בית פורומים אידישע געדאנק

ברעקינג: ירושלימ'ער רב מיט הגר"ש וואזנער שרייבן א בריוו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/1/2010 18:29 לינק ישיר 
ברעקינג: ירושלימ'ער רב מיט הגר"ש וואזנער שרייבן א בריוו


דער בריוו איז געוואנדן צו די פירשאפט פון די הנהלת קהילת סאטמאר חסידי אדמו"ר מהר"א, אז זיי זאלן אויפהערן טשעפענען צדקת רבי מאיר בעל הנס פון ממלכת התורה והחסד כולל שומרי החומות בארה"ק.

אויף דעם דראמאטישן בריוו איז אויך אונטערגעשריבן די אנדערע חברי הנשיאות, כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, כ"ק אדמו"ר וגאב"ד וויען שליט"א, הגה"צ גאב"ד צעהלים שליט"א, הגה"צ גאב"ד מאטעסדארף שליט"א, הגאון הגדול הרב שוסטאל שליט"א.

מיט א חודש צוריק, האבן די פירשאפט פון די קהילת סאטמאר (מהר"א) זיך געוואנדן צו די הנהלת הכולל און אירע ממונים און ניו-יארק, אז זיי ווילן א דרינגענדע מיטונג, איבער די עד'ס סקאנדאל.

ביי די מיטונג איז געוועזן אנוועזענד צווישן די אנדערע בערל פרידמאן, יצחק ראזענבערג, דוד עקשטיין, וכו', ווי עס איז ארויפגעלייגט געווארן אן אלטימאטום אויפן טיש, אויב ביז צווי וואכן הערט דער כולל נישט אויף צו אדווערטייזן אין "דער איד", וועט מען אראפנעמען די צדקה קאסעס פון אלע אנדערע בתי מדרשים פון וויליאמסבורג און פון בארא פארק, און מ'וועט פארבאטן צו מאכן דעם פסח דינער אין קרית יואל.

די הנהלת הכולל האט זיי אויפן ארט געענטפערט אז זיי נעמען נישט אן די אולטימאטום, און זיי וועלן נאכאמאל איבערקלערן זייער מיינונג.

מיט א וואך דערנאך האט די הנהלה ווידעראמאל באשטעטיגט איר באשלוס, אז זיי לייגן ווייטער אריין עד'ס אין "דער איד", און זיי האבן זיך געוואנדן צו די הנהלת הכולל און אייראפע און אין ארץ ישראל צו לאזן הערן זייער מיינונג איבער דעם ענין.

די אייראפא'עישע הנהלה האט ביז א וואך באשלאסן צו צושטיין גלייך צו די באשלוס פון די הנהלה אין ניו-יארק.

די הנהלה אין ארץ ישראל האט נאך א דרינגענדע שטורמישע מיטונג אנגענומען דעם חוו"ד פון די הנהלה פון ניו-יארק, נאר זיי האבן באשלאסן זיך צו ווענדן צו די חברי הנשיאות פון ארץ ישראל, הלא המה מרן ירושלימ'ער רב שליט"א, מרן הגרי"ש וואזנער שליט"א גאב"ד זכרון מאיר, זיי זאלן זיין די לעצטע ווארט איבער די פרשה.

דער ירושלימ'ער רב מיט הגרי"ש וואזנער האבן באשלאסן אז  די הנהלת הכולל האבן אנגענומען די ריכטיגע באשלוס זיך נישט צומישן און דעם סאטמארער סכסוך און אדווערטייזן ביי אלע ביידע צייטונגען, און זיי האבן געבעטן די הנהלת הכולל פון ארץ ישראל צושרייבן א בריוו פאר די הנהלת קהילת סאטמאר (מהר"א), אויף וואס די אלע חברי הנשיאות וועלן זיך מצטרף זיין בחתימת ידם.


די הנהלת הקהלה פון מהר"א האט נאך קיין ענטפער נישט געשיקט צו דעם בריוו, און איצט איז נאר געבליבן צו זיי גייען מסרב זיין לפסק דינם פון די גדולי הדור שליט"א, און ווייטער מהרס זיין די הייליגע צדקה.


תוקן על ידי שומריהחומה ב- 24/01/2010 18:42:03




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2010 18:39 לינק ישיר 

[quote]ביטע ברענג ארויף די בריוו ווייל למיטב ידיעתי געפונט זיך ירושלימער רב און א שוואכן צושטאנד (לרפו"ש) און ער געפונט זיך און טבריה און עס איז שווער צו גלייבן אז ער האט געשריבן א בריוו!!                                                                                                                                                                                                                                      ווי אנידריגער ארוני שרייבט דער בכור שוטה, ב"ה ירושלימער רב קומט היינט היים לביתו נאווה קודש אין ירושלים,, סוועט זיי גאר נישט העלפן ירושלימער רב שליט"א ווייסט שוין היינט גוט ווער דע ארונים זענען 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2010 19:04 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2010 18:59 לינק ישיר 

אין דעם צווייטן פורום כל העולם איז דא אבילד ווי ער איז אויף מקומות הק' אין טבריה, דערנעבן שטייט אב"ד סאטמאר וממסב"ג (אהרונים)

אויב ער קען גיין קען ער זיכער אונטערשרייבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2010 18:50 לינק ישיר 

ביטע ברענג ארויף די בריוו ווייל למיטב ידיעתי געפונט זיך ירושלימער רב און א שוואכן צושטאנד (לרפו"ש) און ער געפונט זיך און טבריה און עס איז שווער צו גלייבן אז ער האט געשריבן א בריוו!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברעקינג: ירושלימ'ער רב מיט הגר"ש וואזנער שרייבן א בריוו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext