לאמיר אוועקלייגן אלע פאליטיקס אינדערזייט.
קאטשקעס קען מען זאגן אזוי און מען קען זאגן אזוי.
ווער עס געווינט די קאורט קען מען זאגן אזוי און מען קען זאגן אזוי
יעדע מטבע האט צוויי זייטן, אבער ווער האט נישט מורא אריינצולייגן די קינדער אין א ספק ממזר?
ווי אזוי גייט זייער קאמפיין אין ווילי אויף די עירוב? אפילו אויב עסאיז דא איין דארטאר וועלכע האלט אויף א געוויסע זאך אז עס איז סם המוות, צו וועסטו עס עסן?
דא איז דא עטליכע גאר גרויסע מורא הוראת וועלכע שרייען חי וקים די חתונה איז נישט קיין כשר'ע חתונה.
ווי אזוי האט נישט מורא די חתן כלה פאר א (לאמיר זאגן נאר א )ספק ממזרות?
ווי אזוי האט נישט מורא ר' יואליש מארגענשטערן?
צו האט ער זיך שוין אנגעגרייט א דרשה פאר א הספד רח"ל
ווער געדענקט נישט נאך די שרעקליכע פייער אין ווילי יענע שבועות, די שלם ישלם המבעיר את הבערה דרשה פון הגז"ל?
צו איז כלל ישראל גרייט אויף פרישע קרבנות???
איך נישט !
און ווער עס איז יא, זאל עס זאגן בפה מלא!
זאל יעדער וויסן וואס עס שטייט אין מסכת בבא קמא, אז ווען די אייבערשטער גיבט רשות פאר די מלאך המוות, קוקט ער נישט און ער מאכט נישט קיין חילוק צווישן די ערליכע און נישט ערליכע!!!! אויב עס וועט ח"ו געשען א אומגליק, זאל ר' יואליש מארגענשטערן וויסן, כל דמי אחיך צעוק מן האדמה, די בלוט וועט דיר נאכלויפן כל ימי חיכך, און ער וועט טייטלן מיט זיין פינגער דו! און יא דו! האסט מיר גע'הרג'ט!
ר' יואליש טייערע, טראכט גוט וואס דו טוסט, די וועלט איז נישט הפקר! נישט אלעס טוט מען פאר די איינגערעטע אטענשען וואס דו וועסט באקומעןץ כלל ישראל וועט דיר געדענקן פאר א שאנדע לדורות עולם!
טראכט איידער עס איז צו שפעט! און בדרך אגב, וואס וואלט די רבי ז"ל געזאגט ווען אויף אזא מעשה????????
סארי פאר'ן שרייבן אזוי ווילד, פשוט עס צוטערט מיר דאס הארץ, פון וועלכע משפחה וועט דארפן ליידער קומען די חורבן?
וועלכע משפחה וועט דארפן ה"י וויינען און קלאגן צוליב דעם ר' יואליש מארגענשטערן
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 25/01/2010 04:35:56
 |
|
|