ווי באקאנט טוט זיך אפ וועגן די קאטשקע שעריריה אין קרית יואל,ווי נאר די בלאט מיט די קרית יואל בית השחיטה האבן געוואלט מאכן א שתיקה מיטן ליגנד זאגן אין לייקענען אז מען האט בכלל נישט געשחטן קאטשקעס וואס הייסט מאסקאווי,גלייך זענען די רבנים געגאנגען אין געקויפט קרית יואל קאטשקע מיט א ק"י פלאמבע אין אריינגעשיקט צו די לאבעטארי געוואר צו ווערן צו מען זאגט ליגענט
נעכטן איז צריקגעקומען די ריזאלטאט אז עס איז רח'ל די טריפענע מאסקאויי קאטשקע,
ווי נאר מען האט דעס געהערט אין ק"י האט מען גלייך געמאכט א מיטונג מיטן דיין ר' געציל אין מיטן מהודרת רבין אין מיט שמאל ווידער אויסארבייטן א גאנג ווי אזוי צו משיגע מאכן דעם עולם אז מען נוצט יא שטיינזאלץ וכדומה
פאלט נאך די דאקומענטן שפעטער
נשלח ב-10/2/2010 22:17
די בלאט און כל העולם כולו אויף בחדרי חרדים - מע האט עהם גערופען - ער אליין האט עס נישט געזען.
נשלח ב-10/2/2010 22:13
די עופות דורסים (KJ) מיינען אז מיט ווארפען שמוץ אויף יענעם וועלן זיי אויסזעהן שענער, האבן זיי אויסגעטראכט אויף הרב איללאוויטש כאילו ער האט געשחט'ען מוסקאווי, דא האט איר א בריוו פון דעם חשוב'ען רב אליין בכתב ידו, אז "שדבר זה אין לו שחר, לא אמת ולא נכון".
דער גרויסער תלמיד חכם וגאון לייכטאג, איז נאך א גרעסערער שקרן וכזבן, ער טענה'עט אז ער האט אליין אוועק געשיקט אין LAB צוויי קאטשקעס שוין מיט 4 וואכען צוריק, די ריזאלטס זענען שטעקן געבליבען אינטערוועגענס.
ר' געצעלע האט מיר אליין געזאגט אויפ'ן טעלפאן, אז מע מעג על פי דין עסען די מוסקאווי קאטשקעס. דער ריקאל איז נאר געווען לחומרא. אזוי האבען אויך געפסק'נט דיין פאלאטשעק און דיין לייכטאג פאר אינגעלייט וואס האבן זיי גערופען פרעגען. - עפעס א וואונדער? דער הייליגער עוף טמא "קוק" האט עס דאך מתיר געווען.
דער פאקט איז, אז די אהרונים האבען געשיקט צו דער זעלבער Guelph University, ערשטענ'ס ווייל קיין אנדער ארט איז נישטא, צווייטענס איך ווייס ווער עס האט זיי געגעבן די אדרעס (די LAB אליין געבט נישט ארויס קיין שום אינפארמאציע, אלעס איז קאנפידענשיעל). מיר ווייסען אבער אז KJ האט געקאלט די LAB פרעגען צו דע ריזאלטס איז אמת - האט מען זיי גע'ענטפער אז יא - ווען זיי האבען זיך גע'עקשנ'ט מע זאל זיי זאגען ווער האט עס אריינגעשיקט און ווען, האט מען אויף זיי אויפגעהאנגען דעם טעלפאן.
נשלח ב-10/2/2010 22:12
ער שרייבט אז סשטייט אין צייטונגען וועליכע מיינט ער די בלאט?
נשלח ב-10/2/2010 21:42
נשלח ב-2/2/2010 23:45
אויפן כל ארוני כלו זע איך אז מאסקאווי קאטשקע איז א כשרע עוף מן המהדרין
נשלח ב-2/2/2010 21:48
דער בלאט איז אמת .אין די לעב זאגט רבי יונה איז...
נשלח ב-2/2/2010 21:35
די צעטיל דא אויבן איז געבאקען און געמאכט געווארן פון דעם אינטערנעט ראביי און מאכיל נבילות וטריפות ראביי יצחק שטיין.
די צעטיל האט גארנישט מיט די בית השחיטה פון קרית יואל, טאמרע עס האט מיט איינעם האט עס מיט די מאסקאווי קאטשקעס וואס יצחק שטיין שחט אין G&G, און דאס שיקט ער ארום צו לעב.
און נאכדעם שרייען געוואלד אז פעקין איז אויך טריפה.
א קרית יואל'ער שוחט האט געכאפט טריפה ביי יענעם, און הרה"ג ר' יצחק שטיין האט גאר געוואלט עס מתיר זיין. זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם, צו פארקויפן שקרים וכזבים און ווארפן זייער שמוץ אויף יענעם.
ווי אדער צו האנדלען דעם פראבלעם מיט אחריות.
און דאס איז די סיבה פארוואס א ריזיגער ציבור האט אויפגעהערט עסן זייער שחיטה, מען האט זיך איבערצייגט אז זיי האבן נישט קיין נאמנות, און ווען זיי טוישן די מעשה, ארבעטן אלע שוחטים מיט אז אזוי איז טאקע געווען.
די גאנצע פארטייאישע מופקרת שחיטה, פון אויבן ביז אראפ, ארבעטן מיט צו פארקויפן שקרים, און עס נישטא קיין וועג פאר פשוט'ע מענטשן מברר צו זיין דעם אמת, ווייל אויב איינער זאגט עפעס קעגן די אינטערסן פון די בית השחיטה, איז ער א שונא!
נשלח ב-29/1/2010 00:46
זייער בית השחיטה האט נאך נישט געזען קיין פעקין קאטשקעס אבער זיי גייען אויפהערן צי שחטן די פעקין קאטשקעס
שמואל ווידער עס קומט זיך דיר
נשלח ב-29/1/2010 00:43
שמואל ווידער ענד קאמפאני האבן זיך אן עיצה געגעבן מיטן לעב ליינט אין שטוינט וואס מקען אלטס געבן ציפיטערען די חלה דעקלעך
נשלח ב-28/1/2010 20:30
ברעקינג: קרית יואל שחט מער נישט די כינע'זער פעקין.
די אינפארמאציע וואס איך ברענג דא איז העכסט קראנט, און ווי יעדער קען מיך שוין, וועל איך מברר זיין איידער איך שרייב, און דאס וואס איך האב באוויזן צו דערגיין על בוריו.
די 6 רבנים וועלכע זענען געווען ביי די אסיפה פון סאטמאר'ער רבי'ן האב נעכטן דורכגעטאן דעם ענין פון די קאטשקעס, פון אלע סארטן וואס מ'פלעגט ביז היינט שח'טן.
און עס איז אויפגעברענגט געווארן דורך דעם בארימטן גאון רבי אפרים שמעון לייכטאג אז אפילו' וואס מ'האט געמיינט ביז היינט אז ס'איז מסורה'דיג, וואס איז די פעקין איז אויך פארנעפלט (שיין גערעדט), ווייל ביז ווילאנג מ'ווערט נישט געוואויר קלאר די מסורה פון כינע איז נישט אויסגעהאלטן צו עסן די סארט קאטשקעס, לויט ווי מיר זענען חושש צו די דעה פון רמ"א.
די קאשטקעס וואס קרית יואל האט גע'שחט'ן ווייסט מען דערווייל נישט קלאר וואס דאס איז געווען. די לעב איז נישט צוריקגעקועמן קיין רעזולטאטן, אפשר ווייל ווייל די פארפרוירענע געזאצלצענע פראדוקטן פון פריזער האבן חרוב געמאכט די די.ען.עי. באווייזען אויף 100 פראצענט, אדער צוליב אן אנדערע סיבה.
דער מציאות איז אז די לעב רעזולטאטן זענען נאך נישטא. און דאס האט רבי משולם פאלאטשעק איבערגעבן בפרטי פרטיות פון די רבנים.
איז יעצט אז אפילו מ'וועט יא געוואויר ווערן אז ס'איז זיכער פעקין ווי די שוחטים האבן מעיד געווען, האט מען ווייטער גארנישט דערפון, ווייל די מסורה פון די היייליגע פעקין איז נישט מבורר, און בית השחיטה דקרית יואל וויל עס נישט מתיר זיין, ביז ווילאנג אנדערע רבנים וועלן עס מתיר זיין, ווי עס איז געווען דער פאל מיט די טוירקיס (אינדיקעס).
די אינדיקעס איז טאקע דא אאך וואס זענען זיך מחמיר עס נישט צו עסן ווייל עס האט נישט קיין מסורה, און וויבאלד די תשובה ספרים זענען פול דערמיט, און אסאך זענען עס מתיר, האט מען שוין א בר סמכא אויף וועמען סומך צו זיין.
די פעקין איז יעצט בערך אין אזא קאטאגעריע ווי די מוסקאווי, און קרית יואל בית השחיטה וויל מחמיר זיין.
עס איז שווער צו גלייבן אז אנדערע בית השחיטה וועלן נאכטאן, ווייל ווי באקאנט האבן אנדערע שחט' הייזער (בית השחיטות)קיינמאל נישט קיין פראבלעמען און קיינמאל נישט קיין שאלות. און די פעקין וואס די אנדערע שח'טן, האבן זיכער יא א מסורה פון כינע.