| נשלח ב-22/1/2010 19:20 |
|
| |
דער איד לאזט נאך געמיינע רעטאריק קעגן ר"א פערזענליך
זייט די ארויניס האבן אנגעהויבן זייער אויפקלערונג קאמפיין צי די מוסודות וקהלות וואס עדווערטייזן אין דער איד, באמערקט מען לעצטנס דראסטישע טוישונגען אינעם סטיל פון די פאליטישע ארטיקלען אין דער איד קעגן די אהרויניס, טראץ וואס ווי פארשטענדליך זיי שרייבן נאך אלס קעגן די ארויניס בכלליות, האבן זיי אבער גענצליך אויפגעהערט צו באשמיצן און שרייבן שפעט ווערטער אויף ר' אהרןען פערזענליך. אזא גאטונג ווי דער בלאט וואס שרייבט אויך געווענליך נישט קעגן ר' זלמן לייב פערזענליך.
איך האלט ס'א געווינס פאר ביידע, דער איד איז געווארן מער א נארמאלער צייטונג, וואס קען זיי ברענגן מער קונדן, און די ארויניס האבן אפגעשטעלט דברי בזיון וקלון קעגן זייער רבי'ן.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2010 21:58 |
|
| |
סקאט, דיין אשכול איז סך הכל א תשובה צו יואלי808, ער האט געברענגט א שיינע ליסט פון אדווערטייזערס אינעם איד, און דיינע אויגן האבן זעט אויס זיך גענומען שווינדלען, דו וואלסט אבער געקענט דארט ענטפערן אין א תגובה זייער פשוט אז די סיבה פארוואס זיי האבן אדווערטייזערס איז צוליב זייער נאכלאזן געמיינע רעטאריק.... וואס פארציילט דיין נייע אשכול מער? וואס דארף מען א נייע אשכול?
איך וואלט ווען יעצט געעפנט א אשכול מיטן נאמען:
פארלוירענע קאמף קעגן אדווערטייזערס אין דער איד קומט צו א ענדע
מיט א גאנצע ארטיקל אז די ארונים זעענדיג ווי זייער מלחמה מיט די אדווערטייזערס ברענגט זיי נאר שאדנס מיט בזיונות דעריבער האט מען דאס געמוזט אפשטעלן, טראץ די געמיינע רעטאריק קעגן ר"א פערזענליך!! און דעס איז די סיבה פארוואס יואלי808 האט אזא שיינע ליסט מיט אדווערטייזערס און נישט צוליב דיין פשעטיל,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2010 21:30 |
|
| |
האבן זיי עם נישט לעטענס פערזעדליך אטעקירט וועגן שומרי החומות?
|
|
|
|
|