[quote]
פארוואס ברענגט דא קיינער נישט ארויף די געוואלדיגע שארפע רייד פון מרן הק' מסאטמאר זי"ע בנוגע מסדר קידושין זיין אן רשות פונעם מרא דאתרא?! (אגרות מהרי"ט)
ווי אויך די מפורש'דיגע פסק הלכה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, וועם רביה"ק האט נאך מיט זיינע הייליגע ווייטזעהנדע אויגן ממנה געווען פאר דעם אמט.
אית דין ואית דיין! די וועלט איז נישט הפקר! [/quote] לא לנו טייערער - ווי באקאנט האט רביה"ק געשריבן מורא'דיגע שארפע רייד בנוגע א "מרא דאתרא" , אבער נאכמער פון איין תשובה - עקטאשאלי א פאר חיבורים - האט רבינו ז"ל געשריבן זייער הארב, ווי שטארק מען דארף זיך מרחק זיין פון די מנהיגי שקר, און מיר פראבירן דאס זייער שטארק איינצוהאלטן, ווי איר פארשטייט אליינס אז מיר האבן געמאכט א פולער טיילונג פונעם רעפארמירטן קהילה זינט דער ראבינער איז געקומען צום מאכט שלא ברצון בני הקהלה, והאחרון הכביד ער האט אויפגעשטעלט א סעקולארע חינוך אונעם שטאט וואס גדולי פוסקי דורינו האבן געשריבן אויף דעם יהרג ואל יעבור,
"ווי אויך די מפורש'דיגע פסק הלכה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, וועם רביה"ק האט נאך מיט זיינע הייליגע ווייטזעהנדע אויגן ממנה געווען פאר דעם אמט" איז נישט מעלה ומוריד ווייל קודם כל 1. אויב דעס אז רביה"ק האט עם ממנה געווען דעס מאכט עם גרויס טא מיזט איר דאך מודה זיין אז אייער ראבינער איז גאר קליין ווייל רביה"ק האט איהם קיין שום פאסטן געגעבן - טא פארוואס האט ער ארויסגעשטויסן הרהגה"צ המפורסם ר' נתן יוסף ז"ל וועם רביה"ק האט נאך מיט זיינע הייליגע ווייטזעהנדע אויגן ממנה געווען פאר דעם אמט" 2. איר זענט אודאי באקאנט אז הגאון הגדול האט פאר פארטייאישע אינטערעסן בוגד געווען אינעם אמט וואס רביה"ק האט אים מיט זיינע הייליגע אויגן ממנה געווען, מיטן שטיצן א ציוניסטישן ראבינער מיטן מפקיר זיין דאס בלוט פון יודישע קינדער ובתוכם תשב"ר שלא טעמו טעם חטא, (שפיכות דמים) מיטן גיין פארטיי ליניע און מתיר זיין צו דעקלערן פארן אמעריקאנעם סופרים קארט אז מיר יודן קענען יא אפטיילן דעם אייבירשטען פון אונזער שולע (ע"ז) פאר כבוד הפארטיי איז הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, וועם רביה"ק האט נאך מיט זיינע הייליגע ווייטזעהנדע אויגן ממנה געווען פאר דעם אמט מאכיל (בשר קאטשקע) ומשקה (קרית יואל מילך קא.) יודן מיט טריפה ממש,
יא ליידער האט הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, וועם רביה"ק האט נאך מיט זיינע הייליגע ווייטזעהנדע אויגן ממנה געווען פאר דעם אמט בוגד געווען און זיין משלח. אית דין ואית דיין! די וועלט איז נישט הפקר - ב"ה לא השבית רביה"ק האט אונז איבערגעלאזט תלמידים הגונים ובתוכם חברי הבי"ד היראים בקר"י, און דריקן אויס מחאות בכל עת ובכל זמן קעגן די העברת פי ה' פון די רעפארם קהילה,ראבינער און הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, וועם רביה"ק האט נאך מיט זיינע הייליגע ווייטזעהנדע אויגן ממנה געווען פאר דעם אמט ווייל רביה"ק האט אונז איבערגעלאזט א צוואה זיינע הייליגע ספרים און נישט בלויז הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, וועם רביה"ק האט נאך מיט זיינע הייליגע ווייטזעהנדע אויגן ממנה געווען פאר דעם אמט
 |
|
|