מייראדיגע מייסע: גלעזער נישטא צו באקומען!
איך פלאג זיך אייביג צו ערקלערן פאר מיין אפטיקעל וועלכע גלעזער איך דארף, "ברענג מיר א כל העולם כולו און ווייז מיר פון וואס דו רעדסט".
איך קויף אבער נישט קיין כל העולם כולו, ווייל דאס לעצטע מאל וואס איך בין געווארן געאפדעיט זענען זיי נישט געשטאנען אויף מיין זייט, און העולם החרדי קויף איך אויך נישט ווייל די מאגאזינען האלטן אין איין טוישן זייטן. ווייס איך נישט וואס צו קויפן. קויף איך גארנישט.
"געב מיר די גלעזער וואס די סאטמארע רבנים האבן" האב איך געשריגן. די מיט די זילבערנע ברידזש. ער פארשטייט אבער נישט. ער וויל זעהן א בילד.
האט זיך אבער די מייסע געטוישט, דער דיסטריביוטער פון "די וואך" האט מיר געגעבן איינס בחינם, און אויפן דעקל האט ערשיינט א צורה פונעם צדיק הדור מרן מהר"א ט"ב שליט"א, ווי ער רעדט מיטן סקולענער רבי'ן.
מיין איין שמחה טראג איך עס אריין צו מיין גלעזער סטאר, זעסט? איך דארף דעם גלעזער! דאס גיי איך טראגן
ער סקענט עס אריין, און שיקט עס אריין צום גלעזער קאמפאני און שרייבט זיי א אימעיל אז א אינגערמאן וואס מען זאגט אויף אים אז ער דארף אן ערנסטע דאקטאר דארף דעם גלעזער.
עס האט נישט געשפעטיגט די קאמפאני שרייבט צוריק א אימעיל אזוי (איבערגעטייטשט אין אידיש):
יישר כח פארן זיך אינטערסירן אין אונזערע פראדוקטן
דער גלעזער וואס איר האט אנגעפרעגט ווערט נישט פארקויפט פארן פאבליק, זינט אן אויסשליסליכע דיל וואס איז געשאפן געווארן צווישן אונז און די פאלגענדע פיר פיגורן:
ראביי אהרן טייטלבוים, די עלטערע ברודער פונעם אינגערער סאטמארער רבי.
ראביי זלמן לייב טייטלבוים, די אינגערע ברודער פונעם עלטערער סאטמארער רבי.
ראביי דוד טווערסקי, דער סקווערער רבי.
ראביי יעקב ווייס, יד ימינו של כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, ומנהיג קהילת סאטמאר במאנסי.
פאר סיי וועלכע אנפראגע, און צו פארהאנדלן, קענט איר זיך פארבינדן מיט די אויבנדערמאטע פיר פערזאנען.
יישר כח.
 |
|
|