בית פורומים אידישע געדאנק

Motty's: מיר נעמט נישט אן טריפ'ס צום נייעם זאל!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/2/2010 18:59 לינק ישיר 

אזוי ווי איך זע איז דא סברות לכאן ולכאן, צי ער האט עס געטון בדווקא צי נישט, שלאג איך פאר מען זאל אים געבן נאך א שאנס.

צוויי וואכן ארום קומט פאר נאך א חתונה, און מ'וועט רופן מאטי'ס פאר א קאר, און מ'וועט זען וואס ער ענטפערט. אבער דאס וועט זיין די לעצטע שאנס. דאס זעלבע מוז ער אויפהערן מיט די איין זייטיגע אדווערטייזמענטס, זאפארט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2010 21:50 לינק ישיר 

מען קען זיך נישט קריגען אויפ'ן פאקט אז מאטי'ס האט געשפילט פאליטיק אין די נאכט פון די חתונה, אפילו לאמיר אננעמען זייער נארישע תירוץ פון טרעפיק האבן זיי נאך אלס געענטפערט ווי ארוינים "אונז נעמען נישט אן קיין טריפס צו די זאל" אנשטאט צו ענטפערן  די עכטע תירוץ (לשיטתם) אז עס איז דא יעצט צופיל טרעפיק דארט, קען זיין אז עס איז געווען גערעכט אבער פאליטיק האט אויך געשפילט דא א ראלע, ווען נישט וואלט ער געענטפערט מער מענטשליך

איך האב נישט קיין שום אינטערעסע קעגן מאטי'ס, איך האב שוין אויבן געשריבן אז איך קען מאכי און ער איז זייער א נערמאלע אינגערמאן (זיין טאטע איז א היימישער) אבער די פאקט קען מען נישט אפלייקענען וואס איך האב אליין געהערט פון עטליכע וואס זיי אדער בני בית האבן גערופן מאטי'ס פאר און נאך די חופה און זיי האבן נישט געוואלט שיקן

מאטי אליין ענטפערט טאקע דאס אז דאס איז געווען וועגן די טרעפיק, 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/2/2010 01:16 לינק ישיר 

טא, אויב איז דאס אמת, דאן מוז ער ווערן באקיאטירט! אן קיינע תירוצים, טרעפיק שמעפיק, דאס זאל ער ענטפערן ביי ראט'ס חתונה-נאכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 21:25 לינק ישיר 

צי ווייסט איינער פון אייך, וויאזוי מאטי'ס האט זיך אויפגעפירט דעם פארגאנגענעם מיטוואך ביי די חתונה אינעם נייעם חתונה-זאל? האט ער אויך זיך ארויסגעדרייט מיט פוילע תירוצים?

איך וויל יעצט באשטעלן א לאנג-דיסטענס טריפ, און איך וויל וויסן צי מ'קען אים נוצן.

ביטע לאזט זיך הערן, ווייל כ'וויל שוין אט אט ארויספארן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/2/2010 21:30 לינק ישיר 

איך האב דירעקט גערופן די נאכט פון די חתונה צו די נייע זאל און זיי האבן אנגענומען די טריפ אן קיין שום פראבלעים

מען דארף זיי שטיצן בכל אופן האבן זיי אדער תשובה געטוהן און זיי האבן זיך אויפגעפירט זייער מענטשליך

אדער איז דאס אזוי ווי זיי טענה'ן אז זיי האבן קיינמאל נישט געשפילט קיין פאליטיק מיט זייער ביזנעס

אינטערשטע שורה זיי האבן געהעריג אנגענומען קאלס די נאכט פון די צווייטע חתונה מיטוואך נאכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2010 21:42 לינק ישיר 

אויב אזוי, דאן זענען מיר אלע מיט אים! קיפ איט אפ מאטיס! מיר בעטן אלע אנשי שלומינו צו שטיצן די באקאנטע מאטיס קאר סערוויס, וואס זענען באקאנט מיט זייער צוגענגליכע און פונקטליכע סערוויס, און שטייט גרייט צו באדינען אלע שיכטן און קרייזן אין שטאט אן אויסנאם!

מאכי: עלה והצלח!
ביטע דאס איבערגעבן פון איינעם צום צווייטן, אז מען קען און מ'זאל ווייטער נוצן מאטיס קאר סערוויס. 
איך גיי טאקע שוין אריינרופן באשטעלן דעם טריפ!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > Motty's: מיר נעמט נישט אן טריפ'ס צום נייעם זאל!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.