בית פורומים אידישע געדאנק

די פאקטן ארום די קאטשקע שערוריה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/1/2010 23:46 לינק ישיר 
די פאקטן ארום די קאטשקע שערוריה

ווי שוין באקאנט פאר אלעמען, קינד און קייט, בני תורה און סתם בעלי בתים, אלעס רעדט פון קרית יואל בית השחיטה "המהודרת" און קאטשקע פלייש. אזש אז דאס ווארט "קאטשקעס" איז געווארען די רויטע שמאטע ביי די "מהודרת חסידים".


ביז דערווייל זענען הכל מודים אז "המהודרת" האט גע'שחט'ן און ארויסגעלייגט אויף די פאליצעס פון די געשעפטן א סארט קאטשקע פלייש אויף וואס זיי האבן נאכדעם געשריבען א מודעה אין "די צייטונג" פ' וארא, פעידש 15 אז ביז עס וועט נתברר ווערן וואס פארא קאטשקע דאס איז געווען, זאל מען דאס צוריק ברענגען צו די געשעפטן און מען וועט צוריק באקומען דאס געלט.


אויך זענען הכל מודים אז נישט די בית השחיטה "המהודרת" זענען געווען די וואס האבן דאס איינגעזען דעם אמת, אז זיי האבן גע'שחט'ן די סארט קאטשקעס, נאר זיי האבן דאס בעל כרחם געטאן, נאכדעם וואס זיי האבען באקומען פרעשור פון "דרויסענדע" בעלי מכשירים און רבנים.


אויך זענען הכל מודים אז איין וואך פריער, פ' שמות, האבן די רעדאקטארן פון בלאט אויפ'ן פראנט פעידש געשריבען אז "המהודרת", זענען גאר די וואס האבן "אפגעראטעוועט" אלע בתי השחיטה פון פארקויפן טריפנע קאטשקע פלייש.


דאס זענען אויך הכל מודים, אז ווען דער סקאנדאל האט אויסגעבראכן אז קרית יואל "המהודרת" האט גע'שחט'ן טריפה'ענע קאטשקעס, האבען זיך די שרייבערס אין די "המהודרת" פארטיי צולאזט אויף דעם מעורר הרה"ג ר' יצחק שטיין ראב"ד קארלסבורג, אז ער איז דער וואס האט "אויפגעבאקן" די מעשה" און ער איז דער וואס איז פשוט מוציא לעז אויף די "בעסטע, שענסטע, גרעסטע, מעכטיגסטע און מהודר'דיגסטע" בית השחיטה אויף די גאנצע וועלט.


דער הרב שטיין איז געווארן ביי זיי דער נידריגסטער מענטש אויף דער וועלט, אזא איינער וואס טוט גארנישט נאר טראכט אויף בלבולים אויף די בית השחיטה "המהודרת", ווייל ר' אהרן איז דער רבי פון די בית השחיטה.


דאס איז וואס יעדער האט געזען, געהערט און געוואוסט. אבער כדי זיך צו דערגרונטעווען וואס דא האט זיך באמת אפגעשפילט אונטער די קוליסען, ווען פון איין טאג אויפן צווייטען איז דער הרב שטיין גאר געווארן דער "מציל" פון טריפה קאשטקע פלייש, אז אזוי ווייט אז די "המהודרת" האט געמוזט שרייבן אזא סארט פארווע מודעה, און אז דא איז פארגעקומען פיל מער און טיפער וואס עס איז באקאנט פאר אלעמען, האבען מיר זיך גוט אריין געלייגט אין דער נושא, און מיר האבן זיך טיף דערגרינטעוועט אין דעם סקאנדאל.


אבער בעפאר אלעם מוזען מיר אייך דא דערציילען אז דער סקאנדאל איז פיל שווארצער, און פיל מער שרעקעדיגער פון וואס איר ווייסט. מיר וועלן אייך פריער אראפלייגען די פאקטן פון דער גאנצער סקאנדאל, פון ווען דער סקאנדאל האט אנגעהויבען זיך קוילערען ווי אן אווערלענדש, ביז צום "פארווע" מודעה אין די צייטונג. און שפעטער וועלן מיר זיך אריין לאזן אין אנאליזירן דעם סקאנדאל פון פארשידענע זייטן וואס וועט אייך ממש דערשרעקן, און עס וועט זיכער זיין ערליכע אידן וואס וועלן מער נישט אריין נעמען "המהודרת" פלייש" אין זייער מויל. עס איז פיל ארגער וויפיל מיר אליין האבן זיך גערישט ווען מיר האבן זיך אריינגעלייגט אין דעם סקאנדאל.




קודם די טרוקענע פאקטן

 

כשרע קאטשקע פלייש איז א פיל טייערערע פלייש ווי טשיקען. ווייל עס איז פיל טייערער צו האדעווען, צו באקומען, און די פראצעדור נאכען שחטן, ווי צו אפפליקען די פעדערען און נאך, דעריבער איז עס פיל טייערער. למשל א גאצער טשיקען קאסט זיבן דאלער און א גאנצע קאטשקע קאסט דרייסיג דאלער. אזא דיפערענץ איז דא אין די פרייזען.


קאטשקע פלייש איז דעריבער א שטיקל יקר המציאות. עס איז נישט פארהאן קיין סאך פון דעם. עס איז א "דעליקאטעסען" וואס מען סערווירט אין די מער טייערערע רעסטוראנטען. סתם עמך יודען קויפן דאס נישט צופיל, ווייל עס איז צו טייער.

 

 

די הלכה אספעקט פון די קאטשקעס וואס איז מותר לאכילה און וואס עס איז נישט מותר לאכילה און די חילוקים פון די צוויי סארט קאטשקעס איבער וואס די נושא טוט זיך.

 

 

 

די תורה פארבאט 24 סארט פייגלעך פון צו עסן. די תורה דערמאנט די נעמען פון עופות טמאים, און אלע איבריגע סארט עופות זענען כשר. אנדערש ווי ביי בהמות, חיות און פיש וואס די תורה זאגט בפירוש די סימני טהורים, גיט די תורה נישט די סימנים טהורים או טמאים ביי עופות. נאר שרייבט די נעמען פון די כ"ד מיני עופות טמאים.


אבער די חכמי המשנה האבן יא געגעבן פיר סימנים פאר עופות טהורים, און דאס זענען: "אינו דורס, יש לו אצבע יתרה, יש לו זפק, וקורקבנו נקלף". רש"י הק' שרייבט אז אלע עופות מוזען האבען א מסורה און מען מעג נאר עסן די וואס מען האט געגעסען במסורה.


און אויף די כשרות פון עופות און די מסורה זענען שוין הונדערטער אדער טויזענטער תשובות געשריבען געווארען, פון אלע גאונים פון אלע צייטן זייט אידן זענען אין גלות.


למשל, עס איז דא פילע תשובות ווען עס איז נולד געווארן דער "תרנגול הודו", וואס מיר רופען אן "טורקי" וואס דער שלה"ק האט גע'אסר'ט צוליב וואס ער האט איינמאל געזען אז דאס האט "דורס" געווען וואס דאס איז א קלארער סימן פון נישט א טהור'ע, אבער אלע פוסקים האבען געהאלטען אז עס איז טהור און דעריבער עסען מיר דאס. און טאקע, די אייניקלעך פון של"ה זענען זיך מונע פון עסען טורקיס.


אויף די "פעקין" קאטשקע ווייסן אלע שוחטים מומחים וזקנים צו זאגן אז די צורה פון דעם היינטיגן פעקין, איז גענוי די קאטשקע וואס מ'האט אלעמאל געשאכטן.


דער עוף "מוסקאווי" איז נולד געווארען אין אמעריקע און מען האט דאס געגעסען ביז אין יאר תרכ"ב.


אינעם ספר "שלח תשלח" ווערט אראפגעברענגט די גאנצע געשיכטע איבער די שערוריה פון די "מוסקאווי" קאטשקעס.

שטייט דארטן אז אין יענע צייטן איז אנגעקומען קיין אמעריקע הרב הגאון רבי ישכר בער אילאווי ז"ל און האט משמש ברבנות געווען אין די שטאט ניו ארליענס. רבי ישכר בער איז געווען א תלמיד מובהק פון הייליגען חתם סופר און איז אפילו נסמך געווארען פון הייליגן חתם סופר. די שטאט איז געווען זייער נידריג אין אידישקייט אזוי ווי אין אלע שטעט אין אמעריקע בימים ההם. דער רב האט געארבעט דארט שווער ביז ער האט ענדליך צוזאמגעשטעלט א מנין אידן שומרי שבת קודש. ווען ער האט שוין געהאט א מנין שומרי שבת האט ער זיך גענומען איבער די כשרות וואס צום אלעם ערשט איז דאס פלייש. דא איז ער געוואויר געווארען אז א איד א פארמער האדעוועט א סארט עוף מיטן נאמען "מוסקאווי" וואס ענדעלט אביסל אינעם טהור'ן עוף "פעקין" און דאס האט מען דארט געשחטן פאר אידן. אויף זיין פראגע ווער עס האט דאס מתיר געווען, האט דער קצב-דער פארמער געזאגט אז דאס האט דער פריערדיגער רב שוין מתיר געווען און דעריבער איז דאס שוין א מסורה. צום אלעם ערשט האט דער רב אפגעשטעלט דאס פארקויפן די "מוסקאווי" קאטשקעס אלס טהור. ער האט געזאגט אז דער פריערדיגער רב איז געווען א מחלל שבת בפרהסיא דעריבער הייסט נישט קיין מסורה אויב מען האט אינעם עבר געגעסן אויף יענעמס סמך.


איז געווארען א טומל אין ניו ארליענס אז דער רב לייגט אויף זיי ארויף איבריגע חומרות וואס מען האט אלעמאל געגעסן, האט דער רב זיי געזאגט אז ער גייט שיקען די שאלה קיין אייראפע צו עטליכע רבנים, און ווי אזוי זיי וועלן זאגן דאס וועט ער אננעמען.


איצט האט דער רב הרב אילאווי ארומגעשיקט די שאלה צו די רבנים אין אייראפע איבער דעם נייעם עוף וואס געפינט זיך אין אמעריקע. פון די תשובות וואס הגאון רבי ישכר בער אילאווי האט באקומען פון הגאון רבי שמשון רפאל הירש ז"ל, הגאון ר' יצחק אלחנן ספעקטאר פון קאוונע, און פון הגאון רבי נתן אדלער פון לאנדאן, זעט מען אז הרב אילאווי האט זיי געזאגט אין די שאלה אז די אייער פון די "מוסקאווי" קאטשקעס זענען רינדיג און דאס איז א קלארער סימן טמא און אויף דעם העלפט ניטאמאל קיין מסורה. (אויך איז אינטערעסאנט ווי אינעם ספר "שלח תשלח" שטייט ארויסגעשריבען די מעלה וואס די "מוסקאווי" קאטשקעס פארמאגען אז עס איז גרינגער צו האדעווען ווייל זיי עסען ווייניג, און דעריבער איז עס ביליגער.)


זיי האבען צוריק געשריבען תשובות לאיסור, אז עס איז נישט שייך קיין מסורה ווען עס האט קלארע סימני טומאה.


אויך האט א רב הרב יוסף אהרן טאראן וואס האט יענע צייטען געוואוינט אין ארגענטינא געשיקט א שאלה איבער די "מוסקאווי" קאטשקעס צום בריסקער רב דער "בית הלוי" זצ"ל. הרב טאראן שרייבט נאך מער, אז די "מאסקאווי" קאטשקעס זענען "דורסים", א אנדערער קלארער סימן טומאה. דער בריסקער רב האט אים געענטפערט דורך איינער פון די בריסקער דיינים, אז מען טאר דאס נישט עסן.


אויך איז דארט דא געשריבען דעם דעת המתירים פון גדולי הרבנים אויף די "מאסקאווי" קאטשקעס, אבער די מתירים רעדן נישט פון דעם פראבלעם פון "בצים עגולות" אדער פון דעם פראבלעם אז די "מוסקאווי" זענען "דורסים". זיי באציען זיך נאר אז די מסורה איז יא גוט און מען קען זיך אויף דעם פארלאזען. 




די שינויים צווישן די ביידע סארט קאטשקעס



צווישען די שינויים זענען דא זעבארע און נישט אזוי זעבאר. די נישט זעבארע זענען:


1)    די מאסקאוויס זענען "דורסים" (אגרעסיוו) וואס דאס איז שוין טמא דאורייתא.


 

גענומען די פאלגענדע פון א וועבסייט:

 

http://www.associatedcontent.com/article/804777/muscovy_ducks_an_unusual_bird_to_go_pg3.html?cat=58

 

What they eat.


The Muscovy is the ultimate eater. They are known for eating anything that they can find including bugs of all sorts, roots, stems, leaves, algae, seeds, small fishes, lizards, snakes, and vermin including mice, voles, and young rats. In many places they have been used to control pest populations such as mosquitoes, spiders, and roaches. They love mosquito larva and will eat it from the water, but also enjoy eating flying ones, poisonous spiders, flies, and maggots. Because they are fierce eaters with a wide variety of food choices they should be kept away from rabbit and guinea pig cages, especially if their are young there. They have no problems attacking the young for food.

 

 

גענומען די פאלגענדע פון:

http://www.farmradio.org/english/radio-s/31-3_en.asp

 

Sometimes male Muscovies are aggressive and hurt or kill the young ducklings. Watch to make sure this does not happen or separate the males from the ducklings.

דאס גענומען פון וויקיפידיע:

This non-migratory species normally inhabits forested swamps, lakes, streams and nearby grassland[17], and often roosts in trees at night. The Muscovy Duck's diet consists of plant material obtained by grazing or dabbling in shallow water, with some small vertebrates and insects. This is a somewhat aggressive duck; males often fight over food, territory or mates. The females fight with each other less often. Some adults will peck at the ducklings if they are eating at the same food source.

 

 

2)    די מאסקאוויס לייגען "ביצים עגולות" וואס איז א סימן טמא.


 

די רינדיגע מוסקאווי אייער





 

איצט צו די זעבארע שינויים:


1)    דער מאסקאווי שנאבל איז נישט טונקל-געהל ווי די פעקין, נאר גרעי-פינק





דער פינקישער שנאבל ביי די "מוסקאווי"



 

דער געלער שנאבל ביי די "פעקין"

 

2)    די מאסקאוויס קוויטשענען נישט מיט קול. זיי ווערען אנגערופען אין ענגליש Quackless ducks. משא"כ די פעקין קאשטקעס קוואקען זייער הויך.

 

 

דאס גענומען פון וויקיפידיע:

Muscovy ducks are also less noisy, and sometimes marketed as a "quackless" duck.

3)     די מאסקוויס האבען נישט געלע הויט צווישן פינגערס פון די פיסלעך, אזויווי ביי כשר'ע פעקינס.


4)    די מאסקאוויס האבען אלע שווארצע האר אויבן אויפ'ן קאפ, אזויווי א קאפל. משא"כ די פעקינס זענען אלע ווייס ביים קאפ.

 

שוין אפילו געשחטענערהייט, שוין געפעקעלט אין בוטשער זעט מען אויף עטליכע שינויים צווישען די פעקין און די מאסקאוויס.


1)    ביי די מאסקאוויס אויף די "צאמב" ווי עס בלייבט געווענליך איבער אביסל פון די הויט פון די געלע פיסל, זעט מען נישט די טונקל געלקייט וואס ביי די כשר'ע פעקינס.


2)    די מאסקאוויס פארמאגען בכלל נישט די גרויסע מאס פעטן וואס די כשר'ע קאטשקעס זענען באוואוסט דערמיט. די הויט ביי די פעקינס איז א דיקערער שיכט פון פעטענס. אבער די מוסקאוויס האבען א דינע הויט און דערפאר איז עס בכלל נישט א פעטע פלייש.


3)    די פעקינס האבען די זעלבע טעם, קאליר און "טעקסטשור" ווי טשיקען נאר סאך פעטער און גרעסער. משא"כ די מאסקאוויס האבען די קאליר און טעקסטשור ווי קעלבערנע פלייש. אזויווי די מומחים שרייבן עס קלאר אויף אלע סייטס.

 

דאס פאלגענדע איז פון:

 http://www.muscovyduckcentral.com/whymuscovy.html

 

Typically Muscovy are considered a meat breed, their meat often being compared to veal. It is lean, unlike other
duck meat which tends to be greasy. When crossed with a mallard derivative breed they produce what are called 
Mules, which are sterile. Commercially a lot of ducks raised for consumption are mules, as is the case of the  Moulard - a Muscovy drake Pekin duck cross. An interesting note - breeding a MD drake to a Muscovy duck results in eggs requiring approximately 35 days to hatch, breeding a Muscovy drake to a MD duck results in eggs that require approximately 28 days to hatch.


 

דאס גענומען פון:

http://www.associatedcontent.com/article/804777/muscovy_ducks_an_unusual_bird_to_go_pg4.html?cat=58

. Bird for my table.


Muscovy ducks are eaten all over the world. In most places were ducks are eaten often this is a desired bird because it's meat is less greasy then other ducks and it is more like veal or roast beef then other birds. In England and other locations Muscovy Duck is often referred to as Barabury Duck when it is cooked. This term can also be used for a hybrid duck or "Mule Duck" with Muscovy genes involved.

 

נאך איבער דעם טעם און טעקסטשור, גענומען פון וויקיפעדיע

 

The Muscovy Duck has been domesticated for centuries, and is widely traded as "Barbary duck". Muscovy breeds are popular because they have stronger-tasting meat – sometimes compared to roasted beef – than the usual domestic ducks which are descendants of the Mallard (Anas platyrhynchos). The meat is lean when compared to the fatty meat of mallard-derived ducks, its leanness and tenderness being often compared to veal.

 






דער סקאנדאל

 

ביז נישט צו לאנג צוריק האבען אלע ערליכע בתי השחיטה געשחטען זייער קאשטקעס ביי א פארם מיטען נאמען "דשורגילעוויטץ" אין לאנג איילאנד נ.י. דאס אזי א גויאישער שלאכט הויז פאר בלויז "פעקין" קאטשקעס און די בתי השחיטה פלעגען דארט אפדינגען א טאג און שחטען זייער קאטשקעס. אויך מיעל מארט פלעגט דארט שחטן זייער קאשטקעס.


אין פענסילוועניע געפינט זיך אויך א "דשורגילעוויטץ" פארם, וואס האט זיך אפגעטיילט פון די פירמע אין לאנג איילאנד און דארט פלעגט צען אויך שחטן פעקין קאטשקעס. אבער די פירמע אין פענסילוועניע האט אויפגעהערט צו האנדלען מיט די בתי השחיטה ווייל עס האט אים נישט געלוינט.


אינגאנצן עטליכע יארן האבען זיך עטליכע בתי השחיטה גענומען און ארויסטראגען די קאטשקעס צו זיך און אליין שחטן און עס איז מן הסתם מער מהודר און אויך ברענגט עס מער געלט.


אין פענסילוועניע געפינט זיך א בית השחיטה פאר עופות מיט'ן נאמען "מהדרין". דער איינגעטימער איז א קלויזנבורגער חסיד מיטען נאמען ר' שלמה ווידער. דער בית השחיטה איז אונטער די השגחה פון די התאחדות הרבנים.


אויך איז דא א פירמע מיטען נאמען "אינטערנעשאנעל גלאט" וואס שחטען בהמות אזוי ווי מיעל מארט. זיי דינגען ארויס צייט און פלאץ אין שלאכט הייזער און דארט שיקען זיי זייערע שוחטים ובודקים. דער אייגענטימער הייסט ר' יעקב חיימאוויטש. די פירמע איז אונטער די השגחה פון "וועד משמרת למשמרת" וואס באשטייען פון די רבנים רבי יעקב זיידא דומ"ץ וויזשנית וו"ב, רבי שלמה צבי שטערן אבד"ק דעברעצין און רבי יצחק שטיין ראב"ד קארלסבורג.


די פירמע "אינטערנעשאנעל גלאט" גיט זיך נישט אפ מיט טשיקען, דעריבער אין פאל זיי האבען געדארפט טשקיען פאר זייערס א קאסטומער פלעגען זיי קויפן פון אנדערע בתי השחיטה. און נישט זיי פלעגען אראפשיקען זייער שוחטים ובודקים.


לעצטענס האבען זיי אויך פאר טשיקען זיך געדינגען פלאץ און צייט ביי "מהדרין" וואו "אינטערנעשאנעל גלאט" האט אראפגעשיקט זייערע שוחטים און בעלי מכשיר און דאס פארקויפט מיט זייער אייגענעם לעיבל.


קאטשקעס פלעגען זיי שחטען ביי די פירמע "דשורגילעוויטץ" אין פענסילוועניע, און ווען דאס האט זיך אפגעשטעלט האבען זיי געשחטען בי די פירמע "דשורגילעוויטץ" אין לאנג איילאנד.

די פירמע "מהדרין" האט געלאזט וויסען פאר "אינטערנעשאנעל גלאט" אז זיי גייען אריינבאקומען קאטשקעס און זיי קענען זיי פארדינגען דאס פלאץ.


דינסטאג ויחי תש"ע האט "מהדרין" באקומען קאטשקעס פון א בראוקער מייק טשארלס. "אינטערנעשאנעל גלאט" האט ארפגעשיקט זייערע שוחטים און זייער בעלי מכשיר רבי יעקב זיידא און רבי יצחק שטיין. אלעס איז שוין געווען גרייט ווייל דער טראק מיט די קאטשקעס זענען איצט אנגעקומען.


ווען מען האט אראפגענומען די קעסטלעך קאטשקעס האט איינער פון די שוחטים ר' בנימין קליינמאן, א ווישניצער חסיד, באמערקט אז עפעס שינויים זענען דא ביי די קאטשקעס. די קאטשקעס זענען זייער שטיל גאר אנדערש ווי אלעמאל אז ווען מען שחט די קאטשעקס קען מען נישט הערען דאס אייגענע קול ווייל אזוי שטארק קוואקענען זיי, אבער איצט איז עפעס שטיל.


דער שוחט איז געגאנגען רופן די צוויי רבנים איבערצורעדען די וואונדער.


די רבנים האבען ארויסגענומען עטליכע קאטשקעס פון די קעסטלעך און געזעהן טאקע שטארקע שינויים. זיי האבען געזען אז זיי קוואקען נישט, נאר קליינע הוסען, און אויך איז דער שנאבעל אנדערש.


די רבנים האבען מחליט דעווען אז מען קען נישט שחט'ן די קאטשקעס ביז זיי וועלען קלאר מאכען פון וואסערע קאטשקעס דא רעדט מען. פארשטייט זיך אז אפשטעלען א בית השחיטה איז א געוואלדיגער שריט, ווייל יעדע מינוט איז אויסגערעכענט און דא מוז מען ווייטער באצאלען פאר די שוחטים און אלע ארבעטער, אבער זיי האבען נישט געזען קיין אנדערע ברירה.


דער אייגענטימער האט צום ערשטענס אנגערופען דעם דיסטרוביוטער מייק טשארלס און אים געזאגט אז זיינע רבנים זעען עפעס אז די קאטשקעס זענען אנדערש ווי אלעמאל. און אים געפרעגט וואסערע קאשטקעס ער האט אים געשיקט?

דער גוי ענטפערט אין אז איך האב דיר געשיקט "מוסקאווי". קאטשקעס. ווי נאר די רבנים האבען געהערט דאס ווארט "מוסקאווי", האבן זיי גלייך געזאגט אז די קאטשקעס זענען נישט די וואס מיר מעגן עסן.


דער גוי זאגט זיי אז איך ווייס נישט וואס דער פראבלעם איז דא, איך האב פאר צוויי וואכען צוריק געשיקט 600 "מוסקאווי" קאטשעקס צום קרית יואלער "מהודרת" בית השחיטה, און זיי האבען דאס גע'שחט'ן.


 

המשך יבוא

 

 




תוקן על ידי המהדרין ב- 21/01/2010 19:37:34




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 22:13 לינק ישיר 

די עופות דורסים (KJ) מיינען אז מיט ווארפען שמוץ אויף יענעם וועלן זיי אויסזעהן שענער, האבן זיי אויסגעטראכט אויף הרב איללאוויטש כאילו ער האט געשחט'ען מוסקאווי, דא האט איר א בריוו פון דעם חשוב'ען רב אליין בכתב ידו, אז "שדבר זה אין לו שחר, לא אמת ולא נכון".

קאנאדער שחיטה האט אין איר גאנצע היסטאריע געשחט'ען קאטשקעס נישט מער ווי 2 מאל, און עס איז געווען פעקין - נאכאמאל
"הרוצה לשקר ירחיק עדותו".

דער גרויסער תלמיד חכם וגאון לייכטאג, איז נאך א גרעסערער שקרן וכזבן, ער טענה'עט אז ער האט אליין אוועק געשיקט אין LAB צוויי קאטשקעס שוין מיט 4 וואכען צוריק, די ריזאלטס זענען שטעקן געבליבען אינטערוועגענס.

ר' געצעלע האט מיר אליין געזאגט אויפ'ן טעלפאן, אז מע מעג על פי דין עסען די מוסקאווי קאטשקעס. דער ריקאל איז נאר געווען לחומרא. אזוי האבען אויך געפסק'נט דיין פאלאטשעק און דיין לייכטאג פאר אינגעלייט וואס האבן זיי גערופען פרעגען. - עפעס א וואונדער?
דער הייליגער עוף טמא "קוק" האט עס דאך מתיר געווען.

דער פאקט איז, אז די אהרונים האבען געשיקט צו דער זעלבער Guelph University, ערשטענ'ס ווייל קיין אנדער ארט איז נישטא, צווייטענס איך ווייס ווער עס האט זיי געגעבן די אדרעס (די LAB אליין געבט נישט ארויס קיין שום אינפארמאציע, אלעס איז קאנפידענשיעל). מיר ווייסען אבער אז KJ האט געקאלט די LAB פרעגען צו דע ריזאלטס איז אמת - האט מען זיי גע'ענטפער אז יא - ווען זיי האבען זיך גע'עקשנ'ט מע זאל זיי זאגען ווער האט עס אריינגעשיקט און ווען, האט מען אויף זיי אויפגעהאנגען דעם טעלפאן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 22:05 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2010 21:30 לינק ישיר 
א דאנק די ק"י בית השחיטה איז פארמיטן געוארן ... עיין בבלאט פרשת שמות




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2010 06:28 לינק ישיר 
המשך...

 

 

עס איז שוין זונטאג פר' וארא. דער בלאט פון פר' שמות האט משוגע געמאכט זייער קאלבישן ציבור, און פאבריצירט א מעשה אז דער בית השחיטה "המהודרת" האט אפגעראטעוועט אנדערע בתי שחיטה פון שחטן די "מוסקאווי" קאטשקעס און הרב ר' יצחק שטיין פון די רבני "משמרת למשמרת" איז געווען דער וואס האט גאר געזוכט א היתר יא צו שחטן. און די בעלי מכשירים דער "בעל אגלי דבש" מיט'ן "בעל מגד יהודה" האבען שוין געלאכט אין די פויסטען פון די אלע וואס טרויען זיך רח"ל מערער זין אויפן "מהודרת" שחיטה.

אגב, עס דרייט זיך א ווערטל אין די גאס בשם א רב, אז די בית השחיטה אין קרית יואל איז באמת "מהודרת", אבער זיי פירן זיך צוויי מאל א יאר צו מאכיל טריפה זיין. אבער אזוי, איז עס עכט "מהודרת"...

איצט וועלען מיר אייך אריבער פירען צום אנדערען טייל פון די ארונישע פראפעגאנדע מאשין וואס הייסט "הייד פארק" און וועלן מיר זען וואס דארט איז געשריבען געווארען אין די טעג פון דאנערשטאג פ' שמות ביז מיטוואך וארא.

 

דאס איז אלעס פון שמואל ווידער דער עורך ראשי פון "בלאט"

 

שוידער: פלאן פון ר' יצחק שטיין מיאוס דורכגעפאלן

ברעקינג ניוס:

אן אומשולדיג בחור'ל וועלכע איז אריין אין צענטראלן סאטמאר פלייש געשעפט אין בארא פארק די פארגאנגענע וואך דאנערשטאג, אראפריקן "קאטשקע" פון די פאליציעס האט אויפגעטרייסעלט די אייגענטימער פונעם בוטשער, איבער די נידערטרעכטיגקייט פון דעם אזויגערופענעם
הרב יצחק שטיין, און ווי שוידערליך מיאוס ער איז דורכגעפאלן מיט זיין שייגעץ שטיק.

אנגעהויבן האט זיך עס דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג  צופרי, ווען
דער בלאט האט אויפגעדעקט דעם אמת און מערערע שוחטים זענען געווען דערביי אז דער הרב יצחק שטין איז גאר געווען דער וועלכער האט געוואלט מתיר זיין די טריפה'נע קאטשקעס אין G&G. און ווען קיינער האט עס נישט געוואלט מתיר זיין האט ער באשלאסן צו נוצן זיין אלטע שייגעץ שטיק טריקס פון באשמוצן קרית יואל.

למעשה האט זיך דער באנדיט ארומדערזעהן אז זיין טונקעלער פרצוף קומט דא ארויס, האט ער שנעל געשיקט א יונג בחור'ל צו "שאפן" 2 פעקלעך קאטשקע פלייש פון די בארא פארק בוטשער און דאס אים דעליווערן.


דער בייזוויליגער פלאן פון הרב יצחק שטיין:

דער באנדיט
הרב יצחק שטיין האט דא געוואלט באגיין א כיטערערן שייגעץ שטיק קעגן קרית יואל, און דערמיט נקמה נעמען אין "דער בלאט". דהיינו:
1) ער וועט שאפן טריפה'נע מוסקאווי קאטשקעס פון א גוי'אישן פלייש געשעפט.
2) ער וועט עס שיקן צו א לאבאראטאריע.
3) ער וועט דערנאך נעמען די לעיבלס וואס דער בחור'ל האט אים אראפגערוקט פונעם סאטמארן בוטשער.
4) ער וועט ארויפלייגן דעם לעיבל אויף די טריפה'נע מוסקאווי און צייגן דעם באריכט פון די לאבאראטאריע אז סאטמאר בוטשער פארקויפט טריפה'נע קאטשקעס.


די אומגעלונגענע גניבה:
דאנערשטאג נאכמיטאג פ' שמות תש"ע שפאצירט א בחור'ל אריין אינעם גרויסן סאטמארען בוטשער סטאר אין בארא פארק און וויל קויפן קאטשקע פלייש.
אבער ער דערזעהט זיך אז איין פעקל קאסט בערך 30 דאלאר, פיל מער געלט וויפיל
הרב יצחק שטיין האט אים געגעבן.
א בחור איז דאך א בחור, איז ער געגאנגען אין פראבירט אריינצוריקן 2 פעקלעך פלייש אינטערן מאנטעל.

עמיצער אין געשעפט האט באמערקט אז דער בחור ארבעט ארום, אן אנדערער קאסטימער האט באמערקט ווי דער בחור לייגט אריין 2 פעקלעך פלייש אינטערן מאנטעל. דער קאסטומער האט שנעל איבערגעגעבן פאר א טיכטיגן ארבעטער וואס ער האט געזען, און איידער דער בחור האט געהאט צייט זיך ארויסצושלייכן פון דארט האט מען אים שנעל אפירגענומען און אנגעהויבן אויספרעגן, ביז ער האט זיך געבראכן און דערציילט אז מ'האט אים געשיקט קויפן צוויי פעקלעך קאטשקע פלייש און ער האט נישט קיין געלט פאר די פלייש האט ער עס אריינגערוקט.

ווער האט דיך געשיקט???
דער בחור האט נישט געוואלט דערציילן ווער עס האט אים געשיקט. ער האט זייער מורא געהאט פון אהייב, און דער האט ער זיך גע'עקשנט פון אנהייב, ביז מ'האט אים געדראעט אז מ'ועט אים לאזן ארעסטירן פאר שאפליפטיג און אז מ'וועט פארשפרייטן די בילדער פון אים, ביז ער האט מודה געווען אז נישט קיין אנדערער ווי הרב יצחק שטיין אליין, האט אים באויפטראגט מיט די שמוציגע מיסיע. דער בחורל האט ממש געוויינט אז מ'זאל נישט ארויסגעבן ווער ער איז, ווייל ער ציטערט פון זיינע עלטערן.

במשך די פאר טעג פון דאנערשטאג נאכמיטאג ביז היינט צופרי, איז מען דערגאנגען אויף די שפירן פון דעם שמוציגן פלאן פון 
הרב יצחק שטיינ'ען, און אצינד ווארטן מיר צו באקומען דעם לאבאראטאריע רעפארט פון דעם באנדיט. און לאמיר זעהן וועלכע לעיבלס ער גייט דא יעצט שאפן, צו איבערצייגן פון וואנעט די טריפה'נע מוסקאווי קומט.

עס זענען פאראן בילדער פונעם בחור, אבער וויבאלד ער האט צום סוף פארציילט דעם גאנצן אמת, האט מען אים צוגעזאגט נישט ארויסצוגעבן די בילדער.

עס לאזט זיך נישט גלייבן וואס
הרב יצחק שטיין דער מאכיל נבילות וטריפות איז אלס אומשטאנד !  

*

דער בחור האט דאך פארציילט אז דער מושחת און קארופטירטער באנדיט "הרב יצחק שטיין" האט אים געשיקט.
די קשיא איז אויף יצחק שטיין, פארוואס איז ער נישט אריבערגעגאנגען צו הרב לייכטאג פון בארא פארק, וואס ער איז גיט דעם הכשר אויפן פלייש געשעפט.

אויסערדעם האט מען קלארע אינפארמאציע פון דעם טריפה'נעם יונג יצחק שטיין אז ער וויל דא נקמה נעמען אין דער בלאט פאר'ן פארציילן אז ער איז דער וואס האט דא געוואלט מתיר זיין די טריפה'נע קאטשקעס.

עס איז צייט אז די גאנצע וועלט זאל וויסן אז יצחק שטיין איז פינקט אזא יונגאטש ווי הרב חיים דוד כ"ץ.
ער האט קיין שום נאמנות נישט, ער איז חשוד אויפן ערגסטן, און מ'וועט אויפדעקן זיין שמוציגן פרצוף, וואס ער פראבירט אזוי שטארק צו פארדעקן.

 

*

אפדעיט יום ב' וארא.

דער ביליגער זייפן וכזבן, יצחק שטיין לויפט ארום צעווילדעוועט ווי א שור המועד, און זוכט נאך רע-בנים וועלכע זענען גרייט צו גיין מיט אים. אבער אן ערפאלג.

האט ער פראבירט צו גיין צו קארלסבורגער רב, און אים אריינציען אין די שמוץ.

אבער דא האט ער באקומען א פרישן פראסק פון קארלסבורגער רב, קיינער האט דיר נישט געהייסן פעלשעווען, קענסט גיין צו רבי אפרים שמעון לייכטאג און רעד זיך דורך מיט אים, הער אויף מיט די פסלנות'ן און שייגעץ שטיק.

דער ביליגער יונג לויפט ארום צו נאך רבנים ווי ר' שלמה שטערן און אנדערע - אלעס ווייל ער וויל נקמה נעמען אין דער בלאט.

דער טיפש און דל גאה, הרב יצחק שטיין וויל נישט פארשטיין אז מיט פעיק פאני פראוד וועט ער אין ערגעץ נישט אנקומען !

 

*

מהורדרת שחיטה האט פארקויפט טריפה קאטשקע פלייש..........

נערישע היידפארק - זאלי

דא שטייט די מהודר'דיגסטע שחיטה אין אמעריקא וואס יעדע רב וואס באזיכט דארט (אין פארשטייט זיך אז יעדער ווערט דארט אריינגעלאזט) ווערט ממש נתפעל וויפיל געלט מ'צאלט נאכצוקומען יעדע חומרה אין הידור.

אין פין די אנדערע זייט שטייט דער צר עין אין באקט סקאנדאלען מיט די הילף פין די שוואכסטע בוטשער אין וומ''ס אין ווער ער זעהט אז מ'כאפט אים פאר די מעשה ווערט ער ווילד

 

*

הרב יצחק שטיין האט וועגן וויאזוי מברר צו זיין.
ער קען רעדן צו ר' נח גפן און צו די אנדערע שוחטים.

ער קען רעדן מיט ר' געציל שליט"א און מיט ר' משולם פאלאטשעק
וועלכע זענען די בעלי מכשירים אין די בית השחיטה

ער קען אויך רעדן צו די משגיחים אויפן בוטשער.

יעדער איינער פון די אויבנדערמאנטע אידן קען אסאך מער לערנען פון ליידאק און פוסטן שחצן ר' יצחק שטיין.
אבער ניין.

דער באנדיט פירט זיך אבער אויף נוסח היידפארק. און קומט מיט פוסטע שקרים.

הוא בא באומנות שלנו, קומען מיר צוריק מיט זיין אומנות !

*

אלס איינער וועלכער קען שוין ר' יצחק שטיין פאר אסאך יארן, וויל איך דא אריינווארפן אפאר ווערטער וועגן אים, כאטש צו דעם פרשה האט עס גארנישט.

דוקא קען ר' יצחק שטיין גאנץ פיין לערנען (לאפוקי פון זיין טאטן......) אבער דא ענדיגט זיך דאס, קיין יראת שמים, קיין מידות, קיין ערליכקייט, קיין מענטשליכקייט. און איך האב די אלע זאכן געזאגט מיט כונה, נישט סתם געשריבן אין די וועלט אריין. און צו דעם אלעם איז ער א פשוט'ער בלאפער און פאלשער יונג.

מיום עמדו על דעתו האט ער געוואלט זיין א גרויסער רב און ווייזן זיין כח, און פאר דעם טאקע האט ער געלערנט, כדי צו קענען אנקומען צו דעם.

זיין טאטע נעבעך האט גארנישט אויף דער וועלט, אן זיינע קינדער און אייניקלעך האט ער ניטאמאל מנין אין זיין בימ"ד אין ב"פ, ממילא וויבאלד דאס לעבן איז אים ליידיג אין אויסגעשפילט ציט ער זיין חיות פון האקן און רעדן און שימפן אויף דעם ביטערן שרעקליכן ר' אהרן טייטלבוים (וואס, בד"וו, האט אים קיינמאל גארנישט געטון. פאר ווער עס ווייסט האט ר"מ שטיין זיך אליינס אפגעזאגט פון די ישיבה אין ק"י, כאטש דער בעל ברך משה האט זיך געבעטן צו אים ער זאל בלייבן, אבער ער מוז דאך האבן איינעם וועמען צו באשולדיגן.....). כאטש ער האט זיך שוין מער ווי איינמאל צונאר געלייגט מיט די סארט נארישקייטן, און זיינע בני משפחה האבן זיך געבעטן צו אים ער זאל זיך נישט נאריש מאכן, אבער וואס קען מען טון, דאס גיט אים חיות. נעבעך.

מיט דעם אלעם וואס דער גרויסער קלוגער פאלטישאנער רב ציעט זיין גאנץ חיות פון האקן אויף רבינו שליט"א, דאך איז דער בענאק זיינער ר' יצחק גרייט געווען צו ווארפן דעם טאטן איבערן דראנג ווען מען האט גע'אפערט פאר זיין ווייב א גוטער דשאב אין די סאטמאר בית רחל מיידל קעמפ, מיט עטליכע יאר צוריק, ער האט שוין געהאט אנגענומען דעם פאסטן און געווען רעדי צו גיין אין בית רחל מיידל קעמפ און אינגאנצן אויסדרייען דעם דאשיק, אלעס פאר אפאר טאללער.

אבער אזוי ווי די זאליס האבן זיך געכאפט  אז זיי קענען נאך פארלירן אזא געטרייען באדינער, זענען זיי שנעל געלאלפן און אים געאפערט מער געלט, אבי ער זאל נישט אריינפאלן אין די הענט פון די אהרונים.

סאו, וואטעווער ער טוט, באצאלט ער פשוט זיין חוב מיט דעם.

ערעב יצחק, אסאך הצלחה.....

*

די פאלטשע שקרים פין די זאלי'ס אין די טעגליכע סקאנדאלען

ווי באקאנט פראבירן די זאלי'ס לעצטענס צו פאברעצירן יעדע פאר טאג פרישע סקאנדאלען אין שקרים קעגן די בארימטע בית השחיטה המוהדרת,
די פשוט'ע ציל דערפון איז, 'השנאה מקלקלת את השורה',
אבער דא קומט נאך אויך צו די גרויסע געלט שאדען וואס די 82 בוטשער האט זינט די בית השחיטה המהודרת האט זיך געפענט אין איז ב''ה היינט די גרעסטע היימישע בית השחיטה פאר עופות 'בכמות' 'ובאיכות' בליעה''ר (היימישע מיין איך היימישע פלייש וועלכע ווערן פארקויפט אין וומ''ס אין און היימישע פלעצער) 

סיי ציליב די הידור בכשרות וואס דער בית השחיטה המהודרת פארמאגט מיט זיך, חומרות אין הידורים ווערן טעגליך ציגעלייגט טראץ די קאסטען פין שווערע טויזענטער'ס,פין  וואס מ'קען שרייבן אין שרייבען אין נישט אויפהערן,
וואס אויף דעם זענען עדות, סיי וועלכע ת''ח עס האט שוין באזיכט אינעם בית השחיטה המהודרת,
זייענדיג די ''איינציגע בית השחיטה'' וואס מ'לאזט יעדן אזוי גרינג אריין.

סיי ציליב דעם וואס 82 האט אנגעהויבן נאכצולאזען אין לאנגיעריגע הידורים אין הוראת פין רביה''ק אין די גאנצע השגחה האט ליידער יענע צורה..

למעשה יעדע שקר קלאפט זיי נעבעך ציריק אין פנים, לדוגמא די שקרים וואס זיי האבען פארקויפט בשם הרב קארשינסקי פין לעיקוואד ביי די צומות הגידין פרשה, וועלכע האט פאר יעדן מגלה געווען אז קרית יואל איז גאר דער ערשטער צו טרעפן די פראבעלם וואס אלע עופות האבען געהאט - ווייל זיי קומען פין איין העטשערי אין דארט איז מען טאקע בודק יעדן עוף.
(עס איז לעכערליך אריינצוגיין איז זייערע נערישע שקרים אז נאר קרית יואל האט געהאט דעם פראבעלם 1) הג''ר אהרן גאלדמינצער פין סקווירא האט קלאר געזאגט אז ביי זיי טרעפט מען אויך ''ווייל מ'קוקט'' 2) קרית יואל שעכט א טאג איבער 30 טויזענט עופות בליעה''ר אין יעדער פארשטייט אז ס'נישט מעגליך אז איין פארעם זאל צושטעלן אזויפיל עופות טעגליך אין וועגן דעם האט 'יעדע' בית השחיטה אסאך פארעם'ס פין ווי זיי קויפן, אין ס'קען נישט זיין אז פינקט די 20 פארעם'ס פין ווי קרית יואל נעמט האט געהאט דעם פראבלעם 3) קרית יואל האט עטליכע מאל גענומען פין די  זעלבע פלאץ ווי וויינלאנד אדער
GG האבען גענומען פריער אין האבען אויך געטראפען רוב מאל גרויסע פראצענטן פין מיט צומות הגידין 4) עס פארשטייט אליין יעדער, אז וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין לוינט זיך פאר קרית יואל צו טוישען פארעם ווי איידער דארפען אויפהאלטען א מנין משגיחים און אוועקווארפען אזוויפיל שטיקען'ס, אלע מאי?...5) די פלאץ ווי מ'האט מתקן געווען דעם פראבלעם, איז געווען אינעם 'העטשערי' אין אלע פארעם'ס פין די גאנצע געגענט קויפן נאר דארט די אפרוחים וכן הרבה, די פלאץ איז נישט דא דערפאר)

יעצט האבען זיי  די פרישע סקאנדאל, וועגן די קאטשקעס, אויף א עירעור פין איינעם וואס דארט איז אויך שייך 'והכבוד מוציאין את האדם מן העולם' , און אינאיינעם פארבירן די לוזערס צו ארויפשמירען יעדן טאג פרישע שקרים אויף די בית השחיטה

*

ר' יצחק שטיין. קווואק קוואק. לערן זיך אויס קאטשקעס

אזוי ווי דער שחצן הרב יצחק שטיין וועלכע פארשטייט צו כשר'ע און טריפה'נע קאטשקעס פונקטליך וויפיל ער פארשטייט צו צומות הגידין.

(ביי די צומות הגידין האט ער געהאלטן דרשות, אבער ער האט נישט פארציילט אז ווען ער איז געקומען אין קרית יאול בית השחיטה האט ער נישט געוואוסט בין ימינו לשמאלו. דאס הייסט א דל גאה, וועלכער מיינט אז ער קען עמיצן פאפן.)

און צו צומות הגידין פארשטייט דער עם הארץ וויפיל ער פארשטייט צו דיבוקים.

דער סך הכל איז אז מ'האט דא צו טאן מיט נידריגן יונגאטש, א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, א שחצן און א זייפן פון נידריגסטן סארט, וועלכער מיינט אז נידריגע שטיק וועט ער ערגעץ אנקומען.

דערפאר שטעל איך ארויף עטליכע בילדער פאר דעם מן הארץ, ער זאל א קוק טאן די 2 ערליי סארט קאטשקעס



די טריפה'נע מוסקאווי קאטשקע איז א רויטליכע קאליר ביים שנאבל. פון די מוסקאווי ביז די פעקין איז הימל און ערד. אבער פאר הרב יצחק שטיין גייט עס נישט אריין אין קעפל.

פארוואס געוואלד ???

*

די בילדער זעהט מען קלאר, אז די גאנצע בעלאני מעשות וואס יצחק שטיין און נחום ראזענבערג האבן פארקויפט אז אין ק"י האט מען געשחטן די קאטשקעס ווייל מען האט נישט באמערקט, צו נישט געוואסט אז מען טאר נישט... איז סתם בעלאני.

לויט זיי מיז זיין אז אין ק"י בית השחיטה ארבעטן נאר בלינדע מענטשן...

די חילוק צווישען די 2 קאטשקעס וועט דיר א 3 יעריגע אינגל קענען צייגן.

עס איז ווי צו זאגן אז אנשטאט קיען איז אנגעקומען חזירים און מען האט נישט געוואוסט אז מען טאר דאס נישט עסן...

 

*

ווען דער ר' איטשע שטיין, וואלט זיך נישט געשעהמט, וואלט ער געזאגט אז מען שעכט גרויסע חזירים אונעם בית השחיטה, אזא שנאה האט דער ר' איטש צו סאטמאר, אלעס צילוב ווייל ער ווערט נישט אנערקענט אלס א יש, און די תורה וועלט, אוןן פארשטייט זיך אז סאטמאר איז שילדיג!

נאך א מזל אז ער האט נאך עפעס בישה, אזוי פארקויפט ער אז נאר קאשקעס אן א מסורה האט מען געשאכטען!

 

*

דער ר' איטשע ער פארשטייט צו ''האט קאפס''

שחיטה  דאס איז נישט זיין ליניע, צו דעם פארשטייט ער נישט!

אונטערסאנט אז ער האט נישט אריין געמישט זיין רבי'ן ר' יחזקאל ראטה שליט''א, וואס האט אייביג געטאן און די שחיטה,  זעט אויס אז ר' יחזקאל האט מער ציטרו צו זיין איידעם הגה''צ דער דיין שליט''א, וואו ער האט צו דעם שטיין,

 

*

זעען מיר איצט אז דעם הרב שטיין האט מען דן געווען לחרפה ולדראון פארן חטא וואס ער איז באגאנגען צו מעורער זיין די "בית השחיטה המהודרת" אז זיי זאלן נישט נוצן די קאטשקעס וואס זיי האבען געשחטן ווייל עס איז א טריפה'נער עוף. און מען האט דעם הרב שטיין מבזה געווען סיי אין בלאט און סיי אין הייד פארק, און די בעלי מכשירים פון די "מהודרת" זענען שטיל. זיי לאכען מיט, ווי גוט עס געלונגט צו פארטושען די קאלבישע מוחות.

(אויב וועט איר פרעגען פארוואס האט זיך שמואל ווידער דייקא גענומען צו הרב שטיין און נישט צו די אנדערע צוויי רבנים הרב שטערן און הרב זיידא? ווייל הרב שטערן אין א מחותן מיט ר' משולם פאלאטשעק און הרב זיידא איז א דיין אינאיינעם מיט ר' משולם ביי גיטין, און דערפאר האט ער נישט געלאזט אז מען זאל זיי מבזה זיין.)

אבער אויב האט דער "בעל אגלי דבש" מיט'ן "בעל מגד יהודה" געמיינט אז דער ביליג געמיינער ספין און טריק וועט זיי העלפן האט זיי געווארט א גרויסער סורפרייז. די רבנים פון "משמרת למשמרת" האבן באשלאסן אז זיי וועלן זיך נישט לאזען טעראריזירן און זיי גייען גיין עד הסוף. זיי וועלן ארויסקומען מיט א וויי געשריי פאר די גאנצע וועלט אז די בית השחיטה "המהודרת" איז מאכיל טריפה במזיד פאר אידן מדקדקים בכשרות און זיי ווערען נכשל מיט מאכלות אסורות.

די רבנים האבען אנגערופן הרב פאלאטשעק און אים געלאזט וויסען אז זיי ווילן מאכן אן אסיפה מיט אים און מיט ר' געציל און אויב ווילן זיי נישט קומען וועלען זיי אליין מאכען אן אסיפה און מען וועט דן זיין איבער די "מהודרת" בית השחיטה אן זיי.

דא איז געווארען א פראבלעם. ווייל דער "מהודרת" רבי האט זייער ליב אסיפות נאר ווען מען איז דן איבער אנדערע אדער איבער פראבלעמען פון אנדערע בעלי מכשירים. אן אסיפה איבער זיין בית השחיטה האט ער זייער נישט ליב. ער האט זייער נישט ליב אז מען זאל מאכען אן אסיפה וואו מען פראקט אים אויס. האט ער אויסגעקליבען אז ענדערש זאלן די בעלי מכשרים יא גיין צו די אסיפה ווי איידער מען זאל מאכען אן אסיפת הרבנים איבער אים אין זיין אפוועזענהייט. און אזוי איז געווען, הרב פאלאטשעק האט צוריק גערופען די רבנים אז דער בעל אגלי דבש איז גרייט אריינצוקקומען דינסטאג צו אן אסיפה צוזאמען מיט זיי, ביי אים, הרב פאלאטשעק אין שטוב.

ביי די אסיפה זענען געווען אנוועזענד די רבנים פון "משמרת למשמרת" הרב זיידא, הרב שטערן און הרב שטיין, און די בעלי מכשירים פון "מהודרת" הרב בערקאוויטש און הרב פאלאשטעק.

די רבנים האבען אויפגעוויזען שווארץ אויף ווייס אז די קאטשקע פלייש פון קרית יואל איז מאסקאווי. זיי האבען געברענגט פעקלעך פון די "מהודרת" קאטשקע וואס האט געהאט די אריגינעלע "סיעל" פון "מהודרת", זיי האבען געברענגט מאסקאווי קאשטקעס וואס זיי האבען געקויפט לעבעדיגערהייט, און זיי האבען איבערצייגט פאר די בעלי מכשירים פון "מהודרת" אז ר' נח גפן האט זיי נישט געזאגט דעם אמת.

 

דער באשלוס אויף ווייטער: ליצנות אויפן נידיריגסטן שטאפל.

המשך יבוא




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2010 00:02 לינק ישיר 

אזוי ווי ס'איז א לענגערע באשרייבונג ביטע נישט אריינהאקן מיט תגובות ביז עס איז פארטיג, מען קען דערווייל מגיב זיין אין אנדערן קאטשקע אשכול.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/1/2010 20:45 לינק ישיר 
המשך...

 

נאך איידער איך וועל אנאליזירן דעם "בלאט" וויל איך רעדן פון א וויכטיגע פאקט וואס איך בין געוואר געווארן.

ר' נח גפן האט, ווי געשריבן, נישט געזען וואסערע קאטשקעס ער האט געשחטן. אבער ווען די טעלאפאנען האבען אנגעהויבען צו פארן אהער און אהין און דער סקאנדאל האט אנגעהויבען ארויסצוקומען האט ער געקאלט ר' יחזקאל גליק. דאס וואס עס איז שוין געווען געשריבן.

אבער וואס ר' נח האט אים געפרעגט, האט ר' יחזקאל גליק דערציילט, אז ר' נח האט אים געפרעגט צי "שווארצע האר" אויפן קאפ פון די קאטשקע האט א מסורה? און אויף דעם האט ר' יחזקאל אים געענטפערט אז נישט אויף דעם ווענד זיך די מסורה.

האבען מיר שוין ארויס אז ר' נח האט יא געזען שווארצע האר אויפן קאפ. און דאס איז נאר ביי "מוסקאווי" קאטשקעס. ביי די "פעקין" איז קיינמאל נישט דא שווארצע האט אויפן קאפ. דאס איז אבער נאר איינע פון די סימנים וואס מען קען זען.

איצט וועלען מיר זיך נעמען צום בלאט פון דאנערשטאג פ' שמות. מיר האלטען איצט אז פון די "מהודרת" בית השחיטה איז געקומען א באפעל צוריק צו שטעלען די קאטשקע פלייש וואס די רבנים פון "וועד משמרת למשמרת" האבן אויפגעוויזן פאר הרב לייכטאג אז די קאטשקע פלייש וואס "מהודרת" האט געשחטן איז די טריפהנע "מוסקאווי", און הרב לייטאג האט געהאנדלט ווי אן ערליכער בעל מכשיר און דאס געהייסען אראפנעמען פון די פאליצעס. אבער די פירער פון "מהודרת" האט געהייסען צוריק צו שטעלען די קאטשקע פלייש, ווייל זייער שוחט ר' נח גפן האט נאמנות און ער זאגט איצט אז ער האט געזען אז עס איז געווען "פעקין" קאטשקעס.

איצט האט דער בלאט נאכגעשריבען די "געבאקענע" געשיכטע וואס שמואל ווידער האט שוין דינסטאג פ' שמות געשריבען אויף הייד פארק.


די מעשה וואס איז געשטאנען אין "הייד פארק" און נאכדעם אין בלאט איז געווען אזא אויפגעבאקענע געשיכטע אז ווי מער מען ליינט די דעטאלען פון די געשיכטע ווערט מען מער און מער געשאקט ווי אזוי זיי זענען גרייט געווען אויסדרייען אזא ערענסטע געשיכטע פון מאכיל זיין טריפהנע קאטשקע פלייש און דאס "אפיציעל" פארדרייען צו אנדערע בתי השחיטה און גאר די "מהודרת" האט זיי אפגעראטעוועט.


אבער אז מען ווייסט אז די גאנצע געשיכטע איז לא היה ולא נברא, קען מען זען אז דער בית השחיטה "המהודרת" האט געוויסט אז זיי מוזען "פראטעקטען" ר' נח גפן, זיי מוזען "פראטעקטען" זייערע בעלי מכשירים און זיי מוזען ווארפען די גאנצע שמוץ אויף הרב שטיין וועלכער איז איינער פון די בעלי מכשירים אויף "אינטערנעשאנעל גלאט" און ער מיט הרב זיידא האבען פשוט געטון וואס ערליכע אידן טוען און אויפמערקזאם געמאכט דעם בעל מכשיר פון "מהודרת" בוטשער אין ב"פ. און פארדעם איז זיי געקומען דער טאפ שמוץ פון די "מהודרת" פארטיי שרייבערס.

איידער איר ליינט ווייטער, ביטע ליינט נאכאמאל דעם בלאט ארטיקל ווייל אזוי ארום וועט איר פארשטיין אז דא איז פארגעקומען א סקאנדאל וואס מעגליך קען אין עתיד נישט פארבעסערען אין די "מהודרת" שחיטה, ווייל אז דער בעל מכשיר מיט'ן שוחט האבען געארבעט אינאיינעם במזיד צו פארדעקען א מכשול, איז נישט א שאלה אז זיינען געפאלען גאר נידריג און ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט וואלטען זיי זיך ביידע געדארפט אפזאגען פון זייער פאסטענס וואס געברויכט נאר ערליכע אידען.


צום ערשט הייבען זיי אן אויפן הויפט בלאט צו שרייבען: "קרית יואל האט געראטעוועט אנדערע בית השחיטה פון שחטן טריפהנע גענז".


אינעם ארטיקל שרייבען זיי קודם אז "דער בלאט" האט די נייעס באקומען "ערשאהאנטיג". ווי לאכעדיג. עס איז געווען פיל מער ערשטהאנטיג, עס איז געווען "ערשט-באקענדיג... זיי מאכען זייערע ליינער פאר אזעלכע צוריק געשטאנענע מענטשען אויף וועם זיי ווייסען אז זיי קענען פאר זיי אלעס אין דער וועלט איינרעדען. דער בלאט האט "שפיאנען" אומעטום און אלעס באקומען זיי "ערשטהאנטיג"...


די געשיכטע הייבט זיך אן שפינען אז זיי האבען גערעדט מיט די שוחטים פון קרית יואל. דאס גראדע וועלען מיר יא גלייבען. איצט אז מיר קענען זיך שוין עטוואס אויס מיט ר' נח גפן, מעג מען שוין גלייבען אז דער בלאט האט מיט אים גערעדט און ער האט מיט זיי קאנספירירט צו באקען די געשיכטע, און אזוי ארום, זיך צו דעקען פון די שולד. איי, אן ערליכער שוחט קען אזאנס נישט טאן, איי ר' נח האט גענומען אויף זיך צו זאגען ליגענטס איינס נאכען אנדערען און דורכדעם מעגליך שוין געגעבען צו עסען פאר אידען טריפות, אבער צו דעקען "דעם מהודרת" רבין" צו דעקען די "מהודרת" פארטיי איז ער אלעס גרייט געווען צו טאן.


נאכדעם שרייבען זיי אז זיי האבען גערעדט אויך צום בראוקער, "מר. טשארלס". דעם בראוקער מאכען זיי פאר א פאלנער נאר, און אויך אין איינוועגס ברענגען זיי אריין א ספק אז מעגליך פאר "מהודרת" האט ער אויך געגעבען "מוסקאווי." זיי שרייבען אז מר. טשארלס האט געזאגט פאר די אייגענטימער פון "מהדרין" אז "פעקין" האט ער שוין נישט ווייל ער האט שוין אלעס אפגעליפערט פאר צוויי וואכען צוריק קיין קרית יואל.


איצט אזוי. קודם כל, אין צוויי וואכען האט ער שוין נישט נאך אויסער די 600 וואס ער האט געשיקט פאר קרית יואל? איך האב מיך נישט געפוילט און איך האב אנגערופען א אגענט פאר "פעקינס" און איך פרעג אים וויפיל "פעקינס" איך קען ביי אים באשטעלען, זאגט ער מיר וויפיל איך דארף.


און סתם שכלדיג געפרעגט, באשטייט דען א פארם פון בלויז די "מהודרת" בית השחיטה און פאר זייערע 600 קאטשקעס אין זעקס חדשים?

 און אז ער האט נישט "פעקין" שיקט ער פון זיך אליין "מוסקאווי" קאטשקעס? נו, מיט אזא סארט בראוקער איז דאך זייער מעגליך אז ער האט שוין אינעם עבר געשיקט "מוסקאווי" אויך קיין קרית יואל, ווייל ער האט דאן שוין אפגעשיקט זיינע 600 "פעקינס" צו אימיצען אנדערש?


און אז ער האט שוין נישט קיין "פעקינס", נוצט א סעילעסמאן די ווערטער, "איך האב שוין 'אלע' מיינע "פעקינס" אפגעשיקט קיין קרית יואל"?

און קוקט ווייטער ווי זיי שטארק זיי האבען מדגיש געווען צו באשמוצען הרב שטיין. ער האט נאר געוואלט כשרן די גענז. ער האט גערופען צום "בי"ד הגדול שבירושלים" און צום רב המכשיר פון "מהודרת" וועם זיי באטיטולען הגאון הגדול, ר' משולם פאלאטשעק און אויך צו ר' נח גפן און אלע האבען געזאגט אז מען טאר נישט דאס עסען ווייל עס האט נישט קיין מסורה.


שמואל ווידער איז מסיים די דעטאלען פון דער אויפגעבאקענער מעשה, אז צום ענדע האט הרה"ח ר' שלמה ווידער "מחשובי חסידי צאנז קלויזנבורג", זיך באדאנקט פארן מענדעשער פון די "מהודרת" בית השחיטה ר' יואל ווייס פאר די צייט וואס די שוחטים האבען אוועגעגעבען אפראטעווען אידען פון עסען טריפות דורך זיין בית השחיטה.


דעם ר' יואל ווייס האט מען אויך געמוזט דעקען ווייל ער האט געהאט א חלק אין דעם סקאנדאל ווייל ער האט באשטעלט די "מוסקאווי" קאטשקעס פאר די "מהודרת" נישט וויסענדיג אז דאס איז א טריפהנער עוף.

איצט אזוי. אז יעדער ווייסט אז די גאנצע מעשה איז געווען געצילט מהפך צו זיין קערה על פיה, ווי אזוי האבען די בעלי מכשירים פון "מהודרת" בית השחיטה צוגעלאזט אזא פרעכען און ביליגער שקר? ר' משולם פאלאטשעק (דער אנדערע בעל מכשיר הגאון ר' געציל, האט דאך זיכער נישט צוגעלאזט אז זיין נאמען זאל פיגורירען ערגעץ, ווי זיין סדר אויף יעדע קאנטראווערסיאלע זאך. ער מאכט נישט זיין נאמען שמוציג פאר קיינעם.) און ר' נח גפן האבען דאך געוויסט אז דער ארטיקל וואס די קעפל דערפון איז געשטאנען אויפן הויפט בלאט, איז דאך א געוואלדיגער שקר, וויאזוי האבען זיי דאס געליינט? האבען זיי געלאכט ווי גוט עס איז געלונגען משוגע צו מאכען אלע ליינער? האבען זיי זיך נישט אנגעקוקט פאר געמיינע שקצים וואס טוען במזיד ווארפען זייער שמוץ אויף אן אנדערע ערליכע בית השחיטה אין די צייט וואס ביידע, סיי ר' משולם און סיי ר' נח האבען געוויסט פאר הונדערט פראצענט אז אין "מהודרת" איז פארגעקומען אן ערענסטער מכשול? נו ווי אזוי קען זיין אז אזעלכע סארט אידען ווי די צוויי, מעגען נאך געבען א השגחה און שחטן פאר ערליכע אידען?

וויא אזוי האט ר' משולם פאלאשעק און ר' נח גפן זיך אנגעקוקט במשך דעם שב"ק ווען זיי האבען געוויסט אז קיינער האט זיי נישט געקאלט פרעגען אויף די קאטשקעס, קיינער האט נישט געקאלט ר' יואל ווייס, נאר די מעשה איז געווען פונקט פארקערט. די בעלי מכשירים פון "מהדרין" האבען געקאלט "מהודרת" פראבירן זיי אפראטעווען פון מאכיל זיין טריפות אבער דארט איז נישט פארגעקומען די ענדע אז ר' יואל ווייס האט געקאלט זיך באדאנקען פאר ר' שלמה ווידער. וויאזוי האבען זיי זיך געפילט בי זיך שב"ק?


און אז ר' משולם פאלאטשעק און ר' נח גפן זענען געווארען אקטיווע אנטיילנעמער אין פאבריצירען א שרעקליכע שקר אויף אן אנדערע בית השחיטה נאר זיך צו ריינוואשען פון דעם מכשול וואס איז פארגעקומען אונטער זיי, דאן איז א פראבלעם מיט זייער גאנצער בית השחיטה.

 

המשך יבוא

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2010 06:16 לינק ישיר 

און דא האט איר דעם אינעווייניגסטען באשרייבונג אין בלאט וואס איז שוין געבאקען געווארען דינסטאג אוי, די "מהודרת" הייד פארק, און מען דאס איצט שיין באפוצט מיט פיל מער "דעטאלען"...



אין דעם ארטיקעל קען מען גאר גוט זען די "שיטה הקדושה" פון דעם מהודרת רבין, "צו ווארפען זיין שמוץ אויף אנדערע און נעמען יענעמס קרעדיט פאר זיך".

 

 

המשך יבוא

 



תוקן על ידי קאטשקעס ב- 21/01/2010 06:59:50




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2010 06:12 לינק ישיר 
דא האט איר די קאפיע פון דעם בלאט:




תוקן על ידי קאטשקעס ב- 21/01/2010 06:56:30




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2010 06:08 לינק ישיר 

המשך

 


עס איז דאנערשטאג און עס געגאנגען טעלעפאן קאלס אהין און צוריק. דער סקאנדאל איז נאך איצט בלויז אן אינערליכער. עס איז דערווייל צווישען הרב שטיין, הרב זיידא מיט הרב שטערן פון די מערערים, און הרב פאלאטשעק, הרב בערקאוויטש און הרב גפן וואס קומען אויף יעדען טאג מיט נייע המצאות אז מען זאל נישט מוזען ארויסקומען מיט א מודעה אז די קאטשקע פלייש איז פון טמא'נע עופות . די גאס איז נאך דערווייל אין די טונקעלניש, און זיי ווייסען גארנישט אז עס רעדט זיך פון א ערנסטער מיסברויך פון "מהודרת" בית השחיטה וואס האט זיך אליין פראקלאמירט אלס די בעסטע, גרעסטע, שענסטע, מעכטיגסטע, און מהודרדיגסטע.


אבער די פירער פון די "מהודרת" שחיטה ווייסען אז עס וועט נישט נעמען לאנג און דער סקאנדאל גייט אויסברעכען איבער די גאנצע גאס און דאן וועט עס שוין זיין פיל שווערער צו פאררעכטען אדער עס צו פארדרייען. איז געבליבען אז מען גייט זיך באנוצען מיט שמואל ווידער אז ער זאל שוין עפענען א קריג קעגען הרב שטיין און אים באשמוצען אלס ער איז דער וואס אונטער זיין השגחה האט מען געשחטן די "מוסקאווי" קאטשקעס. און מען וועט אזוי פארדרייען די קעפ פון אלעמען אז עס וועט שוין נישט זיין קיינער וואס וועט דאס גלייבען אויף די "מהודרת" בית השחיטה. דער בלאט איז שוין געהאט ארויסגעקומען און זיי האבען שוין נישט געהאט קיין שאנס מיט וואס פארא ספין ארויס צוקומען וואס זאל פארטושען די "מהודרת" פארטיי מיטגלידער.


שמואל ווידער "דער הויפט" פון די "מהודרת" שרייבער האט זיך טאקע גענומען שרייבען אין הייד פארק. און איך וועל צוברענגען עטליכע שטיקלעך פון די ערשטע מינוטען יענעם דאנערשטאג פ' ויחי. נישט פארגעסען, דער סקאנדאל איז גאר אן ערענסטער אבער דער עיקר איז אז מען זאל פארדרייען די מעננטשהייט אז דער סקאנדאל זאל פארווישט ווערען אויף אלע וועגען, נאך איידער די גאס הייבט זיך אן דערוויסען. די בעלי מכשירים רבי געציל און רבי משולם האבען ביז דערווייל אנגענומען אז פאסיווע צושטאנד צו אלעם, נאר עס זאל נישט ארויסקומען אז אונטער זייער השגחה איז פארגעקומען א מכשול.


אט האט די ערשטע שטיקל פון שמואל ווידער אויף הייד פארק: (באמערקט, ווי רוי ער איז געווען אין די געשיכטע אז אפילו די נעמען פוןדי קאטשקעס האט ער נישט פארכאפט צו שרייבן געהעריג. אזוי געיאגט האט ער זיך. ער מישא זאליס מיט פיסלעך אבער אבי עס זאל פארדרייען די טונקעלע פאקטען)

 



דאן שרייבט ער ווייטער:

 




 

 

*

ביני לביני און דער דאנערשטאג פ' ויחי איז אדורך און "מהודרת" מיט אירע בעלי מכשירים שליט"א האבען גארנישט געטון אז אידען זאלען נישט נכשול ווערען. נאכמיטאג איז הרב לייכטאג אויפגעקומען אז ר' נח גפן האט יא געזען אז עס איז געווען "פעקין" קאשטקעס וואס מען האט געשחטן פאר צוויי וואכען צוריק.

 

זונטאג פ' שמות ווען עס האט אנגעהויבען צו שטינקען אין די גאס אז עפעס איז פארגעקומען מיט טריפהנע קאטשקעס אין "מהודרת" בית השחיטה, איז הרב שטיין נאכאמאל אריבער צו הרב לייכטאג אבער איצט איז ער שוין געווען באוואפענט מיט שווערע אמוניציאן. ער האט אפיר געברענגט א פעקעל קאטשקע פון מיעל מארט און א פעקל קאטשקע פון די בוטשער סטאר אין בארא פארק וואס איז אונטער די "מהודרת" פארטיי און אונטער די השגחה פון הרב לייכטאג.


ער האט אים געוויזען די אויבנדערמאנטע שינויים וואס מען זעט ביי די צוויי סארט און אים קלאר אויף געוויזען אז די קאטשקע פון מיעל מארט איז "פעקין" און די קאטשקע פון "מהודרת" איז מוסקאווי".


דא האט הרב לייכטאג געזען אז עס איז נישט גוט דער מצב, און וויבאלד ער איז נישט אזא פארטיי מענטש, ער איז מער א דרויסענדיגער וואס איז געווארען די לעצטע פאר יאר איינגעשטעלט אין די "מהודרת" פארטיי, האט ער טאקע געהייסען אז די קאטשקע פלייש פון "מהודרת" זאל אראפגענומען ווערען פון די פאליצעס.


איצט האט מען באשטעלט פעל מער ספינס און מוח פארטרייבונגס פילען פון שמואל ווידער.


אט דאס שרייבט ער דינסטאג פ' שמות:


המשך



 (אגב, ווען מען פרעגט ר' אשר יעקב עקשטיין איבער דעם ספין, זאגט ער אז מען נוצט זיין נאמען אויף שקרים וכזבים, ער ווייסט גארנישט, ער האט נישט געזען קיין קאטשקעס און ער האט נישט געפרעגט ר' נח גפן. עס איז סתם איינע פון די ספינס וואס "מהודרת" האט באשטעלט פון שמואל ווידער.)

הרב לייכטאגס באפעל פון אראפנעמען די קאטשקע פלייש פון די פאליצעס האט למעשה נאר אנגעהאלטען אפאר טעג. עס איז געקומען א באפעל פון קרית יואל, אז הרב לייכטאג איז נאר דער בעל מכשיר איבער די בוטשער סטאר אין בארא פארק, אבער נישט איבער די אלגעמיינע בית השחיטה און עס זאל שוין צוריק ארויפגעשטעלט ווערען. דאס איז געווען דאנערשטאג פ' שמות נאכדעם וואס דער בלאט איז ארויסגעקומען מיט די שרייעדיגע קעפל אויפן פראנט זייט אז "מהודרת" האט געראטעוועט "מהדרין" בית השחיטה פון טריפהנע קאטשקעס. 




תוקן על ידי המהדרין ב- 21/01/2010 07:37:10




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2010 03:13 לינק ישיר 

המשך...


הרב שטיין האט נאך יענע נאכט, דינסטאג ויחי, זיך געטראפן מיט הרב ר' אפרים שמעון לייכטאג וועלכער גיט די השגחה אויף די בוטשער סטאר אין בארא פארק וואס באלאנגט פאר די פראקציע וואס געהערט זיך אן פאר די "מהודרת" בית השחיטה פארטיי, און אים געזאגט אז עפעס א מכשול איז דא פארגעקומען און מען האט גע'שחט'ן אין קרית יואל נישט מסורה'דיגע קאטשקעס.


הרב לייכטאג האט אים געזאגט אז ער וועט מברר זיין. דאס איז געווען דינסטאג ביינאכט.


צומארגענס האט שוין הרב שטיין מברר געווען מער פרטים אין די הלכה, און איז נאכמאל אריבערגעגאנגען צו הרב לייכטאג צו הערן וואס ער האט מברר געווען. הרב לייכטאג האט אים געזאגט אז וויבאלד עס איז נאר א שאלה פון יא מסורה און נישט מסורה, איז עס נאר א בדיעבד און מען קען עס מתיר זיין. האט אים הרב שטיין געזאגט אז דא איז נישט קיין שאלה נאר פון מסורה. דא איז א זיכערער טמא'נער עוף ווייל עס איז א "דורס" און ער לייגט "ביצים עגולות". און ווידער האט ער אים געזאגט אז ער וועט מברר זיין.


צומארגענס איז הרב לייכטאג אויפגעקומען מיט א פרישע המצאה אז דער שוחט ר' נח גפן פון די "מהודרת" שחיטה "האט נישט געזען" א שינוי, ממילא קען מען זיך פארלאזן אז עס איז מן הסתם יא געווען "פעקין" קאטשקעס.


דאס טייטשט אז ר' נח גפן האט נישט געזאגט אז ער האט "יא" געזען "פעקין" נאר ער האט געזאגט אז ער האט "נישט" געזען א "מוסקאווי".


אין דעם דאנערשטאג פרשת ויחי האט זיך שוין אפגעקאכט א שטיקל קאשע אין דעם "מהודרת" בית השחיטה. הרב לייכטאג האט שוין עטליכע מאל גערופען אהין און צוריק און גערעדט צום ראש השוחטים ר' נח גפן און צום בעל מכשיר רבי געציל בערקאוויטש שליט"א און צום אנדערען בעל מכשיר רבי משולם פאלאטשעק שליט"א, און עס האט אנגעהויבן ארויסצורינען א שטיקל סקאנדאל.


*

איך וועל אבער מוזען מאכן א שטיקל הקדמה ווי "פרעדזשייל" די "מהודרת" בית השחיטה איז אויף סיי וואסערע קריטיק, און פארוואס זיי זענען גרייט אלעס צו פארקוקן נאר נישט מודה זיין אז זיי האבן שוין אמאל געהאט א פראבלעם.

 

רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געעפנט א בוטשער, בלויז צו קענען פארמאגן פלייש, ווי אזוי מען האט געהאט אינדערהיים. ער האט נישט געמיינט און געדארפט גארנישט אויסער פארשפרייטן אידישקייט פאר אידן אין אמעריקע. דאס זעלבע מיט די מצה בעקעריי. דער רבי האט נאר געוואלט בויען א מצה בעקעריי וואס זאל קענען צושטעלן מצה פאר אלע ערליכע אידן. און דערפאר האט מען נישט געהערט קיינמאל אז דער רבי זאל זיך רימען מיט זיין פלייש און מצות. אפגערעדט פון דאס מינדעסטע אראפרייסן אנדערע בוטשערס און בעקערייען. ווייל ער האט בלויז געמיינט צו בויען אידישקייט און  כשרות און טהרה. דאס זעלבע איז מיט די מקוה און אלע אנדערע אידישקייט ענינים. קיינמאל האט ער זיך נישט גערימט צי אראפגעריסן אן אנדערע אידישקייט זאך.


דער רבי פון די "מהודרת" פראקציע האט גאר אן אנדערע שיטה אין אידישקייט. אין די היסטאריע פון כלל ישראל זענען געווען עטליכע באוואוסטע "בעלי שיטה" רבי יוסף זונדל סאלאנטער האט מייסד געווען די "מוסר שיטה". דער הייליגער בעש"ט האט מייסד געווען די "שיטת החסידות", דעם סאטמארער רבי ז"ל האט די וועלט גערופן דער בעל "השיטה" אויף די ענין הציונות און עס איז געווען נאך פריערדיגע.


אויך האט דער "מהודרת רבי" מייסד געווען א שיטה. זיין שיטה לויטעט אז "מיין שולד ווארף איך ארויף אויף אנדערע און יעמענס קרעדיט נעם איך פאר מיר." און נישט נאר דער "בעל מהודרת" פראקטיצירט דאס, נאר אויך אלע "מהודרת חסידים" פראקטיצירן דאס כסדר און אין גרויסן.


איין ביישפיל:


פאריגן זומער האט אויסגעבראכען די שערוריה פון "צומת הגידין" אויף די "מהודרת" בית השחיטה. דאן האט די "מהודרת" אינטערנעט, היידפארק, און די "מהודרת" צייטונג "דער בלאט" געשריבן אז דער פראבלעם איז "נאר" ביי אלע אנדערע בתי השחיטה, און גאר קרית יואל האט עס נישט. דער "מהודרת" רבי אליין האט גערעדט כ"ו אב ביי די סעודת הילולא פון רבי'ן זצ"ל און האט דארט געזאגט אז "אלע" בתי השחיטה האבען אויך דעם פראבלעם, און נאר קרית יואל איז די איינציגסטע וואס האבען אויפגענומען ספעציעלע בודקים פאר די צומת הגידין.


דער "מהודרת" רבי מעג דאך אלעס זאגן, ווייל ער איז נישט אחריות אויף זיינס א ווארט, און איז קיינמאל נישט געווען. ער איז א כראניש קראנקער שקרן וואס קען אין איין סעקונדע זאגען פארקערט ווי די פריערדיגע, אן בלינקן מיט די אויגן.


ארויסגעוויזען האט זיך פאר די גאנצע וועלט, אז אויסער קרית יואל האט קיינער נישט געהאט די פראבלעם פון צומת הגידין, און ווי עס האט שפעטער געשריבען א מודעה אין די צייטונגען די בעלי מכשירים פון אלע אנדערע בתי השחיטה, הגאון רבי הלל וויינבערגער פון די התאחדות הרבנים, און הגאון רבי יצחק שטיין פון "וועד משמרת למשמרת" אז ביי זייערע בתי השחיטה איז נישט פארהאן דעם פראבלעם. ארויסגעוויזען האט זיך אז קרית יואל האט איינגעקויפט געמיינע און ביליגע טשיקענס וואס די פיס האבן זיך ביי איר נישט געהאלטען. די "מהודרת" פארטיי איז ווייטער געגאנגען לשיטתם פון "ווארפען די שולד אויף אנדערע", און האט נאכדעם געשריבען אז באמת האבען אלע אנדערע בתי שחיטה יא דעם "צומת הגידין" פראבלעם, נאר זיי נעמען נישט אויף קיין בודקים און זענען פשוט מאכילי טריפות.


אין קרית יואל האט מען אויפגעשטעלט די בית השחיטה פאר גאר אנדערע צוועקן. איינס, די פעדעראלע רעגירונג האט געהאט א "911 פאנד" גרענט, וואס דערמיט האט מען געבויעט די בית השחיטה פאר די שוחטים וואס האבן פארלוירן זייערע פרנסות אין וואל סטריט... און די צווייטע סיבה איז לקיים מה שנאמר "הכל יודך והכל ישבחוך אין קדוש כהגה"ק. און דערפאר זעט מען און מען הערט ווי דער "מהודרת" רבי רימט זיך, דורכ'ן רימען זיין בוטשער אלץ די בעסטע אין די גאנצע וועלט.


זיי האבן א נאמען געגעבען פאר זייער בית השחיטה "מהודרת" און עס איז געווארען "מהודר" פון איין מינוט צו די אנדערע. איי מיט וואס איז דאס מער מהודר פון סיי וועלעכע בית השחיטה? זענען זייערע שוחטים ערליכער ווי די שוחטים פון וויינלאנד, מארוויד, מהדרין? זענען זייערע בעלי מכשירים ערליכער אדער הייליגער צו בעסער פון רבי הלל וויינבערגער, פון רבי חיים דוד כ"ץ, פון רבי משה מנחם טירנויער? לכאורה ווייט נישט, און די "מהודרת" איז בלויז א נאמען וואס זיי האבען זיך אליין געגעבען, און דער "מהודרת" רבי האט אליין אנגעהויבען צו גלייבן אז זיי זענען טאקע מער מהודר און ער ווערט נישט פארטיג זיך צו רימען כסדר. פארגאנגענעם כ"א כסלו האט דער רבי פון די "מהודרת" פארטיי זיך גערימט און געקלאפט אין די פלייצע אז די בית השחיטה אין קרית יואל איז די בעסטע אין די גאנצע וועלט!


און ווייל די "מהודרת שחיטה" האט די צוויי סיבות פון געלט און כבוד, וועט מען אלעס טאן אז די צוויי סיבות זאלן ח"ו נישט שאדן האבן. מען וועט קומען מיט א מיליאן ליגענטס, איינס פרעגט אפילו אפ די אנדערע, מען וועט שרייבן אין הייד פארק אז אלעס איז זאלי ליגענטס, אבער ארויסקומען זאגן אז עס טויג נישט, אז עס איז ווייט פון "מהודרת", דאס קען מען נישט.


און דאס שפילט זיך אפ אין די איצטיגע טעג. און נישט נאר שמואל ווידער מוז פארדעקן יעדע קריטיק אויף זייער "מהודרת", נאר אויך יעדער ארבעטער פון די בית השחיטה ווייסט אז אלעס מוז מען טאן אויף דער וועלט נאר עס זאל נישט ארויסקומען קיין שאדן פאר די "מהודרת" שחיטה און פארן "מהודרת" רבין, אריינגערעכנט דער ראש השוחטים ר' נח גפן.


*

מיר גייען צוריק צו דאנערשטאג ויחי.


עס האלט איצט אז ר' נח גפן האט געזאגט אז ער האט נישט געזען קיין דיפערענצן אין די קאטשקעס. אבער דאס איז נאר געווען אין פובליק. וואס עס האט זיך געטון אונטער די קוליסען איז ווי פאלגענד.


אז איר וועט פרעגען פון וואו ווייסט מען וואס עס האט זיך געטאן אונטער די קוליסען, וויל איך אייך זאגען אז די ארבעטער אין בית השחיטה זענען נישט פון די סארט וואס וועלן אמאל לויפן פאר פרעזידענט אין אמעריקע און זיי ווייסן נישט קיין חכמות, נאר זיי פלאפלען.


זיי דערציילען אזוי. זיי האבען אלע געזען אז די קאטשקעס זענען געווען שטיל, זיי האבען נישט געקוואקעט. און אויך האבען זיי יא געזען אז דער שנאבעל איז געווען מער א פינקערער קאליר ווי די פריערדיגע מאל. זיי זאגען אז עס איז אמת אז ר' נח גפן האט נישט געזען אז עפעס איז אנדערש דא, ווייל דער שוחט זעט נישט די קעפ נאר איבערגעדרייטערהייט וואס די גוים פון בית השחיטה האלטן די קאטשקע פארן שוחט צו קענען שחטן איינס צוויי.


ר' נח ווען ער האט זיך דערוויסט אז עפעס טוט זיך וועגען די קאטשקעס האט ער אפגערופען הרה"ח ר' יחזקאל גליק שו"ב און געפרעגט וואס איז די מסורה פון קאטשקעס.


און ר' נח כאטש ער איז נישט א יונגערמאן, דאך האט ער נישט געוויסט די מסורה ווייל ער האט דאס נישט גוט געלערענט. אויך האט ר' נח געפרעגט דעם טראק דרייווער פון די בית השחיטה א יונגערמאן מיט'ן נאמען פארטגאנג, צו ער האט עפעס געזען א חילוק אויף די קאטשקעס וואס מען האט גע'שחט'ן פאר עטליכע וואכן צוריק. און די סיבה צו רופן ר' יחזקאל גליק און דעם פארטגאנג, זענען, ווייל ער האט "נישט" געזען. נאכאמאל, נישט אז ער האט געזען אז עס איז נישט "מוסקאווי" קאטשקעס. נאר ער האט נישט געזען גארנישט.


אבער וויבאלד קריטיק אויף די "מהודרת" קען מען נישט דולדען, האט מען עס נישט אראפגענומען פון די פאליצעס. כאטש א בית השחיטה וואס רופט זיך "מהודרת" וואלט זאפארט געדארפט דאס אראפנעמען בלויז אויפ'ן ספק, אבער וויבאלד עס איז נאר "מהודרת" אויפן לעיבל, האט מען אלע סארט לגיונות אנגעהויבען צו דרייען. און דאס איז צוגעגאנגען מיט'ן סדר פון אלע לגיונות אז איין ליגנט דעקט אויפן צווייטן ליגנט און איין ליגנט איז זיך סותר מיט פריערדיגן ליגנט.

 

המשך יבוא

 




תוקן על ידי קאטשקעס ב- 21/01/2010 03:55:53



תוקן על ידי המהדרין ב- 21/01/2010 07:02:20




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2010 01:23 לינק ישיר 












תוקן על ידי קאטשקעס ב- 21/01/2010 01:25:32




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2010 01:16 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2010 01:11 לינק ישיר 
איך לייג איבער אביסל קלארער











תוקן על ידי קאטשקעס ב- 21/01/2010 01:30:12




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2010 00:07 לינק ישיר 
די געשיכטע אראפגעברענגט אין ספר "אוצר ישראל" אנציקלאפעדיע




תוקן על ידי קאטשקעס ב- 21/01/2010 00:52:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/1/2010 23:59 לינק ישיר 
פעקין אייער

אלע בילדער גענומען פון וועב סייטס וואס יעדער קען דאס אליין "גוגלען"




פעקין אייער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > די פאקטן ארום די קאטשקע שערוריה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext