דוד עקשטיין ווערט מכובד מיט א מצוה טאנץ פארן צושטאנד ברענגן די נייע זאל.
ווי ס'איז באקאנט פאר יעדעם וואס האט מיטגעהאלטן די לעצטערע אקטיוויטעטן פון די ארונים בראשות דוד עקשטיין, ווייסט צו זאגן, אז דער הויפט מחותן פון די נייע זאל דקהל בני יואל דסאטמאר איז טאקע נישט קיין אנדערער ווי דוד עקשטיין,
קיין שום מענטש און קיין שום פעולה שבעולם מצד קהל בני יואל! האט נישט באוויזן וואס דוד עקשטיין האט יא, און ס'איז קלאהר ביי אלע בני יואלער'ס אז קיינער פון זיי קען זיך נישט אויפשטעלן און נעמן דעם פולען קרעדיט איבערן זאל פאר זיך, יעדער ווייסט דאס גוט אז דע פלאן פון א זאל מיט א מסדר קידושין איז אלץ געווען זייער א גוטע געדאנק און ביי דעם איז עס געבליבן, אפילו כ"ק מרן ממאנטעווידעא ז"ל וואס האט שטארק ממליץ געווען און כסדר פרובירט עס צוצואיילן, איז אבער נאך אלס נישט געווען דער שטופ וואס זאל עס ברענגן בכדי שיעשו, די לעצטע צוויי יאר איז געווארן מער א רעדע דערפון צוליב וואס הרבני הנגיד ר' יחזקאל בראך נ"י האט געגעבן א שיינע סכום פאר די מוסד אז מ'אל אנהייבן דעם פראיקעט, מ'האט טאקע דעמאלטס אנגעהויבן, אבער ס'האט זיך כסדר אפגעשטעלט, ווייל מיט די געלט פונעם חשוב'ן נדבן האט זיך נאך אויסגעפעלט אסאך געלט צום שלימות, אזוי האט זיך עס געצויגן אז ס'האט שוין אויסגעזען ווי פון דער גאנצער פראיקעט גייט צוריק בלייבן א שיינע פלאן,
מאנטאג וישב ממחרת פונעם גירוש ביהמ"ד בית יואל, איז דער זאל עטרת צבי מאיר אריין אין א העכסטן גיר! ס'האט אנגעהויבן צו קומען השפעות מיט געלט, בני יואל האט דאן אנגעהויבן פארקויפן חתונה סערטיפיקעטס, דער עולם האט געקויפט אין גרויסן ס'האט שוין דאן קיינער נישט געצווייפלט אינעם מציאות פונעם זאל, און ס'האט אנגעהויבן אריינקומען א שפע מיט געלט סיי דורך סערטיפיקעט'ס סיי דורך סתם נדבות, נאך דעם זעלבן וואך דאנערשטאג וישב האט זיך צוריק אנגעהויבן די ארבעט מיטן גאנצן טעמפא, פון דעמאלטס ביז נעכטן ערב די ערשטע חתונה האט יעדן טאג געווירבעלט מיט בעלי מלאכות, ס'פלעגט זיין טעג וואס ס'האבן דארט געארבעט 15 קאמפעניס אויפאמאל! בעיקר די לעצטע צוויי וואכן וואס דער זאל האט אויסגעזען ווי א 24 האער פעקטארי! בחסדי ה' האט מען נעכטן מיטוואך בשלח תש"ע פארענדיגט דעם זאל און קובע געווען די מזוזות, בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.
ס'איז קלאהר פאר יעדעם אז ווען נישט דעם טרויעריגן גזירת גירוש פון דוד בן פעסיל א' וישב וואלט מען נאכנישט אזוי שנעל זוכה געווען דערצו, יענעם ביטערן טאג האט יעדער מקבל דעם גזירת גלות וויסענדיג אז דער צייטווייליגער גלות איז א איתחלתא דגאולה במלוא מובן המלה, דע שמחה וחדוה יעצט איז נישט צום באגרייפן, מ'האט פשוט פארדינט אלע ביידע די ביהמ"ד גייט מען בכל אופן בקרוב צוריקברענגן צום באנוץ לתורה ולתפילה אזוי ווי די לעצטע 30 יאר, דע געמיינע מסירה פון די מייקרים שם אלילים געבויעט איינזייטיג מיט ליפט און דיסקרימינאציע, בדרך הטבע גייט נישט אזא פסק אריבער א פעדעראלע געריכט הויז, אבער אל תבטחו בנדיבים, יעדער איינציגער מתפלל איז מוכן ומזומן אויף דע מינוט וואס מ'זאל נישט הערן אז דער פסק איז באשטעטיגט געווארן אין אפעלאט, גייט יעדער מתפלל אין די רייע אריינמאשירן צום בית ה' ווייטער דינען דעם אייבערשטען, יעדער איינציגער מתפלל איז גרייט מ'זאל אים ארויספירן מיט קייטעלעך פון ביהמ"ד מה טוב ומה נעים אויב מ'וועט דאן זיין מעוטר בטלית ותפילין, אריינגערעכנט די הנהלת הבימ"ד פארן נישט אויספאלגן סטאלין'ס באפעלן, וזה היום שקווינו לו.
ס'איז א אינטערסאנטע זאך צו באמערקן, אז דע מוסרים ומלשינים וואס זייער שיטה איז אזוי ווי ירבעם בן נבט אז איינמאל מ'ווערט געקרוינט פאר א פירער בלייבט מען פירער אויף אייביג נישט קיין חילוק צו מ'איז מקיים די תורה, צו פארקערט ח"ו,דער כלל איז, די הכתרה האט נישט קיין עקספארעישן מקען טרעטן אויף די תורה בין אדם למקום בין אדם לחבירו, ומי יבוא אחר המלך מ'האט דאך מיך אויפגענומען פאר מרא דאתרא?!
און פארדעם טאקע איז א וואונדער, בעסער געזאגט נישט קיין וואונדער.. דע וואך האט המכנה עצמו בשם קיט"ל, ארויסגעשיקט בריוון צו אלע רבנים ודיינים וואס זענען געליסטעט אין דירעקטארי, אז ממש נבלה עשתה בישראל מ'גייט מסדר קידושין אן רשות פונעם מרא דאתרא, וואס דער קידושין איז נישט תופס ר"ל, ווי קען אזאנס פאסירן,
אין קול ואין עונה
מ'האט שוין מודיע געווען די וועלט געשיקט פערזענליך צו די עדה זיי זאלן מרעיש עולמות זיין, אבער,
אין קול ואין עונה
איך טרייב אביסל איבער ווייל ווי נישט ווי האט מען יא געהערט א ווייטאגליכע קול מחאה! פון וועם?
פון א בלעקבערי אין בלאט אפיס...
• AnashUpdates Its not believable that it was A yichid without kidishin MASA ZIMRI IS 2NIGHT IN KJ R"L how can a Yid sleep now be4 taking away charon af?
נישטא ווער ס'זאל לאכן.. (וויינען?...)
תוקן על ידי סעננדר ב- 28/01/2010 23:38:33
 |
|
|