דעם שבת קודש שבת שירה הבעל"ט, גייען הונדערטער תושבי קרית יואל יצ"ו זיך צאמנעמן לבית מדרשו פון שארמאש'ער רב שליט"א אויף תפילת קבלת שבת,
הונדערטער תושבי קרית יואל ובתוכם דיינים ורבנים חשובים גייען דעם שב"ק אפגעבן כבוד התורה פארן חשוב'ן רב שליט"א פאר זיין מקנא זיין קנאת ה' צבאות אזוי ווי דער הייליגער חתם סופר ז"ל בימיו, און מחזק זיין דעם רב שליט"א אויף ווייטער צו קענען פירן דעם ציבור הנאמנים לה' ולתורתו על מי מנוחות און זיך נישט לאזן פון די געמיינע טעראר וואס איז ליידער צוריק נתחדש געווארן אין קרית יואל.
די גבאים זענען יעצט פארנומען מיט ארויסנעמן די טישן און גרייט מאכן דאס ביהמ"ד צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס ווערט ערווארטעט לכבוד התורה ולומדיה, זמן מנחה ערש"ק 5:45
וביום השבת קודש שישו ושמחו