| נשלח ב-21/1/2010 21:24 |
|
| |
מייסע ניירע מיט בילדער: די שוידערליכע וואלד
איך שפאציר אריין אין וואלד און איך טרעף מיך איינער אליין שטיין ביים סוף פונעם אלף השישי, זאכן געשעהן אומנארמאל, קלארע צייכענעס אז מיר האלטן שוין ביים סוף פונעם וועלט און אלעס גייט אונטערגיין.
איך זעה ווי א בוים שאקלט זיך, "אומגלויבליך! א בוים האט זיך געשאקלט"
איך זעה ווי בלעטעלעך פאלן אראפ פון בוים.
"שאק: ביימער טראסקען אראפ א אומבאהאלפן בלעטל פון איר רוה ארט"
איך זעה פונדערווייטס א קוואל וואסער.
"ברעקינג, קוואל וואסער געפונען"
א נעבעכדיגע טויבעלע זעצט זיך אראפ אויפן צווייגעלע.
"ברעיקינג, טויבעלע פראבירט צו פארהארגענען א צווייגל" (ביטע זעט אז די ווארט ברעיקינג ווערט אנדערש געספעלט יעדעס מאל).
ענדליך זעה איך שוין די וועג ארויס פון וואלד.
"סקאנדאל, אנטפלעקט שרעקליכע וועגן אין די וואלד".
איך הייב אן ארויסצוגיין.
"באמבע, א מענטש שפאצירט!"
איך קען זיך נישט בארואיגן פון די שרעקליכע אומגלויבליכע ברעיקינגדיגע שאקעדיגע סקאנדאלישע באבמעדיסטישע מיטמאכענישן, אין די היסטאריע איז נאך אזאנס נישט דערהערט געווארן.
ארויסקומענדיג פון וואלד זעה איך מענטשן לויפן, לאכן, וויינען, שרייען, רעדן, אלעס גייט אן ווי געהעריג.
איך גיי צו צו איינעם איך פרעג אים וואס איז פשט אז דער היינטיגער טאג איז די זעלבע ווי אנדערע טעג? האסטו דען נישט געזען די שרעקליכע אומגלויבליכע ברעיקינגדיגע שאקעדיגע סקאנדאלישע מעשיות וואס איך האב געזען? וויאזוי קענסטו ווייטער אנגיין מיט דיין לעבן?
די ענטפער האט נישט געשפעטיגט: האסטוך געדרייט אין א פארק, נישט אין קיין וואלד.
יעצט בין איך צוריקגעקומען צום פארק און איך באטראכט נאכאמאל די גאנצע מעשה. איך גיי ברענגען בילדער.











תוקן על ידי גאנציגער ב- 21/01/2010 21:27:48
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2010 01:59 |
|
| |
קענסט איין ארוני וואס איז געווארן א זאלי צוליב היידפארק???????......
און בדרך אגב, נו. אדרבה און אדרבה, ווען טוסטו עס שוין?
תוקן על ידי יעקב_בער1 ב- 22/01/2010 02:11:52
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2010 01:56 |
|
| |
ווארענונג: איך גיי שטארק נעמען אין באטראכט וויאזוי די ארונים באהאנדלן מיך ביים מאכן די החלטה צו איך זאל ווערן א זאלי.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2010 01:24 |
|
| |
פיקוח נפש!
עס איז דא נעבעך א איד מיטן נאמען גאנציגער, ער איז נעבעך א קרבן פון די ראסעסיע, ער האט נעבעך פארלוירן זיין דשאב, און דעריבער דרייט ער זיך ארום זייער ליידיג. קען אים אפשר איינער טרעפן א דשאב. ולמצווה גדולה יחשב?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2010 01:21 |
|
| |
דער דאנציגער דערמאנט מיר פון יעס ווי קען.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2010 01:10 |
|
| |
ביטע ווער גאר שנעל א זאלי. איך שעם מיר צו זיין צוזאמען מיט דיר אין איין חסידות. ביטע! טוה עס וואס שנעלער.
גלייב מיר, קיינער וועט נישט וויינען נאך דיר
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2010 22:21 |
|
| |
יא? עכט? רפואה שלמה! הרב גאנציגער! ביי ביי!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2010 22:20 |
|
| |
באמבע: אויב גיי איך ווערן א זאלי וועל איך זיין פון די נייע. אבער איך דארף נאך צייט צו באשלוסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2010 22:12 |
|
| |
זאג נאר די זאלי, די ביזט נאך פון די אלטע געוארדיע, פון די קווינס בויעס, וואס פרעגען צו פייניגען דעם הייליגען ברך משה זי''ע, ביים תפילין לייגען, ווען ער איז געקימען דאווענען און די קווינס ישיבה?
אדער די ביזט פון די נייע קווינס בויעס?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2010 21:41 |
|
| |
איך וואלט דיך נישט געגעבן קיין דרייווערס לייסענס אויב זאכן וואס דו ווילסט נישט הערן נערווירט דיך, די ערשטע פייף וואס איינער גייט געבן גייסטו פארלירן קאנטראל
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2010 21:35 |
|
| |
איך הער אז ר' זלמן פארהערט שוין נישט און קווינס? איך זע אז די קווינס בויעס האבן די וועלסט צייט, זיי מיזן זיך נישט פארקיקען, צום פארהער?
איינער ווייסט אפשר וואס דער חסר דיעה וויל דא? חוץ נערווירען דעם אלגעמיינער ציבור!
|
|
|
|
|