"אנבעליוועבל" אז דאס פאסירט אין אונזערע צייטן! כ'רייב מיר די אויגן צו מאכן זיכער אז כ'שלאף נישט!
ברוך הוא אלוקינו כרחמיו וכרוב חסדיו הגדיל לנו! נאך אזויפיל יארן פון צער, ווייטאג און קלעם, מוטשענישן און פלאגענישן, האט מען ברוך ה' צו דעם זוכה געווען.
"מזל טוב קרית יואל"! יעצט קען מען שוין זאגן אז דער טעראר איז פולקאם געבראכן!
רא"ט איז נעכטן צוריקגעקומען נאכ'ן זיך בראטן א וואך-צוויי אונטער די זון אין פאלם ספרינגס, צו א גענצליך נייעם מציאות. זיין אמאל באליבטע "קרית יואל" איז נישט דאס זעלבע. אין קרית יואל קען מען שוין חתונה מאכן אן דעם וואס אונזערע קינדער זאלן דארפן זען דעם געמיינעם ציגיינער.
דער לעצטער קויל איז שוין אויך אויסגעשאסן!
ווי ענדיגט שמואל יונה? כה לחי!
קרית יואל עס קומט נאך גוטע צייטן!