בית פורומים כל העולם כולו

קידוש ה' ביי אנ"ש אין אנטווערפן יע"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/1/2010 00:58 לינק ישיר 
קידוש ה' ביי אנ"ש אין אנטווערפן יע"א

דעם דינסטאג פ' בא לס' בנערינו ובזקנינו נלך, איז פארגעקומען א "גענעראל פארזאמלונג" אינערהאלב קהלתינו הק' אין אנטווערפען יצ"ו.

א באריכט אין קורצן, באקומען אין אישית פון א דארטיגן תושב.

די איצטיגע גענעראל פארזאמלונג, קומט נאכדעם וואס ווי באקאנט האבן די עסקנים זוכה געווען אפצוקויפן צוויי ריזיגע גיגאנטישע בנינים אין וועלכע עס וועט אי"ה אויפגעשטעלט ווערן דאס בית המדרש הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר, און אלע קהל'ישע צוגעהערן ווי א מקוה טהרה, בית הוראה, הערליכער היכל התורה, שמחה זאלן און נאך.

צום צוועק פונעם גענעראל פארזאמלונג האט כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק עטת"ר שליט"א ספעציעל אריבערגעשיקט הרה"ח המרומם ר' דוד עקשטיין שליט"א פרעזידענט דקהלתינו הק' בקרית יואל, וועלכער האט אויפגעטראטן מיט פאסיגע רייד און ערקלערט דעם חובת השעה, וואס דער רבי שליט"א האט פארלאנגט מייסד צו זיין א קהלה, גענוי ווי עס איז אין אלע סאטמארע צענטערן, נאך בעפארן אנהייב פון די בוי ארבייט אויף די גרויסע בנינים.

תיכף נאך די אסיפה האבן אנ"ש אויסגעפילט דעם אפליקעישאן פארם, וואו מען האט זיך איינגעשריבן אלס מעמבער אין די קהלה קדושה יטב לב ד'סאטמאר, תחת מרותו של כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א ט"ב שליט"א.

דאנערשטאג וועלן פארקומען וואלן אויף די קהל'ישע פאזיציעס. און דאן וועט מען זיך בקרוב נעמען צום בוי ארבייט.

עס איז געווען א ווירקליכער קידוש שם שמים צו זעהן די קרוב צו הונדערט אידן אנשי שלומינו תלמידי וחסידי מרנן רבותינו הקדושים זי"ע ולהבחל"ח כ"ק מרן שליט"א, וועלכע האבן זיך באטייליגט ביים וויכטיגן גענעראל פארזאמלונג בבחי' חבר אני לכל אשר יראוך.

אנ"ש קוקן שוין ארויס אויפן גרויסן טאג ווען די ביהמ"ד וועט געענדיגט ווערן ברוב פאר והדר, און די קול תורה ותפלה וועט געהערט ווערן במשך אלע שעה'ן פון טאג.


תוקן על ידי לאעליכם ב- 21/01/2010 01:00:38




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2010 04:30 לינק ישיר 

ווער איז געלאפן קעגן וועם?
ביטע ברענג ביידע ליסטע'ס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2010 00:52 לינק ישיר 

מיט גרויס פרייד קען מען ב"ה מעלדן אז די וואלן וועלכע זענען פארגעקומען דאנערשטאג בתוככי קהלתינו הק', זענען ב"ה אדורך מיט א געוואלדיגע הצלחה. און די ליסטע האט געווינען מיט א איבערוויגנדע מערהייט.

תיכף נאכן הערן די אויסגאנג פון די וואלן, איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין שטוב פון הרה"ח ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א פרעזידענט דקהלתינו, מיט די השתתפות פון אלע ערוויילטע חברי הקהלה, די וואל קאמיטע, און הרה"ח ר' דוד עקשטיין שליט"א וועלכער האט זיך געפונען אין שטאט צו באאבאכטן די וואלן.

דורך טעלעפאנישע פארבינדונג האט כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א אנגעוואנטשן ווארימע ברכות קודש, און ברכות לרוב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 01:14 לינק ישיר 

אויף שארלאטעליי.
נעבן ר' יודל שטיין'ס הויז. יעצט ווייסטו שוין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/1/2010 19:48 לינק ישיר 

ווייסט איינער ווי די נייע ביהמ"ד איז ?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2010 03:02 לינק ישיר 

אויב די ארוינים גייען טאקע אוועק פון די קהלה, גייט זיך די קהלה דארט מן הסתם אויף לעזען,

דארט איז פארהאן אזאנע משוגעים, וואס מען קען כמעט נישט זען און די גאנצע וועלט,

שמואל מרדכי דרעזנער, מיט זיין זון הערשל, רייסען זיך און הארגענען זיך מיט מרדכי שטאויבער, אויף מי בראש,  און צילוב ניצחון זענען די ביידע פראקציעס גרייט צו טאן אלעס אויף דער וועלט, אפי' פארברענעם דעם ביהמ''ד אויב די יעקאב יעקאב שטראסע,

מיט ר' זלמן לייב'ס אהין פארען, א פאר יאר צירוק, מיט די העליקאפטער'ס, האט זיך די מחלקה שטארק פארשארפט,

עס וועט זיין א בחינה, פון הם כלים מאליהם,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/1/2010 02:07 לינק ישיר 

 

 

די דאזיגע שריט וואס אנ''ש, און אנטווערפען האט געטאן, ווערט באגריסט ביי אנ''ש, מיט גרויס שמחה, צילוב 2 נקידות,

 

1 אז זיי האבן זיך עמטליך אפגעטיילט פון די עבריינים-זאליס, אזוי מיר האבן געטאן און ירושלים עה''ק, און אין מאנסי,

 

וואו מיר האבן מקיים געווען סוּרוּ נָא מֵעַל אָהֳלֵי הָאֲנָשִׁים הָרְשָׁעִים הָאֵלֶּה, מיר האבן זיך אפגעטיילט פון די עבריינים-זאליס, מיט וועם מען טאר נישט דאווענען נאר איינמאל א יאר יום הקדוש אויף דער נאכט, אזוי מיר זאגען און כל נדרי,

 

און מיר פירען זיך נישט וואו די עבריינים-זאליס, וואס אז מען האט נישט, נעמט צו יענעמ'ס, און מען באניצט זיך מיט די ארגסטע מיטלען וואס איז נאר שייך,

 

אזוי און וויליאמסבורג – בארא פארק,

 

מיר געדענקן נאך זייער גוט, דעם יום המר ונמהר, ח''י סוין תשנ''ט, א טאג נאך דעם וואס ר' זלמן האט זיך פראקאלאמירט אלס א''ג רב, אויבן אויף א פייכטען בוידעם, און בעדפארד עווניו, האט ער אריין גשטורעמט און ביהמ''ד, באגלייט מיט צענדליגע פאליציי, און מיט א באנדע ציושטע שלעגער, וואס האבן געהאקט מכות און ביינער, מיט א זאליבאנשע רציחה, און ארעסטירט אויף רעכסט און לינק'ס, וועם עס האט זיי נאר צוגעדאכט אז ער שטייט און וועג, און האט מחשבות זרות קעגען די גרויסע ''התמנות'' און ער האט זיך נישט באטייליגט און איינער פון די 500 הכתרה'ליך, וואס פלעגט דאן פארקימען ממש יעדע 15 מינוט,

 

ביז די פאליציי האט ענדליך געקענט איינפלאנצען ר' זלמן'ס שטענדער, אונטער א הילכיגע ''זאלי'' געשריי פון די טויזענטער אנ''ש, וואס האבן מיטגעהאלטען די קאמישע צענע, וואו די פאליציי מאכט ר' זלמן פאר זאב''ד,

 

אזוי אויך און בארא פארק, וואס דארט איז געווען ב''ה, ידם על התחתנה, טראץ דעם וואס די עבריינים – זאליס, האבן פראבירט צו מאכען אן אונוואזיע אויף די קהלה, מיטן ברענגען דעם מן הארץ הגדול פון וויליאמסבורג זאגען א אומגעבעטענע רעדע, און אויף נעמען גבאים, ברענגען דעם ברך משה זי''ע טאנצען ושמחת, ארויסווארפען ר' חיים דוד לויפער, אד''ג,

 

*       ביז זיי האבן זיך דערזען, אז מיט פיזישע כוחות, קימט מען נישט אן, האבן זיך די עבריינים-זאליס געוואנדען צום גויאישען קארט, וואו זיי האבן אריין געכאפט א זאפטיגע מפלה, וואס זיי האבן זיך נישט ערהוילט דערפון עד היום הזה, עס איז ב''ה מקיים געווארען וואס דער נביא ישעי' זאגט, לֹא-יָרֵעוּ וְלֹא-יַשְׁחִיתוּ בְּכָל-הַר קָדְשִׁי, אָמַר ה', 

