מודעה משמחת: בית השחיטה המהודרת נעמט אויף השגחה
אין א היסטארישע מעלדונג די וואך דאנערשטאג פ' בשלח תש"ע לפ"ק, ווערט געמאלדן אין "דער בלאט", אז די בארימטע "בית השחיטה המהודרת", וועלכע איז סטאנציאנירט אין דעם שטעטל קרית יואל, מאנרא נוא יארק, שטייט שוין אצינד אונטער די שטרענגע השגחה פון הגאונים האדירים המפורסמים, ה"ה הגאון הגדול בעל אגלי דבש, והגאון הגדול בעל מגד יהודה, אין צוגאב צו זיי איז אויף פארהאן הגאון הגדול בעל הוסיף משה, הגאון הגדול רא"ש לייכטאג שליט"א, הגאון הגדול רא"ל טייטלבוים שליט"א, הגאון הגדול רא"צ וואזנער שליט"א, וועלכע וועלן מיט א פאראייניגטע כח אנפירן די שטרענגע השגחה אויף די בית השחיטה, צו פארזיכערן פאר יעדעם אז יעדעס שטיקל פלייש וועלכע ווערט פארקויפט פון דעם אויבנדערמאנטן בית השחיטה, איז כשר ומהודר בתכלית ההידור.
ס'איז א פריידיגע טאג פאר אידן מדקדקים בכשרות, וועלכע האבן ביז היינט זיך אפגעהאלטן צו עסן פון די אויבנדערמאנטע שחיטה, ווי אויך האבן זיי נישט געקענט עסן אין פארשידענע זאלן וואו ס'איז סערווירט געווארן די אויבנדערמאנטע פלייש, וויבאלד ס'האט נישט פונקציאנירט קיין שום אויטאריטעט פון קיין השגחה אויף די בית השחיטה. די אומאפיציעלע אויסרייד פון די בית השחיטה איז געווען, אז א השגחה פאדערט זיך נאר ביי א "פירמע", אבער ביי א "היימישע בית השחיטה המהודרת" פאדערט זיך איבערהויפט נישט קיין השגחה, אזוי ווי פארשידענע "היימישע וויין" סוחרים, וועלכע ווערן פארקויפט אן קיין השגחה.
הגם, א געוויסע ציבור האט אנגענומען דעם דערמאנטן טעם מיט פארשטענדעניש, זענען דאך געווען א גרויסער ציבור יראים ושלמים, וועלכע האבן נישט געוואלט דאס אננעמען אלס א בארעכטיגונג, וויבאלד א "שחיטה" ווי "היימיש" און "מהודרת" ס'זאל נאר זיין, איז עס אייביג מער קאמפליצירט ווי "היימישע וויין", און פארשטענדליך אז מ'קען נישט דערפאר געטרויען דעם בעה"ב, וואס ווי פארלעסליך ער זאל נאר זיין, איז ער דאך נישט קיין "מורה הוראה", ער זאל קענען פסק'נען פארשידענע שאלות וועלכע ווערן נולד מפעם לפעם.
ספעציעל, איז עס געקומען צום באוואוסטזיין פונעם ציבור, און פון די פארוואלטונג זעלבסט, ווען אין די פארגאנגענע פאר חדשים, האט זיך געמאכט פארשידענע שאלות אינערהאלב די בית השחיטה, און די בעלי בתים האבן זיך געמוזט ווענדן צו פארשידענע רבנים איבער די גארער וועלט, צו מברר זיין די הלכה אין דעם פאל, און ווי אויך צו לאזן הערן זייער חוות דעת אין דעם ענין הלכה למעשה.
דאס ערשטע מאל איז געווען, ווען ס'איז פארגאנגענע זומער נולד געווארן א שאלה וועגן טריפות אין צומת הגידין פון די עופות, ס'איז אנטשטאנען א טומל אין די גאס, ווען ס'איז אנטדעקט געווארן אז מ'טרעפט פילע צענדליגער, אדער גאר הונדערטער, עופות וועלכע זענען טריפה. איינער פון די בעלי בתים זעלבסט האט דערקלערט, אין א רעדע, וועלכע ער האט געגעבן ביי א מסיבה וועלכע איז פארגעקומען אין איינע פון די ארטיגע בתי מדרשים, אז ס'איז פארהאן גאר אן ערנסטע פראבלעם מיט די צומת הגידין, און ער האט אפעלירט צו "אלע רבנים", אז זיי זאלן מעיין זיין אין דעם נושא וואס מ'דארף צו טוהן.
די שחיטה פארוואלטונג האט דאן אנגעהויבן מאכן פארשידענע סארט תיקונים אינערהאלב דעם פראבלעם, לויט ווי די פארוואלטונג האט באקומען אנווייזונגען פון א חשובער משגיח פון לעיקוואוד ניו זשערזי, וועלכער האט באוויליגט לטובת הענין ארויס צו העלפן די בית השחיטה, און אזוי ארום האט זיך די מהומה איינגעשטילט. ווי אויך איז דאן נתפרסם געווארן א בריוו, פון הגאון הגדול בעל אגלי דבש, וועלכער איז אליינס א תושב און א מורה הוראה אין קרית יואל, דער שטעטל ווי די בית השחיטה געפינט זיך, וואו ער לאזט זיך אריין באריכות אין די בירור ההלכה בנוגע די טריפות פון צומת הגידין, און צום סוף לויבט ער אויס די פארוואלטונג פונעם בית השחיטה המהודרת, וועלכע האבן פיל געטוהן צו מתקן זיין דעם פראבלעם.
שוין דאן, איז ארויפגעברענגט געווארן אויפן אויבער פלאך דעם פראבלעם, נעמליך אז די בית השחיטה פארמאגט נישט קיין בעל מכשיר, אזוי ארום אז ביי דעם פראבלעם פון די צומת הגידין, האט זיך געפאדערט צו אגאנזשירן פארשידענע רבנים פון נאנט און ווייט, וועלכע זאלן ארויס געבן הוראות וואס צו טוהן ביי די פאל. עס איז דאן דיסקוסירט געווארן, אז ס'איז שוין די העכסטע צייט אז די בית השחיטה זאל אויפנעמען א קביעות'דיגן בעל מכשיר, וועלכער זאל שטיין על המשמר אינערהאלב די בית השחיטה מידי יום ביומו, אנגעהויבן פון די שחיטה ביז נאך די מליחה, ועל פיו ישק כל דבר.
גאר שטארק האט זיך ארויסגעשטעלט די פארלאנג אויף א רב המכשיר אין די לעצטע תקופה, ווען ס'איז נולד געווארן די באקאנטע שערוריא איבער די קאטשקעס, וואס ווי באקאנט איז געווארן א שאלה איבער די קאטשקעס וועלכע זענען געשחט'ן געווארן אינעם בית השחיטה המהודרת, וואס לויט געוויסע מערערים איז עס גאר געווען "מוסקאווי קאטשקעס" וועלכע ס'איז אנגענומען נישט צו עסן, אלס קאטשקעס אן קיין מסורה.
דער בעה"ב פונעם בית השחיטה, וועלכער האט בכלל נישט געוואוסט פון פריער אז ס'איז פארהאן א חילוק אין די פארשידענע סארט קאטשקעס, האט זיך דערזעהן אין א פלאנטער, פון וועלכע ער האט נישט געוואוסט וויאזוי ארויס צו קריכן. פון זיין גירסא דינקותא, זייענדיג א רבנ'יש קינד, האט ער געדענקט צו זאגן פאר זיינע צוהערער, אז אויב ס'איז נאר א שאלה איבער מסורה דארף מען לכאורה נישט כשר'ן קיין כלים, [א אקט וואס וואלט געקענט פיל שאדן מאכן פאר די ביזנעס פון די בית השחיטה]. אבער פארשטייט זיך אז ס'האט געפעלט די הוראה הלכה למעשה, פון רבנים מורי הוראה וועלכע זאלן פסק'נען צו מ'מעג עסן די עופות אדער נישט, צו קען מען זיך פארלאזן אויף די נאמנות פון די שוחטים אדער נישט. ס'איז געגאנגען אזוי ווייט, אז הגאון הגדול רא"ש לייכטאג, וועלכער טראגט די אחריות הכשרות פון א פלייש געשעפט אין ב"פ, האט געהייסן באזייטיגן די "קאטשקע פלייש" פון די פאליצעס, ביז ס'ווערט נתברר די אמיתת הדברים.
די בעלי בתים פונעם בית השחיטה, האבן פארבעטן הגאון הגדול בעל מגד יהודה, א פראמינענטער בעל מכשיר, ער זאל זיך אריינלייגן און מברר זיין דעם ענין. דער רב שליט"א, וועלכער האט שוין ביז היינט געהאט צוטריט צום בית השחיטה, ווייל אלס רב המכשיר אויף א גרויסן געשעפט אין ראקלענד קאונטי, וועלכע פארקויפן פלייש פון די "בית השחיטה המהודרת", פלעגט דער רב אליינס אראפקומען אין בית השחיטה אין די צייט וואס ס'פלעגט געשחט'ן ווערן די עופות פאר דעם געשעפט. האט טאקע פרובירט צו מברר זיין די אמיתת הדברים, אבער האט נישט געקענט קומען צו קיין קלארע בירור, ווייל פארשטענדליך וויבאלד ער איז געקומען שוין לאחר המעשה, איז שווער געווען צו געוואויר ווערן דעם אמת על בוריה. און טראץ די געבעטן פונעם בעה"ב, האט דער רב שליט"א נישט געוואלט ארויסגעבן קיין שום מכתב בנוגע די שאלה, זאגנדיג אז ס'איז נישט בידו צו באשטעטיגן דעם אמת.
אין א פרואוו צו ראטעווען די מצב, האט די פארוואלטונג אריינגעלייגט א מודעה אין די אידישע צייטונגען, אז מ'זאל צוריק ברענגן די קאטשקעס, און בתוך הדברים זענען זיי מדגיש אז זיי האבן נאך אלס די מערסטע מהודר'דיגע עופות, ווי אויך די שוחטים זענען מובהקים יראים ושלמים. אבער פארשטענדליך אז דאס איז נישט געווען גענוג צו בארואיגן דעם ציבור, וועלכע האבן געוואלט וויסן די הלכה ברורה וואס צו טוהן ביי אזא פאל. ווי אויך האט עס אנגעהויבן אויפצוברענגן פראגעס ביי פילע מענטשן, אז ס'קען נישט ווייטער אזוי אנגיין א בית השחיטה אן קיין רב המכשיר, ס'קען נישט זיין אז ביי יעדע פראבלעם זאל מען דארפן אפירזיכן רבנים פון ערגעץ וואו, וועלכע זאלן פסק'נען את המעשה אשר יעשון, עס פאדערט זיך צו האבן אליינס אן אייגענער רב המכשיר, וועלכער זאל זיין ממונה אויף אלע עניני הכשרות פונעם בית השחיטה.
פון געוויסע קוועלער האט מען אויך געהערט, אז דער בעה"ב פונעם בית השחיטה האט זיך לעצטענס אריינגעלייגט ראשו ורובו אין פארשידענע פראיעקטן, א שטיק צייט האט ער געארבעט אויפצושטעלן א שחיטה פאר גסות, אין וועלכע ס'איז לעצטענס פארהאן א שטארקע פארלאנג. באזונדערס האט ער זיך אנגעהויבן לערנען "מוהלות", א פאך וועלכע ער האט באקומען גרויס חשק צו קענען, און ער זעהט דערין א גרויסע עתיד, און דאס נעמט אוועק זיין גאנצען וועזן, און דערפאר איז ער שוין נישט גענוג קאנצענטרירט אויף די "בית השחיטה", וואס דאס אליינס האט צוגעברענגט אז דאס ביסל וואס מ'האט זיך פארלאזט אויף די "בית השחיטה" אז ס'איז דאך א "היימישע איד", האט שוין אויך פארלוירן די קראפט, צוליב דעם וואס דער בעה"ב איז שוין זייער פיל אפוועזנד פונעם בית השחיטה, און אלעס ווערט געפירט דורך די ארבעטערס. און דאס האט פארשטארקערט די פאדערונג, צו טוהן עפעס דראסטיש אין די חלק הכשרות פון די בית השחיטה.
מאידך גיסא, אזוי ווי דער בעה"ב פון די בית השחיטה האט זיך געפינען אין "פאלם ספרינגס" אויף זיין יערליכע "ווינטער אפרוה", האט זיך די אנטוויקלונגען פארשלעפט עטליכע וואכן, וויבאלד מ'האט נישט געקענט גארנישט טוהן אן זיין פולסטע צושטימונג, אבער ווי עס ווערט איבערגעגעבן, איז פארגאנגענע מיטוואך - ווען דער בעה"ב איז צוריקגעקומען פון וואקאציע - אראפגערופן געווארן עטליכע באקאנטע פראמינענטע רבנים פון איבער גרעיטער ניו יארק, וועלכע זענען פארבעטן געווארן פונעם בעה"ב זעלבסט, אז זיי זאלן נעמען אויף זיך דעם אחריות הכשרות פונעם בית השחיטה.
ביי די אסיפה וואס איז פארגעקומען אין שטוב פונעם בעה"ב, זענען אויסגעשמועסט געווארן דורך די רבנים הגאונים שליט"א, וואס ס'מיינט א השגחה אויף א פלאץ, און וואס ס'פאדערט זיך פון די בעלי בתים צו געבן אוטאריטעט פאר די רבנים המכשירים אז זיי זאלן קענען אוועק שטעלן די חומת הכשרות על תלה, אן קיין צעגערונגען מצד די בעלי בתים. ספעציפיש איז געווארן אויסגעשמועסט עטליכע פרטים, בנוגע די שעות וויפיהל א שוחט מעג שחט'ן במשך דעם זעלבן טאג, בנוגע די זאלצן וואס ס'פלעגט זיך מאכן פראבלעמען ביז ס'איז איינגעשטעלט געווארן א נייע "בעלט" אויף וואס מ'לייגט די געזאלצענע עופות. ווי אויך פארשטענדליך האבן די רבנים דן געווען איבער די לעצטערע שערוריה פון די קאטשקעס, וואס די רבנים האבן באטאנט, אז טראץ דעם וואס ס'זענען געווען גאונים וצדיקים זי"ע וועלכע האבן דאס מתיר געווען, ווי אויך איז פארהאן ביי די ספרדים וועלכע עסן די סארט קאטשקעס, דאך איז אנגענומען ביי אונזערע מקומות להחמיר, און מיר עסן דאס נישט, און פארשטענדליך אז מ'טאר דאס נישט נוצען בשום אופן.
דער בעה"ב פון די בית השחיטה, וועלכער האט זיך געשפירט אין א געפערליכן דרוק די לעצטע תקופה, צוליב די פארלוירענע ביזנעס פון די בית השחיטה, וואס ס'האט זיך אנגעהויבן צו זעהן א רעדוקציע אין די קונים, און נישט וועלנדיג פארלירן די מארקעט פון די ברייטע אמעריקאנער גאס, האט ער פארשפראכן צו געבן די פולסטע אויטאריטעט פאר די רבנים המכשירים, זיי זאלן קענען איינשטעלן סיי וואספארא תקנות אינערהאלב די בית השחיטה, און צוגעזאגט אז טראץ דעם וואס ער וועט זיך ווייטער דרייען אין בית השחיטה ווי ביז היינט, דאך וועט ער מער גארנישט אריינרעדן אין די חלקי הכשרות, נאר דאס איבערלאזן פאר די רבנים המכשירים.
ווי עס ווערט איבערגעגעבן זענען נתמנה געווארן די פאלגענדע רבנים, ואין מוקדם ומאוחר בתורה, א) הגאון הגדול בעל אגלי דבש, וואס ווי פריער דערמאנט האט זיך ארויסגעשטעלט ביי די שאלה איבער די צומת הגידין, רב גובריה וחיליה בעניני כשרות העופות, און דערפאר איז באשלאסן געווארן אים צו ממנה זיין אלס הויפט "פוסק ומכריע" ביי יעדע שאלה להלכה וואס ס'זאל זיך נאר מאכן אינעם בית השחיטה. ב) הגאון הגדול בעל מגד יהודה, א פראמינענטער בעל מכשיר, וואס ווי פריער דערמאנט פלעגט שוין צייטנווייז אראפקומען אינעם בית השחיטה אלס רב המכשיר פאר א געשעפט אין ראקלענד קאונטי, אזוי ארום האט ער זיך שוין געשאפן א שטיקל באקאנטשאפט מיט די ווירטשאפט פונעם בית השחיטה, און איז דערפאר נתמנה געווארן אלס "משגיח ראשי" פון די בית השחיטה, וואס וועט מפקח זיין אויף די גאנצע הלך ילך פונעם בית השחיטה מהחל ועד כלה.
אין צוגאב זענען געשטעלט געווארן פיר גאר חשובע רבנים מורי הוראה, וועלכע וועלן מפעם לפעם ארויסקומען צום בית השחיטה, מפקח זיין אז אלעס פירט זיך על אדני הכשרות, אזוי ווי אויסגעשמועסט ביים אסיפה, ואלו הם, א) הגאון הגדול בעל הוסיף משה, וועלכער פלעגט אין די פארגאנגענהייט זיין א "רב ומשגיח" אויף די "מהודר'דיגע מיעל מארט שחיטה", וואו ער האט זיך איינגעקויפט פארשידענע ידיעות און עקספערטיז אין כשרות. ב) הגאון הגדול רא"ש לייכטאג שליט"א, וואס ווי פריער דערמאנט טראגט ער די אחריות הכשרות פון א פלייש געשעפט אין ב"פ, וועלכע פארקויפט פלייש פונעם "בית השחיטה המהודרת", דערפאר איז עס אין די אינטערעסע פון די פארוואלטונג פונעם בית השחיטה, אז דער חשובער רב שליט"א זאל זיין איינגעגלידערט אינערהאלב די "כשרות אפאראט" פון די בית השחיטה. ג) הגאון הגדול רא"ל טייטלבוים שליט"א, פון וויליאמסבורג, וועלכער פיגורירט אויך אלס רב המכשיר פון א פלייש געשעפט אין וויליאמסבורג, וועלכע פארקויפט פלייש פונעם "בית השחיטה המהודרת", און איז דערפאר אויך פארבעטן געווארן צו נעמען א טייל אין די נייע "מפעל הכשרות" פון די בית השחיטה. ד) הגאון הגדול רא"צ וואזנער שליט"א, א פראמינענט באקאנטע רב, וועלכע האט זיך גאנץ לעצטענס באזעצט אין ראקלענד קאונטי, און וועט דינען אלס א "תנא דמסייע" צו די פריערדיגע דריי רבנים.
אזוי ווי די אסיפה און די החלטות זענען געמאכט געווארן אין גרויס איילעניש, צוליב די דרינגענדער מצב, דערפאר האט מען נאך נישט פארכאפט אויס צו שמועסן די נאמען און די חותם הכשרות וואס די אויבדערמאנטע הרכב פון רבנים וועט טראגן. אבער כדי צו געבן א תוקף פאר די זאך, ווי אויך צוליב די פארלאנג פונעם בעה"ב פון די בית השחיטה צו מפרסם זיין די ידיעה תיכף ומיד, איז נתפרסם געווארן א טאג שפעטער אין די וועכנטליכער צייטונג "דער בלאט", [וועלכע איז נאכנישט געווען ביים דרוק בשעת ס'האט זיך פארענדיגט די אסיפה], א בריוו מיט די חתימות פון די אויבדערמאנטע רבנים, וועלכע זענען מפרסם די פריידיגע ידיעה, אז מהיום והלאה שטייט די לאקאלע בית השחיטה אונטער זייער השגחה, און וועלן מפקח זיין אויף כל חלקי הכשרות פון די עופות וועלכע ווערן דארטן געשחט'ן.
ווי דערמאנט צוליב די שפעטע שעה ווען די אסיפה האט זיך געשלאסן, האט מען נישט פארכאפט צו מפרסם זיין אין אנדערע צייטונגען, אבער ווי ס'ווערט געמאלדן וועט מען אין די קומענדיגע וואכן אנהייבן א גרויסע "פובליק ריליעישאנס" קאמפיין אין די פילע צייטונגען איבער גרעיטער ניו יארק, וואו מ'וועט מפרסם זיין די ניי געגרינדעטע "הרכב" פון די רבנים המכשירים, און האפנטליך וועט מען בקרוב שוין קענען מעלדן די "נאמען" און די "זיגל" פון די פרישע הכשר.
עס איז דער וואונטש פון כלל ישראל, אז די נייע השגחה זאל זיך טאקע אויסארבעטן על צד היותר טוב, און מ'זאל קענען זיין אפגעהיטן פון אלע מכשולות, ויאכלו ענוים וישבעו.
 |
|
|