| נשלח ב-27/1/2010 22:54 |
|
| |
געוואלד אין געשריגן: קעץ אין די בית השחיטה!!!
ווי א ערדציטערניש האט א פרישע סקאנדאל ממש יעצט אויס געבראכן און דעם טרייפענע בית השחיטה, לפי רואי עדות נאמנים אין גרויסע מומחים וואס זענען באהאווענט צו פארשטיין די חילוק צווישן קאטשקעס אין קעץ, האבן זיי פאריגע וואך באמערקט אז מ'שלעפט דארט קעסטלעך קעץ צו שעכטן,
יא יא, ווי זאגט נאר נחום רז"ב "THE MARKET IS FLOODED" ווער ווייסט ווילאנג ס'וועט דארן צו אפלייגן די יאטקע פוליצעס פון די קעץ פלייש
איין תמימות'דיגער אנאנימער ארבייטער פינעם בית השחיטה האט עדות געזאגט פאר די גרויסע מומחים:
"ווען די קעסטלעך קאטשקעס זענען אנגעקומען האב איך מיך אביסל געווינדערט אז דאס קוקט עפעס נישט אויס ווי די געווענליכע קאטשקעס, ווייל איך דענק אז געווענליכע קאטשקעס פארן זיי שעכטן פלעגן זיי קוויטשען 'קוואק קוואק קוואק', אבער די קאטשקעס האבן עפעס געקוויטשעט 'מיאוא מיאוא מיאוא', ס'האט מיר אויסגעקוקט זייער מאדנע"
נח גפן האט נעכטן אנגעקאלט יחזקאל גליק אנפרעגן זיין מבינות צו ער ווייסט אויב קאטשקעס וואס האבן לאנגע וויידלעך אין 2 שפיציגע אויערן אויפן קאפ צו ס'עפעס קעגן די סימיני טהרה, אדער קעגן די מסורה. ר' יחזקאל מיט זיין לאנגער ערפארונג האט גראד פארשטאנען אז דאס איז גאר קעץ
פארשטייט זיך די באנדיטן זענען שטיל און זיי פרובירן צו מאכן א קאווער אפ, אבער מאת השם היתה זאת אז איינער האט פונקט געכאפט בילדער ווי די בית השחיטה ארבייטער שלעפן די צווייפלדיגע קעץ קאטשקעס,
דאס איז דער בילד וירא הקהל וישפוט!

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2010 00:21 |
|
| |
איך הער אז מען גייט ברענגן מייז, און מען וועט באאבאכטן מיט וואס פאר א פעטיט זיי עסן דאס, און מען וועט זעהן אויב דאס איז טאקע קעץ.
קושקע, א פייוו סטאר ארטיקל!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2010 00:34 |
|
| |
קושקע! פארן ברעכן די שאקירענדע נייעס קומט זיך דיר פון די גוטע סחורה.
פארפאלן די פארשליסענע מטורפים קויפן גערן אפ די מעשה, יו קען נעווער נאו, צו מען וועט נישט מארגן פאוסטען די בילד אין "דער איד". לייג ארויף א קאפירייט.
די פאר ווערים טרעפער, אין די פאום קאפ אנדרייער זענען שוין איינגעשפאנט, פון פעיקין צו קעץ!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2010 01:01 |
|
| |
ווייל גאנציגער איז זעהט זיך אויס זייער א חסידישער בחור. ער איז מקיים די פסוק והיית משוגע, מיט אלע הידורים. און די אשכול דא קומט פשוט ווייזן וואספארא פנים ענק האבן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2010 17:30 |
|
| |
בקיצור. ווייזט גאנציגער וואס פארא פנים איר האט... תיכף ארויס! ווייזט קושקע וואס פארא פנים די זאליס האבן... געוואלדיגע חכמה!
נ.ב. זעט אויס איר האט נאך נישט געכאפט וואס פארא דעמעדש איר האט זיך אנגעמאכט מיטן פראבירן צו פארדריין די פרשה במקום ארויסקומן און מודה זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2010 17:36 |
|
| |
היינט און בארא פארק איז פארגעקימען א מעכטיגע מחאה, הרב כ'ץ שליט''א דער געוועזענער פארגעסענער דומ''ץ, האט אריין געכאפט פוןדעם צווילוויטען שניאור קליין מנה אחת אפיים, דער ווילדער קליין באטשי האט הפירגעהאלטען דעם הרב כ''ץ היתכן ער גייט צו שחיטה און קרית יואל, ר' שייע יענקל שטויבער האלט דאך נישט דערפון?
דער הרב כ''ץ האט דאס קטאגאריש אפגעלייקענט, ער שרייט חי וקיים אז ער איז נישט דארט געווען,
עס איז נישט די ערשטע ליגענט וואס ער זאגט, הרב קישקע האט געברענגט קלארע בילדער וואו הרב כ''ץ דרייט זיך און דער בית השחיטה,
דער לישכע ב''ד וואס איז נאך אונטערן רושם, פון די זענטע חתונה, גייען היינט האבן א דריגענדער אסיפה, עס איז און פלאן מנדה צו זייין זיין דעם הרב כ''ץ מיט פיר הינרעט שופרות,
ליהודים היתה אורה .....
תוקן על ידי מישמאש ב- 28/01/2010 17:36:54
|
|
|
|
|