בית פורומים אידישע געדאנק

חתונה פון בלויז פיש, נישט קרית יואל מופקרת פלייש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/1/2010 03:59 לינק ישיר 
חתונה פון בלויז פיש, נישט קרית יואל מופקרת פלייש

די וואך איז פארגעקומע א חתונה אין א אהרונישע האל אין קרית יואל, וואו מען האט סערווירט בלויז פיש.
היות אין יענעם האלל סערווירט דער קעיטערער נאר פלייש פון די בית השחיטה המופקרת
וואס האט לעצטנס פארלוירן די נאמנות ביי א גרויסן טייל ציבור,
צוליב די קאטשקע סקאנדאל, און בעיקר צוליב דאס פארלייקענען, אנשטאט זיין אויפריכטיג מיט די קאסטומערס, 
האט דער מחותן אויסגעוועלט מען זאל ענדערש געבן פיש, אזוי אז יעדער זאל קענען עסן.
אן זיך דארפן אריינלאזן אין אזעלכע האקעלע שאלות.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2010 04:17 לינק ישיר 

אגב אז מרעדט שוין פון פלייש ביי חתונות האב איך מיך אזוי מענין לענין שלא באותו ענין דערמאנט א מעשה וואס כהאב געהערט פונעם פאיער רב ר' משה ד. וויינבערגער זצ"ל אז ביים גאון העמהארצים ר' אהרנ'ס בר מצוה האט מען נישט געגעבן קיין פלייש און דער רבי ז"ל איז דאמאלטס דארט געווען און האט זיך זייער שטארק אויסגעדרוקט אז ער וועט ארויסגיין לתרבות רעה. כגעדענק נישט פונקטלעך גענוי דאס לשון צו די רבי האט טאקע ממש דאס געזאגט אדער עפעס ענליכס
אבער די מעשה איז א כאקאנטע מעשה אסאך ארונים ווייסן אויך דערפון ווייל בשעת איך האב עס געהערט זענען אסאך מענטשן געווען דערביי און אויך האב איך עס געהערט פון נאך אנדערע מענטשן וואס האבן אויך געהערט די מעשה פונעם פאיער
קען אפשר זיין אז די ארונים פרובירן דאס צו פארלייקענען אבער דאס האב איך געהערט פונעם פאיער רב נאר כגעדענק נישט פונקטליך דאס לשון. אדרבה אפשר ווייסט דא נאך איינער די מעשה און קען עס קלארשטעלן מער פוקטליכער די איינצעלהייטן פון די מעשה וזכות הרבים תלוי בו. אז מזאל וויסן וואס דער צדיק הדורות האט געזאגט איך ווייס נישט צו בבחינת נביא צו בבחינת חכם אבער עכ"פ ליידער ליידער די מציאות היינטיגן טאג איז פארווירקליכט.




תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 27/01/2010 04:16:57




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/1/2010 19:57 לינק ישיר 

ביטע נישט קיין שטיסים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > חתונה פון בלויז פיש, נישט קרית יואל מופקרת פלייש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext