בית פורומים אידישע געדאנק

Motty's: מיר נעמט נישט אן טריפ'ס צום נייעם זאל!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/1/2010 03:33 לינק ישיר 
Motty's: מיר נעמט נישט אן טריפ'ס צום נייעם זאל!!

איך וויל מודיע זיין אנשי שלומינו אין קרית יואל!

מיין אידענע האט געוואלט גיין אפגעבן א מזל טוב מיטוואך נאכט, אינעם נייעם זאל אין קרית יואל, ביי די חתונה בבית הרה"ח ר' יודל הירש, (מיינ'ס א געוועזענער שכן)

האט זי אנגעריפן Motty's car service צו ריפן א קאר, אין הערט גוט, נישט מער אין נישט ווייניגער, Motty's זאגט איר מיט קאלטקייט: "מיר נעמען נישט אן קיין טריפ'ס צו דעם זאל"...

קוקט אויס Motty's ברויך נישט קיין ביזנעס פון אנשי שלומינו.. אין פארוואס זאג איך עס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן...

(אגב, Motty's !!!! די טיפוש איינער!! קענסטאך ענפערן דיפלאמאטישער, "אונז האמיר נישט קיין קאר אוועילעבל" אד"ג, וואס זיכסטע דיר צו פארלירען א האלבע שטאט מיט קוסטאמער'ס, נער!!)




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2010 21:42 לינק ישיר 

אויב אזוי, דאן זענען מיר אלע מיט אים! קיפ איט אפ מאטיס! מיר בעטן אלע אנשי שלומינו צו שטיצן די באקאנטע מאטיס קאר סערוויס, וואס זענען באקאנט מיט זייער צוגענגליכע און פונקטליכע סערוויס, און שטייט גרייט צו באדינען אלע שיכטן און קרייזן אין שטאט אן אויסנאם!

מאכי: עלה והצלח!
ביטע דאס איבערגעבן פון איינעם צום צווייטן, אז מען קען און מ'זאל ווייטער נוצן מאטיס קאר סערוויס. 
איך גיי טאקע שוין אריינרופן באשטעלן דעם טריפ!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 21:30 לינק ישיר 

איך האב דירעקט גערופן די נאכט פון די חתונה צו די נייע זאל און זיי האבן אנגענומען די טריפ אן קיין שום פראבלעים

מען דארף זיי שטיצן בכל אופן האבן זיי אדער תשובה געטוהן און זיי האבן זיך אויפגעפירט זייער מענטשליך

אדער איז דאס אזוי ווי זיי טענה'ן אז זיי האבן קיינמאל נישט געשפילט קיין פאליטיק מיט זייער ביזנעס

אינטערשטע שורה זיי האבן געהעריג אנגענומען קאלס די נאכט פון די צווייטע חתונה מיטוואך נאכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2010 21:25 לינק ישיר 

צי ווייסט איינער פון אייך, וויאזוי מאטי'ס האט זיך אויפגעפירט דעם פארגאנגענעם מיטוואך ביי די חתונה אינעם נייעם חתונה-זאל? האט ער אויך זיך ארויסגעדרייט מיט פוילע תירוצים?

איך וויל יעצט באשטעלן א לאנג-דיסטענס טריפ, און איך וויל וויסן צי מ'קען אים נוצן.

ביטע לאזט זיך הערן, ווייל כ'וויל שוין אט אט ארויספארן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 01:16 לינק ישיר 

טא, אויב איז דאס אמת, דאן מוז ער ווערן באקיאטירט! אן קיינע תירוצים, טרעפיק שמעפיק, דאס זאל ער ענטפערן ביי ראט'ס חתונה-נאכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2010 21:50 לינק ישיר 

מען קען זיך נישט קריגען אויפ'ן פאקט אז מאטי'ס האט געשפילט פאליטיק אין די נאכט פון די חתונה, אפילו לאמיר אננעמען זייער נארישע תירוץ פון טרעפיק האבן זיי נאך אלס געענטפערט ווי ארוינים "אונז נעמען נישט אן קיין טריפס צו די זאל" אנשטאט צו ענטפערן  די עכטע תירוץ (לשיטתם) אז עס איז דא יעצט צופיל טרעפיק דארט, קען זיין אז עס איז געווען גערעכט אבער פאליטיק האט אויך געשפילט דא א ראלע, ווען נישט וואלט ער געענטפערט מער מענטשליך

איך האב נישט קיין שום אינטערעסע קעגן מאטי'ס, איך האב שוין אויבן געשריבן אז איך קען מאכי און ער איז זייער א נערמאלע אינגערמאן (זיין טאטע איז א היימישער) אבער די פאקט קען מען נישט אפלייקענען וואס איך האב אליין געהערט פון עטליכע וואס זיי אדער בני בית האבן גערופן מאטי'ס פאר און נאך די חופה און זיי האבן נישט געוואלט שיקן

מאטי אליין ענטפערט טאקע דאס אז דאס איז געווען וועגן די טרעפיק, 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2010 18:59 לינק ישיר 

אזוי ווי איך זע איז דא סברות לכאן ולכאן, צי ער האט עס געטון בדווקא צי נישט, שלאג איך פאר מען זאל אים געבן נאך א שאנס.

צוויי וואכן ארום קומט פאר נאך א חתונה, און מ'וועט רופן מאטי'ס פאר א קאר, און מ'וועט זען וואס ער ענטפערט. אבער דאס וועט זיין די לעצטע שאנס. דאס זעלבע מוז ער אויפהערן מיט די איין זייטיגע אדווערטייזמענטס, זאפארט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2010 05:50 לינק ישיר 

אפשר ארבעטסטו פאר מאטיס......??? כ'זעה די ווייסט פונקטליך אינסייד אינפארמעישן ווער פונקטליך ס'געווען דיספעטשער יענע צייט...

זיי אזוי גוט, געב זיי איבער, אז ס'נישט קליג צו נעמען א צד אין ביזנעס, נישט ביים נישט גיין צו די נייע זאל, אין נישט ביי זייער איינזייטיגער אדווערטיימענטס,

ובזה יצאתי ידי חובתי, יישר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2010 05:27 לינק ישיר 

WOW WOOW קאם דאון... וואס ביזטו געווארן אזוי צעווילדעוועט...

קודם כל א פאקט, האסט מיך באטיטלט אלץ א אהרוני, און דיין ראי' איז מיינע תגובות, א זאך וואס יעדער קען נאכקוקן, און אדרבה טרעף מיר איין אהרונישע תגובה וואס איך האב געשריבן...

איך האב נישט קיין שום אינטערעס זיך אנצונעמען פאר מאטיס, ממילא גיי איך מיך  נישט מתווכח זיין מיט דיר, איך ווייס דעם פאקט אז איך בין מיט זיי געפארן און אז דער ב. פון בני יואל איז געווען דיספעטשער יענע נאכט און ער האט קיינעם נישט אזוי געענטפערט.

אבער דיין ווערן אזוי צושפילט מאכט נאר שטערקער מיין השערה אז עפעס אן אגענדע האסטו דא, איך קען נישט אויספיגערן וואס, אפשר ארבעטסטו פאר ליבערמאן???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2010 04:41 לינק ישיר 

*--[endif]*

אין החי יכול להכחיש את החי??? גוט האסטע געזאגט, אין הכי נמי!!!! גיי קוק נאך זייער אדווערטייזמענט, ווי זיי שרייבן איינזייטיג, "מיר געבן ספעשל רעיט'ס פאר די תלמוד תורה," כאילו ס'דא די באגריף היינט אין קר"י די תלמוד תורה, איגנארירענדיג אינגאנצען אז ס'דא היינט אין קרית יואל 3 תלמוד תורה'ס, קענסטאך שוין דארטן זעהן זייער דעסקרימענאציע, ווי זיי רעכענען אינגאנצן נישט איין העלפט קרית יואל'ער קאוסטעמרס,

אין די גרויסער למען האמת, ביזט א גרויסער שקרן, ווייל ביזט א גרויסער ארוני, ווי יעדער קען זעהן אויף אלע דיינע פארגאנגענע תגיבות די לעצטע יאר, סאו שאט אפ!!, שרייב נישט אזוי היייליג: "איך" בין געפארן צו די חתונה מיט מאטיס, און ס'איז סתם רשעות צו חרוב מאכן זיין פרנסה אין די צייט וואס ס'איז הויל בלאף.

ווייל די ביזט אן ארויני, מ'זעהט עס לייוו אויף דיינע תגיבות, די ביזט נישט געפארן, ס'ליגענט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2010 04:05 לינק ישיר 

ס'קוקט אויס ווי איינער האט א פריוואטע אגענדע דא, איך בין געפארן מיט זיי, און איך ווייס פון נאך וואס זענען געפארן צו די חתונה מיט מאטי'ס, דער דיספעטשער יענע נאכט איז געווען א אינגערמאן א זון פון הרב י. י. ב. פון די פני אין בני יואל, ס'איז נאריש צו זאגן אז ער האט אזוי געענטפערט.

אין החי יכול להכחיש את החי, "איך" בין געפארן צו די חתונה מיט מאטיס, און ס'איז סתם רשעות צו חרוב מאכן זיין פרנסה אין די צייט וואס ס'איז הויל בלאף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2010 23:35 לינק ישיר 

ס'מסתם נישט מאכי, ער איז נארמאלער פון דעם, ס'דא דארט נאך א שותף, א פארברענטער ארוני



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2010 23:21 לינק ישיר 

איך וועל איבערזאגן וואס כ'האב געשריבן ביים באקיאטירן הצלה אשכול.


מיר קענען נישט און מיר טארן נישט אונטערשאצן אונזער כח. מיר זענען איבער האלב פון שטעטל, מיט צוויי ריזיגע מוסדות און צענדליגער בתי מדרשים.


אויב איינער וויל שפילן די געים, זענען מיר גרייט מיטצושפילן ביז צום סוף!


מאכי גאלדבערגער! דו האסט אנגעהויבן, מיר גייען ענדיגן אי"ה. 

אז דו ווילסט אונז נישט נעמען, ווילן מיר נישט גיין מיט דיר.

 די וועלט קען עקזיסטירן אן דיינע ווייסע טעקסיס!


כמעשהו בהצלה כך מעשהו במאטי'ס טעקסיס!



ומכאן אזהרה חמורה יוצאת צו יעדע ארגאניזאציע, געשעפט מוסדות, וכדו'; 

מיר גייען זיך נישט לאזן שפייען אין די קאשע; פאר יעדע סארט דיסקרימינאציע גייט מען פייטן ביז צום סוף.

איידער איר טוט עפעס, טראכט צי ס'לוינט זיך אייך.

ראו הזהרנוכם!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2010 22:44 לינק ישיר 

moishe12

פאר דיין אינפארמעישן, מיין ווייב האט געקאלט בערך 8:40 לאנג נאכן חופה, אין לאנג נאכן סאו קאלד טרעפיק, אין זיי האבן תיכף קאלטערהייט גענטפערט "אונז נעמיר נישט אן קיין טריפס צו דעם זאל" האט זי געקאלט א צווייטע היימישע קאר סערוויס אין ביז 5 מינוט איז זי געווען אין זאל, סאו קאט די קרעפ!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2010 22:02 לינק ישיר 

אקעי די קומענדיגע דארערשטאג קומט פאר א חתונה פון דעם מסור אהרן מיט זיין איידעם אין ווייסן שוהל אין קרית יואל, די טרעפיק וועט אוודאי זיין אין די אלע גאסן ארום, וועלן מיר זעהן אויב זיי גייען נישט אנננעמען קיין קאלס צום שאפינג סענטער וועגן די טרעפיק, די תירוץ ווייסטו אליין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2010 21:57 לינק ישיר 

מען צאלט נאר מער אויב מען איז שוין אנגעקימען אין מען דארף ווארטען
 אויב שטייט מען אין טרעפיק באקימט מען א פלענער לאקאל פרייז
פרעג דיך נאך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > Motty's: מיר נעמט נישט אן טריפ'ס צום נייעם זאל!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext