פרעגסט גוט,
און איך וועל דיר ענטפערן זייער פשוט.
אויב די גייסט מיט דעם בריוו, קומט אויס אז בחייו פונעם ברך משה איז דער ברך משה, אלס דער רבי פון סאטמאר, געווען דער מרא דאתרא אין קרית יואל, אין קיין שום מענטש האט נישט געטארט זיין מסדר קידושין אן זיין רשות, און ר' אהרן האט לכתחלה נאר געמעגט מסדר קידושין זיין ווייל זיין טאטע האט איהם געגעבן רשות.
יעצט דאס איז א דבר פשוט אז דער בריוו זאגט נישט אז דער ברך משה געבט אויף זיין פאזיציע אלס מרא דאתרא אין קרית יואל און ער געבט עס איבער פאר ר' זלמן לייב'ן, ער שרייבט נאר אז איך בלייב ווייטער דער מרא דאתרא נאר פונקט ווי איך האב ביז יעצט געגעבן רשות צו מסדר קידושין פאר ר' אהרן געב איך יעצט אויך רשות פאר ר'זלמן לייב און ביידע קענען מסדר קידושין זיין מיט מיין רשות, ווייל למעשה שרייבט ער דאך נישט קיין איין ווארט אז ער נעמט עפעס אוועק ר' אהרן. אויסערדעם וואס ע"פ שכל איז משמע אז ער נעמט גארנישט צו פון ר' אהרן, ווייל וויזוי איז דען מעגליך צו געבן עקסקלוסיוו סידור קידושין נאר פאר ר' זלמן לייב, בשעת ער וואוינט דאך אין וומ"ב, דאס מיינט אז ר' זלמן לייב וואלט יעדן טאג געדארפט פאר קיין קרית יואל מסדר קידושין זיין? ער וואלט געדארפט איבערגעבן סידור קידושין פאר איינער וואס וואוינט אין קרית יואל, דער שארמאשער צו ווער, אלא מאי דאס גאנצע וואס ער שרייבט אז ר' זלמן לייב מעג "אויך" זיין מסדר קידושין.
יעצט, אפי את"ל אז מ'קען אפשר יא מדייק זיין אז ער נעמט אוועק די רשות פון ר' אהרן'ען, איז דאך עס נאר געזאגט געווארן אזוי לאנג דער ברך משה האט געלעבט אין ער איז געווען דער מרא דאתרא, אבער נאך זיין פטירה, איז דער כח אריבער צום נייעם מרא דאתרא, דער נייער סאטמארער רבי, ווער אימער דאס איז, לשיטת הארויניס איז עס ר' אהרן, ממילא איז ער דער זעלבער מרא דאתרא וואס דער ברך משה איז געווען בחייו.
און אפי' את"ל אז ר' זלמן לייב איז דער נייער סאטמארער רבי, ממילא איז ער דער נייער מרא דאתרא, קען זיין, אבער דאס האט דאך גארנישט מיט דעם בריוו, ווייל דער בריוו אדרעסירט בכלל נישט די ירושה פון אדמורות אין קרית יואל, ס"ה רעדט עס בלויז כ"ז ער איז דער מרא דאתרא, אבער פון לאחר מוע"ש רעדט ער נישט.
אין קורצן: מכח דער בריוו איז מומענטאל גארנישט מחייב קיינעם.
(פארשטייט זיך כל האמור לעיל איז נאר אויב מ'זאל מיר אנעמען אז דער בריוו האט בכלל א תוקף ווייל די ארויניס טענה'ן דאך אז ס'מזויף און דער ברך משה האט עס קיינמאל געשריבן עכ"פ זיכער נישט בדעתו הצלולה, אבער דאס איז פאר איין אנדערס מאל זיך צו טענה'ן.)