היינט נאכן דאווענען באקום איך א טעלעפאן קאל פון מיין שווער ער פרעגט מיר אז איך זאל אים זאגן קלאר צו איך האלט ביים בלייבן אן אהרוני אדער איך וויל ווערן א זאלי.
פון זיין טאן האב איך פארשטאנען אז ער האלט ביים נעמען ווייטערדיגע שריט ווי סתם פרעגן.
אויב וועל איך באשלוסן צו ווערן א זאלי וועל איך מוזן דא אפדעיטן, איך האב זיך דא איינגעשריבן אלץ א ארוני.
די שאלה איז וואס מיין נעקסטע שריט זאל זיין.
די שאלה גייט טיפער, וואס איז א חילוק צו איך בין א ארוני צו א זאלי אויף למעשה? איך האב שוין געזען זאליס דאווענען אין הופער און פארקערט ארונים אין ראדני. ווייל איך זאג פאר די גאס אז איך בין א ארוני דאס שטערט אים?
בין איך געקומען צום אויספיר אז די איינציגסטע זאך וואס ער מיינט איז וויאזוי איך בין לעגאל איינגעשריבן אין כל העולם כולו, אלץ א ארוני אדער אלץ א זאלי. ווייל ביי די שטאטישע אינסטאנטצן איז מען דאך נאר איינגעשריבן אלץ א דעמאקראט אדער א רעפאבליקן.
פאלגט נאך ווייטערטיגע שריט.
נשלח ב-20/1/2010 21:41
zamilenger (תאריך: 20/01/2010 21:35:00)
פשוטע נ"מ, המקדש אשה ע"מ שאני ארוני ונמצא שהוא זלוני הרי זה קידושי טעות ויוצא בלי גט
נשלח ב-21/1/2010 00:50
איין זאך איז זיכער, דיין שווער איז א לעגאלער משוגענער. אנשטאט דיר אנקאלן און זאגן הער אויף צו פאטשקען אין אינטרנעט, איז ער פארנומען מיט די שטותים.
נשלח ב-21/1/2010 03:03
דאס האב איך מיך געווינדערט, אויב ווייסט ער אז איך בין אויף כל העולם כולו פארוואס שרייט ער מיך נישט אן פאר דעם אליינס?
איך מיין אז ער דרייט זיך דא.
אבער יעצט איינמאל וועל איך אים ווייזן אז נאך מענטשן זאגן אז ער איז משוגע.