבן.
דער ריקאל וואס די קרית יואל בית השחיטה האט געמאכט [בלית ברירה] איז געווען א עקסטרעם פרומע [רח"ל, דער רבי ז"ל האט דאך פיינט געהאט די עקסטרעמע, פרומע, פאנאטיקער, שווארצע, ווערעמיגע וכו'] שריט, לפנים לפנים לפנים משורת הדין. [גערעכט!! "דער בלאט" "דיןתורה" "גערעכטער" "יאנקעלע" און נאך פיל אנדערע האלטן אז מ'איז נישט מחוייב צו מאכן קיין ריקאל]
1) ווייל ס'איז א וודאי ממש אז ס'איז יא געווען מסורה'דיג. צוליב די עדות פון די שוחטים, [ווער? ר' נח גפן וועלכער האט תיכף געזאגט אז ס'האט יא געהאט שווארצע קעפ?], און צוליב די רעסיטס און אינוואויסעס וועלכע שטייט קלאר אז ס'איז פעקין. [און וואס איז געשטאנען אויף די רעסיטס ביי זשי ענד זשי?]
2) אויב ס'איז א ספק צי עס איז געווען מסורה'דיג איז עס ווייטער א ספק ספיקא. [פארוואס??????]
3) אפילו אויב עס וואלט נתברר געווארן אז ס'איז מוסקאווי ממש, איז עס אויך לויט רוב פוסקים [???] מותר לכתחילה. [און וועלכע פלאץ אין די וועלט עסט מען מוסקאווי, ווייל רוב פוסקים האלטן אזוי??]
4) אפילו מיר זאלן אננעמען אז מיר עסן עס נישט, [ס'איז בכלל א שאלה צו מיר עסן עס???] איז נישטא קיין שום ריקאל, איידער דער בירור איז קלאר. [קודם כל פארוואס?? אויב ס'איז א דא א ספק גמור פון טריפות, דארף מען נישט מאכן קיין ריקאל?? והשנית, דער בירור איז שוין קלאר אז ס'איז געווען!! די שאלה איז נאר צו ווי "דער בלאט" שרייבט אז ס'האט זיך אריינגעמישט, אדער ווי דער דעסטריביוטער האט געזאגט אז ער האט געשיקט א געהעריגע שיפמענט פון דעם]
יעצט אז מ'האט געמאכט א ריקאל, איז אינטרעסאנט צו ברענגען עטליכע דוגמאות פון סקאנדאלן אין די לעצטע יארן, ווען מ'האט אלץ [געמיינט אז מ'האט] געכאפט פראבלעמען, און וואס מ'האט געטאן דערצו.
1) בשנת תשל"ז בערך האט מערערע קאסטומערס געפינען אין די סאטמארער מצות גאנצע ווייצלעך. א זאך וואס לויטן מחמירים אויף געבראקטס איז עס ערנסטע שאלות.
עס איז געווארן א שטורעם.
און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים [ובתוכם הגאון הגדול וכו' בעל אגלי דבש] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט געבראקטס???
דרך אגב, איך האב נישט אזא גוטע זכרון, אבער אין הגדה דברי יואל ווי אויך אינעם מחזור [ווייטער פון די שונאים...] שטייט פונקט א פארקערטע מעשה, אז דער רבי זי"ע האט געהייסן מפרסם זיין אז מ'טאר נישט בראקן, כאטשיג מ'האט געטענה'ט מיטן רבי'ן אז ס'איז א ווייטע חשש, און ס'וועט ארויסקומען א גרויסע בזיון פאר סאטמאר אז ס'האט געקענט פארקומען אזא מכשול, האט דער רבי זי"ע באפוילן אז מ'זאל מפרסם זיין אז מ'טאר נישט בראקן.
2) אין תשל"ו האט דעברעצינער רב זצ"ל ארויסגעגעבן סקאנדאלן איבער אלגעמיינע חסידישע שחיטה (פון וואו סאטמר האט גענומען) אז מ'שחט צופיל עופות פער שעה, און אז ער האט פערזנליך געזעהן אז די שוחטים קענען נישט שפירן דעם חלף, ווייל מ'שטופט אריין פיל מער וויפיל מ'מעג לויט די הלכה.
ער האט ארויסגעגעבן קונטרסים און מסביר געווען די הלכה'דיגע פראבלעם.
עס איז געווארן א שטורעם.
און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסטו אז די דיינים [וועלכע דיינים?? לכאו' די בעלי מכשירים, בתוכם אדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט טריפות???
אלא מאי, האבן די דיינים ורבני המכשירים מברר געווען אז די ערעור איז נישט ריכטיג, און מ'שחט נישט מער ווי מען מעג. [והא ראי', אז אין די "בית שחיטה מהודרת" שחט מען גארנישט ווייניגער אין א שעה, וואו אין די אנדערע בתי שחיטות אויף וועלכע די ערעור האט געזאלט זיין].
3) בשנת תשמ"א בערך ווען קאשויער רב האט מעיד געווען אז די סאטמארער פלייש געשעפט האט פארקויפט אן אומגגעטרייבערט שטיקל פלייש, און מ'האט געפונען דערויף חלב.
עס איז געווארן א שטורעם, חלב דאורייתא איז נישט קיין קלייניקייט.
דער שטורעם איז געווען עד לב השמים, עד היום הזה האבן אסאך אידן זיך פארגענומען נישט צו עסן קיין בשר בהמה, זינט דעמאלטס.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים [בפקודת הקודש של האדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל בליל יוהכ"פ, ובתוכם הגאון הגדול וכו' בעל אגלי דבש] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט חלב דאורייתא???
נאר די תירוץ איז, די גאנצע ערעור איז געווען געבויעט אויף א מנקר פון ארץ ישראל, וועלכער האט געטענה'ט אז דארטן נעמט מען מער אראפ ווי דא. נו, איז דעמאלטס נתברר געווארן, אז דאס וואס מ'פירט זיך דא איז "אקוראט" אזוי ווי מ'האט זיך געפירט אין דער אלטער היים, וואו די סדר הניקור איז געווען אוועק געשטעלט דורך די גדולי אונגארן, אשר מפיהם אנו חיים. משא"כ אין ירושלים האט מען זיך געפירט אסאך חומרות אין ניקור, וועלכע שטאמט לכאו' פון די ספרדים, [וואו באקאנט איז די שחיטה אין ירושלים געווען אונטער די בעלות פון די ספרדים, וועלכע זענען געווען אין ירושלים פילע יארן פאר די אשכנזים די תלמידי הגר"א ותלמידי הבעש"ט וועלכע זענען געגאנגען קיין צפת און טבריא]. און ממילא האבן די רבנים געהאלטן גאנץ קלאר, אז מיר זענען נישט מחוייב מחמיר צו זיין אויף חומרות וועלכע אלע גדולי אונגארן האבן נישט מחמיר געווען, און געהאלטן פאר א לכתחלה שבלכתחלה.
א ודאי זענען דא ערליכע אידן, וועלכע זענען דאן געוואויר געווארן, אז אין ירושלים איז מען מחמיר אין ניקור, און דערפאר האבן זיי זינט דעמאלטס מער נישט געגעסן קיין בהמה פלייש, אבער דאס איז נישט קיין שום מחייב, אז מ'מוז דא מחמיר זיין אזוי ווי אין ירושלים.
4) בשנת תשמ"ו בערך איז מען געוואויר געווארן אויף א שוחט אז זיין מעסער איז געווען פגום, און זיין שחיטה איז ל"ע געווען נבילה ממש.
עס איז געווארן א שטורעם, נבילה איז א דאורייתא און איז נישט קיין קלייניקייט.
דער שטורעם איז געווען עד לב השמים, ווידער האבן זיך נאך א גרויסע צאל אידן פארגענומען נישט צו עסן קיין בשר בהמה, זינט דעמאלטס.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים [בפקודת הקודש של האדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל, ובתוכם הגאון מקארלסבורג שליט"א, דאן דומ"ץ קיט"ל ב"פ] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט נבילה???
[ובמאמר המוסגר, האט מען אין די בוטשער אין קרית יואל, אויך ווייטער פארקויפט די פלייש אן קיין שום פראבלעם. וואו איז די ריקאל???? נבילה איז א דאורייתא!!!!!]
מ'מוז זאגן אז די דיינים הנ"ל האבן מברר געווען אז די רינון איז נישט ריכטיג, אנדערש קען נישט זיין אז אזעלכע גדולי ישראל זאלן מכשיר זיין נבילה דאורייתא. [ס'איז געווען נאך פאר תשנ"ט].
בדרך אגב, איז כדאי צו באמערקן, אז הרב מנירבאטור שליט"א האט דאן אראפגענומען זיין הכשר פון די גאנצע שחיטה פאר עטליכע וואכן, און א דאנק אים האט די או. יו. געלייגט פרעשור אויף די בעלי בתים, און מ'האט טאקע מעביר געווען יענעם שוחט פון שחט'ן, און נאר דאן האט ער צוריק געלייגט זיין הכשר, און מאותו היום האט ער מער נישט געטארט שחט'ן אין יענעם בית השחיטה, [ער האט נאר אנגעפירט די סדר השוחטים וכדו']. נאר וואו האט ער נאך יא געקענט שחטן?? ערב יוה"ק די כפרה פון האדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל [נאך פאר תשנ"ט, ואין הקב"ה מביא תקלה לצדיקים].
5) אין תשס"ז בערך האט מען געפינען א שטיקל "שומן" אדער חלב אויף אונזער פלייש. [למען הפונקטליכקייט, א חשש שומן אויף די לעבער, וואס ווער ס'קען אביסל א בהמה, ווייסט א די לעבער און די שומן קומען זיך בכלל נישט צוזאם, ס'איז נאר א געוויסע קרום וועלכע רירט אן די לעבער].
עס איז געווארן א שטורעם, חלב איז א דאורייתא [פריער שרייבסטו "שומן אדער חלב", שומן איז נישט קיין דאורייתא] און איז נישט קיין קלייניקייט.
דער משגיח האט זיך סותר געווען 4 מאל, און מ'האט אים געכאפט מיט אפענע שקרים.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט חלב אדער שומן???
איך בין נישט אזוי באקאנט אין די פרטי הפרשה, און סדר הניקור קען איך אודאי נישט, [און דו אויך נישט..] אבער כמדומה לי, אז קיינער האט נישט געקענט אויפווייזן אז ס'רעדט זיך פון שומן וואס מ'איז מחוייב ע"פ הלכה אראפ צו נעמען, און אז מ'האט זיך אזוי געפירט אין דער אלטער היים. אודאי קען זיין אז אין ירושלים טוט מען יא אזוי, אבער ווי פריער געזאגט זענען מיר נישט מחוייב מחמיר צו זיין אויף חומרות וועלכע אלע גדולי אונגארן האבן נישט מחמיר געווען, און געהאלטן פאר א לכתחלה שבלכתחלה.
ווי אויך האט דער רב המכשיר ארויסגעגעבן א בריוו, וואו ער איז מסביר זיין שטעלונג אין דעם נושא, וואס ער האלט אז ס'איז נישט געווען קיין שום חשש. דו האלטסט אז ס'איז אסור? דעמאלטס עס נישט דערפון, אבער דער רב המכשיר איז בכח זיך צו חולק זיין אויף דיר.
6) אין תשס"ח בערך איז מען געוואויר געווארן אז די פלייש פון אוריגוויי האבן א שאלת טריפה, איבער די געלעכטערע כריסים.
מערערע משגיחים און רבנים [ווער?? יא! די צוויי באקאנטע האט ליינס, אמ"ג און נ"ר] זענען אראפגעפארן אהין זיך אומקוקן און אלע האבן מעיד געווען אז ס'איז שאלות דאורייתא'ס. [ס'איז שאלות, אדער ודאות, הייסט עס אז ס'איז נישט זיכער...]
עס איז געווארן א שטורעם, טריפה איז א דאורייתא און איז נישט קיין קלייניקייט.
ווידער האט זיך משגיח סותר געווען מערערע מאל, און מ'האט אים געכאפט מיט אפענע שקרים.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט טריפות???
נאר די תירוץ איז, ווייל דער רב המכשיר האט געטענה'ט בתוקף אז מ'איז אלעס בודק, און וואס ס'טויג נישט נעמט מען נישט. והא ראי', הרב לנדא האט ווייטער געשחט'ן אין פארגוויי, כאטש די זעלבע מערערים האבן געשריגן אז דארט איז די זעלבע, ווי אויך איז כהיום יום פארהאן א שחיטה אין אורוגוויי בהשגחת הרמ"מ ווייסמאנדל [מיט וועמען קר"י רבי האט געוואלט גיין צוזאמען ביי די בהמה פלייש], און "אין פוצה פה ומצפצף". אלא מאי, אז דער רב המכשיר איז מעיד אז מ'איז בודק, האט ער דאס פולסטע נאמנות.
אין קרית יואל איז עמיצער אויפגעקומען מיט א שטות [יא א ודאי א שטות!!, די שטות פונעם בלאט צו מאכן פורים פונעם ציבור און פון זיך אליינס].
און די דיינים דארט האבן געמאכט א ריקאל... [נאכן האבן פרעשער צוויי וואכן פון די גאס, און פון רבנים וועלכע האבן נישט אריינגעלאזט זייער פלייש, בתוכם די או. יו. וועלכע האבן געסטראשעט נישט אריינצולאזן זייער פלייש ביז זיי זאגן קלאר וואס ס'גייט פאר, יא אדער ניין].
קומען מאנכע און שרייען העי. ער מאכט א ריקאל ! [נאך צוויי וואכן מאכן ליצנות, אז יענער האט געהאט, און אונז האב מיר אים געראטעוועט!!! קיינער זאגט נישט אז מ'דארף נישט מאכן קיין ריקאל, מ'זאגט נאר אז מ'האט עס געדארפט טוהן באצייטנס].
זיי זענען גערעכט.
ווייל די דיינים וואלטען געדארפט טאן וואס אלע האבן געטאן ביז היינט... [מברר זיין דעם אמת, און אויב שטעלט זיך ארויס אז ס'איז נישט ריכטיג, דאן זאלן זיי] שרייען יאכלו ענוים וישבעו ! [אבער ווילאנג זיי זענען נישט מברר להיתר, ומכש"כ ווען ס'איז נתברר געווארן פארקערט, דארפן זיי "שוין איינמאל" מאכן א ריקאל!!].
יעצט אז מ'האט זיך אריינגעלאזט אין די היסטאריע פון ריקאלס, איז אינטרעסאנט צו ברענגען נאך עטליכע דוגמאות פון סקאנדאלן אין די לעצטע יארן, ווען מ'האט אלץ געכאפט פראבלעמען, און וואס מ'האט געטאן דערצו. 1) בשנת תשנ"ד האט אויסגעבראכן א שטורעם אין ניו יארק, ס'איז נתברר געווארן אז מען אפערירט די קיען, און לויט דעם איז עס טריפה דאורייתא, און מ'טאר נישט טרונקען די מילך. עס איז געווארן א שטורעם. אין אלע אידישע צענטערן האט מען נישט געטרינקען קיין מילך יענע פאר טאג, ביז מ'האט ארויסגענומען פון די פארמס די אלע אפערירטע קוען. אבער אין "די קרית יואל'ע מוסדות" האט מען ווייטער געגעבן צו טרינקן די "מהודרת" קרית יואל מילך [איר געדענקט נאך די קאמפאני], און ווי ס'איז שפעטער נתברר געווארן זענען דארטן געווען נאר אפערירטע קוען, [און די קאמפאני האט זיך טאקע אפגשפארט א וואך שפעטער]. און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
2) בשנת תשס"ז האט אויסגעבראכן א שטורעם, ס'איז געקומען מערערים און געטענה'ט, אז ווען מ'האט געשניטן די "בעסטע" ווייץ אין אריזאנע האט יא גערעגנט, ווי אויך איז נישט געווען קיין שמירה פון ווען די ווייץ זענען נגמר געווארן, [ס'איז געווען שבועות אינדערמיט]. ס'איז געווארן א שטורעם, חמץ איז א דאורייתא.
די משגיחים האבן זיך סותר געווען מערערע מאל, ס'קען יא רעגענען אדער ס'קען נישט, מ'קען יא היטן די גאנצע פעלד אדער נישט, וכו' וכו'. און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
3) בשנת תשס"ח האט אויסגעבראכן א מעכטיגע שריפה אין די מצה בעקעריי אינערהאלב ת"ת קראלי, וועלכע איז דאן געווען אין די באזיץ פון די "צענטראלע קהל יטב לב", און לויט די עדות פון פילע צוקוקער איז כמעט לא ימלט אז ס'איז נישט נאס געווארן די מצות וועלכע זענען שוין דארט געליגן. ס'איז געווארן א שטורעם, חמץ איז א דאורייתא. ווי מ'איז שפעטער געוואויר געווארן, האט מען פארקויפט די מצות פאר ביליגער. און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל. 4) בשנת תשס"ט האט אויסגעבראכן א שטורעם, ס'איז געקומען א משגיח פון לעיקוואוד, וועלכער האט אנטדעקט אז ס'איז דא פילע טריפות פון צומת הגידין אין די "בית השחיטה המהודרת". ס'איז געווארן א שטורעם, טריפה איז א דאורייתא קודם האט מען עס געלייקנט, מ'האט באשריבן אין "שולחן מלכים" א שמועס מיט הרב דונער פון לאנדאן איבער די עסן פון די עופות, נאר נאכדעם וואס דער שטורעם האט געשטורעמט אן אויפהער, האט מען אנגעהויבן צו בודק זיין, [ובתנאי, אז יעדער האט דער פראבלעם, און נאר איך בין בודק]. וואס איז געווארן מיט אלע עופות ביז יעצט? שא שטיל!! און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
ועוד היד נטויה
תוקן על ידי זיבענבערגן ב- 20/01/2010 09:18:33
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2010 05:56 |
|
| |
איך טריי מיט צי האלטן , און איך זעיי ווי דער אמת ליגט דאן פארוואס מוז מען זיך טענען מיט אן ארוני ,זיי גיין ניט אריין בגדר דע מה שתשיב , זיי האבן א נייען יושקא זשוס פאר ארון דער כליפה פון דעם דור על כן הבדלו.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2010 10:08 |
|
| |
| דיןתורה כתב: |  | פין כל העולם
איך וויל דא ענטפערן אויף די נערישע רייד, וואס עמיצער פראבירט מיך אפווענדן.
דער ריקאל וואס די קרית יואל בית השחיטה האט געמאכט [בלית ברירה] איז געווען א עקסטרעם פרומע [רח"ל, דער רבי ז"ל האט דאך פיינט געהאט די עקסטרעמע, פרומע, פאנאטיקער, שווארצע, ווערעמיגע וכו'] שריט, לפנים לפנים לפנים משורת הדין. [גערעכט!! "דער בלאט" "דיןתורה" "גערעכטער" "יאנקעלע" און נאך פיל אנדערע האלטן אז מ'איז נישט מחוייב צו מאכן קיין ריקאל]
1) ווייל ס'איז א וודאי ממש אז ס'איז יא געווען מסורה'דיג. צוליב די עדות פון די שוחטים, [ווער? ר' נח גפן וועלכער האט תיכף געזאגט אז ס'האט יא געהאט שווארצע קעפ?],
שקרן !
ר' נח גפן און אלע אנדערע האבן מעיד געווען אז זיי האבן גע'שח'טן פעקין. נישט עפעס אנדערש.
איך ווייס נישט ווען און פאר וועם ער האט אזוי מעיד געווען, אבער ר' א"י עקשטיין, א שוחט אין זשי ענד זשי, וועלכער איז נישט חשוד אין פאבריצירן ליגנטס אויף די "מהודרת", האט תיכף אנגערופן ר' נח גפן, און ר' נח האט אים געזאגט אז ס'האט נאר געהאט שווארצע קעפ, אבער די שנאבל איז געווען געהעריג געל. [איך האב שוין אין א צווייטע אשכול מאריך געווען, אז ס'איז שטארק יתכן אז ער זאל זיך טועה זיין אינעם קאליר, ווייל די שוחטים אין זשי ענד זשי האבן אליינס נישט געקענט באשליסן צו ס'איז געל אדער נישט, אבער דאס האט ער קלאר געזאגט, אז די קעפ זענען יא געווען שווארץ]. קען זיין אז היינט נאכדעם וואס ער האט געליינט דער בלאט, זאגט ער שוין אנדערש, ווייס איך נישט.
2) אויב ס'איז א ספק צי עס איז געווען מסורה'דיג איז עס ווייטער א ספק ספיקא. [פארוואס??????]
ווייל א ספק צי עס איז מסורה'דיג, נעמט נישט ארויס פונעם ודאי אז עס איז כשר. ווייל די כשרות איז נישט אונטער פראגע צייכן, נאר א ערעור אויף די מסורה, וואס אן ערעור איז נישט שטערקער פון א וודאי. בריא [צ"ל ברי] ושמא בריא עדיף.
דו קוקסט אויס צו זיין א שטיקל למדן, אבער דו ביסט פארפארן פון די סוגיא פון ספק ספיקא צו ברי ושמא, לאמיר צוריקגיין, וואס איז די "ספק ספיקא"?? איין ספק איז אפשר איז עס יא געווען מוסקאווי אפשר נישט, ואפילו תימא אז ס'איז יא געווען, איז דאך ................................
3) אפילו אויב עס וואלט נתברר געווארן אז ס'איז מוסקאווי ממש, איז עס אויך לויט רוב פוסקים [???] מותר לכתחילה. [און וועלכע פלאץ אין די וועלט עסט מען מוסקאווי, ווייל רוב פוסקים האלטן אזוי??]
דער דברי מלכיאל, דער נצי"ב און ר' שמואל סאלאנטער קענען נאך אזויפיל לערנען ווי די היידפארק רבנים.
איך האב נישט געפרעגט ווער ס'איז מתיר, איך האב נאר געפרעגט וואו מ'עסט עס היינט. איך ווייס אויך ווער ס'איז מתיר מאשין מצות, אבער איך וויל וויסן צו ביי דעם מאכסטו אויך דעם חשבון אז רוב פוסקים זענען מתיר???? [איך רעד נישט צו מ'מעג שרייען, ניין, דאס טאר מען נישט, יש אוסרים ויש מתירים, אבער וויאזוי טוען מיר ????]
בכלל דא ווייסט מען קלאר אז עס נישט מוסקאווי איז אלעס סייוויי איבריג.
דו לערנסט די סוגיא זייער צומישט, מיר גייען דאך "מקל אל החמור", אין סעיף ב' האבן מיר אנגענומען אז ס'איז א ספק ספיקא, יעצט אין סעיף ג' גייען מיר על הצד אז ס'איז זיכער מוסקאווי, איז וואס לויפסטו צוריק צו סעיף א' אז סאיז שוין מילא קלאר...???
4) אפילו מיר זאלן אננעמען אז מיר עסן עס נישט, [ס'איז בכלל א שאלה צו מיר עסן עס???] איז נישטא קיין שום ריקאל, איידער דער בירור איז קלאר. [קודם כל פארוואס?? אויב ס'איז א דא א ספק גמור פון טריפות, דארף מען נישט מאכן קיין ריקאל?? והשנית, דער בירור איז שוין קלאר אז ס'איז געווען!! די שאלה איז נאר צו ווי "דער בלאט" שרייבט אז ס'האט זיך אריינגעמישט, אדער ווי דער דעסטריביוטער האט געזאגט אז ער האט געשיקט א געהעריגע שיפמענט פון דעם]
א ריקאל מאכט מען ווען עס איז קלאר געווארן אז עס איז קלאר אסור. נישט ווען עמיצער איז בלויז מערער, קעגן די שוחטים.
יעצט אז מ'האט געמאכט א ריקאל, איז אינטרעסאנט צו ברענגען עטליכע דוגמאות פון סקאנדאלן אין די לעצטע יארן, ווען מ'האט אלץ [געמיינט אז מ'האט] געכאפט פראבלעמען, און וואס מ'האט געטאן דערצו.
פארוואס לויט דיר, האט מען נישט געמאכט קיין ריקאל איידער מ'האט מברר געווען.
טאקע פארוואס??? פארוואס האט מען געזאגט "יאכלו ענוים וישבעו איידער דער בירור איז ארויסגעקומען?
אדרבה, ווען און וואו האט ווער געזאגט "יאכלו ענוים וישבעו" איידער דער בירור איז ארויסגעקומען???
1) בשנת תשל"ז בערך האט מערערע קאסטומערס געפינען אין די סאטמארער מצות גאנצע ווייצלעך. א זאך וואס לויטן מחמירים אויף געבראקטס איז עס ערנסטע שאלות.
עס איז געווארן א שטורעם.
און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים [ובתוכם הגאון הגדול וכו' בעל אגלי דבש] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט געבראקטס???
דרך אגב, איך האב נישט אזא גוטע זכרון, אבער אין הגדה דברי יואל ווי אויך אינעם מחזור [ווייטער פון די שונאים...] שטייט פונקט א פארקערטע מעשה, אז דער רבי זי"ע האט געהייסן מפרסם זיין אז מ'טאר נישט בראקן, כאטשיג מ'האט געטענה'ט מיטן רבי'ן אז ס'איז א ווייטע חשש, און ס'וועט ארויסקומען א גרויסע בזיון פאר סאטמאר אז ס'האט געקענט פארקומען אזא מכשול, האט דער רבי זי"ע באפוילן אז מ'זאל מפרסם זיין אז מ'טאר נישט בראקן.
ניין. ווייל א ריקאל מאכט מען ווען מ'ווייסט בידיעה ברירה אז ס'איז אסור בוודאי.
אבער יאכלו ענוים וישבעו זאגט מען אויך נאר ווען מ'ווייסט אז ס'איז מותר בוודאי
נישט ווען מ'קען מתיר זיין מכח
און דערפאר איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט געווען קיין ריקאל.
ליין איבער נאכאמאל, דער רבי זי"ע האט געהייסן מפרסם זיין אז מ'טאר נישט בראקן!!!! גערעכט, דאס איז טאקע נישט קיין ריקאל....
2) אין תשל"ו האט דעברעצינער רב זצ"ל ארויסגעגעבן סקאנדאלן איבער אלגעמיינע חסידישע שחיטה (פון וואו סאטמר האט גענומען) אז מ'שחט צופיל עופות פער שעה, און אז ער האט פערזנליך געזעהן אז די שוחטים קענען נישט שפירן דעם חלף, ווייל מ'שטופט אריין פיל מער וויפיל מ'מעג לויט די הלכה.
ער האט ארויסגעגעבן קונטרסים און מסביר געווען די הלכה'דיגע פראבלעם.
עס איז געווארן א שטורעם.
און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסטו אז די דיינים [וועלכע דיינים?? לכאו' די בעלי מכשירים, בתוכם אדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט טריפות???
אלא מאי, האבן די דיינים ורבני המכשירים מברר געווען אז די ערעור איז נישט ריכטיג, און מ'שחט נישט מער ווי מען מעג. [והא ראי', אז אין די "בית שחיטה מהודרת" שחט מען גארנישט ווייניגער אין א שעה, וואו אין די אנדערע בתי שחיטות אויף וועלכע די ערעור האט געזאלט זיין].
ניין. ווייל א ריקאל מאכט מען ווען מ'ווייסט בידיעה ברירה אז ס'איז אסור בוודאי.
אבער יאכלו ענוים וישבעו זאגט מען אויך נאר ווען מ'ווייסט אז ס'איז מותר בוודאי
נישט ווען מ'קען מתיר זיין מכח [וויאזוי קען מען מתיר זיין אויב ער האט פערזענליך געזעהן אז די שוחטים קענען נישט שפירן די חלף]
און דערפאר איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט געווען קיין ריקאל.
3) בשנת תשמ"א בערך ווען קאשויער רב האט מעיד געווען אז די סאטמארער פלייש געשעפט האט פארקויפט אן אומגגעטרייבערט שטיקל פלייש, און מ'האט געפונען דערויף חלב.
עס איז געווארן א שטורעם, חלב דאורייתא איז נישט קיין קלייניקייט.
דער שטורעם איז געווען עד לב השמים, עד היום הזה האבן אסאך אידן זיך פארגענומען נישט צו עסן קיין בשר בהמה, זינט דעמאלטס.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים [בפקודת הקודש של האדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל בליל יוהכ"פ, ובתוכם הגאון הגדול וכו' בעל אגלי דבש] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט חלב דאורייתא???
נאר די תירוץ איז, די גאנצע ערעור איז געווען געבויעט אויף א מנקר פון ארץ ישראל, וועלכער האט געטענה'ט אז דארטן נעמט מען מער אראפ ווי דא. נו, איז דעמאלטס נתברר געווארן, אז דאס וואס מ'פירט זיך דא איז "אקוראט" אזוי ווי מ'האט זיך געפירט אין דער אלטער היים, וואו די סדר הניקור איז געווען אוועק געשטעלט דורך די גדולי אונגארן, אשר מפיהם אנו חיים. משא"כ אין ירושלים האט מען זיך געפירט אסאך חומרות אין ניקור, וועלכע שטאמט לכאו' פון די ספרדים, [וואו באקאנט איז די שחיטה אין ירושלים געווען אונטער די בעלות פון די ספרדים, וועלכע זענען געווען אין ירושלים פילע יארן פאר די אשכנזים די תלמידי הגר"א ותלמידי הבעש"ט וועלכע זענען געגאנגען קיין צפת און טבריא]. און ממילא האבן די רבנים געהאלטן גאנץ קלאר, אז מיר זענען נישט מחוייב מחמיר צו זיין אויף חומרות וועלכע אלע גדולי אונגארן האבן נישט מחמיר געווען, און געהאלטן פאר א לכתחלה שבלכתחלה.
שחיטה אין ירושלים איז אונטער ביד"צ לקהלות האשכנזים. וואס ספרדים?
שחט מען דארט בית יוסף?
אזעלכע שקרים און פאנטאזיעס
יונגערמאן, גיי לערן אביסל היסטאריע, וועסטו וויסן, זייער א סאך "מנהגי ירושלים" זענען א צוזאמענשטעל פון די מנהגי הספרדים, די ערשטע איינוואוינער, דערנאך תלמידי הגר"א [ווי למשל דוכענען יעדן טאג, נישט זאגן ברוך ה' לעולם ביי מעריב], און ערשט נאכדעם די תלמידי הבעש"ט.
אין די ערשטע יארן האבן די ספרדים שולט געווען אויף די שחיטה, און זייענדיג באפריינדעט מיט די אראבער, האבן זיי מיט כח געהאלטן די מאנאפאל אויף די שחיטה, מצות, וכדו'.
בדרך אגב, פאר עטליכע יאר צוריק האט "הרב עובדי' יוסף" געזאגט ביי זיין מוצ"ש שיעור אז די ספרדים טארן נישט עסן די שחיטה פון עדה החרדית, ווייל ס'איז נישט אויסגעהאלטן לויט שיטת הב"י, אבער א וואך שפעטער האט ער געזאגט אז ס'זענען געווען ביי אים א משלחת הרבנים פון די עדה, וועלכע האבן אים קלאר געשטעלט אז די עדה החרדית שחיטה איז אויסגעהאלטן אויך לויט שיטת הבית יוסף. הייסט עס אז מ'שחט דארט יא בית יוסף. [במאמר המוסגר, ס'איז נישטא קיין "שחיטת בית יוסף" מ'איז מחמיר ביי סירכות אזוי ווי דער בית יוסף,
קאשויער רב האט אויפגעוויזן אז ס'איז חלב, און מ'האט געזאגט יאכלו ענוים וישבעו.
א ודאי זענען דא ערליכע אידן, וועלכע זענען דאן געוואויר געווארן, אז אין ירושלים איז מען מחמיר אין ניקור, און דערפאר האבן זיי זינט דעמאלטס מער נישט געגעסן קיין בהמה פלייש, אבער דאס איז נישט קיין שום מחייב, אז מ'מוז דא מחמיר זיין אזוי ווי אין ירושלים.
דער אמת איז אבער אז ניין. ווייל א ריקאל מאכט מען ווען מ'ווייסט בידיעה ברירה אז ס'איז אסור בוודאי.
אבער יאכלו ענוים וישבעו זאגט מען אויך נאר ווען מ'ווייסט אז ס'איז מותר בוודאי
נישט ווען מ'קען מתיר זיין מכח וואס הייסט מתיר זיין, קאשויער רב האט דאך אויפגעוויזן אז ס'איז חלב, וואס איז שייך זיך צו דינגען??
און דערפאר איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט געווען קיין ריקאל.
4) בשנת תשמ"ו בערך איז מען געוואויר געווארן אויף א שוחט אז זיין מעסער איז געווען פגום, און זיין שחיטה איז ל"ע געווען נבילה ממש.
עס איז געווארן א שטורעם, נבילה איז א דאורייתא און איז נישט קיין קלייניקייט.
דער שטורעם איז געווען עד לב השמים, ווידער האבן זיך נאך א גרויסע צאל אידן פארגענומען נישט צו עסן קיין בשר בהמה, זינט דעמאלטס.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים [בפקודת הקודש של האדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל, ובתוכם הגאון מקארלסבורג שליט"א, דאן דומ"ץ קיט"ל ב"פ] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט נבילה???
[ובמאמר המוסגר, האט מען אין די בוטשער אין קרית יואל, אויך ווייטער פארקויפט די פלייש אן קיין שום פראבלעם. וואו איז די ריקאל???? נבילה איז א דאורייתא!!!!!]
מ'מוז זאגן אז די דיינים הנ"ל האבן מברר געווען אז די רינון איז נישט ריכטיג, אנדערש קען נישט זיין אז אזעלכע גדולי ישראל זאלן מכשיר זיין נבילה דאורייתא. [ס'איז געווען נאך פאר תשנ"ט]. געוואלד. מ'האט דאך געכאפט זיין מעסער פגום. איז דאך עס נבילה... געוואלד און געשריגן. וואס וואלט פאסירט אז מ'מאכט יא א ריקאל? פאר אביסל בושה?
בדרך אגב, איז כדאי צו באמערקן, אז הרב מנירבאטור שליט"א האט דאן אראפגענומען זיין הכשר פון די גאנצע שחיטה פאר עטליכע וואכן, און א דאנק אים האט די או. יו. געלייגט פרעשור אויף די בעלי בתים, און מ'האט טאקע מעביר געווען יענעם שוחט פון שחט'ן, און נאר דאן האט ער צוריק געלייגט זיין הכשר, און מאותו היום האט ער מער נישט געטארט שחט'ן אין יענעם בית השחיטה, [ער האט נאר אנגעפירט די סדר השוחטים וכדו']. נאר וואו האט ער נאך יא געקענט שחטן?? ערב יוה"ק די כפרה פון האדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל [נאך פאר תשנ"ט, ואין הקב"ה מביא תקלה לצדיקים]. ביז תשס"ו ועד בכלל, אלע יארן האט דער יחזקאל גליק געשאכטן פאר'ן ברך משה ערב יוה"ק, נאכאמאל שקרן + שקרן + שקרן..
איך האב נישט געזאגט אז נאכדעם נישט, איך האב נאר געזאגט אז אפילו פאר דער ברך משה האט אנגעהויבן צו קאלעכן א' דחוהמ"פ תשנ"ט, כמבואר ב"דער בלאט", און איידער ס'איז געווארן "מלך אסור בהרטים", האט דער ברך משה אים גענוצט לכתחלה פאר זיין שוחט, אבער דער רב המכשיר האט אים נישט געוואלט נוצן, ואידך פירושא זיל גמור.
דער אמת איז אבער אז ניין. ווייל א ריקאל מאכט מען ווען מ'ווייסט בידיעה ברירה אז ס'איז אסור בוודאי.
אבער יאכלו ענוים וישבעו זאגט מען אויך נאר ווען מ'ווייסט אז ס'איז מותר בוודאי
נישט ווען מ'קען מתיר זיין מכח
און דערפאר איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט געווען קיין ריקאל.
5) אין תשס"ז בערך האט מען געפינען א שטיקל "שומן" אדער חלב אויף אונזער פלייש. [למען הפונקטליכקייט, א חשש שומן אויף די לעבער, וואס ווער ס'קען אביסל א בהמה, ווייסט א די לעבער און די שומן קומען זיך בכלל נישט צוזאם, ס'איז נאר א געוויסע קרום וועלכע רירט אן די לעבער].
עס איז געווארן א שטורעם, חלב איז א דאורייתא [פריער שרייבסטו "שומן אדער חלב", שומן איז נישט קיין דאורייתא] און איז נישט קיין קלייניקייט.
דער משגיח האט זיך סותר געווען 4 מאל, און מ'האט אים געכאפט מיט אפענע שקרים.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט חלב אדער שומן???
איך בין נישט אזוי באקאנט אין די פרטי הפרשה, און סדר הניקור קען איך אודאי נישט, [און דו אויך נישט..] אבער כמדומה לי, אז קיינער האט נישט געקענט אויפווייזן אז ס'רעדט זיך פון שומן וואס מ'איז מחוייב ע"פ הלכה אראפ צו נעמען, און אז מ'האט זיך אזוי געפירט אין דער אלטער היים. אודאי קען זיין אז אין ירושלים טוט מען יא אזוי, אבער ווי פריער געזאגט זענען מיר נישט מחוייב מחמיר צו זיין אויף חומרות וועלכע אלע גדולי אונגארן האבן נישט מחמיר געווען, און געהאלטן פאר א לכתחלה שבלכתחלה.
ווי אויך האט דער רב המכשיר ארויסגעגעבן א בריוו, וואו ער איז מסביר זיין שטעלונג אין דעם נושא, וואס ער האלט אז ס'איז נישט געווען קיין שום חשש. דו האלטסט אז ס'איז אסור? דעמאלטס עס נישט דערפון, אבער דער רב המכשיר איז בכח זיך צו חולק זיין אויף דיר.
פון וועלכע בריוו פון בעל מכשיר רעדסטו?
פון די ערשטע?
פון די צווייטע?
אדער פון די דריטע?
אדער פון דאס וואס ער האט געזאגט ביי די אסיפה?
ס'איז אינטערעסאנט נאר צו וויסן, אויב דער רב המכשיר טויג טאקע נישט, פארוואס אין די צוויי "מהודרת" זאלן, "עטרת חיה" און "עטרת ראזנבערג" זענען נאך עד היום אונטער זיין השגחה, קענען טאקע "אונזערע" זאלן נישט האבן א "מהודרת"דיגע השגחה, מיר מוזן זיך אנשטאפן מיט יענעמ'ס טריפות אין "אונזערע" זאלן??? פארוואס קענען מיר זיך נישט אפלערנען פון די "זאליס" וועלכע לאזן נישט אריין אין זייערע זאלן, נאר זייער הכשר, מיט זייער "אומגעזאלצענע טריפה" פלייש??
דער אמת איז אבער אז ניין. ווייל א ריקאל מאכט מען ווען מ'ווייסט בידיעה ברירה אז ס'איז אסור בוודאי.
אבער יאכלו ענוים וישבעו זאגט מען אויך נאר ווען מ'ווייסט אז ס'איז מותר בוודאי
נישט ווען מ'קען מתיר זיין מכח
און דערפאר איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט געווען קיין ריקאל.
6) אין תשס"ח בערך איז מען געוואויר געווארן אז די פלייש פון אוריגוויי האבן א שאלת טריפה, איבער די געלעכטערע כריסים.
מערערע משגיחים און רבנים [ווער?? יא! די צוויי באקאנטע האט ליינס, אמ"ג און נ"ר] רבי משה שטערנבוך יא!! א בריוו צו די סיגוטע אסיפה האט ער געשריבן, אבער אראפגעפארן איז ער קיינמאל!!! דוכט זיך אז ער האט דעם קאנטינענט נאך נישט באזוכט, און הרב לאנדא און ער אליינס שחט נאך אלס אין דרום אמעריקע, ווייל ער האלט אז מ'קען עס אודאי יא בודק זיין און נאך אסאך רבנים יעצט ברענג נאך נעמען, די פריערדיגע האבן נישט געארבעט, זענען אראפגעפארן אהין זיך אומקוקן און אלע האבן מעיד געווען אז ס'איז שאלות דאורייתא'ס. [ס'איז שאלות, אדער ודאות, הייסט עס אז ס'איז נישט זיכער...]
עס איז געווארן א שטורעם, טריפה איז א דאורייתא און איז נישט קיין קלייניקייט.
ווידער האט זיך משגיח סותר געווען מערערע מאל, און מ'האט אים געכאפט מיט אפענע שקרים.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט טריפות???
נאר די תירוץ איז, ווייל דער רב המכשיר האט געטענה'ט בתוקף אז מ'איז אלעס בודק, און וואס ס'טויג נישט נעמט מען נישט. והא ראי', הרב לנדא האט ווייטער געשחט'ן אין פארגוויי, כאטש די זעלבע מערערים האבן געשריגן אז דארט איז די זעלבע, ווי אויך איז כהיום יום פארהאן א שחיטה אין אורוגוויי בהשגחת הרמ"מ ווייסמאנדל [מיט וועמען קר"י רבי האט געוואלט גיין צוזאמען ביי די בהמה פלייש], און "אין פוצה פה ומצפצף". אלא מאי, אז דער רב המכשיר איז מעיד אז מ'איז בודק, האט ער דאס פולסטע נאמנות
דער דיין פון רז"ל אין בארא פארק, ר' חיים דד כ"ץ אליינס האט מערערע מאל געזאגט אז מ'טאר די אוריגוויי פלייש נישט עסן. און ער איז שוין שטארק מקיל כידוע.
פארוואס שחט נאך אלס הרב לאנדא מיט הרב ווייסמאנדל אין דרום אמעריקע???
בכלל וואס מיינט דאס אז דער רב המכשיר האט נאמנות ווייל ער איז מעיד. האט נישט דער שוחט אזא נאמנות דער בעל המכשיר? ער האט יא, אבער ער האט דאך אליינס געזאגט אז ס'האט יא געהאט שווארצע קעפ!!!! איז ער טאקע נאמן צו זאגן אז ס'האט נישט געטויגט!!!! וועלכע תורה גייסטו נאך? ביי יעדע עולה איבעראל האט יעדער נאמנות און אלעס איז פיין און כשורה. ביי יעדע נערישקייט אין קרית יואל איז אלעס טריפה, חזיר, אסור. דאורייתא. געוואלד אין געשריגן וואו איז דיין קאמען סענס?
דער אמת איז אבער אז ניין. ווייל א ריקאל מאכט מען ווען מ'ווייסט בידיעה ברירה אז ס'איז אסור בוודאי.
אבער יאכלו ענוים וישבעו זאגט מען אויך נאר ווען מ'ווייסט אז ס'איז מותר בוודאי
נישט ווען מ'קען מתיר זיין מכח
און דערפאר איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט געווען קיין ריקאל.
אין קרית יואל איז עמיצער אויפגעקומען מיט א שטות [יא א ודאי א שטות!!, די שטות פונעם בלאט צו מאכן פורים פונעם ציבור און פון זיך אליינס]. די ראיה פון דעם מערער איז אויף די קאליר פון די פעטן. דאס איז א שטות. ווייל די שוחטים קוקן ווען עס לעבט, נישט ווען עס איז טויט אויפן שעלף. און לעבעדיג האט עס געהאט די סימנים פון פעקין.
און די דיינים דארט האבן געמאכט א ריקאל... [נאכן האבן פרעשער צוויי וואכן פון די גאס, און פון רבנים וועלכע האבן נישט אריינגעלאזט זייער פלייש, בתוכם די או. יו. וועלכע האבן געסטראשעט נישט אריינצולאזן זייער פלייש ביז זיי זאגן קלאר וואס ס'גייט פאר יא אדער ניין]
וועמענס פרעשער? וואס או. יו. או יו איז מתיר מוסקאווי לכתחילה? וואס רעדסטו ווידער ווי א ילד?
זייט ווען איז או. יו. מתיר מוסקאווי??? דו מיינסט אז מוסקאווי האט עפעס צו טוהן מיט די טיילונג, וואס איז מחייב נאר אונגארישע אידן, אדער מיט ציונות וועלכע איז מחייב נאר די סאטמארע, מוסקאווי איז גע'אסר'ט געווארן דורך כמה גדולי דייטשלאנד פונקט אזוי ווי אנדערע גדולים בכל מקומות מושבותיהם.
פארוואס האט ער נישט געקענט זאגן מיינע שוחטים זענען מומחים און זיי האבן נאמנות??? מומחים אויף שחיטה מיינט נישט מומחים צו דערקענען קאטשקעס, בפרט אז אין קר"י איז די שחט'ן קאטשקעס גאנץ א נייע זאך, ס'איז נאך כמעט נישט געווען.
די תורה הק' גיט זיי נאמנות און איך בין עס מקבל. פאר די וועלכע האבן א שנאה צי קרית יואל וויל מען דירעקט נישט געפעלן. איז פארוואס האט מען סוכ"ס יא געמאכט א ריקאל?? נישט צו געפעלן די שונאים???
די וועלכע האבן פיינט קרית יואל צוליב פאליטישע סיבות, וועלן ליבערשט עסן טריפה ממש. כידוע לכל.
קומען מאנכע און שרייען העי. ער מאכט א ריקאל ! [נאך צוויי וואכן מאכן ליצנות, אז יענער האט געהאט, און אונז האב מיר אים געראטעוועט!!! קיינער זאגט נישט אז מ'דארף נישט מאכן קיין ריקאל, מ'זאגט נאר אז מ'האט עס געדארפט טוהן באצייטנס].
די אסיפה איז פארגעקומען דינסטאג וארא. דעם ריקאל האט מען געמאכט מיטוואך וארא ! קיינער קען נישט לייגן קיין דרוק אויף די רבנים, פינקט ווי מ'האט נישט געקענט לייגן קיין דרוק אויפן באטערער... יאכלו ענוים וישבעו איז אלץ געווען די איינציגסטע וועג אין אמעריקע.
נישט אומזיסט איז קיינמאל נישט געווען קיין ריקאל.
-
-זיי זענען גערעכט.
ווייל די דיינים וואלטען געדארפט טאן וואס אלע האבן געטאן ביז היינט... [מברר זיין דעם אמת, און אויב שטעלט זיך ארויס אז ס'איז נישט ריכטיג, דאן זאלן זיי] שרייען יאכלו ענוים וישבעו ! [אבער ווילאנג זיי זענען נישט מברר להיתר, ומכש"כ ווען ס'איז נתברר געווארן פארקערט, דארפן זיי "שוין איינמאל" מאכן א ריקאל!!].
פארוואס ביי די מצות, חלב, שומן, מילך און אלע אנדערע פראבעלעמען האט מען קיינמאל נישט געמאכט קיין ריקאל, אפילו אויף 10 מינוט?
געוואלד און געשריגן ????
יעצט אז מ'האט זיך אריינגעלאזט אין די היסטאריע פון ריקאלס, איז אינטרעסאנט צו ברענגען נאך עטליכע דוגמאות פון סקאנדאלן אין די לעצטע יארן, ווען מ'האט אלץ געכאפט פראבלעמען, און וואס מ'האט געטאן דערצו. 1) בשנת תשנ"ד האט אויסגעבראכן א שטורעם אין ניו יארק, ס'איז נתברר געווארן אז מען אפערירט די קיען, און לויט דעם איז עס טריפה דאורייתא, און מ'טאר נישט טרונקען די מילך. עס איז געווארן א שטורעם. אין אלע אידישע צענטערן האט מען נישט געטרינקען קיין מילך יענע פאר טאג, ביז מ'האט ארויסגענומען פון די פארמס די אלע אפערירטע קוען. אבער אין "די קרית יואל'ע מוסדות" האט מען ווייטער געגעבן צו טרינקן די "מהודרת" קרית יואל מילך [איר געדענקט נאך די קאמפאני], און ווי ס'איז שפעטער נתברר געווארן זענען דארטן געווען נאר אפערירטע קוען, [און די קאמפאני האט זיך טאקע אפגשפארט א וואך שפעטער]. און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פוסטע שקרים ! מ'האט קיינמאל נישט געמאכט קיין ריקאל.
ברענג מיר א צעטל פון א ריקאל ! מ'האט איבעראל געטרינקען מילך אין אלע חדרים און אלע ישיבות. די רבנים אליין האבן געטרינקען קאווע יעדן טאג ! קיין ריקאל איז נאך קיינמאל נישט פארקומען על אדמת אמעריקע אפילו אויף שאלות דאורייתא'ס.
זעהט אויס אז דו ביסט טאקע א קרית יואל'ער געבוירענער, דערפאר ווייסטו נישט אז אין ערגעץ האט מען נישט געטרינקען קיין מילך, אפשר האט מען מיקל געווען פאר חולים, בעיביס וכדו', אבער ערוואקסענע האבן נישט צוגערירט קיין מילך יענע פאר טעג.
א ודאי האט מען נישט געמאכט קיין ריקאל, נאך דעם וואס יעדער האט געלייגט די מילך אויף "האלד" אויף עטליכע טעג, און נאכן מברר זיין אז ס'טויג נישט, איז שוין נישט געווען וואס צו "ריקאלן", די אלע מילך זענען שוין געווען פארדארבן.
2) בשנת תשס"ז האט אויסגעבראכן א שטורעם, ס'איז געקומען מערערים און געטענה'ט, אז ווען מ'האט געשניטן די "בעסטע" ווייץ אין אריזאנע האט יא גערעגנט, ווי אויך איז נישט געווען קיין שמירה פון ווען די ווייץ זענען נגמר געווארן, [ס'איז געווען שבועות אינדערמיט].
ר' אלי' סימאן איז דארט געווען און זאגט אז ס'איז יא געווען שמירה. און ס'איז נישט געווען קיין חמץ. עס האט נישט גערעגענט ווייל אין א מדבר קען נישט רעגענען.
איך האב אליינס געהערט פונעם רשכבה"ג אז היי יאר איז געווען א פראבלעם ווייל ס'איז געווען שבועות אינדערמיט, אבער אויף קומענדיגע יאר האט מען אויסגערעכנט אז ס'זאל נישט אריינקומען אינמיטן שבועות. . דברי הרב ודברי התלמיד דברי מי שומעין???
העי??? איז עס א מדבר ווי עס רעגענט נישט אדער קען יא רעגענען?
ס'איז געווארן א שטורעם, חמץ איז א דאורייתא
קיין שטורעם. ר' הערשל מילער עסט ווייטער נאר אריזאנא און אויך צעהלימער רב, פאפער' רב, נייטרא'ער רב, וויענער דיין וכו' וכו'.
די משגיחים האבן זיך סותר געווען מערערע מאל, ס'קען יא רעגענען אדער ס'קען נישט, מ'קען יא היטן די גאנצע פעלד אדער נישט, וכו' וכו'. און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל. נישט יאכלו ענוים וישבעו. נאר מ'איז נאך מקיים מצות אכילת מצה מיטן גרעסטן הידור וואס רבינו הק' האט זוכה געווען דער בשנת תשכ"ו - כ"ז, און תשכ"ח. ביז'ן סטראוק ווען די טירנויער פאמיליע האט באשלאסן עס איז צו שווער וד"ל. איך האב חרטה אז כ'האב בארירט די קאמפליצירטע סוגיא פון אריזאנע, כבר דשו בו ר' אברהם לויפער ור' אלי' סימאן, און אונז וועל מיר גארנישט קלוגער ווערן פון די וויכוח דא.
3) בשנת תשס"ח האט אויסגעבראכן א מעכטיגע שריפה אין די מצה בעקעריי אינערהאלב ת"ת קראלי, וועלכע איז דאן געווען אין די באזיץ פון די "צענטראלע קהל יטב לב", און לויט די עדות פון פילע צוקוקער איז כמעט לא ימלט אז ס'איז נישט נאס געווארן די מצות וועלכע זענען שוין דארט געליגן. ס'איז געווארן א שטורעם, חמץ איז א דאורייתא. ווי מ'איז שפעטער געוואויר געווארן, האט מען פארקויפט די מצות פאר ביליגער. און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
ר' הערש לייב בערנשטיין, משגיח פון די בעקעריי איז אנגעקומען אהין 4 אזייגער פארטאגס און איז געשטאנען שמירה. און זיין שמירה איז גארנישט וויניגער פון בריסק'ער חומרות, ווער עס קען אים. משום כבוד התורה וועל איך נישט ענטפערן אויף די טענה
4) בשנת תשס"ט האט אויסגעבראכן א שטורעם, ס'איז געקומען א משגיח פון לעיקוואוד, וועלכער האט אנטדעקט אז ס'איז דא פילע טריפות פון צומת הגידין אין די "בית השחיטה המהודרת". ס'איז געווארן א שטורעם, טריפה איז א דאורייתא קודם האט מען עס געלייקנט, מ'האט באשריבן אין "שולחן מלכים" א שמועס מיט הרב דונער פון לאנדאן איבער די עסן פון די עופות, נאר נאכדעם וואס דער שטורעם האט געשטורעמט אן אויפהער, האט מען אנגעהויבן צו בודק זיין, [ובתנאי, אז יעדער האט דער פראבלעם, און נאר איך בין בודק]. וואס איז געווארן מיט אלע עופות ביז יעצט? שא שטיל!! און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
ועוד היד נטויה די צומות הגידין איז א קרענק וואס קומט פון די העטשערייען, ווי הגאון האדיר בעל קנה בושם האט מברר געווען.
דער בעל קנה בושם האט שוין נישט געלעבט ווען דאס האט פאסירט
עס איז צושפרייט אלע די גרויסע העטשעריס פון ווי קרית יואל און מארוויד, און G&G און מעקדאלנד'ס און אלע נעמען עופות
אינטערעסאנט!! ס'איז נישטא קיין איין "דובר אמת" צווישן אלע בתי שחיטה אין אמעריקע, יעדער זאגט אז כ'האב געקוקט און איך טרעף נישט, אבער דער רשכבה"ג ווייסט קלאר אז ס'איז א קרענק וואס אלע בתי שחיטה מוזן האבן
דער חילוק איז אזוי:
אין קרית יואל גיט מען עס נישט צו עסן. ווייל 8 יונגעלייט זענען בודק די עופות כדת וכדין.
ביי ענקערע פלייש געשעפטן איז מען נישט בודק, ווייל עס קאסט צופיל געלט !
מ'האט בודק געווען מערערע מאל, און מ'האט נישט געטראפן, איז מען נישט מחוייב צו בודק זיין, אזוי ווי מ'איז נישט בודק די אנדערע ח"י טריפות [אין "מהודרת" איז מען אויך נישט בודק],
ויאכלו ענוים וישבעו.
יא!!!! נאכן מברר זיין, און מ'ווייסט אז ס'איז מותר בודאי, קען מען זאגן: יאכלו ענוים וישבעו !!!!
יעצט ענטפער איין שאלה:
פארוואס איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט פארגעקומען קיין ריקאל?
|
|
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2010 03:36 |
|
| |
| דיןתורה כתב: |  |
1) בשנת תשנ"ד האט אויסגעבראכן א שטורעם אין ניו יארק, ס'איז נתברר געווארן אז מען אפערירט די קיען, און לויט דעם איז עס טריפה דאורייתא, און מ'טאר נישט טרונקען די מילך. עס איז געווארן א שטורעם. אין אלע אידישע צענטערן האט מען נישט געטרינקען קיין מילך יענע פאר טאג, ביז מ'האט ארויסגענומען פון די פארמס די אלע אפערירטע קוען. אבער אין "די קרית יואל'ע מוסדות" האט מען ווייטער געגעבן צו טרינקן די "מהודרת" קרית יואל מילך [איר געדענקט נאך די קאמפאני], און ווי ס'איז שפעטער נתברר געווארן זענען דארטן געווען נאר אפערירטע קוען, [און די קאמפאני האט זיך טאקע אפגשפארט א וואך שפעטער]. און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פוסטע שקרים ! מ'האט קיינמאל נישט געמאכט קיין ריקאל.
ברענג מיר א צעטל פון א ריקאל ! מ'האט איבעראל געטרינקען מילך אין אלע חדרים און אלע ישיבות. די רבנים אליין האבן געטרינקען קאווע יעדן טאג ! קיין ריקאל איז נאך קיינמאל נישט פארקומען על אדמת אמעריקע אפילו אויף שאלות דאורייתא'ס.
|
|
נאר אין קרית יואל ווייל ר" געציל האט זיך אנגענומען פארען ר"אט
אבער די 4 יונגעלייט וואס זענען געפארען צום פארעם האבען דעמאלטס פארציילט וואס גייט פאר אין ער האט פארמאכט די מילעך 2 וואכען נאך דעם
דעמאלטץ האט מען עם געגעבען צי עפענען עזרת חולם
איך געדענק זייער קלאר ווי יעדער אין נוי יארק האט געטרינקען שווארצע קאווע פאר 3 טאג
זאג נישט קיין ליגענט
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 22:29 |
|
| |
פין כל העולם
איך וויל דא ענטפערן אויף די נערישע רייד, וואס עמיצער פראבירט מיך אפווענדן.
דער ריקאל וואס די קרית יואל בית השחיטה האט געמאכט [בלית ברירה] איז געווען א עקסטרעם פרומע [רח"ל, דער רבי ז"ל האט דאך פיינט געהאט די עקסטרעמע, פרומע, פאנאטיקער, שווארצע, ווערעמיגע וכו'] שריט, לפנים לפנים לפנים משורת הדין. [גערעכט!! "דער בלאט" "דיןתורה" "גערעכטער" "יאנקעלע" און נאך פיל אנדערע האלטן אז מ'איז נישט מחוייב צו מאכן קיין ריקאל]
1) ווייל ס'איז א וודאי ממש אז ס'איז יא געווען מסורה'דיג. צוליב די עדות פון די שוחטים, [ווער? ר' נח גפן וועלכער האט תיכף געזאגט אז ס'האט יא געהאט שווארצע קעפ?],
שקרן !
ר' נח גפן און אלע אנדערע האבן מעיד געווען אז זיי האבן גע'שח'טן פעקין. נישט עפעס אנדערש.
2) אויב ס'איז א ספק צי עס איז געווען מסורה'דיג איז עס ווייטער א ספק ספיקא. [פארוואס??????] ווייל א ספק צי עס איז מסורה'דיג, נעמט נישט ארויס פונעם ודאי אז עס איז כשר. ווייל די כשרות איז נישט אונטער פראגע צייכן, נאר א ערעור אויף די מסורה, וואס אן ערעור איז נישט שטערקער פון א וודאי. בריא ושמא בריא עדיף.
3) אפילו אויב עס וואלט נתברר געווארן אז ס'איז מוסקאווי ממש, איז עס אויך לויט רוב פוסקים [???] מותר לכתחילה. [און וועלכע פלאץ אין די וועלט עסט מען מוסקאווי, ווייל רוב פוסקים האלטן אזוי??] דער דברי מלכיאל, דער נצי"ב און ר' שמואל סאלאנטער קענען נאך אזויפיל לערנען ווי די היידפארק רבנים. בכלל דא ווייסט מען קלאר אז עס נישט מוסקאווי איז אלעס סייוויי איבריג.
4) אפילו מיר זאלן אננעמען אז מיר עסן עס נישט, [ס'איז בכלל א שאלה צו מיר עסן עס???] איז נישטא קיין שום ריקאל, איידער דער בירור איז קלאר. [קודם כל פארוואס?? אויב ס'איז א דא א ספק גמור פון טריפות, דארף מען נישט מאכן קיין ריקאל?? והשנית, דער בירור איז שוין קלאר אז ס'איז געווען!! די שאלה איז נאר צו ווי "דער בלאט" שרייבט אז ס'האט זיך אריינגעמישט, אדער ווי דער דעסטריביוטער האט געזאגט אז ער האט געשיקט א געהעריגע שיפמענט פון דעם] א ריקאל מאכט מען ווען עס איז קלאר געווארן אז עס איז קלאר אסור. נישט ווען עמיצער איז בלויז מערער, קעגן די שוחטים.
יעצט אז מ'האט געמאכט א ריקאל, איז אינטרעסאנט צו ברענגען עטליכע דוגמאות פון סקאנדאלן אין די לעצטע יארן, ווען מ'האט אלץ [געמיינט אז מ'האט] געכאפט פראבלעמען, און וואס מ'האט געטאן דערצו.
פארוואס לויט דיר, האט מען נישט געמאכט קיין ריקאל איידער מ'האט מברר געווען. טאקע פארוואס??? פארוואס האט מען געזאגט "יאכלו ענוים וישבעו איידער דער בירור איז ארויסגעקומען?
1) בשנת תשל"ז בערך האט מערערע קאסטומערס געפינען אין די סאטמארער מצות גאנצע ווייצלעך. א זאך וואס לויטן מחמירים אויף געבראקטס איז עס ערנסטע שאלות. עס איז געווארן א שטורעם. און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל. פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים [ובתוכם הגאון הגדול וכו' בעל אגלי דבש] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט געבראקטס??? דרך אגב, איך האב נישט אזא גוטע זכרון, אבער אין הגדה דברי יואל ווי אויך אינעם מחזור [ווייטער פון די שונאים...] שטייט פונקט א פארקערטע מעשה, אז דער רבי זי"ע האט געהייסן מפרסם זיין אז מ'טאר נישט בראקן, כאטשיג מ'האט געטענה'ט מיטן רבי'ן אז ס'איז א ווייטע חשש, און ס'וועט ארויסקומען א גרויסע בזיון פאר סאטמאר אז ס'האט געקענט פארקומען אזא מכשול, האט דער רבי זי"ע באפוילן אז מ'זאל מפרסם זיין אז מ'טאר נישט בראקן.
ניין. ווייל א ריקאל מאכט מען ווען מ'ווייסט בידיעה ברירה אז ס'איז אסור בוודאי. נישט ווען מ'קען מתיר זיין מכח און דערפאר איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט געווען קיין ריקאל.
2) אין תשל"ו האט דעברעצינער רב זצ"ל ארויסגעגעבן סקאנדאלן איבער אלגעמיינע חסידישע שחיטה (פון וואו סאטמר האט גענומען) אז מ'שחט צופיל עופות פער שעה, און אז ער האט פערזנליך געזעהן אז די שוחטים קענען נישט שפירן דעם חלף, ווייל מ'שטופט אריין פיל מער וויפיל מ'מעג לויט די הלכה. ער האט ארויסגעגעבן קונטרסים און מסביר געווען די הלכה'דיגע פראבלעם. עס איז געווארן א שטורעם. און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל. פארוואס טאקע??? האלטסטו אז די דיינים [וועלכע דיינים?? לכאו' די בעלי מכשירים, בתוכם אדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט טריפות??? אלא מאי, האבן די דיינים ורבני המכשירים מברר געווען אז די ערעור איז נישט ריכטיג, און מ'שחט נישט מער ווי מען מעג. [והא ראי', אז אין די "בית שחיטה מהודרת" שחט מען גארנישט ווייניגער אין א שעה, וואו אין די אנדערע בתי שחיטות אויף וועלכע די ערעור האט געזאלט זיין].
ניין. ווייל א ריקאל מאכט מען ווען מ'ווייסט בידיעה ברירה אז ס'איז אסור בוודאי. נישט ווען מ'קען מתיר זיין מכח און דערפאר איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט געווען קיין ריקאל.
3) בשנת תשמ"א בערך ווען קאשויער רב האט מעיד געווען אז די סאטמארער פלייש געשעפט האט פארקויפט אן אומגגעטרייבערט שטיקל פלייש, און מ'האט געפונען דערויף חלב. עס איז געווארן א שטורעם, חלב דאורייתא איז נישט קיין קלייניקייט. דער שטורעם איז געווען עד לב השמים, עד היום הזה האבן אסאך אידן זיך פארגענומען נישט צו עסן קיין בשר בהמה, זינט דעמאלטס. אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל. פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים [בפקודת הקודש של האדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל בליל יוהכ"פ, ובתוכם הגאון הגדול וכו' בעל אגלי דבש] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט חלב דאורייתא??? נאר די תירוץ איז, די גאנצע ערעור איז געווען געבויעט אויף א מנקר פון ארץ ישראל, וועלכער האט געטענה'ט אז דארטן נעמט מען מער אראפ ווי דא. נו, איז דעמאלטס נתברר געווארן, אז דאס וואס מ'פירט זיך דא איז "אקוראט" אזוי ווי מ'האט זיך געפירט אין דער אלטער היים, וואו די סדר הניקור איז געווען אוועק געשטעלט דורך די גדולי אונגארן, אשר מפיהם אנו חיים. משא"כ אין ירושלים האט מען זיך געפירט אסאך חומרות אין ניקור, וועלכע שטאמט לכאו' פון די ספרדים, [וואו באקאנט איז די שחיטה אין ירושלים געווען אונטער די בעלות פון די ספרדים, וועלכע זענען געווען אין ירושלים פילע יארן פאר די אשכנזים די תלמידי הגר"א ותלמידי הבעש"ט וועלכע זענען געגאנגען קיין צפת און טבריא]. און ממילא האבן די רבנים געהאלטן גאנץ קלאר, אז מיר זענען נישט מחוייב מחמיר צו זיין אויף חומרות וועלכע אלע גדולי אונגארן האבן נישט מחמיר געווען, און געהאלטן פאר א לכתחלה שבלכתחלה.
שחיטה אין ירושלים איז אונטער ביד"צ לקהלות האשכנזים. וואס ספרדים? שחט מען דארט בית יוסף? אזעלכע שקרים און פאנטאזיעס
קאשויער רב האט אויפגעוויזן אז ס'איז חלב, און מ'האט געזאגט יאכלו ענוים וישבעו. א ודאי זענען דא ערליכע אידן, וועלכע זענען דאן געוואויר געווארן, אז אין ירושלים איז מען מחמיר אין ניקור, און דערפאר האבן זיי זינט דעמאלטס מער נישט געגעסן קיין בהמה פלייש, אבער דאס איז נישט קיין שום מחייב, אז מ'מוז דא מחמיר זיין אזוי ווי אין ירושלים.
דער אמת איז אבער אז ניין. ווייל א ריקאל מאכט מען ווען מ'ווייסט בידיעה ברירה אז ס'איז אסור בוודאי. נישט ווען מ'קען מתיר זיין מכח און דערפאר איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט געווען קיין ריקאל.
4) בשנת תשמ"ו בערך איז מען געוואויר געווארן אויף א שוחט אז זיין מעסער איז געווען פגום, און זיין שחיטה איז ל"ע געווען נבילה ממש. עס איז געווארן א שטורעם, נבילה איז א דאורייתא און איז נישט קיין קלייניקייט. דער שטורעם איז געווען עד לב השמים, ווידער האבן זיך נאך א גרויסע צאל אידן פארגענומען נישט צו עסן קיין בשר בהמה, זינט דעמאלטס. אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל. פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים [בפקודת הקודש של האדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל, ובתוכם הגאון מקארלסבורג שליט"א, דאן דומ"ץ קיט"ל ב"פ] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט נבילה??? [ובמאמר המוסגר, האט מען אין די בוטשער אין קרית יואל, אויך ווייטער פארקויפט די פלייש אן קיין שום פראבלעם. וואו איז די ריקאל???? נבילה איז א דאורייתא!!!!!] מ'מוז זאגן אז די דיינים הנ"ל האבן מברר געווען אז די רינון איז נישט ריכטיג, אנדערש קען נישט זיין אז אזעלכע גדולי ישראל זאלן מכשיר זיין נבילה דאורייתא. [ס'איז געווען נאך פאר תשנ"ט]. געוואלד. מ'האט דאך געכאפט זיין מעסער פגום. איז דאך עס נבילה... געוואלד און געשריגן. וואס וואלט פאסירט אז מ'מאכט יא א ריקאל? פאר אביסל בושה? בדרך אגב, איז כדאי צו באמערקן, אז הרב מנירבאטור שליט"א האט דאן אראפגענומען זיין הכשר פון די גאנצע שחיטה פאר עטליכע וואכן, און א דאנק אים האט די או. יו. געלייגט פרעשור אויף די בעלי בתים, און מ'האט טאקע מעביר געווען יענעם שוחט פון שחט'ן, און נאר דאן האט ער צוריק געלייגט זיין הכשר, און מאותו היום האט ער מער נישט געטארט שחט'ן אין יענעם בית השחיטה, [ער האט נאר אנגעפירט די סדר השוחטים וכדו']. נאר וואו האט ער נאך יא געקענט שחטן?? ערב יוה"ק די כפרה פון האדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל [נאך פאר תשנ"ט, ואין הקב"ה מביא תקלה לצדיקים]. ביז תשס"ו ועד בכלל, אלע יארן האט דער יחזקאל גליק געשאכטן פאר'ן ברך משה ערב יוה"ק, נאכאמאל שקרן + שקרן + שקרן..
דער אמת איז אבער אז ניין. ווייל א ריקאל מאכט מען ווען מ'ווייסט בידיעה ברירה אז ס'איז אסור בוודאי. נישט ווען מ'קען מתיר זיין מכח און דערפאר איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט געווען קיין ריקאל.
5) אין תשס"ז בערך האט מען געפינען א שטיקל "שומן" אדער חלב אויף אונזער פלייש. [למען הפונקטליכקייט, א חשש שומן אויף די לעבער, וואס ווער ס'קען אביסל א בהמה, ווייסט א די לעבער און די שומן קומען זיך בכלל נישט צוזאם, ס'איז נאר א געוויסע קרום וועלכע רירט אן די לעבער]. עס איז געווארן א שטורעם, חלב איז א דאורייתא [פריער שרייבסטו "שומן אדער חלב", שומן איז נישט קיין דאורייתא] און איז נישט קיין קלייניקייט. דער משגיח האט זיך סותר געווען 4 מאל, און מ'האט אים געכאפט מיט אפענע שקרים. אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל. פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט חלב אדער שומן??? איך בין נישט אזוי באקאנט אין די פרטי הפרשה, און סדר הניקור קען איך אודאי נישט, [און דו אויך נישט..] אבער כמדומה לי, אז קיינער האט נישט געקענט אויפווייזן אז ס'רעדט זיך פון שומן וואס מ'איז מחוייב ע"פ הלכה אראפ צו נעמען, און אז מ'האט זיך אזוי געפירט אין דער אלטער היים. אודאי קען זיין אז אין ירושלים טוט מען יא אזוי, אבער ווי פריער געזאגט זענען מיר נישט מחוייב מחמיר צו זיין אויף חומרות וועלכע אלע גדולי אונגארן האבן נישט מחמיר געווען, און געהאלטן פאר א לכתחלה שבלכתחלה. ווי אויך האט דער רב המכשיר ארויסגעגעבן א בריוו, וואו ער איז מסביר זיין שטעלונג אין דעם נושא, וואס ער האלט אז ס'איז נישט געווען קיין שום חשש. דו האלטסט אז ס'איז אסור? דעמאלטס עס נישט דערפון, אבער דער רב המכשיר איז בכח זיך צו חולק זיין אויף דיר. פון וועלכע בריוו פון בעל מכשיר רעדסטו? פון די ערשטע? פון די צווייטע? אדער פון די דריטע? אדער פון דאס וואס ער האט געזאגט ביי די אסיפה?
דער אמת איז אבער אז ניין. ווייל א ריקאל מאכט מען ווען מ'ווייסט בידיעה ברירה אז ס'איז אסור בוודאי. נישט ווען מ'קען מתיר זיין מכח און דערפאר איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט געווען קיין ריקאל.
6) אין תשס"ח בערך איז מען געוואויר געווארן אז די פלייש פון אוריגוויי האבן א שאלת טריפה, איבער די געלעכטערע כריסים. מערערע משגיחים און רבנים [ווער?? יא! די צוויי באקאנטע האט ליינס, אמ"ג און נ"ר] רבי משה שטערנבוך און הרב לאנדא און נאך אסאך רבנים זענען אראפגעפארן אהין זיך אומקוקן און אלע האבן מעיד געווען אז ס'איז שאלות דאורייתא'ס. [ס'איז שאלות, אדער ודאות, הייסט עס אז ס'איז נישט זיכער...] עס איז געווארן א שטורעם, טריפה איז א דאורייתא און איז נישט קיין קלייניקייט. ווידער האט זיך משגיח סותר געווען מערערע מאל, און מ'האט אים געכאפט מיט אפענע שקרים. אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל. פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט טריפות??? נאר די תירוץ איז, ווייל דער רב המכשיר האט געטענה'ט בתוקף אז מ'איז אלעס בודק, און וואס ס'טויג נישט נעמט מען נישט. והא ראי', הרב לנדא האט ווייטער געשחט'ן אין פארגוויי, כאטש די זעלבע מערערים האבן געשריגן אז דארט איז די זעלבע, ווי אויך איז כהיום יום פארהאן א שחיטה אין אורוגוויי בהשגחת הרמ"מ ווייסמאנדל [מיט וועמען קר"י רבי האט געוואלט גיין צוזאמען ביי די בהמה פלייש], און "אין פוצה פה ומצפצף". אלא מאי, אז דער רב המכשיר איז מעיד אז מ'איז בודק, האט ער דאס פולסטע נאמנות
דער דיין פון רז"ל אין בארא פארק, ר' חיים דד כ"ץ אליינס האט מערערע מאל געזאגט אז מ'טאר די אוריגוויי פלייש נישט עסן. און ער איז שוין שטארק מקיל כידוע.
בכלל וואס מיינט דאס אז דער רב המכשיר האט נאמנות ווייל ער איז מעיד. האט נישט דער שוחט אזא נאמנות דער בעל המכשיר? וועלכע תורה גייסטו נאך? ביי יעדע עולה איבעראל האט יעדער נאמנות און אלעס איז פיין און כשורה. ביי יעדע נערישקייט אין קרית יואל איז אלעס טריפה, חזיר, אסור. דאורייתא. געוואלד אין געשריגן וואו איז דיין קאמען סענס?
דער אמת איז אבער אז ניין. ווייל א ריקאל מאכט מען ווען מ'ווייסט בידיעה ברירה אז ס'איז אסור בוודאי. נישט ווען מ'קען מתיר זיין מכח און דערפאר איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט געווען קיין ריקאל.
אין קרית יואל איז עמיצער אויפגעקומען מיט א שטות [יא א ודאי א שטות!!, די שטות פונעם בלאט צו מאכן פורים פונעם ציבור און פון זיך אליינס]. די ראיה פון דעם מערער איז אויף די קאליר פון די פעטן. דאס איז א שטות. ווייל די שוחטים קוקן ווען עס לעבט, נישט ווען עס איז טויט אויפן שעלף. און לעבעדיג האט עס געהאט די סימנים פון פעקין.
און די דיינים דארט האבן געמאכט א ריקאל... [נאכן האבן פרעשער צוויי וואכן פון די גאס, און פון רבנים וועלכע האבן נישט אריינגעלאזט זייער פלייש, בתוכם די או. יו. וועלכע האבן געסטראשעט נישט אריינצולאזן זייער פלייש ביז זיי זאגן קלאר וואס ס'גייט פאר יא אדער ניין]
וועמענס פרעשער? וואס או. יו. או יו איז מתיר מוסקאווי לכתחילה? וואס רעדסטו ווידער ווי א ילד?
פארוואס האט ער נישט געקענט זאגן מיינע שוחטים זענען מומחים און זיי האבן נאמנות??? די תורה הק' גיט זיי נאמנות און איך בין עס מקבל. פאר די וועלכע האבן א שנאה צי קרית יואל וויל מען דירעקט נישט געפעלן. די וועלכע האבן פיינט קרית יואל צוליב פאליטישע סיבות, וועלן ליבערשט עסן טריפה ממש. כידוע לכל.
קומען מאנכע און שרייען העי. ער מאכט א ריקאל ! [נאך צוויי וואכן מאכן ליצנות, אז יענער האט געהאט, און אונז האב מיר אים געראטעוועט!!! קיינער זאגט נישט אז מ'דארף נישט מאכן קיין ריקאל, מ'זאגט נאר אז מ'האט עס געדארפט טוהן באצייטנס]. די אסיפה איז פארגעקומען דינסטאג וארא. דעם ריקאל האט מען געמאכט מיטוואך וארא ! קיינער קען נישט לייגן קיין דרוק אויף די רבנים, פינקט ווי מ'האט נישט געקענט לייגן קיין דרוק אויפן באטערער... יאכלו ענוים וישבעו איז אלץ געווען די איינציגסטע וועג אין אמעריקע.
נישט אומזיסט איז קיינמאל נישט געווען קיין ריקאל. - -זיי זענען גערעכט. ווייל די דיינים וואלטען געדארפט טאן וואס אלע האבן געטאן ביז היינט... [מברר זיין דעם אמת, און אויב שטעלט זיך ארויס אז ס'איז נישט ריכטיג, דאן זאלן זיי] שרייען יאכלו ענוים וישבעו ! [אבער ווילאנג זיי זענען נישט מברר להיתר, ומכש"כ ווען ס'איז נתברר געווארן פארקערט, דארפן זיי "שוין איינמאל" מאכן א ריקאל!!].
פארוואס ביי די מצות, חלב, שומן, מילך און אלע אנדערע פראבעלעמען האט מען קיינמאל נישט געמאכט קיין ריקאל, אפילו אויף 10 מינוט?
געוואלד און געשריגן ????
יעצט אז מ'האט זיך אריינגעלאזט אין די היסטאריע פון ריקאלס, איז אינטרעסאנט צו ברענגען נאך עטליכע דוגמאות פון סקאנדאלן אין די לעצטע יארן, ווען מ'האט אלץ געכאפט פראבלעמען, און וואס מ'האט געטאן דערצו. 1) בשנת תשנ"ד האט אויסגעבראכן א שטורעם אין ניו יארק, ס'איז נתברר געווארן אז מען אפערירט די קיען, און לויט דעם איז עס טריפה דאורייתא, און מ'טאר נישט טרונקען די מילך. עס איז געווארן א שטורעם. אין אלע אידישע צענטערן האט מען נישט געטרינקען קיין מילך יענע פאר טאג, ביז מ'האט ארויסגענומען פון די פארמס די אלע אפערירטע קוען. אבער אין "די קרית יואל'ע מוסדות" האט מען ווייטער געגעבן צו טרינקן די "מהודרת" קרית יואל מילך [איר געדענקט נאך די קאמפאני], און ווי ס'איז שפעטער נתברר געווארן זענען דארטן געווען נאר אפערירטע קוען, [און די קאמפאני האט זיך טאקע אפגשפארט א וואך שפעטער]. און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פוסטע שקרים ! מ'האט קיינמאל נישט געמאכט קיין ריקאל. ברענג מיר א צעטל פון א ריקאל ! מ'האט איבעראל געטרינקען מילך אין אלע חדרים און אלע ישיבות. די רבנים אליין האבן געטרינקען קאווע יעדן טאג ! קיין ריקאל איז נאך קיינמאל נישט פארקומען על אדמת אמעריקע אפילו אויף שאלות דאורייתא'ס.
2) בשנת תשס"ז האט אויסגעבראכן א שטורעם, ס'איז געקומען מערערים און געטענה'ט, אז ווען מ'האט געשניטן די "בעסטע" ווייץ אין אריזאנע האט יא גערעגנט, ווי אויך איז נישט געווען קיין שמירה פון ווען די ווייץ זענען נגמר געווארן, [ס'איז געווען שבועות אינדערמיט].
ר' אלי' סימאן איז דארט געווען און זאגט אז ס'איז יא געווען שמירה. און ס'איז נישט געווען קיין חמץ. עס האט נישט גערעגענט ווייל אין א מדבר קען נישט רעגענען.
העי??? איז עס א מדבר ווי עס רעגענט נישט אדער קען יא רעגענען? ס'איז געווארן א שטורעם, חמץ איז א דאורייתא קיין שטורעם. ר' הערשל מילער עסט ווייטער נאר אריזאנא און אויך צעהלימער רב, פאפער' רב, נייטרא'ער רב, וויענער דיין וכו' וכו'.
די משגיחים האבן זיך סותר געווען מערערע מאל, ס'קען יא רעגענען אדער ס'קען נישט, מ'קען יא היטן די גאנצע פעלד אדער נישט, וכו' וכו'. און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל. נישט יאכלו ענוים וישבעו. נאר מ'איז נאך מקיים מצות אכילת מצה מיטן גרעסטן הידור וואס רבינו הק' האט זוכה געווען דער בשנת תשכ"ו - כ"ז, און תשכ"ח. ביז'ן סטראוק ווען די טירנויער פאמיליע האט באשלאסן עס איז צו שווער וד"ל. 3) בשנת תשס"ח האט אויסגעבראכן א מעכטיגע שריפה אין די מצה בעקעריי אינערהאלב ת"ת קראלי, וועלכע איז דאן געווען אין די באזיץ פון די "צענטראלע קהל יטב לב", און לויט די עדות פון פילע צוקוקער איז כמעט לא ימלט אז ס'איז נישט נאס געווארן די מצות וועלכע זענען שוין דארט געליגן. ס'איז געווארן א שטורעם, חמץ איז א דאורייתא. ווי מ'איז שפעטער געוואויר געווארן, האט מען פארקויפט די מצות פאר ביליגער. און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
ר' הערש לייב בערנשטיין, משגיח פון די בעקעריי איז אנגעקומען אהין 4 אזייגער פארטאגס און איז געשטאנען שמירה. און זיין שמירה איז גארנישט וויניגער פון בריסק'ער חומרות, ווער עס קען אים. 4) בשנת תשס"ט האט אויסגעבראכן א שטורעם, ס'איז געקומען א משגיח פון לעיקוואוד, וועלכער האט אנטדעקט אז ס'איז דא פילע טריפות פון צומת הגידין אין די "בית השחיטה המהודרת". ס'איז געווארן א שטורעם, טריפה איז א דאורייתא קודם האט מען עס געלייקנט, מ'האט באשריבן אין "שולחן מלכים" א שמועס מיט הרב דונער פון לאנדאן איבער די עסן פון די עופות, נאר נאכדעם וואס דער שטורעם האט געשטורעמט אן אויפהער, האט מען אנגעהויבן צו בודק זיין, [ובתנאי, אז יעדער האט דער פראבלעם, און נאר איך בין בודק]. וואס איז געווארן מיט אלע עופות ביז יעצט? שא שטיל!! און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
ועוד היד נטויה די צומות הגידין איז א קרענק וואס קומט פון די העטשערייען, ווי הגאון האדיר בעל קנה בושם האט מברר געווען.
עס איז צושפרייט אלע די גרויסע העטשעריס פון ווי קרית יואל און מארוויד, און G&G און מעקדאלנד'ס און אלע נעמען עופות
דער חילוק איז אזוי: אין קרית יואל גיט מען עס נישט צו עסן. ווייל 8 יונגעלייט זענען בודק די עופות כדת וכדין.
ביי ענקערע פלייש געשעפטן איז מען נישט בודק, ווייל עס קאסט צופיל געלט !
ויאכלו ענוים וישבעו.
יעצט ענטפער איין שאלה: פארוואס איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט פארגעקומען קיין ריקאל?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 14:58 |
|
| |
עס איז וויכטיג צוצולייגן אז בשנת תשל"ז ווען מען האט געטראפן א ווייצל אין די מצה, האט רביה"ק זי"ע געהייסן אויסרופן אז קיינער זאל נישט בראקען אחרון של פסח, און אפילו רביה"ק זי"ע האט אליין אויך נישט געבראקט, כאטש ביים רבי'ן מצות האט מען אלעס געמאכט מיט א זהירות יתירה און ווי פארשטענדליך איז נישט שייך געווען דער פראבלעם, דאך האט דער רבי יענעם יאר נישט געבראקט.
|
|
|
|
|