*       ב''ה אז מיר פירען זיך נישט אזוי די עבריינים – זאליס, מיר האבן זיך אפגעטיילט, און מאנסי, מיר האבן זיך אפגעטיילט און ירושלים, און אויף געשטעלט הערליכע קהלות, וואס שמ'ט מיט זייער גוטע נאמען, און דער גאנצער וועלט, און עס איז א כבוד און שטאלץ פאר מלכות סאטמאר,  דעריבער אשריכם אנטווערפען, אז איר גייט און דעם זעלבעל וועג, וחפץ ה' בידיכם יצליח,

 

נאך א נקידה, אז מען גייט מאכען וואלען, וואו מען האט זיך אלעמאל געפירט, בקהלות הקודש, און ערוועלן קהל'שע איינגעשטעלטע,

וואס ביי די עבריינים-זאליס, איז דאס נישט פארהאן, אזוי ווען זיי האבן אוועקגעטראסקעט, דעם היליגען נאמען פון ויואל משה, פון זייער א''ג קהלה און קרית יואל, און זיך א נאמען געגעבן קהל יטב לב, צילוב פאליטשע מאנווערס, האט דאן ר' זלמן, אריין געצווינגען קהל'שע באמטע, אן קיין וואלען, וואס פאראורזאכט א כאאס, און די רייען פון זייער א''ג קהלה,

גשלעגערייען, רייבערייען, זענען דארט א רוטין, דארטן טוישען זיך די קהלה פירער, יעדע פאר טעג, אזוי איר טוישט זאקען, מען מאכט דארט נייע וועד'ען יעדען טאג, ב''ה, אדש ווען דער זאלי קימט און ביהמ''ד, איז די ערשטע זאך וואס ער אונטערעסירט זיך איז, ווער עס איז און קאמענד,

ב''ה אז מיר האבן א גרויסען הייליגען רבי'ן, וואס איז עומד על המשמר, אז קהלתינו הק' זאל זיך פירן בדרך התורה, והמסורה, אזוי איר הייליגער מייסד רבינו הקוה''ט זי''ע האט געוואלט,

און מיר קיקן נישט אויס, ח''ו להבדיל אלף אלפי הבדלות, וואו די עבריינים-זאליס, וואס ווערט געפירט אויפן וועג פון דער עם הארץ הגדול, און זיין רבי ר' שימעלע, און אויפן קאליבאך ניסח, און דער ציוניסטישע בג''ץ,

 

ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו, .... והיבדיל לנו מן התועים..... ונתן לנו תורת אמת.........

 



תוקן על ידי ראפאגאש ב- 21/01/2010 02:31:58




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2010 01:04 לינק ישיר 

ווי פארשטענדליך איז הרה"ח ר' דוד מכובד געווארן בכבוד הראוי ווי עס פאסט זיך, דינענדיג אז פרעזידענט דקהלתינו הקדושה אין קרית יואל, ווי אויך שטייט ר' דוד על המשמר אקעגן די מהרסים בעבר בהווה ובעתיד, מיט א געוואלדיגע געטריישאפט.

הרה"ח ר' דוד האלט זיך אויף אין אנטווערפען ביז דאנערשטאג פארנאכטס, דאן וועט ער אפפליען אויף אפרוה.


תוקן על ידי לאעליכם ב- 21/01/2010 01:05:28




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2010 01:02 לינק ישיר 

עס איז נאר קאמיש צו באמערקן אז פונקט דעם זעלבן טאג פונעם גענעראל פארזאמלונג, איז נישט געווען קיין וואסער אינעם אלטן ביהמ"ד אויף נומער זעקס יאקאב יאקאב שטראסע, ד.ה. דינסטאג און מיטואך. צוליב געלט חובות.

אויך איז איראניש אז נאכן "גענעראל פארזאמלונג", האבן די גבאים ואחראים פונעם אלטן ביהמ"ד (וועלכע זענען ארונים) מודיע געווען פארן ציבור אז מארגן מיטוואך וועט נישט זיין קיין מקוה אינעם אלטן ביהמ"ד...


תוקן על ידי לאעליכם ב- 21/01/2010 01:16:36




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קידוש ה' ביי אנ"ש אין אנטווערפן יע"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext