אכן נודע הדבר: די קאטשקע איז ארויס פון זאק!
א) באמת האב איך זיך אביסל געוואונדערט ווען עס איז געבוירן געווארן דער טומל ארום די קאטשקעס. כ'ווייס אז געווענליך ווען די זאליס מוזן אין איילעניש געבוירן א סקאנדאל האט עס א שייכות מיט עפעס א גראנדיעזן סוקסעס אין סאטמאר, אזויווי צב"ש די פרשה מיט צומת הגידין וואס איז שוין אלט געווען עטליכע חדשים בעפאר די זאליס האבן מחדש געווען זייער בלבול, אן עלילה וואס איז באשאפן געווארן אין דירעקטער פארברייטונג צו די היסטארישע עפענונג פון די נייע שחיטה אין טעקסאס מיט אלע אירע חומרות והידורים בעניני כשרות החמורים, ועוד כהנה וכהנה.
אבער יעצט האב איך נישט געזען אויבנאויף די מורא'דיגע ספעציעלע סוקסעס וואס סאטמאר זאל האבן, אדער זיך רישן צו, באקומען אין דער נאנטער צוקונפט. כ'האב שפאקולירט צי ס'איז א נקמה אקציע אויף דאס אפשפארן פון דעם עלצטן מושב ליצים אין סאטמאר לע"נ די רעבעצין זת"ע, אבער ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז די זאליס זאלן דערפאר ערקלערן נקמה, נאך אלעם האבן זיי גוט הנאה געהאט אז זייערע קאנקורענטן אין בני יואל האבן געכאפט אזא קנאקעדיגן פליק.
צוערשט האב איך געקלערט ביי מיר אז ס'איז סתם א קינדער שפיל פון דעם אלעמען באקאנטן ר' יצחק שטיין, איינער וואס פרובירט מיט אלע כוחות שוין לאנגע יארן צו ווערן אנגענומען אין די כשרות וועלט – מיט שוואכער ערפאלג, און מוז דערפאר יעדע שטיק צייט פאבריצירן א פרישע 'שערוריא' אבי מ'זאל הערן פון אים. כאטש וואס בדרך כלל שטעלט זיך ארויס אז ס'איז נישט מער ווי א שטורעם אין א 'האט קאפ' פון 'פאלם אויל'. ווי אויך האט די טעקסאס שחיטה היפש אריינגעשניטן אין די פרנסה פון זיינע בעלי בתים, וואס האט אים געצווינגען צו מאכן א נייע מערכה, און די זאליס האבן זיך סתם ארויפגעכאפט אויפן וואגן פון ארונטעררייסן יעדע זאך וואס האט דאס מינדסטע שייכות מיט סאטמאר.
ביז ס'איז מיר היינט פערצופאל אנגעקומען דער איד פון פאריגע וואך.
ב) דער איד הייבט זיך אן מיט א לאנגן בירור פון ר' יצחק שטיין איבער דעם 'איסור פון עסן מוסקאווי' עופות, וואו דער לץ טרויעט זיך נישט ארויסצוזאגן בפירוש דעם גראבן ליגנט כאילו מ'האט געשאכטן אין קר"י מוסקאווי – דאס לאזט ער נאר איבער פארן "מכה רעהו בסתר", דורך ארומלויפן שטילערהייט אריינרוימען אין די אויערן פאר כל צרי וכל זב וואס איז אים נאך גרייט אויסצוהערן, וועגן 'די שרעקליכע פירצה' וואס איז פארגעקומען אין קר"י.
פארשטייט זיך אז דער לץ פארגעסט חלילה נישט אנצעווייזן אז "פנו אלינו הרבה ארגוני כשרות ורבנים מכשירים מפה ארה"ב ומשאר ארצות ברחבי תבל"... פירושים זענען איבריג, א ריכטיגער קאנקורענט מיט ר' יצחק מאנדל פון קר"י (אן ענליכער בעל דמיון, ביי וועמען די תורה הק' איז פונקט אזוי א קרדום לחפור בה).
אינדערצייט וואס ער אליין האט מיט דריי וואכן צוריק נישט געהאט קיין השגה איבער א חילוק פון מוסקאווי און פעקין, ציטירט ער "מומחים" אז דער מוסקאווי איז אן עוף דורס. ולא נחה דעתו הגדולה ביז ער ציטירט די ווערטער פון די 'מומחים' ככתבם וכלשונם. אלזא א קורצער זוך אויף די שרעקעדיגע אינטערנעט האט מיר גראד געברענגט צום מקור פון זייער 'מומחיות':
http://www.muscovyduckcentral.com/thefarm/whymuscovy.html
זייער ציטאט קומט פונעם שטיקל וואס הייבט זיך אן מיט די ווערטער: Muscovy do have a few characteristics that aren't very pleasant. און ווייטער ביז'ן סוף!.
(ס'איז מעגליך אז יענער ערציער איז ווירקליך א מומחה אין ערציען מוסקאווי, און ס'קען זיין אז מ'קען זיך פארלאזן אויף אים, אבער ס'קומט נאר ללמדך וויפיל דער לץ האט א השגה אין די גאנצע טעמע, וויאזוי ער האט אויפגעבויט זיין "מעכטיגע ריסוירטש", און ווי ווייט ער זוכט נישט דא א בירור אויפן מציאות להלכה ולמעשה נאר כאפט פון וואו ער קען אונטערצושטיצן זיינע פאלשע געביידעס).
ג) דערנאך איז מצא מין את מינו ווען דער אראפגעקלערטער משכיל משה לייב דייטש שטעלט זיך צוזאם מיט זיין חבר ר' יצחק שטיין אראפצורייסן דעם בית השחיטה. יענער האט כאטש אזויפיל זעלבסט רעספעקט יא ארויסצוקומען זאגן ברבים פונקטליך וואס ער וויל דא. אבער מאדנע, דרייסיג מאל חזר'ט ער איבער אז דער הכשר איז אפגעפרעגט ווייל קיין איין רב שטעלט זיך נישט אפן ארויס אונטער דעם, פון די אנדערע זייט האט ער 'וואונדערליך צוגעטראפן' אז דער בית השחיטה און איר ווירטשאפט איז 'דירעקט פארבינדן מיט די כלליות'דיגע קרית יואל'ער פירערשאפט'. כיצד יתקיימו שניהם? אבער מאכט נישט, אויב ס'צילט נאר צו שטויסן דארף עס במילא נישט קיין הסבר, אדער דאס מינדסטע אחיזה אין מציאות.
דער עיקר באמבע קומט אבער ערשט אין מיטלסטן אפטיילונג, דארט האב איך זיך באגעגנט מיט א ריזיגן פול-זייטיגן קעפל וואס רופט אויס אין שרייענדיגע טענער נישט מער נישט ווייניגער, "גרעסערער פארלאנג אויף בוטשער סטאר דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל". אונטער גרויסע בילדער פון מוסקאווי און פעקין קאטשקעס קלאגט דער שרייבער אז דער מצב אין קרית יואל איז שוין געווארן אומדערטרעגליך. מ'קען פשוט נישט ארייננעמען א שטיקל פלייש אין מויל, און אלע קאטשקע-עסערס אין קרית יואל זענען נעבעך נכשל געווארן מיט דאס ארגסטע. על כן איז ממש בהכרח אז די זאליס זאלן עפענען אן אייגענעם בוטשער.
ד) פאר מיר פערזענליך זענען די ווערטער געווען א אויסטערלישע דערלייכטערונג. איך האב שוין טאקע אנגעיאגט צו הערן פאריגן פרייטאג אז מהרז"ל אליינס האט גענומען לייגן שטארקן דרוק אויף מיעלמארט אז ער מוז אפשטעלן זיין צוזאמענארבעט מיט קרית יואל, וואס כ'פארשטיי, אויב ער קען נישט צושטעלן קיין פארלאנגען פון הידורים אין כשרות אדער סיי וועלכע זאך ס'האט צו טון מיט קענען עפענען א אידיש ספר, דארף ער כאטש ווייזן זיין 'כח' אין לעלוס און טעראריזם, בזמן שאין הקול קול יעקב איז הידים ידי עשו.
אבער די באמבאסטישע מעלדונג וואס כ'האב יעצט געזען אין דער איד האט מיר ענדליך פארענטפערט אלע מיינע קשיות. די גאנצע זאך מיינט געלט, געלט, און ווידער געלט. זיי ווילן עפענען א בוטשער אין קרית יואל, און ווי היסטאריע האט שוין געוויזן ביז היינט האט יעדע איינציגע זאך וואס רז"ל האט געעפנט אליין אן צו גנב'נען פון אחיו הגדול זיך ארויסגעשטעלט אלס קאלאסאלער דורכפאל, ספעציעל אין עיר הגדולה לאלקים די הייליגע שטאט קרית יואל. במילא זענען זיינע מענטשן דארט געווען גאר פארצווייפלט, וויאזוי טרעט מען צו אזא האקעלע אונטערנעמונג, מילא די הלכה'דיגע איינריכטונגען דארף מען דאך דארט נישט צושטעלן, אזא השגחה ווי דאס וואס דער 82 בוטשער שטעלט צו אין וומ"ס איז זייער לייכט צוצושטעלן, דאס קען דורכגעפירט ווערן אפילו אין האנאלולו, אבער דא איז דאך די רעדע פון א פראיעקט וואס קאסט אסאך געלט און די אינוועסטירער קענען בלייבן אנגעזעצט, ספעציעל אין אנבליק פון זייער בוטשער סטאר אין ב"פ וואס האט שוין געוויזן פאר די זאלי עשירים וואספארא קאפ וויי ס'קען זיין אויפצושטעלן און אנהאלטן א בוטשער סטאר וועמענס איינציגער ציל איז לקנתר.
יעצט איז זיי ענדליך אונטערגעקומען א גאלדענע געלעגנהייט! מ'קען זיך ארויפכאפן אויפן וואגן פונעם פאלטישאנער לץ און פארקאכן א קאשע. מ'וועט זיך נעמען וויינען אז ממש מ'האט נישט קיין כשר פלייש אין מויל צו נעמען. איי וואסאפארא שייכות האט א פראבלעם אין "בית השחיטה" מיט אויפשטעלן א "פלייש געשעפט"? צי האבן דען נישט זייערע מכלומר'שטע אחים לדיעה פון בני יואל פארמאגט ביז היינט א פלייש געשעפט? וועמען גייט עס אן?! גענוג אז מ'קען אונטערצינדן די קעלבעלעך, און אויב וועט לכבוד דעם זיך טרעפן פרישע אינוועסטירער איז דאך זיכער הכל ריוח! זיי זענען דאך מומחים פון אויסנוצן רוחניות'דיגע העצערייען פאר זייער פאליטישע און פינאנציעלע אגענדע.
ה) איך שיהי'. איך וועל שוין קענען שלאפן רואיגער ביינאכט, אז ער מיינט געלט איז דאך נישט שייך. ס'איז דאך באקאנט די געשיכטעלע אז א פרומער ציאניסט האט אויפגעהערט צו שטיצן סאטמאר נאך ווען רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז ארויסגעקומען מיט די שלש תשובות קעגן אתרוגי ארץ ישראל. א יאר שפעטער האט ער ווידער אנגעהויבן געלט, צו דער פארוואונדערונג פונעם משולח האט ער מסביר געווען אז ער האט געהערט אז ר' יוסף אשכנזי אליין האנדלט מיט אתרוגים, און אויב אזוי מיינט דאך דער גאנצער איסור נאר ביזנעס, און אויף דעם האט ער נישט קיין טענות.
ווען אן איסור מיינט פלעין ביזנעס קען מען קיין טענות נישט האבן...
--------------------------------
קודם א קורצער בליק אויף די מציאות הדברים:
1. די זשי-ענד-זשי פלייש פירמע האט באשטעלט א טראק קאטשקעס צו שעכטן פאר אינטערנעשענאל גלאט, וועלכע שטייט אונטער די השגחה פין דעם אינטערנעט גאון, ר' יצחק שטיין.
2. עס זענען אנגעקומען מוסקאווי קאטשקעס, וועלכע האבן נישט די געהעריגע מסורה ווי דער הייליגער רמ''א פארלאנגט, און במילא נוצט מען עס נישט אין אונזערע קרייזן. די שוחטים האבען נישט געוויסט אויב מ'מעג עס שעכטן, אויך די משגיחים, און ר' יצחק שטיין זעלבסט וועלכער איז געווען אנוועזנד, האבע נישט געוואוסט קלאר, ביז הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין שליט"א האט אנגערופן הגה"ח ר' נח גפן שליט"א, ראש השוחטים אין קרית יואל, וועלכער האט געזאגט מ'זאל קוקען אויף די שנאבל, און פארשטייט זיך אז דערנאך האט מען עס אוועקגעשיקט.
3. דער גוי'אישער בעה''ב פון די קאטשקע פירמע האט זיך פארענטפרט אז ער האט גענומען פונעם זעלבן פארעם ווי ק''י האט גענומען, און ער האט ניטאמאל געוואוסט אז מ'דארף פארלאנגען וועלכע מין קאטשקע צו שיקען.
4. ר' יצחק שטיין, וועלכער איז שוין לאנג כעסי'ג אויף די בית השחיטה וואס האט שטארק רעדוצירט ביזנעס אין זיין פירמע [ווי אויך האט ער פערזענליכע אינטערעסן קעגן סאטמאר, טייל אלס 'זכות אבות' און אנדערע איז ריין 'זכות עצמו'] האט ארויסגעלאזט א שקר אז ''דער גוי האט געזאגט אז ק''י נוצט אייביג די זעלבע קאטשקעס און זענען אייביג צופרידן'', שפעטער איז ער מוסיף א נייעם פרעכן שקר אז ס'איז שוין געווען א אסיפה מיט די בעלי מכשירים וועגן די אנטדעקונג אין שטוב פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און מ'האט דארט מקיל געווען, און אז יעדער זאל פרעגן זיין דיין.
5. ר' יצחק שטיין זעלבסט רופט אן אן אנערקענטן רב – וואס ער האט נישט געוואוסט אז בשעת מעשה זיצט דארט א חשוב'ער גאסט, מגדולי רבני ירושלים עיה"ק – און יענעם געזאגט אז "אונז האמיר דא א געלעגנהייט צו באגראבן דעם [נאמען פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א].
6. די זאליס שפרינגען ארויף אויף די ווילדע מציאה און הייבן אן רוישן צווישן זיך אז מ'קען יעצט מאכן א פרישע מעשה אויפן בית השחיטה המהודרת וועלכעס שטייט זיי ווי א דארן אין אויג, נאך וואס זייער פרואוו ביי די צומת הגידין פרשה איז מיאוס דורכגעפאלן, און האט גאר צוריקגעפאטשט אין פנים ווען די גאנצע וועלט האט זיך איבערצייגט אז אין קרית יואל נעמט מען אן די שארפסטע מיטלען צו פארמיידן א חשש איסור פון זייערע קונדן.
7. א מיסטעריעזער שרייבער פארעפנטליכט א בריוו אויף די אינטערנעט [מיט די זעלבע אותיות און אויסשטעל ווי דער אלט באקאנטער 'אינטערנעט פסק' פון די צומת הגידין פרשה...], מיט א געבאקענע מעשה וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, כאילו ר' אשר יעקב עקשטיין האט גאר געזאגט אז אין קר"י שעכט מען מוסקאווי [דעם שקר האט מען שנעל גונז געווען, ווייל נאך אלעם איז דאך אין החי מכחיש את החי, און זינט דאן איז דער פאפירענער שקר אויפגעשטעלט געווארן בלויז אויף די מכלומר'שטע עדות פונעם גוי]. http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2740643&forum_id=21016.
8. אלע שוחטים אין קרית יואל זאגן אז זיי געדענקן קלאר אז מען האט אייביג נאר געשאכטן פעקין, די סטעיטמענטס פונעם פארעם באשטעטיגן עס, און דער גוי'אישער פארמער זאגט פאר יעדן אז די סיבה פארוואס ער האט געשיקט מוסקאווי פאר זשי-ענד-זשי איז צוליב דעם בעה''ב וועלכער האט לעצטנס איבערגענומען די פלענט און האט נישט געזאגט וועלכע קאטשקע ער וויל
די פאקטען שווימען ארויף און די זאליס מיט'ן אינטערנעט גאון בלייבן ללעג ולקלס
-----------------------
1. ר' יצחק שטיין האט אנגעהויבן זוכן וועגן זיך צו פארטיידיגן און אפשלאגען די נייעס אין דער בלאט וועלכע האט פארציילט בקיצור דעם סיפור הדברים, און וואס האט אים געשטעלט אין עטוואס אן אומגינסטיגע ליכט.
2. מאנטאג דערנאך האט ער געפונען אן ערעור חדש מיט א פעקל קאטשקע פלייש ביי וועמען דער קאליר פון די פעטן'ס איז געווען עטוואס טונקל, און ער האט געטענה'ט אז געווענליכע פעקין איז ליכטיגער.
3. מאנטאג ביינאכט: עס קומט פאר א אסיפה אין שטוב פון הגאון ר' משולם פאלאטשעק שליט"א, פון די בעלי מכשירים פונעם בית השחיטה המהודרת, אינאיינעם מיט הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א, ר' יצחק שטיין, און הגאון מדעברעצין שליט"א. ר' געציל לאזט הערן זיין דעת תורה אז די שוחטים האבען א נאמנות און מ'דארף להלכה נישט חייש זיין, ווייל אפי' לו יהא אז ס'וואלט יא געווען מוסקאווי איז דער גאנצער פראבלעם נאר מסורה, ווייל אין פאקט נעמען אן רוב פוסקים אז מוסקאווי האט אלע סימיני טהרה, און ס'געווען אפי' פלעצער ווי מ'פלעגט עס לכתחילה עסן. נאך ביז'ן היינטיגן טאג שעכט מען מוסקאווי קאטשקעס אין בראזיל אונטער די השגחה פון דעם ארטיגן רב, הגאון הרב אילאוויטש שליט"א
4. ר' משולם האט אבער געזאגט אז ער וויל עס שיקען צו א לאבראטאריע צו זעהן וואס דאס איז, און אז ס'איז דא א מקום חושש צו זיין אז אין די העטשערי מישט מען די עופות, און דאס איז די סיבה פאר די טונקעלע קאליר (אויב אמת: האבען אלע פארעם'ס די פראבלעם, און במילא אויך יעדער וואס האט געשאכטן קאטשקעס), אבער להלכה איז ער אויך מסכים אז ס'בלייבט מיט די חזקת כשרות, און די נאמנות פין די שוחטים.
5. דינסטאג האט ר' משולם זיך פארבינדן מיט'ן אייגנטימער פון די קאטשקע פירמע, אבער יענער גוי האט אים געזאגט אז ער וויל נישט אריינלאזן אין די העטשערי, צוליב זיינע סיבות.
6. אין זעלבן טאג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, געזאגט ביי א קאנפערענץ קאל מיט רבי געציל און רבי משולם, אז וויבאלד די שחיטה איז אויף א זעלטן הויכער סטאנדארט, און ער וויל נישט מכשיל זיין יודן אפי' מיט א ספק ספיקא, ספעציעל נאך וואס דער פארמער וויל נישט אריינלאזן אין די העטשערי, וויל ער אין א פרעצעדענלאזן שריט מאכן א ריקאל.
7. הגאון רבי אפרים שמעון לייכטאג שליט"א, וועלכער איז אויך געווען אריינגעטון אין די פרשה אלס בעל מכשיר פין סאטמארער בוטשער אין בארא פארק שרייט חי וקים, להלכה איז אלעס כשר וישר. אבער אז דער רבי הייסט צוריקשיקן שיקט מען צוריק. אינצווישן שיקט מען אריין די קאטשקע עקזעמפלארען צו א לאבראטאריע.
8. מיטוואך שפעט ביינאכט קומט ארויס א בריוו פול מיט אפענע שקרים און שוידערליכע אמערעאצעס, וועלכער שרייבט אז וויבאלד די מוסקאווי קאטשקעס עסן מייז און ראטן איז עס א דורס...... ס'איז כדאי צו באמערקן אז מ'האט נאכנישט די רעזולטאטן פון די לאבראטאריע וואס פאר א קאטשקע דאס איז, אבער מען האט בכוונה ארויסגעגעבן דעם בריוו פאר די רעזולטאטן קומען ארויס, ווייל ער האפט כאטש אויף חיי שעה. ער שרייבט צווישן אנדערן אז פאר'ן נציב אין דברי מלכיאל האט מען נישט געלאזט וויסען אז זיי זענען דורס און וועגן דעם האבן זיי מתיר געווען די מוסקאווי {משא''כ 'ער' האט יא געזעהן די אינטערנעט, במילא ווייסט ער בעסער פונעם נציב... קאמענטארען זענען איבעריג}
9. דער בריוו ווערט אויך אינטערגעשריבן מיט צוגעשריבענע ווערטער דורך הגאון ר' יחזקאל ראטה שליט"א, מיטוואך 11:45 ביינאכט,
10. דערווייל ווארט מען אויף די רעזולטאטן פון די לאבראטאריע, מ'קען נישט וויסן קלאר ווילאנג עס קען נעמען, אבער האפענטליך וועלן די רעזולטאטן זיין נאך די וואך.
----------------------------
אלזא, אחרי ככלות הכל, שטעלט זיך ארויס דער פאלגנדער מציאות:
1.
1) מ'האט געבויט א גאנצע שערוריא סך הכל ווייל איינער זאגט אז א גוי האט אים געזאגט אז ער שיקט די זעלבע עופות קיין קרית יואל. מיט דעם ווארפט מען אפ די נאמנות פון העכסט באגלייבטע שוחטים מובהקים ויראי שמים מרובים, וואס יא, זיי זענען אלעמאל און אייביג געווען דער פוסק אחרון אין אזוינע שאלות (און ניין, דאס נעמט נישט אריין דעם .... ...... ........ ר' יחזקאל גליק) - און מאדנע, ווען דער גוי זאגט אז ער שיקט די זעלבע טשיקענס פאר אלע בית השחיטות דאן איז דער צומת הגידין פראבלעם נאר אין קרית יואל און דער גוי איז נישט באגלייבט, אבער ווען מ'קען אים נוצן צו באשמוצן קרית יואל ווערט ער פלוצלונג א גאנצער נאמן און דער פוסק אחרון... וכדי בזיון וקצף.
2. ווי דער איד אליין ברענגט ארויס בטוב טעם ודעת מערערע מאל איז פאראן דראסטישע חילוקים צווישן די פעקין און מוסקאווי קאטשקעס, איז אויב אזוי איז דאך קלקלתו תקנתו, וויאזוי קען זיין אז קיינער ממש פון די הונדערטער ארבעטער אינעם בית השחיטה, אריינגערעכנט די אויסגערופענע שוחטים ובודקים זאלן פארזען אזא דראסטישע ענדערונג, און נישט ביי איין קאטשקע נאר ביי הונדערטער?!
3. אויב איז ריכטיג אז עסן מייז און ראטען מאכט דעם עוף פאר א דורס, "דאן טאר מען נישט עסן קיין טשיקען אדער טורקי" ווייל מ'קען טרעפן אויף עטליכע אינטערנעט וועבסייט'ס אז טשיקען און טורקי עסן קלאר לעבעדיגע מייז און ראטן!!!
4. בכלל, וויאזוי שעמט זיך נישט דער איד איינמאל און נאכאמאל צו שרייבן אז אין בית השחיטה זענען דא "אינגע אומערפארענע שוחטים", אינדערצייט וואס אין בית השחיטה געפינען זיך אפשר די עלצטע סאטמארע שוחטים מובהקים וועלכע ארבעטן נאך היינט צו טאג?! דארט וואו יעדער ווייסט אז קאטשקעס שעכט נאר א שוחט מובהק!
5. ועל כולם, אינדערצייט וואס ר' יצחק שטיין זעלבסט האט אליין געהערט פונעם גוי, דער ארגינעלער מחדש השערוריא, אז ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער שיקט די "זעלבע קאטשקעס" קיין קרית יואל נאר אז "ער האט געשיקט פון זעלבן פארעם" ווי ער שיקט קיין קרית יואל, ווי עס האט מעיד געווען אן איש נאמן וואס איז דארט געשטאנען בשעת מעשה, איז ער ווייטער עומד במרדו מיט א בלעכענעם פנים און א פארקנייטשטן שטערן!
באמת האט נישט קיין שיעור און קיין זין זיך צו גיין טענה'ן מיט די חברה. נארמאלע מענטשן איבער דער גארער וועלט האבן געזען אין דעם גאנצן סיפור א אויסטערלישן מסירות נפש פון מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א וועלכער האט גוט געוואוסט אז עס גייען קומען די אלע חיצים ובליסטראות מצד די וואס זוכן נאר די עוולה, נישט די לעזונג, און אז דער צעמישעניש קען מעגליך מאמענטאל שאטן פארן געוואלדיגן גוטן נאמען פון דער בית השחיטה, מיט דעם אלעם איז ער גרייט געווען אלעס צו פארקוקן אבי ס'זאל נישט זיין קיין איין רגע וואס א אידיש קינד זאל חלילה דורך אים נכשל ווערן מיט א נדנוד קל פון א ספק ספיקא של איסור!
נאר אין אזא צעדרייטע וועלט ווי מיר לעבן היינט, וואו די תורה הק' איז ליידער פארוואנדלט געווארן אין א מיטל נישט קיין ציל, קען א כשרות אפאראט גאר ווערן פארשריגן איינמאל און נאכאמאל דאן ווען זיי טרעפן "יא" א פראבלעם און אנערקענען עס, און די ארגאניזאציעס וועלכע האלטן זיך מיט עקשנות נישט צו זען ביי זיך קיין נגעי עצמו זאלן גאר אפלאדירט ווערן דערפאר...!!!
ס'איז יכלה הזמן והם לא יוכלו. פון אונזער זייט קענען מיר נאר זאגן אז "ורוח הקודש אומרת, כן ירבה וכן יפרוץ!", און עווענטועל וועט נאך פון די גאנצע איבערקערעניש ארויסקומען פונקטליך למי החותמת ולמי הפסולים. ישרים דרכי ה', צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם!